בארייכערט אייער וואקאבולאר

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מיר אלע זענען באקאנט מיט אסאך ווערטער וואס ענדיגן זיך -לאגיע. דער סופיקס לאגיע קומט פון אלט גריכיש, און באדייט א חכמה, א לערע, אדער עפעס וואס מ'זאגט.

אין ענגליש זענען פארהאן היינט צוטאגס עטליכע הונדערט ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט -לאגיע. די מערהייט פון זיי זענען באניצט אין וויסנשאפט, וואו יעדער מקצוע פון סייענס ווערט אנגערופן מיט'ן נאמען + לאגיע, און דער וואס איז עוסק אין דעם תחום הייסט -לאגיסט/ין. אבער ביי א חלק פון די ווערטער איז דער באדייט עפעס בשייכות מיט זאגן. אזוי ווי אַנטאָלאָגיע, וואס איך האב געשריבן צוויי תגובות צוריק, און אזוי ווי apology, וואס מיינט אין גריכיש "זאגן עפעס אין פארטיידיגונג".

פארשטייט זיך אז די ווערטער מעגן אויך ווערן אידיש. מ'נעמט עס נאר פון ענגליש, וויבאלד זי איז די וויסנשאפטליכע שפראך היינט צוטאגס. אבער באמת קומען די ווערטער פון פראנצויזיש און אנדערע שפראכן, ממילא מעג מען עס אוודאי אויך ניצן אין אידיש. חוץ, פארשטייט זיך, ווערטער וואס האבן אן אנדער ווארט אין אידיש, א שטייגער ווי apology-אנטשולדיגונג.

איך וועל פרובירן אין דער קומענדיגער שטיק צייט צו ברענגען אזעלכע ווערטער מיט זייער באדייט, יעדע תגובה מיט נאך איינס אדער עטליכע ווערטער, עד מקום שידי מגעת. איך וועל אנהייבן מיט די קלענערע ווערטער, וואס אסאך פון זיי זענען מער באקאנט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ביאָלאָגיע (biology) = די חכמה פון לעבעדיגע זאכן. דאס נעמט אריין די וויסנשאפט איבער מענטשן, באשעפענישן, אדער לעבעדיגע ארגאנען.

געאָלאָגיע (geology) = די חכמה פון דער ערד. דאס נעמט אריין דאס שטודירן די ערד פון דער וועלט צי אנדערע פלאנעטן אדער ספעציפיש די ערד פון א געוויסן פלאץ.

אַנאַלאָגיע (analogy) = פארגלייכן צוויי זאכן ("לאגיע" דא באדייט רעדן).

עקאָלאָגיע (ecology) = דאס שטודירן ווי אזוי צוויי זאכן ארבעטן אינאיינעם. דאס קען מען ניצן אויף אסאך ערטער, אבער באזונדער ניצט מען עס אין ביאָלאָגיע, צו פארשטיין ווי אזוי צוויי ארגאנען אינעם מענטש אפערירן אינאיינעם. עקאָ אין גריכיש מיינט א הויז.
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום זונטאג פעברואר 19, 2023 2:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אז מיר ווייסן אז לאָגיע קען מיינען רעדן, וועלן מיר פארשטיין דעם באדייט פון מאָנאָלאָג און און דיאַלאָג. מיר האבן שוין געברענגט אז מאָנאָ מיינט איינס און דיאַ מיינט צוויי. אלזא, מאָנאָ + לאָג = איינער וואס פירט א געשפרעך אליין (דער אנדערער הערט נאר אויס און רעדט גארנישט; דיאַ + לאָג = א געשפרעך צווישן צוויי מענטשן.

יעצט לאמיר זען אן ענליכן באדייט צום דערמאנטן: דיאַלאָגיע. דאס איז ווען ס'איז דא א פאר פון צוויי זאכן, צב"ש פילמס אדער אלבומס, וואס גייען אינאיינעם.

וויבאלד מיר קענען דאס ווארט, קען מען גרינג פארשטיין די איבריגע ווערטער, ווען ס'זענען דא דריי, פיר, אא"וו וואס גייען אינאיינעם:

טרילאָגיע = דריי אינאיינעם.
טעטראַלאָגיע = פיר אינאיינעם.
פּענטאַלאָגיע = פינף אינאיינעם.
העקסאַלאָגיע = זעקס אינאיינעם.
העפּטאַלאָגיע = זיבן אינאיינעם.
אָקטאַלאָגיע = אכט אינאיינעם.
ענעאַלאָגיע = ניין אינאיינעם.
דעצאַלאָגיע = צען אינאיינעם.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
מיר אלע זענען באקאנט מיט אסאך ווערטער וואס ענדיגן זיך -לאגיע. דער סופיקס לאגיע קומט פון אלט גריכיש, און באדייט א חכמה, א לערע, אדער עפעס וואס מ'זאגט.

אין ענגליש זענען פארהאן היינט צוטאגס עטליכע הונדערט ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט -לאגיע.

