ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
אויב געדענק איך גוט, האט דער גאווערנאר דאס שוין געזאגט פאריגע וואך ביי א פרעסע קאנפערענץ, עס איז נאר נאכאמאל געווען אין די נייעס צוליב די יעצטיגע טעלעפאן רופן פון דעם פרעזידענט.
ער האט געזאגט אז ער האט אים נישט צוריקגערופן, נישט אז ער פלאנט נישט, למעשה האט דער פרעזידענט אים צוריקגערופן, זינט עס קען טאקע זיין אז אלעס איז בסדר, אבער די ארטיגע איינוואוינער מיט זייער מעיאר, מעגליך געטריבן דורך די מאג"א מידיע אפאראט, האלטן נישט ביים איינזעהן אז זאכן זענען מסודר, און דער פרעזידענט איז דאך אלעמאל דא צו העלפן יעדע קאמיוניטי, אויך א מאגא קאמיוניטי וועם עס דאכציך נאר מעגליך אז זיי האבן פראבלעמען.

וויצע פרעזידענט העריס מעלדט א קרוב צו 40% שניט אין FHA אינשורענס.
דא שטייט אז מען וועט זיך שפארן ארום 800$ א יאר, איך שטעל זיך פאר אז דאס איז אן אן עוורידזש, אבער פאר היימישע אידן מיט גרעסערע מארטגעדזשעס קען עס אויסקומען פיל פיל מער.
(מסתמא האט מען איר מכבד געווען דאס צו מעלדן, צווישן אנדערע כיבודים וואס זי באקומט לעצטענס, אויפצוהייבן אירע סטאקס אין בעפארגרייטונג צו די וואלן, ווען דער אכציג יעריגער פרעזידענט וועט ברויכן מאכן מענטשן שפירן רואיג אין פאל ער קען נישט אויסדינען דעם טערמין ביז די 86.)

- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20230222-162445_Twitter.jpg (177.83 KiB) געזען 1396 מאל
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידען האט אפגעהאלטן א אינטערוויו מיט ABC אין פוילן, די צווייטע חלק אינטערוויו וועט אפגעהאלטן ווערן פרייטאג אינעם ווייסע הויז.
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20230222_174628_Twitt.jpg (37.89 KiB) געזען 1322 מאל
האסט הנאה? געב א לייק
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
די מאמע פון דער נארוואס ארויסגעגאנגענע טשיף אוו סטעף ראן קלעין איז געשטארבן נעכטן.
וועל מיר זען צי ביידען וועט גיין מנחם אבל זיין...
ביידען האט גערעדט פון איר ביי די קלעין געזעגענונג דרשה.
וועל מיר זען צי ביידען וועט גיין מנחם אבל זיין...
ביידען האט גערעדט פון איר ביי די קלעין געזעגענונג דרשה.
- אטעטשמענטס
-
- 20230222_200204.jpg (325.71 KiB) געזען 1268 מאל
האסט הנאה? געב א לייק
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
לויט א מעריסט אנקעטע איז די צופרידנהייט ראטע מיט די ארבעט פון פרעזידענט ביידען ארויף צו 49% אקעגן 45% אומצופרידן צווישן רעגיסטרירטע וויילער
צווישן ערוואקסענע אמעריקאנער איז עס 46-46

- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 24021
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידען האט נאמינירט דעם געוועזענעם סי אי או פון מעסטערקארד איידשא באנגא צו זיין דער פרעזידענט פון די וועלט באנק.
- אטעטשמענטס
-
- 20230223_114700.jpg (77.78 KiB) געזען 1194 מאל
-
- שר האלף
- תגובות: 1175
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
א קנאקעדיגע שריט צום פינטל. וועט עכט איינשפארן אסאך געלט אין טעגליכן בודזשעט.צל עובר האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:28 pmוויצע פרעזידענט העריס מעלדט א קרוב צו 40% שניט אין FHA אינשורענס.
