@פאלעקס נייעס אגענטור

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דאס איז די אפיציעלע לייק קנעפל פארן נייעס אגענטור

;l;p-
36
24%
;l;p- ;l;p-
111
76%
 
סך הכל שטימען: 147

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

משה שטינקאוויטש האט געשריבן:מיר טוען שטארק הנאה האבען פון די טעגליכע אפדעיטס כה לחי

ש'כח משה'לע פארן זיך אנרופן, ממנו ילמדו
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

משה שטינקאוויטש האט געשריבן:מיר טוען שטארק הנאה האבען פון די טעגליכע אפדעיטס כה לחי
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

שכ'ח נאכאמאל.
מאך איבער די לייקס טעגליך. וועל איך קענען קוועטשן נאכאמאל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

וועלטליכע אפדעיט:

אפגאניסטאן

אפגאנער/טאליבאנער עקטינג אויסערן מיניסטער אמיר קהאן מוטאקי האט היינט ביי א פרעסע קאנפרענס זיך פארענטפערט פארוואס די טאליבאן איז אריין אין קאבול זאגנדיג אז די פלאן איז געווען צו פארהאנדלען נאר די אנטלויף פון גאני האט געטוישט די סיטואציע.
אינעם רעדע האט ער אויך געבעטן פאר די וועלט'ס אנערקענעונג, און ער האט צוגעזאגט פאליטישע גלייכבארעכטיגונג פאר אנדערע פארטייען און מינאריטעטן.
(די רעדע קומט נאך וואס ביידען האט געהאט געווארנט די טאליבאן אז אויב זי וועט אייננעמען קאבול מיט כח קעןזי פארגעסן פון וועלט'ס אנערקענונג)

בילד: מוטאכי ביים פרעסע קאנפערענס

FBemLbqWEAIiLm1.jpg
FBemLbqWEAIiLm1.jpg (387.28 KiB) געזען 1785 מאל

*

12 מענטשן ארעסטירט אין קאבול דורך די טאליבאן אויף פארשידנארטיגע באשולדיגונגען

FBemLbqWEAIiLm1.jpg
FBemLbqWEAIiLm1.jpg (76.76 KiB) געזען 1785 מאל

*

די טאליבאן זאגט אז די אנטי-טאליבאן קריגס-לארד אינעם באגלאן פראווינץ "דשאלאל" האט געטוישט זייטן און איז אריבער צו די טאליבאן אינאיינעם מיט זיינע קרעפטן

*

פרא טאליבאן נייעס אגענטורן האבן ארויסגעלייגט די בילדער וועלכע צייגן מיליטערישע טרעקלעך פארכאפט אינעם פאנזשיר ראיאן ווערן געפירט קיין קאבול

FBemLbqWEAIiLm1.jpg
FBemLbqWEAIiLm1.jpg (215.63 KiB) געזען 1785 מאל

*

אין רעאקציע האט די פאנזשיר ווידערשטאנד ארויסגעלייגט בילדער פון אירע קעמפפער....

*
אבדול ראכמאן מאהווין - א שטארקער אדוואקאט פאר מינאריטעט רעכטן איז אומגעקומען אין אן אטענטאט אין דשאללאבאד, אייסיס האט גענומען פאראנטווארטליכקייט

*

סיריע

רוסלאנד האט אדורכגעפירט א באמבאדירונג אינעם מארענע געגנט צפון פון אלעפפא וועלכע איז אונטער קורדישע קאנטראל, די באמבע האט נישט אויפגעריסן

*

קורדישע קרעפטן האלטן אפ ווייטערדיגע נצחונות קעגן די רעשטלען אייסיס קעמפפער אינעם דאיר-עס-זאר געגנט (זעה מאפע)

*

א קאר באמבע האט אויפגעריסן אינעם רעבעלן קאנטראלירטער שטח אין סיריע צפון-מזרח פון אללעפא, קיינע אומגעקומענע אדער פארוואונדעטע

*

עטליכע ציווילע - אריינגערעכנט קינדער זענען קריטיש פארוואונדעט געווארן פון א סירישער באמבאדירונג אינעם קפר'אמא געגנט פון אלעפפא

*

טערקיי האט באמבאדירט קורדישע פאזיציעס אין סיריע

*

סטעיט דעפארטמענט: די פייער אפשטעל אין צפון מזרח סיריע (לייען: קורדן-טערקיי) דארף אפגעהיטן ווערן, און מען מוז אפשטעלן אריבער די גרעניץ אטאקעס

