משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נאר מיט א שמייכל האט געשריבן:
האב איך אזא שאלה, לכאורה איז אויפגעבן די אייגענע יכולת, זייער נאנט צו דיפרעשין ביידע האט מען נישט מורא פון גארנישט, מען לעבט אין אזא האלב פארדראגטע לעבן סטייל ווי אלעס איז פרייליך און אלעס איז גוט/שלעכט, אזוי? זאל זיין אזוי!...
איז פאר איינער וואס איז נאכנישט אינגאנצען שלום בנפשו ובעמציאנלו קען זיין סכנה'דיג אזאנע שיעורים?
ב"ה

אויפגעבן די אייגענע יכולת שאפט נישט א נפש וואס איז זייער נאנט צו דיפרעשאן. עס ווענד זיך וויאזוי דו פארשטייסט וואס עס מיינט "געב אויף אויף דיין אייגענע יכולת". מ'קען עס אפלערנען נישט ריכטיג אז מ'דארף אזוי ווי אריינגיין אין א מצב פון "נאכלאזן א געוויסע אינערליכקייט". אז מ'דארף אזוי ווי 'נאכלאזן עפעס א נפשיות'דיגע טרייב קראפט'. נישט דאס מיינט 'אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת'. אנהייב האב איך אביסל אזוי געמיינט.

מעגליך אז דו רעדסט פון 'אויפגעבן אויף יכולת'. 'אויפגעבן אויף יכולת' און 'אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת' זענען צוויי באזונדערע זאכן. אויפגעבן אויף יכולת מיינט אז דער מענטש לאזט נאך א געוויסע אינערליכע דרייוו, א געוויסע אינערליכע טרייב קראפט פון טון, מאכן, שאפן, אויפטון, אנקומען, דערגרייכן, לעבן! 'אויפגעבן אויף יכולת' שאפט אזא "אזוי? זאל זיין אזוי!" ווייל דער מענטש לאזט נאך חלילה פון זיין טרייב קראפט צו וועלן לעבן.

קענסטעך עס אליין איבערצייגן. זיץ אויף א בענקל, און פרוביר דיך אויפצושטעלן אויף א אופן פון 'אויפגעבן אויף יכולת', וועסטו זעהן אז ס'שטעלט זיך דיר אויף שוואך. און נישט דאס מיינט 'אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת'.

אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת מיינט אז דער מענטש זאל פארשטיין אז זיין טרייב קראפט צו טון, צו מאכן, צו אויפטון, צו אנקומען, צו דערגרייכן, אז מ'האט מורא פון שאדן, און מ'בעט דערויף, אלעס, אלעס קומט פון אויבן צו אים. דאס מיינט די ווארט: אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת. און די תכלית דערפון איז אז דער מענטש באקומט זיין אמת'ע עונג וואס ער זוכט באמת. פארקערט, עס ערלויבט אים צו "אטעמען נאטורליך און לייכט".

עס טוישט גארנישט אין די טרייב קראפט פונעם מענטש צו וועלן האבן א גוטע לעבן. עס מאכט אים נישט פארדראגט. עס מאכט אים נישט אזוי ווי איינגעזינקען אין וואטע. עס מאכט אים פארשטיין אז עס קומט פון אויבן צו אים. במילא ווערט ער אויסגעהיילט. ווייל ער באקומט זיין סיפוק נפשי. ער זאגט נישט: אזוי? זאל זיין אזוי! ער ווייסט אז די 'אזוי' קומט פון אויבן צו אים, און די טרייב קראפט צו פאררעכטן די 'אזוי', קומט אויך פון אויבן צו אים.

וואס איך טראכט אבער איז, אז אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת פאדערט עבודה. ס'זאגט זיך גרינג, אבער ס'פאדערט עבודה.

אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת עפנט אויף דעם מענטש אז ער זאל קענען לייכט און נאטורליך שעפן חיות פון וואס ער טוט שוין במילא.

לאמיר זאגן אז א נאנטער חבר שרייט אויף אים. יעצט, אויפגעבן אויף יכולת מיינט אז דער מענטש גייט צו דערצו: זאל ער שרייען, דער אייבערשטער טוט אלעס, איך וויל גארנישט. און אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת מיינט אז דער מענטש פארשטייט אז זיין כעס וואס ער האט באקומען פון דעם וואס זיין חבר האט געשריגן אויף אים, אט דער כעס קומט פון אויבן צו אים, און די רצון זיינע צו מאכן שלום, אדער זיך צו פארענטפערן, וויאזוי צוריק צו ווערן נאנט, קומט פון אויבן צו אים.

במילא, וויבאלד דער מענטש דארף דאך 'אייגענע יכולת', יעדער מענטש זוכט 'אייגענע יכולת', טרעפט דאס דער מענטש ביי די ענין פון בחירה, דארט וואו ער האט עס טאקע. און ער זוכט נישט צו ערפילן זאכן וואס ער האט נישט עכט.

ווען א מענטש פרובירט צו מאכן שלום מיט א חבר, און ער גייט צו דערצו מיט זיין אייגענע יכולת, וועט דער מענטש נישט וועלן אנהאלטן אט די שלום. ווייל א מענטש זוכט נישט שלום, א מענטש זוכט צו זיין נאנט צום אייבערשטן. ער זוכט צו פילן געטליך. און וויבאלד ער פארשטייט אז אט דער שלום געמאכאכץ קומט פון זיין אייגענע יכולת, וויל ער עס נישט אנהאלטן. ער וועט אונטערנבאוואוסטזיין זיכער מאכן אז ס'געשעט נאכאמאל א פייט.

אויב אבער ער גייט צו דערצו אז די גאנצע שלום בונד קומט פון אויבן צו אים, פילט ער זיך קאנעקטעד צו אויבן, און במילא זוכט ער נישט אונטערנבאוואוסטזיין דאס צו מבטל זיין.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נאר מיט א שמייכל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 10:07 pm

תגובה דורך נאר מיט א שמייכל »

נשמה האט געשריבן:

לויט ווי איך האב פארשטאנען וואס די זאגסט איז עס אז אויפגעבן יכולת איז א געפיל פון נאטינג איז נאטינג, און אויפגעבן די אייגענע יכולת איז א מחשבה, א סברה אז מיין גאנצע כח און דרייוו האט א סיבה.
ווייל אין געפיל זעה איך נישט ווי ס'זאל זיין א חילוק צווישן "איך האב נישט קיין אייגענע יכולת אדער איך האב נישט בכלל קיין יכולת, ווייל די רגע די יכולת איז נישט מיינס א זאך וואס איך דארף דרייוון בלייב איך הענגען אויף ווער ס'דרייווט עס, און אויב דארף איך עס יא דרייוון איז נישט קיין חילוק פארן געפיל צו אין טעאריע איז עס מיין אדער נישט.
דא בין איך סטאק. :?:

'אויפגעבן די אייגענע יכולת' איז א אנערקענונג אין דער אמת, אין די מציאות. נישט א סברא. דו שרייבסט: אז מיין גאנצע כוח און דרייוו האט א סיבה. די ווערטער "מיין גאנצע כוח און דרייוו האט א סיבה" מיינט נאכנישט אויפגעבן די אייגענע יכולת.

