רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
📌

אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות. עס איז בלויז ערלויבט צו שרייבן נייעס!! פראגעס, קאמענטארן אדער אנאליזן זענען נישט ערלויבט.

פאר די ספעציעלע קאמענטארן אשכול דריקט דא.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

נאך ווידאוס היינט פון ערענסטע אוקראינישע עקוויפמענט פארלוסטן אויפן דרום פראנט.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 8:33 am
אזויווי נעכטן זענען די אוקריינאר ווידער אויף אפענסיוו אין זאפארעישא אויף די זעלבע פלעצער ווי נעכטן, לאמיר זעהן צו היינט וועט זיך עס יא אויסלאזן מיט סוקסעס.

(אינטערסאנט ווי נאכן פארלירן נעכטן אסאך שווערע וואפן פרובירן זיי פון פריש אויף די זעלבע שטח)
די רוסן צייגן אן די חילוק פון די היינטיגע און נעכטיגע אטאקע. היינט איז פיל מער טרעקלעך, אזוי אויך האבן די אוקריינאר היינט אנגעהויבן פירע פארטאגס ווס נעכטן אינמיטן טאג צו קענען מיטהאלטן פון דער הייעך וויאזוי די רוסן ריעקטן.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

אין מאריאפול איז געווען א ריזיגע אויפרייס און א גרויסע פייער ברענט.
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 6:04 pm
מאניש בנבנשתי האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 5:04 pm
מאניש בנבנשתי האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 1:08 pm
מאניש בנבנשתי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 2:21 pm
אין אנדערע נייעס צווישן די צוקונפטיגע נייע לענדער אין רוסלאנד, איז געווארן הויעך פרייליך צווישן וואגנער (קומענדיגע וואגנער-רוס געגנט..) און די קאדיראווציס (די קומענדיגע קאדירא-רוס געגענט..)

אנגעהויבן האט זיך עס ווען פריגעזין האט געסטראשעט צו פארלאזן באקמוט אויב באקומט ער נישט נאך וואפן.. איז געקומען די קאדיראווציס, און מיט חוצפה געשיקט א טיק טאק אז זיי זענען גרייט צו איבערנעמען די וואגנער פאזיציעס.. איז פריגעזין געווארן פרייליך, און געפרעגט דעם ציבור וואס פונקטליך די אכמאד יוניט טוט, ווייל ער ווייסט נישט..

איז דער פירער פון די קאדיראווצי יוניט געווארן ווילד, און ארויסגעלייגט א שיינע מוסר דרשה, און ער געבט אים אזוי שיינערהייט מנה אחת אפיים.. מיר ווייסן פונקטליך וויפיל מענטשן דו האסט אויסגעהארגעט אין באקמוט דורך די לעצטע 7 חדשים וואס דו בוזט אין באקמוט, דו האסט באקומען אסאך מער אמוניציע פון די מיניסטער אויף דעפענס ווי סיי וועמען, און מיט דעם אלעם האסטו געהאט אזויפיל געהארגעטע.. איז הער אויף שרייען און פארפירן וועגן אמוניציע וואס פעלט דיר.. געב א לאקאציע מיט א דאטום און מיר קענען רעדן פערזענליך אויב דו ווילסט.. (אין רוסלאנד רעדן פערזענליך האט א טיעפע באדייט.. מ'רעדט דארטן פערזענליך זייער אסאך מיט וועמען מ'האט חשבונות..) מיר קענען סאלווען אלע פראבלעמען פנים אל פנים.. (כא כא כא.. יאלא! לעטס גאוי.. איך באצאל די טעקסי, געגאנגען..)

דא איז וואגנער ארויס פון די וויזויהייסטעס.. ס'איז געווארן נאך מער פרייליך.. לעמתם ברוך יאמרו.. מ'האט איינגעשפאנט די גרינדער פון די וואגנער גרופע, וואס קומט כמעט קיינמאל אין די עפענטליכקייט, א מערדער פון מערדערלאנד.. און ער האט געלייגט א מצוה צעטיל ביי א געוויסע רוסישע טעלעגראם טשענעל, און ער שרייבט עטליכע פונקטן..