*

אן אויפרייס האט פאסירט אין רעבעלן קאנטראלירטער שטח אין אפרין (קוקנדיג אויפן מאפע, דאס איז די זעלבע ארט ווי די נעכטיגע אויפרייס)

*

מיטל מזרח אין אלגעמיין

אין לבנון איז די אויספארשונג אינעם מאסיוון אויפרייס ביים פארט צום צווייטן מאל סוספענדירט געווארן

*

איזראעלישער אויסערן מיניסטער יאיר לפדי האט זיך געטראפן מיט אמעריקאנער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער סיליווען רעדן איבער די געברויך פאר אן אנדערע פלאן מיט איראן אויסער די נוקלעארע דיעל

*

די יו ען האט פארלאנגט פון איראן נישט אויסצופירן א טויט אורטייל אויף ארמאן אבאדאלאלי אויף מאד קלאגעס ווען ער איז אלט געווען 17 יאר, און בעט איראן אפצושטעלן טויט שטראף פאר פארברעכנס דורך קינדער

*

איראק

די סאדריסט פארטיי האלט פאראויס אין די וואלמן האבנדיג 73 זיצן אינעם פארלאמענט, איבערן לאנד האבן פארשידענע מיליצן וואס זענען אומצופרידן מיט די רעזולטאטן בלאקירט שטראזן וכדו'
האידי על אמירי - די פירער פון איינע פון די פרא-איראן מיליצן האט געזאגט אז עס איז נישט דא קיין שום וועג וויאזוי ער קען אקצעפטירן די פאלשע אויפגעמאכטע רעזולטאטן, זאגנדיג פאר רויטערס: "מיר וועלן אדורכפירן געוואלדטאטן צו ארזיכערן אז מיר פארלירן נישט אונזער איינפלוס", און האט געדראעט אלע אירע קעמפפער וואס שטיצן איר נישט אז זיי וועלן אפגעזאגט ווערן (די קעמפפער קעמפפן פאר געלט, נישט אידעאלאגיע)

מוקטאדא אל סאדר - דער גרינדער פונעם סאדריסט פארטיי ווארנט מיט קאנסקווענצן

די יו ען זאגט אז עס זענען נישט געווען קיין פעלשונגען אינעם וואל פראצעס

דער פרעזידענט פונעם איראקער אטאנאמישער קורדישער ראיאן זאגט אז א רעגירונג וועלכע וועט קאנטראלירן דאס לאנד און אפשטעלן די באוואפנטע מיליצן מו פארמירט ווערן

*

צפון קארעא

ערשטע בילד פון זייער נייע הייפערסאניק מיסיל טראק

*

צפון קארעא פירער קים יאנג אן זאגט אז די געווער דעוועלאפמענט דורך זיין לאנד איז פשוט זעלבסט פארטיידיגונג אין ליכט פון אמעריקא'ס וואפן און מיליטערישע איינריכטונגען אין דרום קארעא

*

פוילן-בעלארוס

בעלארוס האט געמאלדן אז איר קאנסול-גענעראל אין ניו יארק וועט אויפהערן ארבעטן און וועט זיך אומקערן אהיים אויפן פארלאנג פון אמעריקא

אוקריינע

אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר לאיד אוסטין וועט באזוכן אין אוקריינע און גרוזיע ביי זיין באזוך אין אייראפע קומענדיגע וואך

*

די אי יו האט אונטערגעשריבן אן "אפענע הימלען" אפמאך מיט אוקריינע

*

די אי יו פארשטייער און די אוקריינער פארשטייער האבן אויך דיסקוסירט די מצב אינעם דונבאס ראיאן - וואו פרא-רוסישע רעבעלן (און רוסישע טרופן) האבן פארכאפט עטליכע געגנטער אין אוקריינע.
פרעזידענט זעלענסקי: "רוסלאנד איז א זיכערע פארטיי אין דעם קאנפליקט"

*

רוסלאנד

רוסישער אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו האט קריטיקירט די אמעריקאנער מיליטער זאגנדיג "אמעריקא האט פלאצירט אירע טרופן ארויסגענומען פון אפגאניסטאן אין פארשידענע לענדער אין אזיע, דאס איז א פרואוו אנצוהייצן די סיטואציע אויפן קאנטינענט"