דא שטייט אז מען וועט זיך שפארן ארום 800$ א יאר, איך שטעל זיך פאר אז דאס איז אן אן עוורידזש, אבער פאר היימישע אידן מיט גרעסערע מארטגעדזשעס קען עס אויסקומען פיל פיל מער.
(מסתמא האט מען איר מכבד געווען דאס צו מעלדן, צווישן אנדערע כיבודים וואס זי באקומט לעצטענס, אויפצוהייבן אירע סטאקס אין בעפארגרייטונג צו די וואלן, ווען דער אכציג יעריגער פרעזידענט וועט ברויכן מאכן מענטשן שפירן רואיג אין פאל ער קען נישט אויסדינען דעם טערמין ביז די 86.)
אגב, עס הייסט PMI אינשורענס, נישט FHA אינשורענס.
עס גייט נאר ביי מארטגעדזשעס העכער 80 פראצענט LTV, און אפילו דעמאלט, ווען מהאט שוין געצאלט גענוג פעימענטס (אדער די ווערד איז ארויף) אז די מארטגעדזש איז צוריק אונטער 80 פראצענט, דארף מען שוין נישט צאלן די אינשורענס (אויב איך געדענק גוט).
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
גערעכט, PMI אינשורענס אויף FHA לאונס.
(איך האב מורא אז עס גייט נאר אויף לאונס מכאן ולהבא.)
(איך האב מורא אז עס גייט נאר אויף לאונס מכאן ולהבא.)
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידען נאמינירט ריכטער קעטא קרוס צו דיסטריקט געריכט אין קאלאראדא
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידען נאמינירט דזשאבארי וואמבל צו דיסטריקט געריכט אין קענסאס
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידען נאמינירט מאלי סילפען צום פעדעראלן קלעימס געריכט
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידען האט פארארדנט אז פעדעראלע אגענטורן זאלן אנהויבן ארומגיין פון טיהר צו טיהר באזוכן די איינוואוינער פון מזרח פאלסטיין אהייא און זיך אינטערסירן איבער זייער וואוילזיין
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג פעברואר 27, 2023 11:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 24021
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
אמעריקע וועט געבן 444 מיליאן דאלער אין הומאניטערישע שטיצע פאר תימן.
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20230227_105322_072.jpg (95.88 KiB) געזען 917 מאל
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
די ווייסע הויז זאגט אז עס איז נאכנישט דא קיין איינשטימיגע שטעלונג איבער וואס עס האט געפירט צו די ווירוס אויסברוך
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
טראנספארטאציע סעקרעטאר פיט בוטידזשעדזש באגריסט די אודיט דורך די טראנספארטאציע אינספעקטאר דזשענעראל איבער זיין באנוץ פון פריוואטע פליגער זאגנדיג אז ער איז צופרידן מיט די געלעגנהייט וואס וועט עווענטועל אפשלאגן קריטיק פון קאנסערוואטיוון און אים ריינוואשן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג פעברואר 28, 2023 2:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
ווייסע הויז שיקט א מעמא פאר די פעדעראלע דעפארטמענטס צו בענען טיקטאק פון רעגירונג טעלעפאנען.
