מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

לב בשר האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:רמז אין א ספר?

לא זכיתי להבין.

ער זאגט זייער פשוט. קענסט נאך איין צדיק וואס ס׳ברענט צענדליגע לעכט זייט זיין פטירה ברציפות?

אפילו ס'שוין 40 יאר נאכן הסתלקות זענען מיר און אונזערע קינדער ביז ביאת המשיח זיינע דירעקטע תלמידים און פירות, גארנישט ווייניגער ווי 60 יאר צוריק, און נאך א רבין צינד מען ליכט
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

אורח הכבוד האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:רמז אין א ספר?

לא זכיתי להבין.

ער זאגט זייער פשוט. קענסט נאך איין צדיק וואס ס׳ברענט צענדליגע לעכט זייט זיין פטירה ברציפות?

אפילו ס'שוין 40 יאר נאכן הסתלקות זענען מיר און אונזערע קינדער ביז ביאת המשיח זיינע דירעקטע תלמידים און פירות, גארנישט ווייניגער ווי 60 יאר צוריק, און נאך א רבין צינד מען ליכט

נישט געענטפערט.
נאך א טאטע צינט מען ליכט לנצח נצחים?
(כ׳בין נישט ווייניגער מקושר צום רבי׳ן ווי דיר..)

אפשר איז מיין ערשטע תגובה נישט קלאר. איך רעדט פון א ליכט וואס ברענט 24/7 אין יעדע סאטמארע שול לע״נ דעם רבי׳ן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לב בשר האט געשריבן:נישט געענטפערט.
נאך א טאטע צינט מען ליכט לנצח נצחים?
(כ׳בין נישט ווייניגער מקושר צום רבי׳ן ווי דיר..)

יא, סיי נאך א טאטן און אודאי נאך א רבי'ן.

אונזערע זיידעס וואס זענען געווען צוגעבינדן צו זייערע רבי'ס פונדערהיים האבן כל ימיהם געטאן פארשידענע זאכן לעילוי נשמתם, משניות, טבילות און געוויס צינדן ליכט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

תגובה דורך מתמודד »

דער פאקט איז אז אין די ערשטע צוויי יאר פון ברך משה זצ"לס רבנות האט מען אים גערופן "רב" וויבאלד ער איז געווען דער מנהיג פון די קהילה פון רבין ז"ל, אפילו די הייסע חסידים האבן אים נישט גערופן רבי, ביז מען האט עס שפעטער איינגעפירט, בקיצור דער נוסח פון "דרבינו יואל" אויף די מוסדות מאכט אסאך סענס.

אסאך מענטשן וואס מען רופט היינט ערנסטע מענטשן זענען אמאל געווען די פארקערטער וכן להיפך, דער טערמין "ערנסטע מענטשן" איז אין אונזער פאל א רעלאטיווער ווארט, סווענדט זיך אינעם מענטש וואס זאגט עס, די צייט ווען יענער זאגט עס, און פאר וועם יענער זאגט עס.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

לב בשר האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:יאפ.
סאטמאר האט געהאט די זכיה צו האבן אלס מנהיג דעם הייליגן ברך משה און ער האט אוועקגעשטעלט דעם יסוד.
שומר הפקדון וכו.
עס איבערגעזאגט מיליאן און איינס מאל אז ער איז נאר ממשיך דעם דרך פון רבינו יואל זי"ע.
דער ברך משה דארף נישט קיינעמס מיינונג דא פארוואס ער האט אזוי אוועקגעשטעלט זיין הנהגה און מיט דעם די ווייטערדיגע המשכה.

איך האב אמאל געלייענט אז די רעבעצין האט פארלאנגט/געבעטן מ'זאל צולייגן "דרבנו יואל" צו די נאמען פון די מוסדות.

