אמירה לעכו"ם מותר ביי שבות דשבות לצורך מצוה/רבים, ניין?loyodea האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 1:17 pmמ'טאר נישט אויסלעשן מיט א גוי, אמירה לעכום שבות, מסתמא מיט א שבת זייגערsheetrock האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 10:36 amסדר פון שבת
7:10 געווען מנחה, נאך מנחה איז געווען א דרשה איבער זיך לאזן זינגן און זיך עפענען. דערנאך איז געווען די קבלת שבת און די סעודה, ביי די סעודה האט ער עטליכע מאל גערעדט פון עטליכע נושאים, די סעודה האט זיך געענדיגט ארום 2:00-3:00 פארטאגס (די גאנצע שבת איז נישט געלאפן אויף קיין זייגער, אבער דא דארט האבעך געזעהן א זייגער)
שבת צופרי 9:30 שחרית, א געוואלדיגע דרשה פאר בריך שמיה, נאכן דאווענען (אפשר 1:30 בערך) איז געווען א גרויסע קידוש און די ער האט גערעדט איבער תורה לשמה, אוי איז דאס געווען א דרשה, ער איז געווען זייער אויפגעלייגט און געמאכט ווערטליך דא דארט אויף א וועג וואס מ'הערט אים כמעט נישט, די דרשה איז געווען איינגעטיילט אין 4, די דרשה האט מיר דאס מערסטע געכאפט. נאכן קידוש (אפשר 3:30 צייט) איז מען געגאנגן צו די סעודה, דארט האט ער אויך עטליכע מאל גערעדט איבער פארשידענע נושאים, בערך 6:00 האט מען געענדיגט די סעודה, 6:15 איז געווען מנחה מיט של"ש, מ'האט אויסגעלאשן די לעקטער נאך מבעוד יום ווען ס'איז נאך געווען היבש לעכטיג(דורך א גוי ווארשיינלעך), ביי של"ש האט ער 2 מאל גערעדט אבער נישט צו לאנג, די עיקר איז געווען די ווארימע ניגינום. דערנאך האט מען געדאווענט מעריב און הבדלה און ס'איז שוין געווען 9:30
פון בערך 10:30 האט די עולם אנגעפאנגן צו קומען צו מלוה מלכה, בערך 12:00 האט זיך אנגעפאנגן די שו"ת פענעל. איך האב מיינעך גארנישט ארויסגענומען פון די שו"ת, איך האב נאר ליב געהאט צו זעהן וויזוי מענטשן שיקן אים ארויף שאלות און ער קוקט עס איבער פאר אפאר מינוט און ענטפערט דעראויף כאילו ער רעדט יעצט א דרשה וואס ער האט זיך אנגעגרייט פאר 2 וואכן, נישט משיג צו זיין די השגות און קלארקייט אין אמונה וואס דער יוד האט
מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- האניג
- שר האלפיים
- תגובות: 2804
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
- לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
- פארבינד זיך:
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2957
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
געווען אנגעשטעלט מיט א שבת זייגער.
וואלט כדאי געווען עס אויסצורופן ברבים.
וואלט כדאי געווען עס אויסצורופן ברבים.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 395
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
איי איז דעס געווען א שבת!
די געפילן קענען נישט זיך בארואיגן
אה, די חטיבה אחת פון 8 אינדערפרי ביז 10 אויפדערנאכט אן קיין הפסק, גייט נישט אראפ פונעם הארץ
די געפילן קענען נישט זיך בארואיגן
אה, די חטיבה אחת פון 8 אינדערפרי ביז 10 אויפדערנאכט אן קיין הפסק, גייט נישט אראפ פונעם הארץ
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2957
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
דאס איז די הויפט געדאנק פונעם שבת, שבת קודש קען און געבט אזויפיל כח פאר יוד סיי צו פאררעכטן דעם עבר און זיך קענען רוקן פאראויס אין עבודת ה'.
