אלץ קלוגער האט געשריבן:אברך האט געשריבן:אלץ קלוגער האט געשריבן:אברך האט געשריבן:אלץ קלוגער האט געשריבן:וואס זענען די זאכן?
Screenshot 2023-01-26 171948.png
רעכטס - אימפלייד וואלעטילי, אינדערמיט - ליקווידיטי סקאור, לינקס - קאארעלעישן צו די עס ענד פי 500.
IV: וויאזוי רעכענען זיי עס? וואס מיינט די X?
ליקווידיטי סקאור: וואס מיינט דאס?
קאארעלעישן צו די S&P: וואס מיינט דאס?
וויאזוי מען רעכנט IV, איך האב נישט די פונקטליכע פארמולע, די געדאנק איז אבער אז מען קוקט ווי עקספענסיוו אפשענס זענען, וואס מער מענטשן זענען גרייט צו צאלן פאר אפשענס מיינט דאס אז מען ערווארט גרעסערע מאווס, אין אנדערע ווערטער, מען אימפלייד (ברענגט ארויס - מרמז) וואלעטילי (מאוומענט - סווינגס).
איך ווייס נישט וואס די x איז, דאס איז וויאזוי מען שרייבט עס, איך האב עס שוין געזען אויף עטליכע פלאטפארמס אזוי.
ליקווידיטי סקאור, וואס מער מענטשן טרעידן א סטאק אלס מער ליקוויד איז עס, און עס איז גרינגער צו ווערן פילד אן דארפן אראפגעבן אסאך פארן ביד/עסק, איך מיין אז די סקאור איז א טעיסטי חידוש, א 5 סטאר איז די בעסטע.
קאארעלעישן צו SPY, איז כמשמעו, אויב די סטאק ריקט זיך צוזאם מיט SPY, א 1 מיינט אז עס איז פונקטליך די זעלבע, ווען SPY איז ארויף 1% גייט די סטאק ארויף 1%, א נעגאטיוו 1% איז א אינוווערס קאארעלעישן, א 0 קאארעלעישן מיינט אז עס מאוד אינדעפענדענט אן קיין שייכות מיט SPY, פארשטייט זיך אז אלע סטאקס אין די SPY וועלן האבן עפעס א פאזעטיוו קאארעלעישן אבער נישט ממש א 1.
יישכ פארן אזוי קלאר מסביר זיין.
גראדע בין איך יעצט זייער שטארק פאר אייראן קאנדאר. כ'וועל גיבן א דוגמא וואס איך ראן יעצט פון SPY די וואך עקספייערעישן פעב 3. פארקויפסט די עט די מאני קאל/פוט פאר בע' 4.5 נאכדעם קויפסטו די קאל פון 5 ארויף פאר בע' 2.5 און די פוט פון 4.5 אראפ פאר בע' 2.5
דו באקומסט ס"ה 9 דו צאלסט בע' 5 סה בלייבסטו מיט בע' $4
די אפסייד איז בע' $4 אוןדי דאונסייד איז אונטער א דאלער
אהער געברענגט פון
די לאנג טערם מארקעט אשכול
אזא מהלך זעט אויס זייער גלאנציג פון דערויסן, מען קען מאכן 400 ווען מען ריסקט נאר 100, עס איז אבער פשוט אז מען קען נישט ערווארטן צו מאכן ס'גאנצע, די פראבעביליטי צו מאכן די גאנצע פרימיום איז בעיסיקלי 0, די סטאק דארף לאנדן אן עקספייערעשן טאג פונקטליך ביי די שארט סטרייקס.
ווייטער די טשענס פון דערלייגן דעם הונדערטער איז גאנץ גרויס, א 5 דאללער מאוו אין א 400 סטאק איז אביסל מער ווי 1%, דאס איז בכלל נישט קיין גרויסע מאוו.
איך פלעג זיך אויך אמאל ארומשפילן מיט די אייראן פליי (it's the technical name for it) סטראטעגיע, די שאלה איז ווען נעמסטו א פראפיט, עס איז קלאר אז מען דארף נעמען א פראפיט ביי א געוויסע טארגעט, דאן קומט עס אראפ צו די פראבעביליטיס.
נאך אזאך צו טראכטן מיט אזא סטראטעגיע איז אז מען קען אפווישן 100% פון א אקאונט מיט איין שלעכטע טרעיד, לדוגמא אז מען הייבט אן מיט 100$, מען מאכט איין קאנטראקט און עס געלונגט ארויסצונעמען א הונדערטער פראפיט, אמעיזינג געמאכט 100% אויף דיין הונדערטער, די נעקסטע סטעפ איז צו מאכן 2 קאנטרעקטס דאן דריי און פיר, לאמיר זאגן אפילו עס איז געלונגען 100 מאל צו דאפלען דיין געלט דאן קומט איין מאל א מאוו און מען דערלייגט 100% פון די ריסק, וועט די אקאונט זיין 0$.
צו זיין קלאר איך זאג נישט אז די אייראן פליי איז א שלעכטע סטראטעגיע, איך זאגן אבער יא אז מען דארף אכטונג געבן און וויסן וואס מען טוט.