'אויפגעבן די אייגענע יכולת' מיינט צו פילן אז די עצם כוח קומט מלמעלה. ס'איז א געפיל. ס'דא א חילוק צי א מענטש פארשטייט אז זיין גאנצע כוח און דרייוו האט א סיבה, צי א מענטש פארשטייט און עקפיריענסד, אז זיין גאנצע כוח און דרייוו קומט מלמעלה.

די חילוק איז, ווען א מענטש פארשטייט אז זיין גאנצע כוח און דרייוו האט א סיבה, מיינט דאס נאכנישט אז ער פילט אז זיין גאנצע כוח און דרייוו קומט מלמעלה. מ'דארף פילן אז די גאנצע כוח און דרייוו קומט מלמעלה. עס איז א טויש אין עקספיריענס. וויאזוי דו עקספיריענסד דיין טרייב קראפט צו טון פעולות.

ס'איז נישט ממש אזוי ווי דו זאגסט. ווייל מיר אלע ווייסן אז 'יכולת' איז נישט אונזער. עס קומט מלמעלה צו אונז. און אויב אזוי וויאזוי קען זיין אז א מענטש בלייבט נישט הענגען און ער דרייווט עס יא? אלא מאי, דער מענטש וויל, און ער נוצט. ער וויל, און ער נוצט. ער וויל און ער נוצט. ער וויל טון פעולות צו עפענען א ביזנעס, און ער נוצט זיינע כוחות, אפילו אויב עס קומט מלמעלה. ער בלייבט דען הענגען?

גיי אויפן גאס, און דו וועסט זען וויאזוי מענטשן גייען, און רעדן, און פירן אויס זייערע פלענער, מיט דעם אלעם וואס אלעס קומט מלמעלה צו זיי. ס'איז נאר א חילוק אין פארשטאנד.

די וועג וויאזוי א מענטש קען פארשטיין אז זאכן קומען מלמעלה צו אים, און ער זאל נישט בלייבן הענגען איז, אז ער באנוצט זיך מיט די כוח הבחירה. א מענטש האט א בחירה. די וועג וויאזוי א מענטש קען זען א חילוק אין געפיל צווישן "איך האב נישט קיין אייגענע יכולת" און צווישן "איך האב בכלל נישט קיין יכולת" איז ווען ער פילט. ס'איז א אנערקענונג אין א פאקט.

דו שרייבסט "אין געפיל זעה איך נישט ווי ס'זאל זיין א חילוק צווישן "איך האב נישט קיין אייגענע יכולת" און "איך האב נישט בכלל קיין יכולת". לויט ווי איך לערן אפ דיין פראגע, מיינסטו צו זאגן אז ווען דו ווילסט לעבן מיט "אויפגעבן אויף דיין אייגענע יכולת" פילסטו אז דו ציהסט דיך אפ פון די זאכן וואס דו האלסט אינמיטן טון. ווי כאילו איינער זאגט פאר 'למעלה', "אויב איך טו עס נישט, דאן לאמיר זען, טו עס דו. אלא מאי, איך טו עס"

דער אמת איז, אז א מענטש קען פילן אז "איך טו עס" אבער דאך קען ער אנערקענען אז "עס קומט נישט פון מיר". ס'דא אזא זאך. א מענטש קען האבן אהבת ה', יראת ה', טון אין ביזנעס, רעדן קלוג, אבער דאך פילט ער אז נישט ער האט באשאפן די אנהייב תנועה פון די מעשה וואס ער טוט.

כדי דו זאלסט פארשטיין די חילוק צווישן 'אויפגעבן אויף יכולת' און 'אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת', באנוץ דיך מיט די כוח פון 'זעהן'. דשאסט זעה. נישט קוק. דשאסט זעה. פיל די כוח פון זעהן. אפילו אויב דו געסט אויף דיין אייגענע יכולת פון זעהן, און דו זאגסט "די כוח פון זעהן קומט פון אויבן צו מיר, און עס קומט נישט פון מיר, אפילו אויב איך בין דער וואס זעהט יעצט" וועסטו ווייטער זעהן, וועסט ווייטער האבן אין דיר די כוח פון זעהן. ווילאנג דו האלסט דיינע אויגן אפן. דו ווייסט אז 'זעהן' קומט נישט פון דיר. נישט דו האסט דאס געשאפן. ווען דו זעהסט, ביסטו קאנעקטעד צו למעלה ממך. די זעלבע געפיל דארף זיין ביי פעולות וואס מ'טוט. הגם ס'איז נישט גרינג קונה צו זיין.

דו שרייבסט: די רגע די יכולת איז נישט מיינס א זאך וואס איך דארף דרייוון, בלייב איך הענגען אויף ווער ס'דרייווט עס. איך קלער אז די סיבה פארוואס דו פילסט אז ווען דו ווילסט אנהייבן פארשטיין אז 'יכולת איז נישט מיינס א זאך וואס איך דארף דרייווען', די סיבה פארוואס דו פילסט ווי דו בלייבסט 'הענגען' איז, ווייל דו האסט ביז יעצט פארשטאנען אז ס'קומט פון דיר. אויב אבער דו וואלטסט ביז יעצט פארשטאנען אז ס'קומט פון אויבן צו דיר, מלמעלה, וואלסטו נישט געבליבן הענגען, פונקט אזוי ווי דו בלייבסט נישט הענגען ווען דו זעהסט א זאך, אז דו קענסט נישט ווייטער זעהן.

די סימן צו וויסן צו מ'האט עס ריכטיג איז, צו עס טוישט די פשוט'ע פעולות. אויב א מענטש וויל אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת, און עס מאכט אים אזוי 'הענגען', ווי איינער זאגט "ווייסט, לאמיר זעהן, טו עס דו", איז א סימן אז ער וויל אויפגעבן אויף 'יכולת' און ער וויל נישט אויפגעבן אויף די 'אייגענע יכולת'.

ווען א מענטש געט אויף אויף די אייגענע יכולת, פילט ער כאילו ער האט דאס פון אייביג אן געוואוסט, און ער פילט זיך זייער באקוועם דערמיט, און זייער לעבנספול. ווי איינער זאגט "יא, דאס האב איך אייביג געוואלט, דאס וויל איך אייביג פילן"

דו שרייבסט "אויב איך דארף עס דרייווען, איז נישט קיין חילוק פאר'ן געפיל צי עס קומט מלמעלה, צי נישט."