איך וועל פרובירן אין דער קומענדיגער שטיק צייט צו ברענגען אזעלכע ווערטער מיט זייער באדייט, יעדע תגובה מיט נאך איינס אדער עטליכע ווערטער, עד מקום שידי מגעת. איך וועל אנהייבן מיט די קלענערע ווערטער, וואס אסאך פון זיי זענען מער באקאנט.
א דאנק פאר די ביז יעצטיגע, כ'ווארט פאר נאך.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
אז מיר ווייסן אז לאָגיע קען מיינען רעדן, וועלן מיר פארשטיין דעם באדייט פון מאָנאָלאָג און און דיאַלאָג. מיר האבן שוין געברענגט אז מאָנאָ מיינט איינס און דיאַ מיינט צוויי. אלזא, מאָנאָ + לאָג = איינער וואס פירט א געשפרעך אליין (דער אנדערער הערט נאר אויס און רעדט גארנישט; דיאַ + לאָג = א געשפרעך צווישן צוויי מענטשן.

יעצט לאמיר זען אן ענליכן באדייט צום דערמאנטן: דיאַלאָגיע. דאס איז ווען ס'איז דא א פאר פון צוויי זאכן, צב"ש פילמס אדער אלבומס, וואס גייען אינאיינעם.
ש'כח. שוין געזען דיזע ווערטער אומצאליגע מאל און קיינמאל אריינגעטראכט וואס עס באדייט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

גרשון האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:03 am
ביאָלאָגיע (biology) = די חכמה פון לעבעדיגע זאכן. דאס נעמט אריין די וויסנשאפט איבער מענטשן, באשעפענישן, אדער לעבעדיגע ארגאנען.

געאָלאָגיע (geology) = די חכמה פון דער ערד. דאס נעמט אריין דאס שטודירן די ערד פון דער וועלט צי אנדערע פלאנעטן אדער ספעציפיש דער ערד פון א געוויסן פלאץ.

אַנאַלאָגיע (analogy) = פארגלייכן צוויי זאכן ("לאגיע" דא באדייט רעדן).

עקאָלאָגיע (ecology) = דאס שטודירן ווי אזוי צוויי זאכן ארבעטן אינאיינעם. דאס קען מען ניצן אויף אסאך ערטער, אבער באזונדער ניצט מען עס אין ביאָלאָגיע, צו פארשטיין ווי אזוי צוויי ארגאנען אינעם מענטש אפערירן אינאיינעם. עקאָ אין גריכיש מיינט א הויז.
ווען "די" און ווען "דער"?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דער איז א טעות דא; ס'קומט די. ש'כח פאר'ן אנמערקן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

זאָאָלאָגיע (zoology) = דאס שטודירן חיות; זייער געבוי, משפחה, ווי אזוי און וואו זיי לעבן, אד"ג.

פיזיאָלאָגיע (physiology) = א צווייג פון ביאָלאָגיע, וואס גיבט זיך אפ מיט'ן פארשטיין ווי אזוי געוויסע לעבעדיגע באשעפענישן אדער אָרגאַנען פונקציאנירן. פיזיאָלאָגיע איז א כלליות'דיגער נאמען, אבער אסאך זאכן פארמאגן א נאמען פאר זיך, צב"ש די פיזיאָלאָגיע פונעם הארץ, מח, אא"וו (פיזי = נאטור).

אָטאָלאָגיע (otology) = דאס שטודירן דעם אויער.

מיאָלאָגיע (myology) = דאס שטודירן די מוסקלען.

אָראָלאָגיע (orology) = דאס שטודירן בערג.

נעאָלאָגיע (neology) = די חכמה פון שאפן נייע ווערטער (נעאָ = ניי).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אידעאָלאָגיע (ideology) = א וועג פון טראכטן; מערערע אידעען צוזאמען. דער ערשטער צו ניצן דאס ווארט מיט'ן באדייט וואס איז היינט באקאנט איז געווען נאפאלעאן.

טעאָלאָגיע (theology) = דאס לערנען איבער גא-ט אדער רעליגיע (טעאָ = גא-ט).

אָנקאָלאָגיע (oncology) = דאס שטודירן טומארס ל"ע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מיטאָלאָגיע (mythology) = לערנען איבער אלטע מיטאָסן, אדער א זאמלונג פון מיטאָסן פון א געוויסן פאלק אד"ג.

עטיאָלאָגיע (US: etiology, UK: aetiology) = דער שורש פון וואו עפעס שטאמט, צב"ש זיין היסטארישן אדער מיטאָלאָגישן מקור. בעיקר באניצט אין מעדיצין, צו פארשטיין ווי אזוי א מחלה האט זיך אנגעהויבן.

אַרכעאָלאָגיע (archaeology) = לערנען און פארשן אלטע חפצים (אַרכעאָ = אלט).

טאָפּאָלאָגיע (topology) = צו פארשטיין ווי אזוי א קאמפליצירטע זאך איז צוזאמגעשטעלט, צב"ש א קאמפיוטער נעטווארק (טאָפּאָ = פלאץ).

טיפּאָלאָגיע (typology) = איינצוטיילן זאכן לויט זייערע טיפן. באניצט אסאך אין אַרכעאָלאָגיע.