אמת, געהערט מפ"ק פון ב"מ זצ"ל ביי די ערשטע פתיחה אין סענס סטריט

זי האט אבער געבעטן נאר אויף די מתיבתא (אזוי האט די רבי געזאגט, געדריקט אין די מהר"ם ט"ב די גרינע)

פאר סאם ריזן האבן זיך אלע אנגעהויבן צו רופן אזוי, מוסדות קעמפס ביקור חולים און וואס נישט,

די ערענסטע מענטשן האבן דעמאלס שוין נישט געהאלטן דערפון, אבער גארנישט געקענט זאגן

חידוש עצום. וועלכע ערנסטע מענטשן האבן נישט געהאלטן דערפון? מעולם לא שמענו דבר כזה (חוץ אפשר וואדריטשער רב?)

דארפסט פארשטיין, ערנסטע מענטשען האלטן נישט פון קיין איין נייע זאך וואס איז געבויעט אויף לופט.
נאכ׳ן רבין׳ס פטירה האט מען געלייגט א נר תמיד לע״נ וואס ברענט אייביג אין אלע בתי מדרשים -אזאך וואס מ׳האט קיינמאל נישט געטון- מענטשן האבן עס אנגעקוקט נאריש, אבער ס׳איז נישט ווערט קיין פייט, בפרט אז מ׳קען נישט אנצייכענען וואס ס׳איז שלעכט מיט דעם...
במילא, דעס אז דו האסט נישט געהערט מיינט גארנישט

ביידע זאכן סיי דרבינו יואל אין סיי נר תמיד האט געהאט צוטן מיט דעם אז די רבי האט נישט איבער געלאזט קיין דורות
זייער א נארמאלע זאך צו מאכן א זכרון
די רבי אליינס האט אזןי געטון פאר זיינע קינדער בית רחל אהל רחל און בנות אסתר צו לאזן א זכר
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

מתמודד האט געשריבן:דער פאקט איז אז אין די ערשטע צוויי יאר פון ברך משה זצ"לס רבנות האט מען אים גערופן "רב" וויבאלד ער איז געווען דער מנהיג פון די קהילה פון רבין ז"ל, אפילו די הייסע חסידים האבן אים נישט גערופן רבי, ביז מען האט עס שפעטער איינגעפירט, בקיצור דער נוסח פון "דרבינו יואל" אויף די מוסדות מאכט אסאך סענס.

אסאך מענטשן וואס מען רופט היינט ערנסטע מענטשן זענען אמאל געווען די פארקערטער וכן להיפך, דער טערמין "ערנסטע מענטשן" איז אין אונזער פאל א רעלאטיווער ווארט, סווענדט זיך אינעם מענטש וואס זאגט עס, די צייט ווען יענער זאגט עס, און פאר וועם יענער זאגט עס.

איך מעג פרעגן ווי אלט איר זענט?

די ערשטע יאר האט מען ע"פ בקשתו אים גערופן דער רב ברבים און ביחידות, אויך געשריבן איבעראל "כ"ק אדמו"ר מסיגעט סאטמאר" און נישט געזיצן אויפן רבינ'ס פלאץ נאר ביי א עמוד דערלעבן
מיט'ן היינטיגן שכל האט עס נישט געהאט קיין פשט, אבער דאס איז געווען אויפ'ן פארלאנג פון דער רבי אליין אלעס למען השלום

שבת פאר די הכתרה האט ער זיך געזעצט אויפ'ן רבינ'ס פלאץ, און זייט די הכתרה האב מיר אים אלע גערופן דער רבי, נישט 2 יאר

ד"א די אלטע רעבעצין ע"ה ווען זי האט גערעדט מיט אים ( בין פרשה לפרשה) האט אים אדרעסירט אלס "דער רבי" (באזני שמעתי כמ"פ) וויבאלד דעם רבי'ן זצ"ל האט זי גערופען דער רב (אויך באזני שמעתי כמ"פ)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