לאמיר דיר געבן א ביישפיהל, אפשר וועל איך עס קענען בעסער מסביר זיין אז דו זאלסט עס פארשטיין. און איך וויל דערמיט ארויסברענגען אז אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת איז דשאסט א אנערקענונג אינעם אמת, און עס דארף נישט מאכן סטאק. לאמיר זאגן אז דו קומסט אריין אין א פלאץ וואו דו ווערסט היפנאזירט צו טון געוויסע פעולות, צו קלאטשן, און צו זאגן wow, אדער צו העלפן ראטעווען איינעם. אדער צו שרייען אויף איינעם, און דו ווייסט אז דו ביסט היפנאטיזירט. יעצט, ווען דו ביסט אזוי גאנץ היפש היפנאזירט, ווייסטו מיט א געוואלדיגע קלארקייט אגאנצן צייט אז איינער דרייט דיך עס אן. מיט דעם אלעם טוסטו עס ווייטער. ווייל דו ביסט אונטער היפנאזיע. יענער מאכט דיך יעצט טון זאכן.

קומט אויס פון דעם אז א מענטש, אפילו אויב ער ווייסט קלאר אז די פעולות קומען נישט פון אים, מיט דעם אלעם קען ער ווייטער טון זאכן.

ס'דא ווען א מענטש בלייבט 'סטאק' ווייל ס'איז אים אומבאקוועם צו פילן אז די טרייב קראפט קומט נישט פון אים, נאר עס קומט מלמעלה צו אים. און דאס קומט דירעקט פון די איינגעבויטע בריאה אין אונז צו פילן אונזער אייגענע יכולת. השי"ת האט אונז באשאפן צו וועלן פילן אונזער אייגענע יכולת דארט וואו מיר האבן אמת'ע אייגענע יכולת, און דאס איז די ענין פון בחירה.

דו שרייבסט: אויב איך דארף עס דרייווען, איז נישט קיין חילוק פאר'ן געפיל צי עס קומט מלמעלה, צי נישט. די פאקט - וויאזוי איך ווייס - איז אז א מענטש קען ווייטער דרייווען מיט'ן גאנצן אייפער און ברען, און נאך אלץ וויסן אז ס'קומט מלמעלה צו אים. ער קען! ווען? ווען א מענטש טוט וואס איינער הייסט אים, דאן קען ער עס גרינגער טון. מיר יודן ווייסן אז מיר דארפן טון וואס איינער הייסט אונז, און מיר זענען משועבד צו אים

דו שרייבסט: אויב איך דארף עס דרייווען, איז נישט קיין חילוק פאר'ן געפיל צי עס קומט מלמעלה, צי נישט. דער אמת איז, אז א מענטש קען ווייטער דרייווען, און מיט דעם אלעם פילן אז ס'קומט מלמעלה צו אים.

איך פרוביר אריינצוגיין אין דיין 'קאפ' און אין דיין 'געפיל', און עס קוקט מיר אויס אז די תירוץ איז אז א מענטש דארף ווייטער דרייווען, און ווייטער טון, און מיט דעם אלעם איז דא א איבערצייגונג, א אמת'ע איבערצייגונג, נישט א טעאריע, נאר א אמת וואס עס טוישט די עקספיריענס, אז עס קומט פון אויבן צו אים.

ווען א מענטש וויל עכט טון וואס ער וויל טון, גייט אים נישט אן, צי עס קומט מלמעלה צי נישט. עס מאכט אים נישט סטאק און ער בלייבט נישט הענגען.

דער אמת איז אז ס'איז נישט גרינג צו פארשטיין און צו לעבן מיט דעם אז וואס איך וויל, און וואס איך טו, איז א קאנעקשאן "איך צו אויבן". א מענטש וויל, און מיט רעכט, פילן א אייגענע יכולת. השי"ת האט אזוי געמאכט. א מענטש וויל פילן "איך בין געטליך, איך האב עס באוויזן, איך בין אין סוף" און א מענטש קען דאס דערגרייכן מיט בחירה.

דו שרייבסט: ווייל די רגע די יכולת איז נישט מיינס א זאך וואס איך דארף דרייוון בלייב איך הענגען אויף ווער ס'דרייווט עס. אויב א מענטש טוט וואס ער טוט, אלץ שיעבוד צו פאלגן וואס מ'הייסט אים, דארף ער עס סייווי טון, ווי די פסוק זאגט: וברכתיך בכל אשר תעשה. לאמיר זאגן אז דו מוזט אויפקערן די פלאר, יעצט, לאמיר זאגן אז דו טראכסט "לאמיר אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת" וואלט דער מחשבה געמאכט אז דו זאלסט אויפהערן קערן? געדענק, דו מוזט יעצט קערן.

נאר ווען א מענטש וויל זיין פריי, ער וויל פילן אז ער האט זיין אייגענע "איך טו וואס איך וויל" דאן וועט ער בלייבן סטאק. "איך מיין, לאמיר זעהן, טו עס דו".

איינע פון די יסודות פון ר' שרגא נ"י איז די ענין פון 'שיעבוד', א מענטש דארף פאלגן, ער דארף טון וואס ער דארף טון. נישטא אזא זאך ווי "איך דארף אויך מקבל זיין אויף מיר א עול", נאר "מיין גאנצע מציאות איז א עול, דאס איז מיין מציאות, איך האב נישט קיין אנדערע ברירה, אם אסק שמים שם אתה, ואציעה שאול הינך"

ווען איך טייפ יעצט, אפילו אויב איך זאל פילן אז איך געב אויף אויף מיין אייגענע יכולת, אויב איך דארף יעצט טייפן, וועל איך עס נישט אויפהערן. אויב איך וויל יעצט טייפן, ווייל איך וויל יעצט זיין א פרייע פויגל וואס טוט וואס ער וויל, יא, וועל איך פילן "טייפ דו". אבער אויב איך מוז טון וואס איך טו, ווייל מיין מציאות באשטייט פון דעם, נו, א ברירה האב איך?

ר' שרגא נ"י זאגט ערגעץ "ווער וויל פילן ביי זיך 'איך מוז טון וואס איך טו'"? א מענטש האט פיינט א עול. ווען? ווען ער קוקט זיך אן ווי א עקסטערע מציאות פון די זאכן וואס ער דארף טון. אבער אויף 'אטעמען' האט קיינער נישט קיין עול. ווייל דאס איז זיין חיות. 'קבלת עול' ברענגט ער פון ר' לייבעלע אייגער - דאכט זיך - מיינט אז מיין גאנצע מציאות איז דאס.

אונטערשטע שורה איז, אז ווען א מענטש טוט וואס ער טוט מתוך שיעבוד, בלייבט ער נישט סטאק. איך האף אז איך האב דיר געענטפערט. אויב דו פילסט אז איך האב דיר נישט געענטפערט, אדרבה, פרעג, און פרעג, און פרעג, ווילאנג עס וועט דיך קלאר ווערן.

