ער וואלט עס קיינמאל נישט געטוהן ווען נישט ער טוט איצט עסקנות אין דעם געביט וואס גיבט אים א שטערקערע הנאה נישט צו זיין ביי זיין קינדס שמחה ווי יא.moishy56 האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 27, 2023 7:11 pmמזל טוב הרב יונתן שווארץ!
אפאר שעה צוריק האט העסקן הרב יונתן שווארץ געגעבן א גרויסע דרשה אין מאנטשעסטער.
ער האט אנגעהויבן די דרשה מיט די דאזיגע ווערטער:
''נעכטן נאכט איז מיין זוהן א חתן געווארען, בשעת איך בין געוועהן דא אין מאנטשעסטער!
מיין זוהן האט געוואלט ווארטן אויף מיר 3 טעג, אבער איך האב נישט געלאזט. דעת תורה האט מיר אויסגעלערנט, אז א שידוך שטיפט מען נישט אפ''!
ער האט נישט געזאגט צו עס איז זיווג ראשון אדער נישט, אבער מיר אלע וואונטשען אים א הערצליכע מזל טוב!
העט ער ווען געווען א שטילע אידל זיך געפונעדיג אין אייראפע פאר א משפחה שמחה, מקומות הקדושים אדער א ביזנעס טריפ וואלט אים נישט געשמעקט אז מ'מאכט א שמחה אן אים.
איינע פון די שטערקסטע טולס אנצוהאלטן אונזער הייליגע שידוכים סיסטעם און וועג פון פאמיליע לעבן איז דאס מאכן פרייליכע שמחות ווי משפחה און גוטע פריינד קומען און פרייען זיך ווען דורות ריקן זיך פאראויס בס"ד. א שידוך, א חתונה, א שמחה איז נישט א "פליי-ביי" געשעעניש.
איך גיב ווייטער מיין ביז איצטיגע שטיצע פאר ר' יונתן אויף זיין רעוואלוציע בעניני שידוכים אריינגערעכנט זיין הילף פאר עלטערע בחורים און מיידלעך וואס מאכן זיך חתונה אנע עלטערן על פי דעת תורה, ער טוט א געוואלדיגע ארבעט וואס וועט האפנטלעך דורכברעכן די טיפשות אדער רשעות פון עלטערן וואס קוקן אויף זיך און זייער כבוד ווי איידער די אמת'ע אינטערעסן פון זייערע קינדער כשהגיע לפרקם.
אלץ יחיד ווען ער טוט ווען אזוי זאך וואלט מיך נישט אנגעגאנגען כאטש וואס איך וואלט אים נישט געעצהט אזוי צו טוהן. כאטש וואס איך ווייס אז אינדערהיים איז אזוי געווען איז דאן געווען נאך זאכן וואס היינט איז נישט שייך, אבער ער קען טוהן וואס ער וויל.
אלץ עסקן ווען ער טוט אזא זאך זאגט עס מיר נישט אז ער טוט עפעס וואס איך דארף מיך אפלערנען דערפון נאר אז ער טוט עס מיר צו ווייזן אז ער איז אריינגעפארן אין זיין וועלט פון עסקנות און דארט איז ער מיט אלע פיר. דאס קען מאכן אז מ'זאל זיך פילן דיסקאנעקטעט פין זיינע פעולות הכבירים.
זיי דא מיט'ן עולם אן גראונד און גיי אן מיט די עבודת הקודש, איינמאל מענשטן שפירן ער איז נישט מיט אונז קען דאס האבן א קאנטער עפעקט.
נאכאמאל, אלץ יחיד גייט מיך נישט אן וואס ער טוט און ס'איז נישט ריכטיג צו רעדן פון א מענטש'ס פריוואטע לעבן. אלץ א פובליק עסקן ווי רעכטדענקינגע מענשטן שטיצן זיין געוואלדיגע ארבעט גלויב איך אז דאס קלינגט נישט גוט אפ.
און יא, א הארציגן מזל טוב פאר אים אין זיין משפחה, זאָל ער זעהן אסאך אידיש נחת (יא נאכאלץ וואונטש מען אז מען זאל נחת פון די קינדער כאטש וואס מיר זעהן דא פאר זיי און נישט זיי פאר אונז) און קענען אויפטאן פאר כלל ישראל אויף אזא פארווייטאגטע נושא.