איך שטיי מיט א תגובה אינדרויסן, און ס'מעקט זיך אין גרויסן, איך ווייס נישט וואס מ'מעג יא וואס מ'מעג נישט
די רעבעצין האט אויך דעם ברך משה גערופן די רב
ואגב די רעבעצין האט אמאל געזאגט פאר איינעם פון חסידי הברך משה, "איך מיטן רב וואלט זיך שוין לאנג אויסגעקומען, ס'איז נאר מיינע מענטשן מיט זיינע מענטשן"
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

היסטאריקער האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:דער פאקט איז אז אין די ערשטע צוויי יאר פון ברך משה זצ"לס רבנות האט מען אים גערופן "רב" וויבאלד ער איז געווען דער מנהיג פון די קהילה פון רבין ז"ל, אפילו די הייסע חסידים האבן אים נישט גערופן רבי, ביז מען האט עס שפעטער איינגעפירט, בקיצור דער נוסח פון "דרבינו יואל" אויף די מוסדות מאכט אסאך סענס.

אסאך מענטשן וואס מען רופט היינט ערנסטע מענטשן זענען אמאל געווען די פארקערטער וכן להיפך, דער טערמין "ערנסטע מענטשן" איז אין אונזער פאל א רעלאטיווער ווארט, סווענדט זיך אינעם מענטש וואס זאגט עס, די צייט ווען יענער זאגט עס, און פאר וועם יענער זאגט עס.

איך מעג פרעגן ווי אלט איר זענט?

די ערשטע יאר האט מען ע"פ בקשתו אים גערופן דער רב ברבים און ביחידות, אויך געשריבן איבעראל "כ"ק אדמו"ר מסיגעט סאטמאר" און נישט געזיצן אויפן רבינ'ס פלאץ נאר ביי א עמוד דערלעבן
מיט'ן היינטיגן שכל האט עס נישט געהאט קיין פשט, אבער דאס איז געווען אויפ'ן פארלאנג פון דער רבי אליין אלעס למען השלום

שבת פאר די הכתרה האט ער זיך געזעצט אויפ'ן רבינ'ס פלאץ, און זייט די הכתרה האב מיר אים אלע גערופן דער רבי, נישט 2 יאר

ד"א די אלטע רעבעצין ע"ה ווען זי האט גערעדט מיט אים ( בין פרשה לפרשה) האט אים אדרעסירט אלס "דער רבי" (באזני שמעתי כמ"פ) וויבאלד דעם רבי'ן זצ"ל האט זי גערופען דער רב (אויך באזני שמעתי כמ"פ)

מיין עלטער איז ווויט נישט אין יענעם געגנט, אזויפיל קען איך אייך יא זאגן אז אפילו מיין פאטער איז נאך געווען א אינגל אין יענעם תקופה.

נאר וואס דען? איך האב אסאך גערעדט מיט אידן פון יענעם דור פון אלע צדדים און די חלק אין געשיכטע האט איעדער באשטעטיגט, כוועל עס אוודאי דאבל-טשעקן נאך אייערע טענות אבער איך פערזענליך האלט אז די יסודות אויף וואס די אינפארמאציע איז געבויעט איז גענוג קראנט, בין כך ובין כך, אויב אין ערשטן יאר נאכן הסתלקות ווען דער ברך משה איז געווען דער אומאפיציעלער סאטמארער מנהיג האט מען למעשה פאר סיי וועלכע סיבה לעגיטים אנגעשריבן די סאטמארע קהילה אלס דעם רבין זכרונו לברכהס איז דאס שוין גענוג סיבה פארוואס צוצולייגן דעם נוסח "דרבינו יואל" אויף די מוסדות.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

מי יודע האט געשריבן:די רעבעצין האט אויך דעם ברך משה גערופן די רב

ווי געשריבן אויבן איך האב כמ"פ איר געהערט רופן דער רב, אויך געווען מפורסם דעמאלס
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מתמודד האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:דער פאקט איז אז אין די ערשטע צוויי יאר פון ברך משה זצ"לס רבנות האט מען אים גערופן "רב" וויבאלד ער איז געווען דער מנהיג פון די קהילה פון רבין ז"ל, אפילו די הייסע חסידים האבן אים נישט גערופן רבי, ביז מען האט עס שפעטער איינגעפירט, בקיצור דער נוסח פון "דרבינו יואל" אויף די מוסדות מאכט אסאך סענס.