והשם הטוב יעזור
עונג החיים
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:57 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עונג החיים »

איך וויל פשוט שרייבן מיינע געדאנקען וואס איך נעם ארויס פון די פינעף און צוואנציגסטע שיעור אזוי אז עס זאל בעסער אריינגיין און מיר
און די נייע שיעור טוט ר' שרגה אויף א נייע דערהער און שלום בית,
ער ברענגט ארויס זייער שטארק אז די רילעשאנשיפ צווישן א מאן און ווייב איז פינקט דאס זעלבע ווי די התחברות/רילעשאנשיפ וואס אונז האבן צום אויבערשטען כביכול, ממילא פינקט ווי לגבי די התחברות וואס אינז האבן צום אויבערשטען וויל די רבש"ע אינז נישט טוישן, אזוי ווי מהאט שוין גרעד און די פריערדיגע שיעורים, ער פארלאנגט פון אינז 'גארנישט', נאכמער ער דארף עס אפי' נישט, נאר וואס דען? ער וויל פון אינז איין זאך, און דאס איז הרחב פיך ואמלאהו דאס טייטש ער געבט אינז אלע מינע רצונות און ער וויל אז מיר זאלן זיך דרייען צו אים, און עס נעמען פון אים, ווי ר' שרגה איז מסביר, אז די אויבערשטער איז משפיע יעדע רגע שפע מיט פרישע אהבה, און מיט דעם וואס 'מיר' נעמען עס פון 'אים' אן קיין שום געפיל אז איך גיי יעצט שאפן עפעס, און איך בין דער וואס טוט עס, נאר אלעס וואס איך טוה יעצט עקזעסטירט שוין פון פארדעם, נאר איך קען עס סך הכל נעמען, ווערן מיר 'מקבלי שפע', און דורך מאכן 'אינז' כביכול אז די רבש"ע זאל זיין א 'משפיע', וואס דאס קען נאר געשעהן אויב עס איז דא א 'מקבל'
ממילא, זאגט ער אז דאס זעלבע ביי שלום בית אויב גייט מען צו מיט אן אופן אז מען גייט דא טוישן איינער דעם אנדערען, איז שוין נישט קיין התחברות, נאר אלעס וואס באלאנגט צו די שלום בית זאל זיין די פשוטע איידעלע רצונות וואס א מענטש האט צו זיין ווייב/מאן, און זיך אויסדרייען איינער צום אנדערען, און אז קיינער איז נישט געצווינגען צו געבן אדער טוהן עפעס פארן צווייטען נאר ביידע 'ווילן' עס פון זיך ווייל מען זיכט די התחברות, מען זיך די נאנטקייט, דערמאלטס איז דאך נישט דא עפעס זיסער פון דעם
קומט דאך אויס, אז כדי א מענטש זאל קענען אנקומען צו אזא פלאץ אז מען וויל קיינעם נישט טוישן, מיז מען קודם אנערקענען אז די גאנצע שלום בית כשלעצמו איז אזאך וואס ער קען נישט שאפן, און ממילא מיז ער זיך דרייען מיט דעם רצון אליינס צום אויבערשטען רבש"ע 'די' האסט מיר געגעבן די רצון! און די געב מיר! ממילא וועט ער קענען זיין צפרידען אזוי ווי ס'איז וויל ער וועט באלד שפירן אז די עצם תשוקה וואס ער זיכט איז אסאך אסאך טיפער און זיסער פון די פשוטע זאך וואס עס זעהט אים אויס אז ער וויל און דאס קען ער האבן גלייך שוין יעצט, ווייל די אייבערשטער איז משפיע שפע יעדע רגע נאך און נאך,
און ערשט יעצט קען מען צוזאמען מיט די התחברות מיטן אויבערשטן אנהייבן בויען אן אמת'ע התחברות פון אן עכטע שלום בית, וואס איז געבויט בלויז אויף א ריינע "נעמען און געבן" איינער צום צווייטן אן קיין שום פארלאנגען אדער גערעגטקייט.
לעצט פארראכטן דורך עונג החיים אום דינסטאג פעברואר 07, 2023 8:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים. וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים:
ari 2767
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 5:55 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ari 2767 »

ווי קען מען שוין הערן די 25'סטע שיעור?
עונג החיים
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:57 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עונג החיים »

ari 2767 האט געשריבן:
ווי קען מען שוין הערן די 25'סטע שיעור?
שיעורי ר' שרגה פליישמאן/צרכי הנפש
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים. וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים:
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

@עונג החיים, זייער שיין. ;l;p-
אמעסידטשפארכללישראל
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 9:09 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמעסידטשפארכללישראל »

עונג החיים האט געשריבן:

;l;p-
אין צום לעצט, וואס איז דיין מעסידטש פאר כלל ישראל?
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
אוועטאר
נאר מיט א שמייכל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 10:07 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט א שמייכל »

◄ ווייז ספוילער
שכויח ;l;p- האמער ארויסגעפינטען די גאנצע מעשה.

איז לויט ווי איך פארשטיי איז עס אנשטאט צו טראכטן אז איך קען באוואסערן וועלכע גראז איך וויל מיט "מיין" וואסער, איז עס די פילינג אז איך האלט א פייפ פון וואסער וואס קומט פון ערגעץ און איך סך הכל האב די בחירה ווי צו דירעקטירן די וואסער.

האמער גערעדט צו די זאך?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נאר מיט א שמייכל האט געשריבן:
◄ ווייז ספוילער
שכויח ;l;p- האמער ארויסגעפינטען די גאנצע מעשה.

איז לויט ווי איך פארשטיי איז עס אנשטאט צו טראכטן אז איך קען באוואסערן וועלכע גראז איך וויל מיט "מיין" וואסער, איז עס די פילינג אז איך האלט א פייפ פון וואסער וואס קומט פון ערגעץ און איך סך הכל האב די בחירה ווי צו דירעקטירן די וואסער.

האמער גערעדט צו די זאך?
יא. און די בחירה אליין איז אויך נאר א פייפ פון וואסער וואס קומט פון ערגעץ. נאר די דירעקציע פון בחירה, דאס איז דיין בחירה.

בחירה איז נישט מער ווי א בחירה וועם און וואס צו פאלגן.
עונג החיים
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:57 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עונג החיים »

איך מיין אז ניצן די ווערטער "אויפגעבן די אייגענע יכולת", דאס אליינס קען צימאל ווייטער אריינטרייבן די מענטש און א שטיק יכולת, ווייל די מענטש האלט און איין טראכטן ביי זיך, איך האב יא אויפגעגעבן? איך האב נישט? און מטראכט א גאנצע צייט צירוק אז יעצט - גיי איך טאקע אויפגעבן, וואס פארשטייט זיך אז אזוי איז נישט מעגליך ארויסצוקריכן פון די יכולת, און מען בלייבט ווייטער סטאק און די pain,
ענדערשט וואלט איך געניצט די ווערטער, "אנערקענען אז אלעס עקזעסטירט שוין פון פאראויס" דאס מיינט, אז אלעס וואס איך וויל טוהן עקזעסטירט שוין און איך גיי גארנישט שאפן מיט דעם, און אויף דעם דארף מען פשוט זיין וואך און אנערקענען אז יעדע פעולה וואס איך טו, און איך וויל שאפן עפעס מיט דעם, עקזעסטירט שוין ביים רבש"ע נאך פאר איך טו דאס, און די פעילות וואס איך טו איז סך הכל באטלעך פון שפע ווי ר' שרגה ריפט דאס, וואס מגעט דיר, אז די קענסט טוהן, דאס וואס עקזעסטירט שוין בעצם ביים אויבערשטען,
און נאר אזוי גייסטו באקומען דיין אמתדיגע רצון וואס די זיכסט, ווייל דאס איז די עכטע זאך וואס א מענטש וויל, א מענטש וויל התחברות,
אזוי שרייבנדיג די שירות פאלט מיר איין אז לויט דעם, קומט דאך אויס א מורדיגע חידוש, אז הערשט יעצט ווען א מענטש אנערקענט דאס (אז אלעס עקזעסטירט שוין ביים רבש"ע פון פארדעם און די פעילות איז נאר באטלעך פון שפע וואס מען געט אים) דערמאלטס באקומט ער יכולת! נישט סתם א יכולת נאר א יכולת וואס קומט סטרעיט פונעם אויבערשן אליינס!
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים. וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים:
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

וואס איך פארשטיי דא.