פּסיכאָלאָגיע (psychology) = פארשטיין דעם מענטשליכן מוח (פּסיכאָ = נפש).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 3:22 pm

זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו. גיי אן!!
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

בארייכערט אייער וואקאבולאר - לאגיע.pdf
(78.96 KiB) געווארן דאונלאודעד 47 מאל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יאג דיך נאכנישט, כ'האב נאך אסאך סחורה צו לייגן אי"ה :wink:
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

תגובה דורך ממוצע »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 3:22 pm
מיטאָלאָגיע (mythology) = לערנען איבער אלטע מיטאָסן, אדער א זאמלונג פון מיטאָסן פון א געוויסן פאלק אד"ג.

עטיאָלאָגיע (US: etiology, UK: aetiology) = דער שורש פון וואו עפעס שטאמט, צב"ש זיין היסטארישן אדער מיטאָלאָגישן מקור. בעיקר באניצט אין מעדיצין, צו פארשטיין ווי אזוי א מחלה האט זיך אנגעהויבן.

אַרכעאָלאָגיע (archaeology) = לערנען און פארשן אלטע חפצים (אַרכעאָ = אלט).

טאָפּאָלאָגיע (topology) = צו פארשטיין ווי אזוי א קאמפליצירטע זאך איז צוזאמגעשטעלט, צב"ש א קאמפיוטער נעטווארק (טאָפּאָ = פלאץ).

טיפּאָלאָגיע (typology) = איינצוטיילן זאכן לויט זייערע טיפן. באניצט אסאך אין אַרכעאָלאָגיע.

פּסיכאָלאָגיע (psychology) = פארשטיין דעם מענטשליכן מוח (פּסיכאָ = נפש).
הייסט אז די וואס זאגן "מיטאלאגישער גבאי פון שומר שבת".. זאגן בעצם אז דאס גאנצע זיין א גבאי איז א "מיטאס"?...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ווער זאגט אזוי?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

געדענק שוין נישט וועלכע האטליין רעדנער...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אין עברית קענסטו אסאך מאל זעהן גבאי המיתולוגי. בית המדרש המיתולוגיה.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2261
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

ממוצע האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 11:06 pm
אין עברית קענסטו אסאך מאל זעהן גבאי המיתולוגי. בית המדרש המיתולוגיה.
פונקט ווי לעגענדארע, פונעם ווארט לעגענדע.
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 9:34 pm
יאג דיך נאכנישט, כ'האב נאך אסאך סחורה צו לייגן אי"ה :wink:
איך וועל עס אי"ה אפדעיטן (אקטועליזירן = דייטש)
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ממוצע האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 11:06 pm
אין עברית קענסטו אסאך מאל זעהן גבאי המיתולוגי. בית המדרש המיתולוגיה.
אזוי ווי עס איז דא אן ארכעלאגישער ארטיקל, איז דא א מיטאלאגישער.

איך ווייס נישט אויב דארט האט עס מיט'ן לערנען.

אגב @גרשון, געאמאטריקע האט עפעס מיט געאָלאָגיע?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ממוצע האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 11:06 pm
אין עברית קענסטו אסאך מאל זעהן גבאי המיתולוגי. בית המדרש המיתולוגיה.
איך האב עס קיינמאל נישט געזען, אבער יעצט זע איך טאקע אז מ'ניצט עס דא-דארט.

ס'איז לכאורה אנשטאט לעגענדאר, וואס איך אויך בעצם מלשון לעגענדע.

אה, נישט באמערקט אז תנא קמא האט שוין געשריבן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 12:40 pm
אגב @גרשון, געאמאטריקע האט עפעס מיט געאָלאָגיע?
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 4#p2629254
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

האָמאָלאָגיע (homology) = צוויי זאכן וואס זענען זייער ענליך, צב"ש צוויי האָמאָלאָגישע גענעס (האָמאָ = זעלבע).

רעאָלאָגיע (rheology) = א צווייג פון פיזיק וואס שטודירט די דעפאָרמאַציע און פליסיגקייט פון מאטעריאלן. (רעאָָ = פלוס. פאר מער ליינט איבער פליסיגקייטן וואס שטימען נישט לויט ניוטאן.)

ציטאָלאָגיע (cytology) = דאס שטודירן צעלן (ציטאָ = צעל).

פּאַטאָלאָגיע (pathology) = אנאליזירן און דיאגנאזירן קרענק אין לאבאראטאריעס דורך סעמפלס פונעם קערפער (פּאַטאָ = קרענק).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גרשון האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 5:31 pm
נעאָלאָגיע (neology) = די חכמה פון שאפן נייע ווערטער (נעאָ = ניי).
2. א נייער רעפארמירטער מהלך אין א רעליגיע, ווי די טרויעריג-בארימטע נעאָלאָגיע אין אונגארן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

@גרשון, אויב קענסטו מאכן א ליסטע פון ווערטער וואס הייבן זיך אן -אנט, און זייערע באדייטן, וואלט איך דיר שטארק דאנקבאר געווען

צ.ב.ש. אנטלויפן, אנטרינען, אנטשלאפן אא"וו
לעצט פארראכטן דורך א ברעקעלע שכל אום דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 1:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”