* מיר זענען יעצט אין די דריטע וועלט מלחמה .. (הממממ, נישט קיין ספעציעלע מיליטערישע אפעראציע?? ווען איז די אפעראציע אריבער צו די דריטע וועלט? און פארוואס דארף מען אים אזוי ווייט פירן, דא אין אונזער וועלט'ל איז שלעכט צו מאכן די אפעראציע אז מ'מוז קיין צו די דריטע וועלט??) און איך בין מודה אז אסאך כעוורע אינדערהיים ביים מאמע'ן ברויך מען לייגן צו די וואנט פאר די בושה וואס זיי האבן אונז געברענגט.. (אינטערסאנט, אין רוסלאנד רופט מען א פענסטער א וואנט.. נעקסטע מאל בוזט אין רוסלאנד און איינער זאגט דיר גיי צו די וואנט, זאג שמע ישראל.. אדער אנטלויף עוד נשמתך בו.. )

* וואגנער איז קיינמאל געווען, און איז נישט, און וועט קיינמאל זיין אונטער פאניק.. (כא כא כא.. גיי הער אויס פריגעזאן'ס שיעורים פון די לעצטע צוויי חדשים.. לערן עס מיט צווייטע כאוויירעם.. וויאזוי זאגט מען פאניק'ן אין רוסיש? קיינמאל געווען, איז נישט, וועט קיינמאל זיין אונטער פאניק.. יע..)

* סיי וואסערע פראבלעמען עס קומען ארויף, געבן מיר זיך אן עצה אין וועגן וואס זענען אוועילעבל צו אונז, וואס קאנטרעדיקט נישט מיט די רוסישע געזעצן.. (דא הייבט זיך אן די רמז פון מיר האבן פענסטער'ס אין אונזער באזיץ, און מיר געבן זיך אן עצה מיט די פראבלעמען וויאזוי מיר קענען..)

* פון ווי האסטו גענומען די רעכטן צו אדרעסירן פריגעזאן, און רעדן בלשון "דו" און נאך לשונות.. ווער האט דיר געגעבן די רעכטן דערצו? מיר האבן פערזענליך נישט באקומען פליגערס, העליקאפטערס און ארויסשיסערס פון דיר.. (אויב מיר דרשנען סמוכין, קען מען שוין פארשטיין פארוואס די קשיא איז געווארן דא אריינגעשווערצט אזוי גלייך נאך די פריערדיגע פונקט פון מיר געבן זיך אן עצה מיט פראבלעמען..)

* יאפ וואגנער פארנעמט די ערשטע פלאץ צווישן פריוואטע מיליטער, און איז אנערקענט אין די גאנצע וועלט.. (כ'ווייס נישט צו ער רעדט פון די גאנצע וועלט, אדער די דריטע וועלט ווי ער געפינט זיך.. אין באקמוט איז ער זיכער באקאנט..)

* מיר זענען אלעמאל גרייט צו רעדן ווי "מענטשן צו מענטשן" (אזא כמים פנים אל פנים .. דער קאדיראווצי האט דאך געבעטן ער וויל רעדן פנים אל פנים..) מיר קענן זיך נאך זינט די ערשטע טשעטשניע מלחמה און די צווייטע.. (דאס דארף זיין נאך אזא רמז פאר די פענסטערס וואס זיי האבן.. וואגנער איז דעמאלטס געווען די וואס האבן זיך געשלאגן קעגן די קאדיראווציס ביי יענע שלאכטן.. ווי מ'זאגט, דו ווייסט גאנץ גוט וואסערע מכות איך קען טיילן..)

אונטערגעשריבן די מצוה צעטיל פון וואגנער בכבידו ובעצמו..

********

אלעס גייט ווי געפלאנט! נישט פאניקן.. קיעוו אין דריי טעג..
לעטס גאוי ברענדאן.. אז ס'איז פריילעך, זאל שוין גיין די פייער פון די באלאטעס!

יעצט ארויסגעקומען א וואויס נאויט פון פריגעזאן, ער שרייט און יאלעוועט.. ער טענה'ט אז די רוסן האבן אונטערגעלייגט אנטי טאנק מינעס מיט עקספלאסיוו'ס אקעגן אים, ער האט געפרעגט איינע פון די כעוורע וועם איי געס ער האט אים געכאפט ביי די ארבייט, מה זאת? האט יענער געזאגט ער האט עס געטוהן בשליחות פון די מיניסטער אויף דעפענס!