געב אויף דיין אייגענע יכולת און טוה וואס איך שרגא פליישמאן הייסט... איך וועל דיר זאגען וואס יכולת איז.

אבער וויאזוי קאנסטו מיר זאגען וואס צו טוהן? גיב דו אויף דאס וואס דו האלטסט איז דיין יכולת אין איבעררעדן מענטשן וואס צו טוהן...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
עונג החיים
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:57 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עונג החיים »

צו געזונט האט געשריבן:
וואס איך פארשטיי דא.

געב אויף דיין אייגענע יכולת און טוה וואס איך שרגא פליישמאן הייסט... איך וועל דיר זאגען וואס יכולת איז.

אבער וויאזוי קאנסטו מיר זאגען וואס צו טוהן? גיב דו אויף דאס וואס דו האלטסט איז דיין יכולת אין איבעררעדן מענטשן וואס צו טוהן...
@צו געזונט איך מיין אז איהר מאכט א טעות, ר' שרגא איז בכלל נישט א מענטש וואס זיכט צו טוישן איינעם, נאר איינער וואס זיכט עפעס אמת'קייט, עפעס ליכטיגקייט, עפעס ציפרודענקייט און לעבן, איז ער דא צו העלפן,
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים. וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים:
Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

תגובה דורך Good »

עונג החיים האט געשריבן:
ari 2767 האט געשריבן:
ווי קען מען שוין הערן די 25'סטע שיעור?
שיעורי ר' שרגה פליישמאן/צרכי הנפש
I downloaded ALL

It's WMA

My phone can't play
נא גוט...
אמעסידטשפארכללישראל
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 9:09 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמעסידטשפארכללישראל »

עונג החיים האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
וואס איך פארשטיי דא.

געב אויף דיין אייגענע יכולת און טוה וואס איך שרגא פליישמאן הייסט... איך וועל דיר זאגען וואס יכולת איז.

אבער וויאזוי קאנסטו מיר זאגען וואס צו טוהן? גיב דו אויף דאס וואס דו האלטסט איז דיין יכולת אין איבעררעדן מענטשן וואס צו טוהן...
@צו געזונט איך מיין אז איהר מאכט א טעות, ר' שרגא איז בכלל נישט א מענטש וואס זיכט צו טוישן איינעם, נאר איינער וואס זיכט עפעס אמת'קייט, עפעס ליכטיגקייט, עפעס ציפרודענקייט און לעבן, איז ער דא צו העלפן,
עונג החיים, איינע פון די ערשטע אין די אשכול וואס פארדרייט נישט וואס ר' שרגה זאגט, נאר זאגט עס גוט איבער. שרייב ווייטער.

צו געזינט, גייט הערט עס אויס און קומט צוריק דא קאמענטירן.
אין צום לעצט, וואס איז דיין מעסידטש פאר כלל ישראל?
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

עונג החיים האט געשריבן:
איך מיין אז ניצן די ווערטער "אויפגעבן די אייגענע יכולת", דאס אליינס קען צימאל ווייטער אריינטרייבן די מענטש און א שטיק יכולת, ווייל די מענטש האלט און איין טראכטן ביי זיך, איך האב יא אויפגעגעבן? איך האב נישט? און מטראכט א גאנצע צייט צירוק אז יעצט - גיי איך טאקע אויפגעבן, וואס פארשטייט זיך אז אזוי איז נישט מעגליך ארויסצוקריכן פון די יכולת, און מען בלייבט ווייטער סטאק און די pain,
ענדערשט וואלט איך געניצט די ווערטער, "אנערקענען אז אלעס עקזעסטירט שוין פון פאראויס" דאס מיינט, אז אלעס וואס איך וויל טוהן עקזעסטירט שוין און איך גיי גארנישט שאפן מיט דעם, און אויף דעם דארף מען פשוט זיין וואך און אנערקענען אז יעדע פעולה וואס איך טו, און איך וויל שאפן עפעס מיט דעם, עקזעסטירט שוין ביים רבש"ע נאך פאר איך טו דאס, און די פעילות וואס איך טו איז סך הכל באטלעך פון שפע ווי ר' שרגה ריפט דאס, וואס מגעט דיר, אז די קענסט טוהן, דאס וואס עקזעסטירט שוין בעצם ביים אויבערשטען,
און נאר אזוי גייסטו באקומען דיין אמתדיגע רצון וואס די זיכסט, ווייל דאס איז די עכטע זאך וואס א מענטש וויל, א מענטש וויל התחברות,
אזוי שרייבנדיג די שירות פאלט מיר איין אז לויט דעם, קומט דאך אויס א מורדיגע חידוש, אז הערשט יעצט ווען א מענטש אנערקענט דאס (אז אלעס עקזעסטירט שוין ביים רבש"ע פון פארדעם און די פעילות איז נאר באטלעך פון שפע וואס מען געט אים) דערמאלטס באקומט ער יכולת! נישט סתם א יכולת נאר א יכולת וואס קומט סטרעיט פונעם אויבערשן אליינס!
ב"ה

איך וועל עס פרובירן, און איך וועל דיר שרייבן וויאזוי עס פילט זיך. טאקע א אינטערעסאנטע נקודה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

צו געזונט האט געשריבן:
וואס איך פארשטיי דא.

געב אויף דיין אייגענע יכולת און טוה וואס איך שרגא פליישמאן הייסט... איך וועל דיר זאגען וואס יכולת איז.

אבער וויאזוי קאנסטו מיר זאגען וואס צו טוהן? גיב דו אויף דאס וואס דו האלטסט איז דיין יכולת אין איבעררעדן מענטשן וואס צו טוהן...
ב"ה

ר' שרגא נ"י בויט זיין לערע אויף די לערע פון די 'אניאגראם'. אבער ער האט עס אהערגעשטעלט אויף די תורה'דיגע אופן. אזא אופן וואס פון זיי קענסטו דאס נישט לערנען. ווייל סוף סוף ווייסן זיי נישט צו זאגן פון וואס אונזערע ספרים ווייסן. ווען דו ארבעטסט לויט זיי, קענסטו פילן "איך קום אן מער און מער ארויסצוגיין פון מיין 'איגו, סאו, איך קום אן מער און מער צו מיין שלימות'". ס'האט נישט די עכטע ביטול האיגו צו העכערס. די עכטע תורה'דיגע דביקות. עכ"פ, זיכער נישט אויבן אויף.