נאר צוליב די חוסר ידיעה אז יעדער יוד אין זיין מצב קען באמת פראווען א שבת א טראפ העכער ווי ער איז געוואוינט, קומט מען זיך צוזאם א שבת וואס מ'פרובירט בשבת אחים צו פראווענען העכער, אז אפילו ווען מ'גייט צוריק יעדער תחת גפנו ותאנתו, ליגט שוין אין עהם די רישומא דקדושה סיי אז שבת איז זייער הויעך און מ'קען עס פראווען העכער.

- תגובות: 2695
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
שרייבט מיר איינער אין אישי אז די גאנצע נכספה השתוקקת דרשה איז געווען אזא ספאנטעניעס זאך
די מעשה גייט אז די מגיד שיעור איז דארט געזיצן צווישן דער עולם און געהערט ווי אזוי א אינגערמאן פארציילט די מעשה פין סקלענע רבי פאר א צווייטען ער האט דאס געהערט האט ער געבעטן צי ער קען אים איבער דערציילן יענער האט דאס אים איבערגעציילט איז ער גלייך ארויף אויפן סטעידש אין געזאגט א דרשה אנגהויבען מיט די מעשה
ווערטער זענען איבעריג
די מעשה גייט אז די מגיד שיעור איז דארט געזיצן צווישן דער עולם און געהערט ווי אזוי א אינגערמאן פארציילט די מעשה פין סקלענע רבי פאר א צווייטען ער האט דאס געהערט האט ער געבעטן צי ער קען אים איבער דערציילן יענער האט דאס אים איבערגעציילט איז ער גלייך ארויף אויפן סטעידש אין געזאגט א דרשה אנגהויבען מיט די מעשה
ווערטער זענען איבעריג
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
אמת! חזקי שטיינער האט פארציילט די מעשה א מינוט נאכדעם איז געווען א שיעור!שׁעמעדיגער האט געשריבן: ↑מאנטאג מארטש 20, 2023 1:46 pmשרייבט מיר איינער אין אישי אז די גאנצע נכספה השתוקקת דרשה איז געווען אזא ספאנטעניעס זאך
די מעשה גייט אז די מגיד שיעור איז דארט געזיצן צווישן דער עולם און געהערט ווי אזוי א אינגערמאן פארציילט די מעשה פין סקלענע רבי פאר א צווייטען ער האט דאס געהערט האט ער געבעטן צי ער קען אים איבער דערציילן יענער האט דאס אים איבערגעציילט איז ער גלייך ארויף אויפן סטעידש אין געזאגט א דרשה אנגהויבען מיט די מעשה
ווערטער זענען איבעריג
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
ביי די שאלות ותשובות די ערשטע שאלה ”צדיק רבי מורה דרך איז דאס אלעס איין מענטש” האב איך די ערשטע סעקונדע ביים הערן די שאלה געמיינט אז יענער מיינט דערמיט די מגיד שיעור..
איך טראכט נאך אלס אז די שואל האט געמיינט דערמיט אלס קאמפלימענט פארן מגיד שיעור אבער די מגיד שיעור האט דאס קינצלעך אוועקגעדרייט
איינער איז מיט מיר? אדער איך רעד שטותים?
איך טראכט נאך אלס אז די שואל האט געמיינט דערמיט אלס קאמפלימענט פארן מגיד שיעור אבער די מגיד שיעור האט דאס קינצלעך אוועקגעדרייט
איינער איז מיט מיר? אדער איך רעד שטותים?
- האסט געמאכט מיין טאג
- שר חמישים
- תגובות: 86
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 9:03 pm
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
אויך געטראכט אזויוועןרענטל האט געשריבן: ↑מאנטאג מארטש 20, 2023 10:04 pmביי די שאלות ותשובות די ערשטע שאלה ”צדיק רבי מורה דרך איז דאס אלעס איין מענטש” האב איך די ערשטע סעקונדע ביים הערן די שאלה געמיינט אז יענער מיינט דערמיט די מגיד שיעור..