*

פוטין האט זיך געטראפן מיט פרעזידענט פון ארמעניע

*

נער נייער יאפאנעזישער פרעימער מיניסטאר זאגט אז יאפאן איז בעל הבית אויף די קוריל אינזלען און ער וויל עס יעצט מסדר זיין און נישט עס איבערלאזן פאר די קומענדיגע גענעראציעס,
קרעמלין ווארטזאגער דמיטרי פעסקאוו: רוסלאנד האלט נישט ווי יאפאן איבער יאפאנעזער טענות אויף די קוריל אינזלען, נאר רוסלאנד איז בעל הבית דערויף

די קוריל אינזלען איז שוין אן אלטע טעריטאריע אויף וועלכע די צוויי לענדער קריגן זיך, טראץ וואס רוסלאנד איז פאקטיש אין קאנטראל דערויף

*

אמעריקאנער באאמטע אפגעהאלטן זיצונג אין רוסלאנד מיט רוסישע באאמטע וואו עס איז באשלאסן געווארן צו........... אפהאלטן א סעריע זיצונגען צווישן די צוויי לענדער - ווארשיינליך צווישן נידריג ראנגיגערע באאמטע

*

דער רוסישער דומא (פארלימענט) איז זיך היינט צאמגעקומען צום ערשטן מאל זינט די וואלן אין רוסלאנד (בערך א מאנאט צוריק), פוטין האט געהאלטן אן ערעפענונגס רעדע, און 13 מעמבערס האבן זיך נישט באטילליגט צוליב'ן אנגעשטעקט ווערן מיט קאראנע

*

מיאנמאר

א באמבע אויפרייס און שיסערייען געהערט געווארן אין פארקאנקיון געגנט אין מיאנמאר

*

רעבעלן האבן אטאקירט א קאנוואוי פון מיליטערישע טרעקלעך פארוואנדענדיג עטליכע סאלדאטן און אויפרייסנדיג א מיליטערישע טרעקל

*

פראטעסטן אין עטליכע געגנטער קעגן די מיליטערישע כונטא רעגירונג צום יארטאג פון עפעס א פרייהייט קעמפפער אין מיאנמאר

*

5 כונטא טרופן אריינגערעכנט א קאמאנדיר אומגעקומען פון רעבעלן אטאקעס
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

פאליטישע עקספערט איר קומט אריין זייער קלאר! גיי אן!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

הערליכע און געשמאקע באריכט! ש'כח.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

יש לו מנה האט געשריבן:הערליכע און געשמאקע באריכט! ש'כח.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:שכ'ח נאכאמאל.
מאך איבער די לייקס טעגליך. וועל איך קענען קוועטשן נאכאמאל.

ש'כח פארןן ש'כח'ן, אדערווייל קענסטו יעדן טאג קאמענטירן, ביז די מנהלים העלן צולייגן אזא אפציע
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

צוקער וואסער האט געשריבן:פאליטישע עקספערט איר קומט אריין זייער קלאר! גיי אן!

א דאנק פארן דאנקען
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יש לו מנה האט געשריבן:הערליכע און געשמאקע באריכט! ש'כח.

די חיזוק איז אפרישיעיטעט
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מאסיוו. די מאפעס, אויסטערליש קלאר. האבעך זייער הנאה געהאט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

היכי תמצא האט געשריבן:מאסיוו. די מאפעס, אויסטערליש קלאר. האבעך זייער הנאה געהאט.

ש'כח

די מאפעס זענען נישט ממש אקוראטע, ווייל כ'האב עס נישט אליינס צאמגעשטעלט, אפשר א צווייט מאל

אינטערעסאנטע ארטיקלען

סי ען ען מיט גאר א שווארצע פאראויסשאצונג אויף '24 למס' אז טראמפ וועט ווידער לויפן, געוואונען די רעפובליקאנער נאמינאציע, און פארלירן, און שטייצעך נישט אנערקענען די פארלוסט.
אבער דא קומט די שרעקעדיגע חלק!
אנדערש ווי פאריגעס מאל, וועט שוין אויף דעמאלטס טראמפ האבן אריינגעשטעלג גענוג לאיאליסטן אין פארשידענע סטעיטס, און עס וועט קומען צו א מצב וואו ביידע זייטן וועלן זיך דערקלערן פרעזידענט (ד.מ. אז אפילו מאנאטן נאך די וואלן - אום יאנואר - וועלן זיך ביידע זייטן נאך האלטן ביי זייערס) און די כאאס און ראיאטן פון יאנואר דעם זעקסטן וועלן זיין ניטאמאל א קינדערשפיל קעגן די ראיאטן וואס וועט דעמאלטס זיין...
עס איז אזויווי על קאידא, די ערשטע מאל זענען זיי געקומען מיט א ווען, די צווייטע מאל זענען זיי געקומען מיט פליגערס!