יאלא! ס'קומט עקשאן.. אהער מיט די פאפקארן.. נישט טיילן שלעק אן די טיק טאקערס.. איך וויל אלעס מיטהאלטן לעבעדיג.. זיצן שיין אויף די ערטער יעדער איינער, לאזט מיר וויסן אויב מ'דארף שיקן נאך ארטילערי, מיר זענען גרייט צו שיקן וואס ער דארף.. מיר וועלן געבן פאר ביידע צדדים..

לאנג לעבן זאל וואגנערוס, קאדירארוס, שייייייגאאאארוס, טשעכינרוס, שווארצערוס, וואסערוס, געלערוס, און סתם א פוריםרוס..
וואגנער האט געכאפט א רוסישע לוטענענט וואס האט געשאסן אויף זיין קאר בשעת זיך צוריקצויהן פון באקמוט, עס זעהט אויס אויפן שטערן פון דעם לוטענענט אז מער גייט ער עס נישט טוהן.. זיי האבן בפשטות דערלאנגט עטליכע רוסישע משלות מנות אין פרצוף אריין, אזש ער האט געזעהן ליקוי חמה מיט א ליקוי לבנה בענעזאם.. א חידוש פון א מציאות, אבער זעהט אויס די היינטיגע טעכניק צוזאמען מיט אפאר גוטע פעטש קען דאס אויך באווייזן.. אזא עי איי זאך מסתמא..

אלענפאלס, וואגנער האט ארויסגעלייגט א ווידיאוי מיט דעם פארכאפטם לוטענענט, כ'גלייב די ציהל איז מעראזא ישמעו ויראו אז זיי געבן זיך אן עצה מיט פראבלעמען..

---

האקט, זאגט די זעלבע..
עטליכע טאג צוריק האט וואגנער געמאלדן אז ער גייט קיין בעלגאראד מאכן ארדענונג, ער קען נישט צולאזן די לויזע ווירטשאפט פון די דיפענס מיניסטעריום וואס באשיצן נישט די גרעניץ, און די רוסישע בירגער ווערן בעוול'ט.. ער גייט אהינגיין מאכן ארדענונג..

היינט האט ראמזאן קאדיראוו ארויסגעגעבן א מעסעדזש, און ער בעהט די רוסישע מיניסטעריום אז מ'זאל זיי אויך אהינשיקן.. זעהט אויס די קאדיראווטציס ווילן זיך באמת טרעפן פנים אל פנים מיט וואגנער.. און מאכן ארדענונג איינמאל פאר אלעמאל אין וואטעווער..

איך בינד ארויף די נייעס צום גאנצן קייט פון די שטארקע קשר אמיץ וחזק וואס הערשט צווישן די לענדער אין רוסלאנד, אז ווען די היסטאריקער וועלן אמאל האלטן ביים ארויסגעבן א בוך וויאזוי קיוב איז געפאלן אין דריי טעג, זאל מען וויסן פון ווי אנצוהויבן..

לחיים..
וואגנער האט היינט געבעטן שיייייייי גאאאאאאא, מיט געריסאמאוו אראפצוקומען אין באקמוט צו די פראנט ליניעס, און קאמאנדירן די אנטלויפענע רוסישע טרופן.. ער האט זיי געבעטן צו נעמען פיסטעלס אין די האנט, און טוהן די ארבייט, ער שרייט עטץ קענטס דעס באווייזן, און אז נישט (מיינענדיג צו זאגן אויב מ'וועט זיי אויסשיסן אויפן פראנט.. ) בסך הכל וועט עטץ שטארבן אלץ היראויס.. כא כא כא האבן די פאפריקעס געלאכט..

באקמוט געפאלן..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

אין בעלגאראד האבן די אוקריינאר געהעקט און געלאזט לופטערן אויף טי ווי א -פאלשע- דרשה פון פוטין ווי ער זאגט נאטא האט אונז אטאקירט און ער לייגט ארויף מארשעל לאו.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

משהלע האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 8:42 am
נאך ווידאוס היינט פון ערענסטע אוקראינישע עקוויפמענט פארלוסטן אויפן דרום פראנט.
אזוי אויך באריכטן פרא רוסן אקאונטס (נישט אלע) אז זיי האבן היינט אויך צוריקגענומען די אלע פארכאפטע שטחים פון די היינטיגע (דורכגעפאלענע?) אטאקע.