איך טראכט נאך אלס אז די שואל האט געמיינט דערמיט אלס קאמפלימענט פארן מגיד שיעור אבער די מגיד שיעור האט דאס קינצלעך אוועקגעדרייט
איינער איז מיט מיר? אדער איך רעד שטותים?
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
מאמר ג’ ביים קידוש נאכמאכענדיג די בחור מיט די גלעזער האט ער ארויסגעברענגט גאנץ א אנדערע נקודה ווי געשריבן אינעם לינק, פארקערט ער האט געשריבן אז ווען מלערענט תורה אויף די אופן האט מען נישט די נסיונות אויפן גאס! די נסיונות אויפן גאס וועלן נישט רעדן צו דיר! די ביזט אויף א אנדערע וועלט! די וועסט אויסקוקן ווי דעם בחור....שׁעמעדיגער האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 6:57 pmhttps://docs.google.com/document/u/0/d/ ... 7e979thok7
שיינע ארבעט
א דאנק פאר ווער עס האט עס געמאכט
פילטס אריין וואס פעלט
-
- שר מאה
- תגובות: 169
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 6:37 pm
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
דערמאן מיר, וואס איז געווען די משל מיט די בחור מיט די גלעזער?טאוסטעד האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 1:10 amמאמר ג’ ביים קידוש נאכמאכענדיג די בחור מיט די גלעזער האט ער ארויסגעברענגט גאנץ א אנדערע נקודה ווי געשריבן אינעם לינק, פארקערט ער האט געשריבן אז ווען מלערענט תורה אויף די אופן האט מען נישט די נסיונות אויפן גאס! די נסיונות אויפן גאס וועלן נישט רעדן צו דיר! די ביזט אויף א אנדערע וועלט! די וועסט אויסקוקן ווי דעם בחור....שׁעמעדיגער האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 6:57 pmhttps://docs.google.com/document/u/0/d/ ... 7e979thok7
שיינע ארבעט
א דאנק פאר ווער עס האט עס געמאכט
פילטס אריין וואס פעלט
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
די תממיעתדיגע בחור חומש אויף א סודר.... ער האט עס געזאגט אלס מילתא בדיחותא ארויסצוברענגן עפעסנישט געטראכט האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 9:43 amדערמאן מיר, וואס איז געווען די משל מיט די בחור מיט די גלעזער?טאוסטעד האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 1:10 amמאמר ג’ ביים קידוש נאכמאכענדיג די בחור מיט די גלעזער האט ער ארויסגעברענגט גאנץ א אנדערע נקודה ווי געשריבן אינעם לינק, פארקערט ער האט געשריבן אז ווען מלערענט תורה אויף די אופן האט מען נישט די נסיונות אויפן גאס! די נסיונות אויפן גאס וועלן נישט רעדן צו דיר! די ביזט אויף א אנדערע וועלט! די וועסט אויסקוקן ווי דעם בחור....שׁעמעדיגער האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 6:57 pmhttps://docs.google.com/document/u/0/d/ ... 7e979thok7
שיינע ארבעט
א דאנק פאר ווער עס האט עס געמאכט
פילטס אריין וואס פעלט
בערך זיין לשון: דעי נסיונות וועלן נישט רעדן צו דיר, דו וועסט אפילו נישט וויסן פון וואס מרעדט, אזוי ווי דער בחור....