אסאך מענטשן וואס מען רופט היינט ערנסטע מענטשן זענען אמאל געווען די פארקערטער וכן להיפך, דער טערמין "ערנסטע מענטשן" איז אין אונזער פאל א רעלאטיווער ווארט, סווענדט זיך אינעם מענטש וואס זאגט עס, די צייט ווען יענער זאגט עס, און פאר וועם יענער זאגט עס.

איך מעג פרעגן ווי אלט איר זענט?

די ערשטע יאר האט מען ע"פ בקשתו אים גערופן דער רב ברבים און ביחידות, אויך געשריבן איבעראל "כ"ק אדמו"ר מסיגעט סאטמאר" און נישט געזיצן אויפן רבינ'ס פלאץ נאר ביי א עמוד דערלעבן
מיט'ן היינטיגן שכל האט עס נישט געהאט קיין פשט, אבער דאס איז געווען אויפ'ן פארלאנג פון דער רבי אליין אלעס למען השלום

שבת פאר די הכתרה האט ער זיך געזעצט אויפ'ן רבינ'ס פלאץ, און זייט די הכתרה האב מיר אים אלע גערופן דער רבי, נישט 2 יאר

ד"א די אלטע רעבעצין ע"ה ווען זי האט גערעדט מיט אים ( בין פרשה לפרשה) האט אים אדרעסירט אלס "דער רבי" (באזני שמעתי כמ"פ) וויבאלד דעם רבי'ן זצ"ל האט זי גערופען דער רב (אויך באזני שמעתי כמ"פ)

מיין עלטער איז ווויט נישט אין יענעם געגנט, אזויפיל קען איך אייך יא זאגן אז אפילו מיין פאטער איז נאך געווען א אינגל אין יענעם תקופה.

נאר וואס דען? איך האב אסאך גערעדט מיט אידן פון יענעם דור פון אלע צדדים און די חלק אין געשיכטע האט איעדער באשטעטיגט, כוועל עס אוודאי דאבל-טשעקן נאך אייערע טענות אבער איך פערזענליך האלט אז די יסודות אויף וואס די אינפארמאציע איז געבויעט איז גענוג קראנט, בין כך ובין כך, אויב אין ערשטן יאר נאכן הסתלקות ווען דער ברך משה איז געווען דער אומאפיציעלער סאטמארער מנהיג האט מען למעשה פאר סיי וועלכע סיבה לעגיטים אנגעשריבן די סאטמארע קהילה אלס דעם רבין זכרונו לברכהס איז דאס שוין גענוג סיבה פארוואס צוצולייגן דעם נוסח "דרבינו יואל" אויף די מוסדות.

כ'האב פאר דיר נייעס, אסאך עלטערע אידן בפרט אין וומס"ב די וואס האבן נישט געדאוונט כסדר אין ראדני האבן אים גערופן די רב אפילו שפעטער אין די נ' יארן אויך, אבער אפיציעל איז עס נאר געווען די ערשטע יאר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

מי יודע האט געשריבן:י

גערופן אדער דער רבי אדער דער......

דער רב האב איך קיינמאל נישט געהערט (פארשטייט זיך עס האט גענומען צייט זיך צוגעוואינען)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ביטע כבוד הרב, יאך געדענק גענוג אידן וואס האבן זיך מכניע געווען פארן רבי'ן דער בר"מ אים רופן דעם רב.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

אין קרית יואל האט מען אים נאר גערופן די רבי ווייל עס איז געווען א רב
אין וומס"ב האבן אים אסאך מענטשן גערופן די רבי און אסאך מענטשן גערופן די רב
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

farshlufen האט געשריבן:ביטע כבוד הרב, יאך געדענק גענוג אידן וואס האבן זיך מכניע געווען פארן רבי'ן דער בר"מ אים רופן דעם רב.