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20230227_181959.jpg (214.01 KiB) געזען 785 מאל
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידען ביים אפצייכענען די אפריקאנע אמעריקאנע היסטאריע מאנאט אין ווייסן הויז:
איך בין טאקע א ווייסער יונגל אבער איך בין נישט נאריש
איך בין טאקע א ווייסער יונגל אבער איך בין נישט נאריש
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
די יו עס מארשאל סערוויס האט געליטן פון א מאסיווע העקעריי אטאקע אבער אינפארמאציע און אידענטיטעטן איבער באשוצטע אונטער די עדות באשיצונג פראגראם איז נישט אפעקטירט געווארן
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידען וועט קומענדיגע זונטאג באזוכן סעלמא אלאבאמא אפצוצייכענען די 58'סטע יארטאג פון "בלוטיגע זונטאג"
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
ביידען נאמינירט סו אלץ לעיבאר סעקרעטארשעהכל הבל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 12:37 pmאיצט קומט א פרישע באמבעהכל הבל האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:בערני בעפארצוגט נעלסאן אדער רייךהכל הבל האט געשריבן:געוועזענע קאנגרעסמאן ענדי לעווין איז אויך געווארן אויפגעברענגט אלץ א מעגליכע קאנדידאט אבער ער זוכט איצט א צווייטע פאזיציעהכל הבל האט געשריבן:
געוויס וועט סו אויך זיין אויף די קורצע ליסטע און היראונא האט שוין אנגעהויבן צו רודערן פאר אז מען דארף איר נעמען
ער וויל ווערן אמבאסאדאר קיין האיטי
ווארען זאגט נישט קלאר וועם זי וויל אבער קימט שטארק אויס סו
אויך שעראד בראון זאגט אז ער גלייכט שטארק סו
נענסי פעלאסי מוטיגט די אדמיניסטראציע צום גיבן א דזשאב פארן געוועזענעם קאנגרעסמאן שאן פעטריק מעלאני און לופטערט די מעגליכקייט אים צו גיבן די לעיבאר סעקרעטאר פאזיציע זי פירט אבער אויס עס באלאנגט פאר זיי צו באשליסן אויב אים צו גיבן די דזשאב אדער עפעס אנדערש
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
כגלייב נישט אז סיז דא אפילו 5 פערסענט היימישע אידן מיט FHA מארדגעטשעס אבער די שניט איז גאר שטארק, אפשר יעצט וועט זיך שוין ענדערש לוינען צו גיין FHA ווייל די ראטעס לויפן געווענטליך נידריגערצל עובר האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:28 pmוויצע פרעזידענט העריס מעלדט א קרוב צו 40% שניט אין FHA אינשורענס.
דא שטייט אז מען וועט זיך שפארן ארום 800$ א יאר, איך שטעל זיך פאר אז דאס איז אן אן עוורידזש, אבער פאר היימישע אידן מיט גרעסערע מארטגעדזשעס קען עס אויסקומען פיל פיל מער.
(מסתמא האט מען איר מכבד געווען דאס צו מעלדן, צווישן אנדערע כיבודים וואס זי באקומט לעצטענס, אויפצוהייבן אירע סטאקס אין בעפארגרייטונג צו די וואלן, ווען דער אכציג יעריגער פרעזידענט וועט ברויכן מאכן מענטשן שפירן רואיג אין פאל ער קען נישט אויסדינען דעם טערמין ביז די 86.)
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
די ווייסע הויז איז אין די ערשטע שטאפלען פון באטראכטן מעגליכע פינאנציעלע הילף פאר מזרח פלשתים אבער דעטאלן זענען נאך גאר רוי און אומקלאר
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
אין ווייסן הויז ארבעט מען העפטיג אפצושטויבן די וועטא פענע
פאר מער קוקט אינעם סענאט אשכול
פאר מער קוקט אינעם סענאט אשכול
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17815
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פאר די פלשתים
Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידן - אין זיין צווייטע פאבליק אויפטריט היינט אליינס, פאר די הויז דעמאקראטישע פארברענג היינט נאכט, די ערשטע איז געווען היינט צופרי ביים נאמינירן סו פאר לעיבאר סעקרעטערי, שטייצעך אז אויף וואצעפ סטאטוס וועט איר דאס נישט זעהן - האט נאכאמאל געזאגט אז ער וויל מען זאל מאכן די קינדער געלט פערמענאנט.
--------
פארעכטונג: א פעימאס ניק איז מיר מעורר אין אישי אז דער פרעזידענט האט היינט גאר אויפגעטרעטן לעבעדיג דריי מאל!, אויך ביי א מעמד אפצוצייכענען צוואנציג יאר פון די האומלענד סעקיוריטי דעפארטמענט. (און די אויפטריט ביי די הויז דעמאקראטן, וואס ער האט דארט קאמפיינט פאר די קינדער געלט ווי אויבנדערמאנט, און אויך געריסן שטיקער פון די רעפאבליקאנער, איז שוין געווען דער דריטער אויפטריט )