--
וויכטיג צו וויסן איין זאך אז איבער די גאנצע מלחמה זענען רוב באריכטן פון דורכברוכן פון ביידע זייטן געקומען פון פרא רוסן די אוקריינאר האבן עפעס נישט די גוטע רעפארטער ממש אויפן פראנט, אדער ליקען נישט די אוקריינא קאמאנדירן אויפן פראנט די אינפא, מילא נאר די רוסן קענען וויסן קראנטע שנעלע באריכטן.

מילא ווען די רוסן זאגן אז מ'האט צוריקגענומען פון די אוקריינאר אדער ענליך'ס מיין איך איז ניחא זיי אנצונעמען פה שאסור פה שהותר, ער האט געברענגט דער דורכברוך קען ער עס צוריקנעמען.
לעצט פארראכטן דורך צוויי גילדען אום מאנטאג יוני 05, 2023 9:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

אדערווייל איז נישטא קיין שום פרישע באריכטן איבער די סאבאטאזשירער אין בעלגאראד ראיאן, ווי ס'קוקט אויס זענען זיי שוין נישט דארט.

למעשה האבן זיי פארלוירן דארט אין רוסלאנד 5 פארפאנצערטע טרעקלעך.
רואה חשבונות
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואה חשבונות »

קארדינאל זאפי פון איטאליע איז געשיקט געווארן דורכן פויבסט צו באזוכן קיעוו אויף צוויי טעג צו שטיפן דו וואטיקאן שלום פלאן
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

ראזניקאוו: אוקריינא פלאנירט נישט צו ניצן עף 16ס אינעם זומער קאונטער אפענסיוו.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

לויט אוקריינישע, און מער קראנטע רוסישע, קאנאלן איז נאך נישט געזעהן געווארן קיין שום לעפארדס, טשאלענזשערס, ברעדליס, מארדערס, און סטרייקערס ביים נעכטיגן פוש אין דאנעטצק, בלויז קלענערע טרעקלעך. דאס מיינט אז דאס איז אלעס נאך א חלק פון די אויסשפיאניר מיסיעס אין בעפארברייטונג צום אפענסיווע.

וויכטיג צו נעמען אין באטראכט אז עס גייט פארקומען אסאך אזוינע קלענערע ציפעס דורכאויס די פראנט ליין, צו דערשנאפן די לעכער און הערשט דערנאך וועט מען גיין פול פאורס.

דאס איז אמאל אבער זיכער אז די יעצטיגע מיסיעס טוט מען נישט צו ווייט פונעם געפלאנטן גרעסערן פוש ווייל דאן פארלירט עס די נאלעדזש ווערד.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א מעגליכע אנדייטונג און צייכנס איבער אן אוקריינער קאנטער אפענסיווע [ דייקא נישט קיין באשטעטיגונג]

די פרישע אוקריינער אטאקעס אין די דרום דאנעצק ראיאן [און אין אנדערע פלעצער] זעט עפעס נישט אויס די זעלבע ווי ביז היינט. עס געבט מיר די איינדרוק אז עס איז עפעס מער. א קלארע פארשטארקערונג אין אפענסיווע אטאקעס מצד די אוקריינער פון ביז היינט. עס מוז איבערהויפט נישט מיינען אז דא אין דרום דאנעצק גייט זיין די איינציגסטער ארט ווי אוקריינער גייען פרובירן צו קאנטער אטאקירן אדער איז די פיינעל הויפט קאנטער ציל, אדער אז מען האלט שוין טיף אינדערמיט ווען עס קען זיין בלויז די אנהייב פון די אייז בארג. עס איז מער לייקלי אז אוקריינע ניצט נאכנישט איר [נייע] גאנצע קראפט
און איז מעגליך פרישע פראבעס ווי מען זאל דורכברעכן רוסישע פארטיידיגונס ליניעס.

דאס איז בלויז א "פירסט אימפרעשן" מחשבה'לע. פארט א מחשבה.