ברור אזוי! היאך יוכל החי וכו'
ווילאנג זיינע זון זענען נישט געווארן קיין רבנים איז ער אין גרויסן טייל גערופן געווארן רב. בפרט ביים מיטעלן דור. ביים עלטערן (לאגער) דור איז עס שוין בדרך כלל אזוי פארבליבן
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

האיך יכול החי? איינעם וואס האט נאכנישט געלעבט (אדער קוים געלעבט ווי איינער האט געזאגט פריער אז זיין טאטע איז געווען א יונגעל) קען איך (מיטגעלעבט יעדע דיטעיל יארן לאנג) מכחיש זיין

עניוועי, תם ונשלם, איך וועל מער נישט רעאגירן צו דעם נושא
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

היסטאריקער האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:י
כ'האב פאר דיר נייעס, אסאך עלטערע אידן בפרט אין וומס"ב די וואס האבן נישט געדאוונט כסדר אין ראדני האבן אים גערופן די רב אפילו שפעטער אין די נ' יארן אויך, אבער אפיציעל איז עס נאר געווען די ערשטע יאר

גערופן אדער דער רבי אדער דער......

דער רב האב איך קיינמאל נישט געהערט (פארשטייט זיך עס האט גענומען צייט זיך צוגעוואינען)

ס'ווענדט זיך אוודאי אין וועלכע משפחה מ'איז אויפגעוואקסן
איך געדענק דאס ערשטע מאל אלס בחור ווען איך בין אריינגעקומען אליין פון קרית יואל צו א יו"ט צום ברך משה אנהייב די נ' יארן, איך בין איינגעשטאנען ביי א קרוב, און איך הער ער פרעגט מיר ווען די רב קומט אריין צום טיש, ס'האט גענומען צייט ביז ווען כ'האב געכאפט פון וואס ער רעדט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
יוסיף דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסיף דעת »

היסטאריקער האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:י
כ'האב פאר דיר נייעס, אסאך עלטערע אידן בפרט אין וומס"ב די וואס האבן נישט געדאוונט כסדר אין ראדני האבן אים גערופן די רב אפילו שפעטער אין די נ' יארן אויך, אבער אפיציעל איז עס נאר געווען די ערשטע יאר

מיר האבן נישט פארפעלט א טיש אדער תפלה און מיר האבן גערופן די "רב", ביז טיעף אינמיטן די נו"ן יארן האט איהם עמטליך גערופן די "רב". (איך געדענק אין חדר איז שוין געווען אפאר קינדער וואס האבן גערופן "רבי" ממש יחידים)
איך דערמאן זיך אונז זעמער אמאל געווען אין קרית יואל אין מיין טאטע האט אפגעשטעלט איינם אין געפרעגט ווען קומט די רב אריין דאווענען, סהאט גענומען א מניט ער האט נישט פונקליך פארשטען וואס מיין טאטע מיינט, רופט זיך מיין טאטע אן צו איהם אנטשולדיג איך קום פון וויליאמסבורג, איך מיין צו פרעגען ווען קומט די רבי אריין.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

דער עולם האט גערופן רב, די נייע אויפגעוואקסענע האבן עס געטוישט.
איך געדענק ווען די מערכה אנצוהייבן רופן רבי האט זיך געגרינדעט, אפאר בחורים האבן עס אנגעפירט, אנהייב נ' יארן.
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

farshlufen האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:נישט געענטפערט.
נאך א טאטע צינט מען ליכט לנצח נצחים?
(כ׳בין נישט ווייניגער מקושר צום רבי׳ן ווי דיר..)

יא, סיי נאך א טאטן און אודאי נאך א רבי'ן.