זיי האלטן אז דער עיקר פארוואס א מענטש איז אומגעזונט קומט ווייל דער מענטש פילט זיך נישט מחובר צום כלל. צום 'למעלה'. ביי יעדע פון די ניין טייפס איז די סיבה ווייל דער מענטש פילט זיך נישט מחובר צום כלל.

עס האט נישט דוקא מיט די ווארט 'יכולת'.

אויב א מענטש קומט דיר זאגן אז ער האט פרובירט ר' שרגא'ס מהלך, און עס האט נישט געארבעט, מיינט עס נישט אז ר' שרגא איז נישט גערעכט, נאר עס מיינט אז ער איז יא גערעכט. און עס ארבעט נישט, דוקא ווייל ער איז גערעכט. עס מיינט אז ער האט זיך נישט באמת געפילט אינגאנצן מחובר צום כלל, ער האט נישט באמת אינגאנצן זיך ערלויבט צו פילן אז אלעס קומט מלמעלה צו אים. ער האט ווייטער געפילט אז ער דארף דא שאפן עפעס. אמת טאקע אז ער איז געווען געצווינגען צו פילן אז ער דארף דא שאפן עפעס, אבער וויבאלד ער האט אויף למעשה נישט געפילט מחובר, עס האט זיך אים נישט געפילט מחובר, דערפאר גייט עס אים נישט. און טאקע ווייל ר' שרגא איז גערעכט. אז ווען מ'פילט זיך נישט מחובר, אז ווען מ'פילט אז "איך דארף דא שאפן", גייט עס נישט.

די וואונדער איז נישט צי ר' שרגא איז גערעכט צי נישט, ער איז זיכער - לויט וויאזוי איך פארשטיי יעצט - גערעכט. נאר די וואונדער איז, וויאזוי מאך איך עס. די וועג פון אלע סארטן טערעפיסט וואס ארבעטן, איז נאר וויאזוי צוצוברענגען דעם מענטש צו דעם סארט 'חיבור צום כלל'.

איך האלט אז א מענטש קען מיינען אז ער פילט אז ער איז מחובר צום כלל, ווען ער איז פאקטיש נישט מחובר. א מענטש ליידט פון פאניק אטאקעס, און ער שטעלט זיך פאר "איך בין מחובר, אלעס קומט פון אויבן, אלעס קומט מלמעלה" אבער עכט אביסל טיפער אריין אינעווייניג, ער כאפט נישט, פילט ער אז "איך דארף מיך א עצה געבן, איך דארף קאנטראלירן וואס דא גייט זיין, איך קען מיך נישט א עצה געבן, זאכן זענען אינדרויסן פון מיין קאנטראל". נאר ער איז נישט באוואוסטזיניגט אויף דעם. ער מיינט אז ער פילט אז "אלעס קומט מלמעלה".

וואלט ער עכט געפילט אז אלעס קומט מלמעלה, וואלט ער נישט געווען אין פאניק.

אונטערשטע שורה איז, די שאלה איז נישט צי ר' שרגא איז גערעכט, די שאלה איז "וויאזוי מאך איך אז מיין אינעווייניג זאל צו דעם מסכים זיין".

און דער אייבערשטער העלפט און זאל ווייטער העלפן.

דער איינזער, ווען ער פילט אז זיין 'איך' קומט מלמעלה, סאו עס פאלט אים נישט ביי "איך דארף מיך שאפן מיין שלימות. אפשר שאפ איך נישט גענוג?" ווייל ווען ער פילט זיך מקושר, ער פילט אז אלעס עקזיסטירט שוין אויבן, פאלט אים נישט ביי אז "איך דארף שאפן מיין שלימות". ער קען פשוט זיך מער און מער מחבר זיין מיט העכערס, כדי צו מער און מער ווערן נכלל מיט שלימות. אבער ער גייט זיך נישט איבערשטרענגען צו שאפן עפעס. ווייל ער ווייסט אז זיין שלימות עקזיסטירט שוין. ער דארף זיך נאר מחבר זיין צו עס.

דער צווייער, ווען ער פילט אז אלע זיינע געברויכן קומען מלמעלה צו אים, סאו, עס פאלט אים נישט ביי אז "איך דארף טון גוטסקייט, כדי צו באקומען מיינע געברויכן". ווייל ווילאנג ער פילט אז אלעס קומט מלמעלה צו אים, אנערקענט ער די ענדלאזע גוטסטקייט פון באשעפער צו אים וואס קומט צו אים, אפילו ער האט גארנישט געטון דערצו.

דער דרייער ווען ער פילט אז זיין 'הצלחה' קומט מלמעלה צו אים, פאלט אים נישט ביי "איך דארף טון צו זיין אנגעקוקט אלץ א מוצלח". ווייל ער פארשטייט אז זיין הצלחה האט מען אים געגעבן. עס האט נישט מיט זיין שאפונג

דער פירער, ווען ער פילט זיך מקושר ומחובר צו למעלה, פאלט אים נישט ביי צו זוכן קאנעקשאן. אדער צו זוכן א 'איך'. ווייל דאס אליין אז ער פילט מחובר, געט אים צו פילן וואס ער וויל טרעפן אין זיין 'איך'.

דער פינעווער, ווען ער פילט אז וואס ער ווייסט און האט קומט מלמעלה צו אים, פאלט אים נישט ביי אז "איך דארף דאס שאפן" ווייל ער זעהט דאך אליין אז עס האט נישט מיט זיין שאפן. סאו, ער ווערט נישט נערוועז.

דער זעקסער, ווען ער פילט אז זיין זיכערקייט און טראסט, קומט מלמעלה צו אים, פאלט אים נישט ביי אז "איך דארף זיך איבערשטרענגען דאס צו שאפן". עס פאלט אים נישט ביי צופיל אומזיכערקייט. ווייל ער זעט דאך אז זיכערקייט קומט פון אויבן. ער האט גארנישט געטון דערצו.

דער זיבענער, ווען ער פילט אז אלע זיינע פלענער פאר ענדשוימענט, קומט מלמעלה, פאלט אים נישט ביי אז "איך דארף עפעס ווייסעך וואס טון, אז ס'זאל קומען", ער טראסט אז פונקט אזוי ווי עס איז געקומען, אזוי וועט עס ווייטער קומען. ווייל אויב "איך דארף שאפן מיין תענוג", און איך קען נישט טראסטן אז עס גייט קומען, ווער איך מער און מער אנגעשטרענגט דאס צו שאפן.