ווען מען וועט זען באשטעטיגט אז די נייע אוקריינער בריגאדעס מיט זייער וואפן אויפן פראנט איז א צייכן אז "די" אוקריינער קאנטער אפענסיווע איז אין פולן שוואונג. עס קען יעצט זיין פראבע אטאקעס, פארשטארקערטע לאקאלע קאנטער אטאקעס און שעפינג אפעראציעס און געוויס איז עס א יסודות'דיגער טייל פון די קאנטער אפענסיווע. עס קען זיין מען וועט צוריק קוקען און זאגן אז היינט איז געווען די טאג און קען זיין אז נישט.

פארט צו לייגן א זיגל אז "די" קאנטער אפענסיווע ווי עס טוצעך און לעבצעך האצעך אנגעהויבן ווארט איך צו זעהן באשטעטיגט די פרישע אוקריינער בריגאדעס מיט די נייע וואפנס. דערווייל איז נאכנישט דא אזא באשטעטיגונג.
לעצט פארראכטן דורך נקדימון אום מאנטאג יוני 05, 2023 10:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

חנה מאליער: ווען געפרעגט געווארן איבער די קאנטער אפענסיוו. ''אונז באשיצן אוקריינא שוין פאר די לעצטע יאר צייט א חלק פון באשיצן איז גיין אויף אפענסיוו, און יעצט זעמיר אויך אויף אפענסיווע ''

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 8:50 am
אין מאריאפול איז געווען א ריזיגע אויפרייס און א גרויסע פייער ברענט.
אזוי אויך בארדיאנסק.

----

צום באטאנען די לעצטע צוויי טאג פראבעס פון די אוקריינאר דורכצוברעכן די דעפענס ליניעס דרום דאנעטצק נעבן וואלעדאר איז ממש העכער מאריאפול און בארדיאנסק.
מתנת חנם
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:53 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתנת חנם »

אויפרייסן און Primorsk, Berdyansk, Mariupol
אטעטשמענטס
725.jpg
725.jpg (50.04 KiB) געזען 3452 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 5:00 pm
ברעקינג: וואגנער האט ארעסטירט א קאמאנדיר פון די רוסישע ארמיי.

נאכדעם וואס דער לוטענעט קאלאנאל האט געשאסן אויף א טרעקל פון די וואגנער ארמיי, דער אפיסער האט זיך פארענטפערט אז ס'איז געווען א טעות ער איז פשוט אנגעטרינקען.
פירער פון די "באפריי רוסלאנד לעגיאן" אנטי-פוטין מיליציע טראלט. ער האט ארויסגעשטעלט א פארשלאג פאר פריגאזין, געבטס אהער די רוסישע קאמאנדיר אין אויסטויש פאר די פארכאפטע רוסישע זעלנער פון בעלגאראד ראיאן.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 8:35 am
ברעקינג: אין די זאפארעישא פראנט ווערט באריכטעט פון א רוסישע קאמאנדיר אז ס'ווערט געזען לעפערד טאנקן אויפן פראנט.

*ווילאנג קיין בילד איז נישטא איז עס אומבאשטעטיגט*
די רוסן פארשפרייטן א בילד פון א איבערגעלאזטע לעפערד טאנק ערגעץ אויפן פראנט, אזוי אויך ווי א לענסעט אטאקירט דעם לעפערד.

(איך בין נישט קיין פארשטייער אין טענק צו קאנפירמן אויב ס'איז טאקע דאס זאלן די מבינים זאגן.)
לעצט פארראכטן דורך צוויי גילדען אום מאנטאג יוני 05, 2023 11:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 10:21 am
חנה מאליער: ווען געפרעגט געווארן איבער די קאנטער אפענסיוו. ''אונז באשיצן אוקריינא שוין פאר די לעצטע יאר צייט א חלק פון באשיצן איז גיין אויף אפענסיוו, און יעצט זעמיר אויך אויף אפענסיווע ''
אזוי אויך האט זי ארויסגעשטעלט די מאפע מיט א רויטע סוירקל ארום באקמוט.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ווי די אוקריינער אטאקעס זענען פארגעקומען היינט. אויבן העכער באכמוט ביי בערכיווקע. אזוי אויך אינטן אויף עטליכע פראנטן אין דרום דאנעצק ראיאן ארום וואלאדאר/אוגלעדאר ביי וועליקע נאוואסילקע
20230605_110900~4.jpg
20230605_110900~4.jpg (381.14 KiB) געזען 2677 מאל
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