סי ען ען פארענדיגט, אז א יאר צוריק וואלט ער אויך געלאכט, אבער יעצט נאכן מיטהאלטן אזא יאנואר דעם זעקסטן און זעענדיג ווי טראמפ גרייט זיך....

איך ווייס אז דאס באלאנגט ווען ענדערש אין פארברענגען, אבער אז דאס איז וואס סי ען ען זאגט ברענגמירעס

*

פרא-פובליקא מיט א באזארגנדע באריכט איבער די לעצטערע מגיפה פון רעזיגנאציעס פון אומפארטייאישע וואל באאמטע וועלכע ווערן איבערגענומען דורך אומערפארענע פארטייאישע באאמטע

*

די ניו יארק טיימס מיט אן ארטיקל אז אן אומוואקסינירט קינד, איז מער באשיצט פון קאוויד ווי א זיבעציג יעריגער וואקסינירטער

*

בעת 64% רעפובליקאנער אין א סי בי עס אנקעטע (גענוג א קליינע ציפער...) זאגן אז זיי זענען פאר די וואקסין, ווען עס קומט אבער צו א וואקסין מאנדאט, פאלט עס צו בלויז א פערטל רעפובליקאנער

*

אין כינע איז די מצב אביסל אנגעצויגן

א שטארקע אנגעצויגנקייט הערשט ביי די גרעניץ צווישן כינע און אינדיע - צוויי נוקלעארע מאכטן, אין ראם פון א גרעסערע ויכוח איבער די גרעניצן וועלכע האט זיך פאראיאר אויסגעלאזט מיט צוואנציג טויטע אינדיאנער, און פיר כינעזער.

לויט די עקספערטן קען זיך די דאזיגע אנגעצויגנקייט פיל שנעלער ארויס גליטשן פון קאנטראל ווי די אנגעצויגנקייט מיט טאיוואן

די כינעזער רעגירונגס קאנטרילירטע גלאבעל טיימס האט - שטייצעך - באשולדיגט אמעריקא אין אנדרייען סיי די טאיוואנעזער קריזיס, און סיי די אינדיאנער...

*

די צוזאמענפאל פונעם כינעזער ריעל עסטעיט אינדוסטריע האט דערווייל נישט געצייגט קיין צייכענעס פון זיך אפשטעלן, און אויב וועט עס ווייטער פאלן קען עס אונטערברענגען די כינעזער עקענאמיע און צוברענגען א רעסעסיע

די צוזאמענפאל קומט צוליב די נאטור פון די כינעזער ריעל עסטעיט אינדוסטריע, וואס האט נישט געבויט באזירט אויף די פארלאנג, אדער מיט פלענער אנצופילן די בנינים, נאר בלויז כדי צו קענען נעמען געלט פון אינוועסטירער, די רעזולטאטן זענען שדים-שטעט, גאנצעטע פוסטע שטעט.
און די אפוועזנהייט פון נארמאלע מערב-וועלט רעגולאציעס האבן נאר פארערגערט די מצב.

איצט האט די באבל געקראכט, און עס בלייבט צו זען צי ס'וועט געלונגען פאר די רעגירונג עס אפצושטעלן איידער די גאנצע עקענאמיע לייגט זיך צאם

*

איין לעצטע קלייניגקייט, סי ען ען מיט א באריכט אז די טאליבאן האט באפוילן איר רעליגיעזע פאליציי זיך צו באגיין ווייכער - אבער די מענטשן קרעכצן
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דאס האט געדארפט צו קומען שפעט נאכמיטאג אבער צוויי אנדערע אשכולות וואס כאגעעפנט האבן עס אויפגעהאלטן
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
סי ען ען מיט גאר א שווארצע פאראויסשאצונג אויף '24 למס' אז טראמפ וועט ווידער לויפן, געוואונען די רעפובליקאנער נאמינאציע, און פארלירן, און שטייצעך נישט אנערקענען די פארלוסט.
אבער דא קומט די שרעקעדיגע חלק!
אנדערש ווי פאריגעס מאל, וועט שוין אויף דעמאלטס טראמפ האבן אריינגעשטעלג גענוג לאיאליסטן אין פארשידענע סטעיטס, און עס וועט קומען צו א מצב וואו ביידע זייטן וועלן זיך דערקלערן פרעזידענט (ד.מ. אז אפילו מאנאטן נאך די וואלן - אום יאנואר - וועלן זיך ביידע זייטן נאך האלטן ביי זייערס) און די כאאס און ראיאטן פון יאנואר דעם זעקסטן וועלן זיין ניטאמאל א קינדערשפיל קעגן די ראיאטן וואס וועט דעמאלטס זיין...
עס איז אזויווי על קאידא, די ערשטע מאל זענען זיי געקומען מיט א ווען, די צווייטע מאל זענען זיי געקומען מיט פליגערס!