דער אכטער, ווען ער פילט אז אלעס וואס ער וויל טון קומט מלמעלה, דארף ער נישט קאנטראלירן די עתיד אז ס'זאל גיין וויאזוי ער וויל. ער דארף נישט אזוי קאנטראלירן בכלל. ווייל ער זעט אז אלעס איז דא אן זיין אנשטרענגונג.

דער ניינער, ווען ער פילט אז אלעס קומט מלמעלה, פאלט אים נישט ביי אז ער איז נישט בשלום מיט די גאנצע בריאה. סאו, ער דארף נישט ווערן בטל, צו פילן איינס מיט די בריאה. אלעס קומט דאך סייווי פון איין מקור, מ'איז אלעמאל סייוויאזוי איינס.

די אלע זאכן האט ר' שרגא נ"י צאמגענומען אין איין ווארט: מ'דארף פילן אז אלעס קומט מלמעלה אין באטלעך. אדער "אלעס עקזיסטירט שוין". סאו, ווערט מען נישט איבערגעשטרענגט מיט אומנויטיגע כוחות הנפש.

וועסט גוט קוקן וועסטו באמערקן אז יעדע טייפ האט אביסל א אנדערע אופן וואס עס דארף קומען מלמעלה.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

קומט אויס אז ס'דא געוויסע מעשים וואס א מענטש טוט, אדער עס ווערט געטון צו אים, וואס דאן איז מער וויכטיג אז ער זאל פילן אז זאכן קומען מלמעלה צו אים.

ווען א מענטש פילט אז ער טוט א שלימות, ער טוט צום זאך, ער טוט וואס ער פילט אז ס'איז ריכטיג. אז דאס דארף געטון ווערן.

אדער ער פילט אז זיינע געברויכן ווערן ערפילט, מ'האט אים ליב און מ'געט אים.

אדער ער פילט אז ער איז מצליח מיט עפעס א זאך, ער איז ווערד.

אדער ער טוט אזאך וואס מאכט אים פילן קאנעקטעד און באליבט, ער טרעפט זיך מיט א 'איך'.

אדער ער פארשטייט עפעס, ער פארשטייט וויאזוי צו טון עפעס, ער ווייסט וויאזוי זיך א עצה צו געבן מיט עפעס.

אדער ער פילט פארזיכערט און טראסט.

אדער ער ענדשויט זיך מיט דרויסנדיגע ענדשוימענט, ער פילט זיך זאט!

אדער ווען ער פילט אז ער איז אין קאנטראל פון זאכן,

אדער ער פילט איינס און בשלום מיט אלעס און מיט יעדן,

דאן איז זייער וויכטיג צו פילן אז עס קומט מלמעלה, אז אלעס עקזיסטירט שוין, און נישט ער דארף דאס שאפן.

א מענטש קען אגאנצן טאג אויפגעבן אויף יכולת, און טראכטן אז וואס ער טוט קומט מלמעלה, און פארגעסן אז דער עיקר איז ביי די דאזיגע זאכן צו געדענקען אז אלעס קומט מלמעלה

והשם הטוב עוזר ויעזור
עונג החיים
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:57 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עונג החיים »

נשמה האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
וואס איך פארשטיי דא.

געב אויף דיין אייגענע יכולת און טוה וואס איך שרגא פליישמאן הייסט... איך וועל דיר זאגען וואס יכולת איז.

אבער וויאזוי קאנסטו מיר זאגען וואס צו טוהן? גיב דו אויף דאס וואס דו האלטסט איז דיין יכולת אין איבעררעדן מענטשן וואס צו טוהן...
ב"ה

ר' שרגא נ"י בויט זיין לערע אויף די לערע פון די 'אניאגראם'. אבער ער האט עס אהערגעשטעלט אויף די תורה'דיגע אופן. אזא אופן וואס פון זיי קענסטו דאס נישט לערנען. ווייל סוף סוף ווייסן זיי נישט צו זאגן פון וואס אונזערע ספרים ווייסן. ווען דו ארבעטסט לויט זיי, קענסטו פילן "איך קום אן מער און מער ארויסצוגיין פון מיין 'איגו, סאו, איך קום אן מער און מער צו מיין שלימות'". ס'האט נישט די עכטע ביטול האיגו צו העכערס. די עכטע תורה'דיגע דביקות. עכ"פ, זיכער נישט אויבן אויף.

זיי האלטן אז דער עיקר פארוואס א מענטש איז אומגעזונט קומט ווייל דער מענטש פילט זיך נישט מחובר צום כלל. צום 'למעלה'. ביי יעדע פון די ניין טייפס איז די סיבה ווייל דער מענטש פילט זיך נישט מחובר צום כלל.

עס האט נישט דוקא מיט די ווארט 'יכולת'.

אויב א מענטש קומט דיר זאגן אז ער האט פרובירט ר' שרגא'ס מהלך, און עס האט נישט געארבעט, מיינט עס נישט אז ר' שרגא איז נישט גערעכט, נאר עס מיינט אז ער איז יא גערעכט. און עס ארבעט נישט, דוקא ווייל ער איז גערעכט. עס מיינט אז ער האט זיך נישט באמת געפילט אינגאנצן מחובר צום כלל, ער האט נישט באמת אינגאנצן זיך ערלויבט צו פילן אז אלעס קומט מלמעלה צו אים. ער האט ווייטער געפילט אז ער דארף דא שאפן עפעס. אמת טאקע אז ער איז געווען געצווינגען צו פילן אז ער דארף דא שאפן עפעס, אבער וויבאלד ער האט אויף למעשה נישט געפילט מחובר, עס האט זיך אים נישט געפילט מחובר, דערפאר גייט עס אים נישט. און טאקע ווייל ר' שרגא איז גערעכט. אז ווען מ'פילט זיך נישט מחובר, אז ווען מ'פילט אז "איך דארף דא שאפן", גייט עס נישט.

די וואונדער איז נישט צי ר' שרגא איז גערעכט צי נישט, ער איז זיכער - לויט וויאזוי איך פארשטיי יעצט - גערעכט. נאר די וואונדער איז, וויאזוי מאך איך עס. די וועג פון אלע סארטן טערעפיסט וואס ארבעטן, איז נאר וויאזוי צוצוברענגען דעם מענטש צו דעם סארט 'חיבור צום כלל'.

איך האלט אז א מענטש קען מיינען אז ער פילט אז ער איז מחובר צום כלל, ווען ער איז פאקטיש נישט מחובר. א מענטש ליידט פון פאניק אטאקעס, און ער שטעלט זיך פאר "איך בין מחובר, אלעס קומט פון אויבן, אלעס קומט מלמעלה" אבער עכט אביסל טיפער אריין אינעווייניג, ער כאפט נישט, פילט ער אז "איך דארף מיך א עצה געבן, איך דארף קאנטראלירן וואס דא גייט זיין, איך קען מיך נישט א עצה געבן, זאכן זענען אינדרויסן פון מיין קאנטראל". נאר ער איז נישט באוואוסטזיניגט אויף דעם. ער מיינט אז ער פילט אז "אלעס קומט מלמעלה".

וואלט ער עכט געפילט אז אלעס קומט מלמעלה, וואלט ער נישט געווען אין פאניק.