מערב קוועלער געבן איבער אז עס זעהט אויס אז די קאונטער אפענסיווע האט זיך אנגעהויבן.
מייק פענס 2024
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 6:45 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייק פענס 2024 »

The Economist
אטעטשמענטס
Screenshot_20230605-110650_Chrome.jpg
Screenshot_20230605-110650_Chrome.jpg (176.66 KiB) געזען 2660 מאל
די לעצטע שאנס צו ראטעווען די רעפובליקאנער פארטיי פון א טאטאלע צוזאמבראך:

ניקי העילי פאר פרעזידענט!
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

נקדימון האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 10:58 am
צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 5:00 pm
ברעקינג: וואגנער האט ארעסטירט א קאמאנדיר פון די רוסישע ארמיי.

נאכדעם וואס דער לוטענעט קאלאנאל האט געשאסן אויף א טרעקל פון די וואגנער ארמיי, דער אפיסער האט זיך פארענטפערט אז ס'איז געווען א טעות ער איז פשוט אנגעטרינקען.
פירער פון די "באפריי רוסלאנד לעגיאן" אנטי-פוטין מיליציע טראלט. ער האט ארויסגעשטעלט א פארשלאג פאר פריגאזין, געבטס אהער די רוסישע קאמאנדיר אין אויסטויש פאר די פארכאפטע רוסישע זעלנער פון בעלגאראד ראיאן.
פריגאזין ווארפט אפ דעם אויסטויש, זאגט אז דער קאמאנדיר איז שוין איבערגעבן געווארן צו צו רוסישע אינוועסטיגעטארס
שבעה מי יודע!?
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 11:01 am
צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 8:35 am
ברעקינג: אין די זאפארעישא פראנט ווערט באריכטעט פון א רוסישע קאמאנדיר אז ס'ווערט געזען לעפערד טאנקן אויפן פראנט.

*ווילאנג קיין בילד איז נישטא איז עס אומבאשטעטיגט*
די רוסן פארשפרייטן א בילד פון א איבערגעלאזטע לעפערד טאנק ערגעץ אויפן פראנט, אזוי אויך ווי א לענסעט אטאקירט דעם לעפערד.

(איך בין נישט קיין פארשטייער אין טענק צו קאנפירמן אויב ס'איז טאקע דאס זאלן די מבינים זאגן.)
זעה איך די פעקט טשעקערס שרייבן אז די בילד פון דעם כלומר'שטן לעפערד איז באמת א פראצויזישע ארמערד וויקעל, אזא איידיע ווי א ברעדלי.

די לענסעט ווידיאו איז נישט קיין לעפערדס.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 9:30 am
משהלע האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 8:42 am
נאך ווידאוס היינט פון ערענסטע אוקראינישע עקוויפמענט פארלוסטן אויפן דרום פראנט.
אזוי אויך באריכטן פרא רוסן אקאונטס (נישט אלע) אז זיי האבן היינט אויך צוריקגענומען די אלע פארכאפטע שטחים פון די היינטיגע (דורכגעפאלענע?) אטאקע.

רייבאר קאנפירמד יא אוקריינא פארשריט אין דרום דאנעטצק נעבן וואלעדאר.

אזוי אויך שרייבט ער אויך וועגן לעפערדס וואס איז גענוצט געווארן.

רייבאר קען מען זאגן איז פון די מער קראנטערע פרא רוסישע מאפעס.
לעצט פארראכטן דורך צוויי גילדען אום מאנטאג יוני 05, 2023 11:39 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

ס'רעגענט און ס'גיסט (מענטשן)

https://drive.google.com/file/d/1vt2PTH ... sp=sharing
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

איך מיין אז אנשטאט אראפ ווארפן פון די דראון'ס גראנאטן זאלן זיי ווארפן באטלעך וואדקע, עס איז אסאך בליגער.

https://drive.google.com/file/d/1e8vgQJ ... sp=sharing
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”