אונזערע זיידעס וואס זענען געווען צוגעבינדן צו זייערע רבי'ס פונדערהיים האבן כל ימיהם געטאן פארשידענע זאכן לעילוי נשמתם, משניות, טבילות און געוויס צינדן ליכט.

דיין תגובה איז אמת. פארט אבער, האט קיינער פון אונזערע רביס אבער קיינער, נישט געצונדען א נר תמיד לע״נ זייער טאטע אדער רביס. (כ׳רעדט נישט פון ברסלב...)
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

א נר תמיד ווייס איך נישט. אבער סתם אזוי לעכט האט מען אנגעצינדן אין גרויסן, נישט נאר ביי א יארצייט, נאר צדיקים האבן אנגעצינדן ליכט ביי פארשידענע מאורעות לעילוי נשמות אבותם ורבותם, ממילא פארשטיי איך נישט די גרויסע תמי' אויף לאזן ברענען א נר תמיד לע"נ
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך

יאר מיסינג די פוינט. ס׳איז נישט קיין גרויסע תמי׳. ס׳איז פשוט ביז תשל״ט האט עס קיינער נישט געטון. פינטל.

(אגב, כווייס נישט וואס דו ביזט מרמז מיט ״צדיקים האבן אנגעצינדן ליכט ביי פארשידענע מאורעות לעילוי נשמות אבותם ורבותם״, איך ווייסט נישט פון דעם.)
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

לב בשר האט געשריבן:
(אגב, כווייס נישט וואס דו ביזט מרמז מיט ״צדיקים האבן אנגעצינדן ליכט ביי פארשידענע מאורעות לעילוי נשמות אבותם ורבותם״, איך ווייסט נישט פון דעם.)

איך ווייס יא דערפון. פארשידענע מאורעות מיין איך סיי פאר הזכרות נשמות יום טוב, און סיי פאר א ברית וכדומה ווען מען האט אנגעצינדען ליכט האט מען אויך אנגעצינדען לע"נ אבותם ורבותם, און סיי פאר'ן דאווענען וכדומה.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
וואסער טרעגער
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסער טרעגער »

איך האב געזען געדרוקט מנהגי קודש פון רבותינו הק' עצי תמרים, שרייבן זיין דארט אז דער ברך משה האט געגעסן שבת שובה רינדעכיגע חלות. איך געדענק קלאר אז ער האט געגעסן גראדע חלות, אזוי אויך האב איך אנגערופן אפאר הויז בחורים וויאזוי זיי געדענקען? און אלע האבן מיר געזאגט אז ער האט געגעסן גראדע חלות שבת שובה.

וויל איך פרעגען צו נאך איינער געדענקט וואסער חלות עס איז געווען גראדע צי רינדעכיגע??
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

האט איינער א פיקטשער פון די גאנצע מצבה ?
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

וואסער טרעגער האט געשריבן:איך האב געזען געדרוקט מנהגי קודש פון רבותינו הק' עצי תמרים, שרייבן זיין דארט אז דער ברך משה האט געגעסן שבת שובה רינדעכיגע חלות. איך געדענק קלאר אז ער האט געגעסן גראדע חלות, אזוי אויך האב איך אנגערופן אפאר הויז בחורים וויאזוי זיי געדענקען? און אלע האבן מיר געזאגט אז ער האט געגעסן גראדע חלות שבת שובה.

וויל איך פרעגען צו נאך איינער געדענקט וואסער חלות עס איז געווען גראדע צי רינדעכיגע??

כהאב געזעהן א מעשה אין די געדריקטע זקינך ויאמרו לך'ס (ערגעצוואו אין חלק ג-ד-ה כדענק נישט פונקטליך) מיטן רבי זכרונו לברכה רבינו יואל זי"ע אז די רעבעצין האט אים געפרעגט וועלכע סארט חלה צו מאכן אויף שבת און ער האט געענטפער "אוואדע די ואו'ין.." דאס הייסט די גראדע, ווי סשטייט אין זמירות בואוין תתקטר
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”