אונטערשטע שורה איז, די שאלה איז נישט צי ר' שרגא איז גערעכט, די שאלה איז "וויאזוי מאך איך אז מיין אינעווייניג זאל צו דעם מסכים זיין".

און דער אייבערשטער העלפט און זאל ווייטער העלפן.
און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די מהלך האט מיר אזוי שטארק איבערגענומען - כאטש איך בין נאך אזוי ווייט דערפון, און איך האלט און איין צוריק פאלן, איז טאקע טאקע פארדעם ווייל מען פילט א טיפע אמת און דעם, אזוי ווי נשמה שרייבט מען פילט זיך מחובר צום יסוד, מפילט א טיפע מנוחה אז אלעס איז מסודר און אלעס איז סעקיארע"ד אזוי ווי עס איז, און דאס שלעפט מיר דער גאנצע צייט צוריק,
פארקערט, אויב טרעף איך זיך און א מצב פון צרידערטקייט פיל מיט ענקזייעט"י און דעפרעשא"ן אדער אנדערע חולי הנפש זאגט עס מיר ווי ווייט איך בין פון די יסוד וואס דאס איז די שפע וואס קומט יעדע רגע ווי ר' שרגה ריפט דאס "קוועלדיגע וואסער", און איך האב אייביג די בחירה וועלכע באטלעך פון שפע צו נעמען, צו באטלעך וואס קומען פון גן עדן, אדער באטלעך וואס האט שפע, וואס קומט פון גיהנם,
ר' שרגה דריקט זיך אויס און די 25'טע שיעור, אז כאטש אויף יענע וועלט איז נישט מעגליך אריבערצוגיין פון גיהנם צו גן עדן, אבער דא אויך דעם וועלט איז זייער גרינג, פארקערט, אויב וויל מען וועט די גיהנם אליינס אריינשטופן און גן עדו אריין,

איך פאל שוין צוריק און איך כאפ מיך צוריק שוין זייט ר' שרגא נ"י האט אנגעהויבן.

דו ביסט גוט דו. דו קומסט אריין מיט אזא אנדערע פלעוואר. שרייב, שרייב, שרייב. ;l;p- ;l;p- ;l;p-
Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Good »

Good האט געשריבן:
עונג החיים האט געשריבן:
ari 2767 האט געשריבן:
ווי קען מען שוין הערן די 25'סטע שיעור?
שיעורי ר' שרגה פליישמאן/צרכי הנפש
I downloaded ALL

It's WMA

My phone can't play
Can anyone convert to MP3??
נא גוט...
עונג החיים
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:57 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עונג החיים »

א גיטן אלע טייערע,
איך וויל בעזהשי"ת אויסשמיעסן א וויכטיגע יסוד און ר' שרגה'ס מהלך וואס איז וויכטיג צו אנערקענען, פאר אלעם.

און איינע פון די שיעורים טוט ר' שרגא שטארק ארויסברענגן די נקודה, אז א מענטש וואס געפינט זיך "יעצט" און א pain, וועט ער קיינמאל נישט קענען ארויסקריכן דערפון, אויב וועט ער זיך קודם נישט אליין פארשטיין, און זיך אליינס טרעפן מיט זיין ווייטאג, אדרבה, אויב וועט ער פראבירן ארויסצוקומען וועט ער זיך נאך סאך מער באגראבן אריין און די צרידערטקייט, (און אפי' ער וועט פראבירן זיך צו מסביר זיין די אלע תורות אז ער האט נישט קיין יכולות, און אלעס איז שפע, וועט עס גארנישט העלפן,)

און די סיבה דערצו איז זייער פשוט, לאמיר נעמען למשל א זיבענער, וואס זיכט לעבדיגקייט און התחדשות, און יעדע רגע זיכט ער נאך פלעצער ווי ער קען זיך ענדשויע"ן און מאכן א לעבן, און עס קומט צו א פאוינט ווי ער זעהט איין די אמת, אז ער קען גארנישט שאפן, און אלע זיינע תאוות און אלעס וואס ער וויל זיך אלץ נאכגעבן, זענען אלע פיסטע נארישקייטן, אן קיין שום טיפקייט, און אן קיין שום עכטע תענוג, און ער הייבט אן פילן א שרעקליכע ליידיגקייט, און דאס מאכט אים פילן אז זיין לעבן איז גענדיגט, און ער פאלט אריין און א שרעקליכע דעפרעשא"ן און ער איז אינגאנצען צרידערט און צוקלאפט.

און יעצט. אויב וועט אזא מענטש, זיך וועלן מסביר זיין די אלע זאכן וואס מיר רעדן דא, וועט ער קיינמאל נישט מצליח זיין, פארוואס? ווייל ער וויל עפעס נעגעטיוו, דאס הייסט ער וויל "נישט" פילן צוקלאפט ער וויל "נישט" שפירן צרידערט, ער וויל אנטלויפן פון די יעצטיגע מציאות, ווייל ער קען נישט אויסהאלטן די שרעקליכע ווייטאג, און אזוי באגראבט ער זיך מער און מער טיפער און גיהנם אריין.

ממילא, וואס איז די עצה פאר אזא איינער???
אויב וועט ער נישט מורא האבן פון אריינגיין און זיך, אריינגיין און זיין ווייטאג, און זיך פרעגן, וואס פיל איך? פארוואס בין איך אזוי דיפרעס"ט? פארוואס בין איך צרידערט? און בלייבן און די pain און זיך אליינס פארשטיין, וועט ער ציביסלעך קענען זעהן וואס זיין אמת'דיגע טיפע רצון איז, און אנשטאט עס זאל זיין עפעס וואס ער וויל "נישט" וועט עס ווערן צו עפעס וואס ער וויל "יא" ער וויל יא פילן א תענג, ער וויל יא פילן א שפע, ער וויל יא פילן נאנט צום אייבערשטן, ער וויל יא פילן אמת'דיג פרייליך און ציפרידען, און איינמאל ער ווייסט וואס זיין אמתדיגע טיפע רצון איז, וועט ער קענען אנפאנגען צו פילן א ריינע תשוקה פאר דעם, און הערשט דערמאלטס וועט ער זיך קענען דרייען צום אויבערשטער מיט דעם, אז ער זאל אים עס געבן,

און אנדערע ווערטער עס איז נישט מעגליך צו שפירן אן אמת'דיגע תשוקה פון עפעס וואס איך וויל "נישט" נאר פון אזאך וואס איך וויל "יא"
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים. וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים:
עונג החיים
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:57 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עונג החיים »

Good האט געשריבן:
Good האט געשריבן:
עונג החיים האט געשריבן:
ari 2767 האט געשריבן:
ווי קען מען שוין הערן די 25'סטע שיעור?
שיעורי ר' שרגה פליישמאן/צרכי הנפש
I downloaded ALL

It's WMA

My phone can't play
Can anyone convert to MP3??
נאדיר! האב הנאה
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים. וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים:
Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Good »

.
נא גוט...
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”