סי ען ען פארענדיגט, אז א יאר צוריק וואלט ער אויך געלאכט, אבער יעצט נאכן מיטהאלטן אזא יאנואר דעם זעקסטן און זעענדיג ווי טראמפ גרייט זיך....

דערמאנט מיר פון די ארטיקלען אויב טראמפ גייט נישט ארויס פון ווייסען הויז.... עני פרעסטישזפולע נייעס עגענסי וואלט זיך געדארפט שעמען מיט די סארט ארטיקלען.

מיי אפיניען
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:מאסיוו. די מאפעס, אויסטערליש קלאר. האבעך זייער הנאה געהאט.

ש'כח

די מאפעס זענען נישט ממש אקוראטע, ווייל כ'האב עס נישט אליינס צאמגעשטעלט, אפשר א צווייט מאל

איך האב באמערקט אז עס איז פון יאהרע 19', אבער דאך בעסער ווי בלינד..
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

היכי תמצא האט געשריבן:

דאס איז געווען די חשבון... ש'כח
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

פון אמעריקע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
סי ען ען מיט גאר א שווארצע פאראויסשאצונג אויף '24 למס' אז טראמפ וועט ווידער לויפן, געוואונען די רעפובליקאנער נאמינאציע, און פארלירן, און שטייצעך נישט אנערקענען די פארלוסט.
אבער דא קומט די שרעקעדיגע חלק!
אנדערש ווי פאריגעס מאל, וועט שוין אויף דעמאלטס טראמפ האבן אריינגעשטעלג גענוג לאיאליסטן אין פארשידענע סטעיטס, און עס וועט קומען צו א מצב וואו ביידע זייטן וועלן זיך דערקלערן פרעזידענט (ד.מ. אז אפילו מאנאטן נאך די וואלן - אום יאנואר - וועלן זיך ביידע זייטן נאך האלטן ביי זייערס) און די כאאס און ראיאטן פון יאנואר דעם זעקסטן וועלן זיין ניטאמאל א קינדערשפיל קעגן די ראיאטן וואס וועט דעמאלטס זיין...
עס איז אזויווי על קאידא, די ערשטע מאל זענען זיי געקומען מיט א ווען, די צווייטע מאל זענען זיי געקומען מיט פליגערס!

סי ען ען פארענדיגט, אז א יאר צוריק וואלט ער אויך געלאכט, אבער יעצט נאכן מיטהאלטן אזא יאנואר דעם זעקסטן און זעענדיג ווי טראמפ גרייט זיך....

דערמאנט מיר פון די ארטיקלען אויב טראמפ גייט נישט ארויס פון ווייסען הויז.... עני פרעסטישזפולע נייעס עגענסי וואלט זיך געדארפט שעמען מיט די סארט ארטיקלען.

מיי אפיניען

געקלערט די זעלבע, דאך איז אבער דא א שטיקל חילוק.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פון אמעריקע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
סי ען ען מיט גאר א שווארצע פאראויסשאצונג אויף '24 למס' אז טראמפ וועט ווידער לויפן, געוואונען די רעפובליקאנער נאמינאציע, און פארלירן, און שטייצעך נישט אנערקענען די פארלוסט.
אבער דא קומט די שרעקעדיגע חלק!
אנדערש ווי פאריגעס מאל, וועט שוין אויף דעמאלטס טראמפ האבן אריינגעשטעלג גענוג לאיאליסטן אין פארשידענע סטעיטס, און עס וועט קומען צו א מצב וואו ביידע זייטן וועלן זיך דערקלערן פרעזידענט (ד.מ. אז אפילו מאנאטן נאך די וואלן - אום יאנואר - וועלן זיך ביידע זייטן נאך האלטן ביי זייערס) און די כאאס און ראיאטן פון יאנואר דעם זעקסטן וועלן זיין ניטאמאל א קינדערשפיל קעגן די ראיאטן וואס וועט דעמאלטס זיין...
עס איז אזויווי על קאידא, די ערשטע מאל זענען זיי געקומען מיט א ווען, די צווייטע מאל זענען זיי געקומען מיט פליגערס!