אינעם לינק אבער האט מען עס פארדרייט אז ער האט געזאגט גאר אנדערש
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
זייטיגע נאטיץ
תם ומתמם עם תמימים
טאוסטעד האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 10:27 amדי תממיעתדיגע בחור חומש אויף א סודר.... ער האט עס געזאגט אלס מילתא בדיחותא ארויסצוברענגן עפעסנישט געטראכט האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 9:43 amדערמאן מיר, וואס איז געווען די משל מיט די בחור מיט די גלעזער?טאוסטעד האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 1:10 amמאמר ג’ ביים קידוש נאכמאכענדיג די בחור מיט די גלעזער האט ער ארויסגעברענגט גאנץ א אנדערע נקודה ווי געשריבן אינעם לינק, פארקערט ער האט געשריבן אז ווען מלערענט תורה אויף די אופן האט מען נישט די נסיונות אויפן גאס! די נסיונות אויפן גאס וועלן נישט רעדן צו דיר! די ביזט אויף א אנדערע וועלט! די וועסט אויסקוקן ווי דעם בחור....שׁעמעדיגער האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 6:57 pmhttps://docs.google.com/document/u/0/d/ ... 7e979thok7
שיינע ארבעט
א דאנק פאר ווער עס האט עס געמאכט
פילטס אריין וואס פעלט
בערך זיין לשון: דעי נסיונות וועלן נישט רעדן צו דיר, דו וועסט אפילו נישט וויסן פון וואס מרעדט, אזוי ווי דער בחור....
אינעם לינק אבער האט מען עס פארדרייט אז ער האט געזאגט גאר אנדערש
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3792
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
- לאקאציע: ערגעצוואו
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
דער שיעור פון מאנטיג איבער חינוך, איז א מורא'דיגע חיזוק - און ציפעדיג, נישט נאר אין חינוך, נאר אין אלע קורות החיים וועלכע [קוקט אויס ווי עס] שאפט קאפווייטאג ווען מען דארף זיך ספראווען דערמיט. געט א ר' שמעון לשיטתיה'דיגער בליק וויאזוי מען זאל דאס אנקוקן און אומגיין דערמיט.
https://lomdotchasidut.libsyn.com/j0pd0lc5m1hc
https://lomdotchasidut.libsyn.com/j0pd0lc5m1hc
געשטימט פאר ראשעק הול
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
רט, א אויג-עפענער.צולייגער האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 2:07 pmדער שיעור פון זונטאג (אזוי מיין איך) איבער חינוך, איז א מורא'דיגע חיזוק - און ציפעדיג, נישט נאר אין חינוך, נאר אין אלע קורות החיים וועלכע [קוקט אויס ווי עס] שאפט קאפווייטאג ווען מען דארף זיך ספראווען דערמיט. געט א ר' שמעון לשיטתיה'דיגער בליק וויאזוי מען זאל דאס אנקוקן און אומגיין דערמיט.
https://lomdotchasidut.libsyn.com/j0pd0lc5m1hc
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2695
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
האלט און איין צוקימען זאכן, באמת א שיינע ארבעט, וועקט אויף די הרגישים און זכרונות....שׁעמעדיגער האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 6:57 pmhttps://docs.google.com/document/u/0/d/ ... 7e979thok7
שיינע ארבעט
א דאנק פאר ווער עס האט עס געמאכט
פילטס אריין וואס פעלט
שכח פאר אלע אריינפילערס!
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
סאיז אויך געווען דארט א סאך סארט מענטשן. גרויסע בערד / קליינע בערד / לאנגע פיאות / קלענערע פיאות / וכ''ושמחהלע האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 3:11 pmכ'ווייס נישט ווי צי אנהייבן, צי מיט'ן קאלירפולען ציבור (מ'מעג עס אזוי אנרופן??) צי מיט די כסדר'דיגע דרשות, אריינקומענדיג אינעם ריזיגען היכל הביהמ"ד דראל"י האט מען זיך אנגעטראפן מיט קע"ה א ציבור אידן פין פארחאניאקטע יונגעלייט פין ק"י ביזן בעלעבתישער אינגערמאן פין וומסב"ג, פונעם לייקוואודער למדן ביזן בארא פארקער איד, האמער געטראפן אידן פין מאנטריאל אין טאהש, אידן פין כמעט יעדע חסידות אלע מיט איין ציהל צי ווערן נענטער צים בורא עולם.