סי ען ען פארענדיגט, אז א יאר צוריק וואלט ער אויך געלאכט, אבער יעצט נאכן מיטהאלטן אזא יאנואר דעם זעקסטן און זעענדיג ווי טראמפ גרייט זיך....

דערמאנט מיר פון די ארטיקלען אויב טראמפ גייט נישט ארויס פון ווייסען הויז.... עני פרעסטישזפולע נייעס עגענסי וואלט זיך געדארפט שעמען מיט די סארט ארטיקלען.

מיי אפיניען

איך בין גענצליך מיט דיר, איך גלייב אז די אויבנדערמאנטע נייעס אגענטור זעהט זיך אליינס נישט מיט פרעסטיזש.. איך דענק אז גלייך נאך וואס טראמפ האט פארלוירן (?) די וואלן האט די קאמפעני צו וואס סי.ען.ען. באלאנגט, פרובירט צו פארקויפן די דאזיגע נייעס אגענטור זאגנדיג אז די צאל וואטשערס וועט פאלן זינט עס וועט שוין נישט זיין וואס צו רעדן פון טראמפ (אויב מ'וויל, קאן איך אפיר זוכן די ארטיקל דערפון).

אז מ'גייט שוין מיט די סי.ען.ען. מהלך, שלאג איך פאר אז טראמפ וועט אריינגעבן אנקלאגעס פון 'וואוטער פראוד' אין אלע 50 שטאטן 6 חדשים פאר די וואלן..
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

א דאנק הרב פאליטישע עקספערט פאר די קלארע כסדר'דיגע באריכטן! עס איז שטארק עפרישיעיטעט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:א דאנק הרב פאליטישע עקספערט פאר די קלארע כסדר'דיגע באריכטן! עס איז שטארק עפרישיעיטעט.

א דאנק פאר אייער דאנק, עס איז באמת א חיזוק
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

סי ען ען אנאלאזירט די מצב אין די פענסילוועניע גאווערנער פארמעסט מיט א בליק אויף פאראויס זאגנדיג אז דאס קען אנטשיידן די '24 פרעזידענט פארמעסט צווישן ביידען און טראמפ.

זינט פענסילוועניע איז די לעצטע פאר פארמעסטן געווען גאר שמאל, וועט נאר א דעמאקראטישער גאווערנער פארזיכערן אז טראמפ קען נישט רויבן די עלעקשאן, בעת א רעפובליקאנער - טראמפ אינדארסירטע קען נאר פארענגערן די מצב.

*

סי ען ען עצה'ט צו האלטן אן אויג אויף די נייע קאנגרעס קריפטא-וואלוטע רעגולאציעס וועלכע וועלן זיין א חלק פון די אינפראסטרוקטור ביל 'ווייל א גרויס טייל רעפרעזענטיוון הייבן נישט אן צו פארשטיין די בעיסיקס פון די היינטיגע טעכנאלאגיע'

*

די אטלאנטיק מיט עפעס וואס זי רופט אן זייער שרעקעדיג: טראמפ קען מעגליך געוואונען אין 24' - אן עס רויבן
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נאך א וויכטיגע פונקט פון סי ען ען: אנעמפלוימענט איז 'נישט' די סיבה פארוואס מענטשן גייען נישט ארבעטן. - והא ראי' ווייל אין די פלעצער וואו ס'האט זיך שוין אפגעשטעלט לויפן נישט מענטשן צו די ארבעט. אבער איז מודה אז ס'האט מעגליך געהאט א קליינע עפעקט, אבער היות די דאטא איז נאר פון צוויי מאנאטן 'ווילן די עקספערטן נישט ציען מסקנות פון אזא קורצע צייט'
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

איך ווייס אז עס באלאנגט נישט דא אבער @פאליטישע עקפערט זע איך שוין פאר וואס די נויגס מער אויף יענע זייט. די האסט צופיל פין סי ען ען
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אזוי זאג איך האט געשריבן:איך ווייס אז עס באלאנגט נישט דא אבער @פאליטישע עקפערט זע איך שוין פאר וואס די נויגס מער אויף יענע זייט. די האסט צופיל פין סי ען ען

פונקט פארקערט, די ערשטע מאל וואס כ'האב אנגעהויבן גלייבן אז סי ען ען איז באמת בייעסד איז נאכן דאס ליינען...
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”