אינמיטן מנחה האט מען שנעל געדארפט צי לייגן צענדליגער זיצן צי אקאמאדירן דעם ציבור, די ביהמ"ד איז געווען פיל מקצה אל קצה.
נאך מנחה האט די מגי"ש אריינגעברענגט דעם עולם אינעם שבת, שטארק ארומגערעדט איבער די אחדות אין די זינגען אינאיינעם א גאנצע ציבור, הערליך ארויסגעברענגט ווי ביי קבלת שבת ווערט ארויסגעברענגט ווי אלע ברואים זינגען פארן בורא, אין נאכדעם קומט די געגועים ביי לכה דודי.
ר' יואל קרויס מראשי המכון האט אראפגעלייגט א ווארעמע קבלת שבת.
אריינקומענדיג צים סעודה, האט מען זיך געטראפן זיצן אין א געפאקטע זאל ארומגענומען מיט אידן וואס האבן איין ציהל, ר' יואל קרויס מיט ר' חזקי שטיינער האבן געניטליך אנגעפירט דעם כאר אריינשלפענדיג דעם גאנצן עולם אין א ווארעמע סאטמארע שלום עליכם נאכפאלגענדיג מיט די איבריגע זמירות.
ווער ס'איז געוען דארט פארשטייט וואס איך מיין
האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
היינטיגע שיעור איז לעכטיג!
פסח - ב' סוגי המלחמות, המלחמה של סור מרע והמלחמה של עשה טוב
https://lomdotchasidut.libsyn.com/czzavcx6uigw
דארפסט נישט פראווען דיין גאנצע לעבן ערב פסחדיג!
הנאה געהאט ווי די מגיד שיעור געבט געבט זיך צוויי מאל אזא קליינע צופלאם ביי 34:25 און 35:32 מיך דערמאנט אביסל פון פאריגע שבת....

לעצט פארראכטן דורך וועןרענטל אום מיטוואך מארטש 22, 2023 4:58 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
אויך דער נעכטיגער חובה"ל שיעור איז געווען א שטיקעל המשך פונעם פרייטאג צונאכטס שמועס וויאזוי צוצוקומען צי אמת'ע שמחה דורך התפעלות והשתקקות, ער רייסט שטיקער וויאזוי מדארף אפשטילן דעם גוף אין לאזן די נשמה רעדן.וועןרענטל האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 4:28 pmהיינטיגע שיעור איז לעכטיג!
פסח - ב' סוגי המלחמות, המלחמה של סור מרע והמלחמה של עשה טוב
https://lomdotchasidut.libsyn.com/czzavcx6uigw
הנאה געהאט ווי די מגיד שיעור געבט געבט זיך אזא קליינע צופלאם ביי 35:32 מיך דערמאנט אביסל פון פאריגע שבת....
-
- שר חמישים
- תגובות: 55
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:33 pm
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
לינק צו א רוב פון שאלות ותשובות מוצ"ש
https://drive.google.com/file/d/1kxWYLy ... sp=sharing
https://drive.google.com/file/d/1kxWYLy ... sp=sharing
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
גוטע נייעס ברוך השם!
איך הער עס גייט צירוק אנהויבן ווערן דעליווערט אין וויליאמסבורג די הבינני קונטרס מיט א פעסטקייט
דארף שוין צו זיין דעי וואך אי”ה
איך הער עס גייט צירוק אנהויבן ווערן דעליווערט אין וויליאמסבורג די הבינני קונטרס מיט א פעסטקייט
דארף שוין צו זיין דעי וואך אי”ה
לעצט פארראכטן דורך טאוסטעד אום דאנערשטאג מארטש 23, 2023 12:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
און ווען הייבט אן ארויסקומען די אידישע גליון?
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
דארף מען פרעגן די עסקנים, לאמיר האפן עס וועט זיין אין אלע געגענטער
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א
קוק אויפן היינטיגן דבר יום ביומו
ווערן קען עס ברענגן?