רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

בהמשך צו די בילדער פון הרב יציב פתגם פונעם אפטא רב'ס ביהמ"ד:

די ביהמ"ד היינט צוטאגס
אטעטשמענטס
SAM_0435.JPG
SAM_0454.JPG
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

דער ביהמ"ד פון אינעווייניג:
(ר"ה דאס יאר איז שוין געווען נייע פורניטשער און ווי אויך אסאך ספרים)
אטעטשמענטס
דער היכל הביהמ"ד
דער היכל הביהמ"ד
דער עזרת נשים
דער עזרת נשים
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

דער היכל הביהמ"ד מיטן דאווען צימער פונעם אפטער רב ביים לינקן זייט פונעם שול
אטעטשמענטס
SAM_0441.JPG
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

דער דאווען צימער פונעם אפטער רב:
אטעטשמענטס
דער דאווען צימער
דער דאווען צימער
מקום תפילתו
מקום תפילתו
דער טאוול אינעם צימער
דער טאוול אינעם צימער
יוסף משה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף משה »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
אגב, איז דא היינט א רבי'ע גזע וועלכע זענען אייניקלעך פונעם אפטא רב? 'זינקוב' איז געווען פון די גזע.

ס'איז זיכער דא, מאכנאווקא.נעשכיז,טשערנאביל,בעלזא,סקווירא, (אויך בארא פארק פלעטבוש),סאדיגערע,זעווהיל,שומרי אמונים, מאנעסטריש,ראחמאסטריווקע,בוהוש, ראדוויל, בראד,באיאן,פאשקאן,צעשינאוו,סקאהל,פאלטישאן טריסק,קאזניץ,קאפישטניץ,( וויזניצער רבי'ס שליט"א קינדער, פון ארץ ישראל-און מאנסי).

מ'קען צולייגן קאסוב בארא פארק ,קאזלאוו ,זידיטשויב,לעלוב,(רבי יצחק שליט"א ירושלים),סאווראן,אטיניא,קארוב,וואסלוי,נאוואמינסק,דרוהוביטש.

דער טריסקער רבי ר' יעקב אריה איז געווען א איידעם ביי ר' פנחס מזינקוב, אין ער האט איבערגענומען זיין שווער וואס איז נסתלק געווארן בשנת תרע"ו. אין ר' יעקב אריה איז געבליבן מיט די זינקובער מנהגים און נוסחאות וואס ער האט קונה געווען ביים שווער.

ווען רבי יעקב אריה איז געווען אין לונדון האט מען עם קודם זיך נישט געלאזט רופן טריסקער רבי, נאר זינקובער רבי. אבער נאך די הסתלקות פון זיין טאטע (אין טריסק האט מען שוין געפירט אפי' בחיי האב) אין בעיקר נאך די מלחמה ווען 5 טריסקער רבי'ס זענען אומגעקומען און ער איז געבליבן די איינציגסטער האט ער שוין געלאזט מ'זאל עם רופן 'טריסקער רבי'.

אויך איז דא קאפיטשיניץ וואס איז בשורשם פון אפטא-זינקוב.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

הרה"ק רבי דן מראדוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

כידוע איז רבי דן ראדווילער גיווען אן איידעם ביים אפטער רב זיע"א, איז מיר אינטערסאנט צו וויסען פארוואס ביי זיינע אייניקלעך טרעפט מען כמעט נישט די נאמען "דן" חתנו רבי יצחק מסקווירא בזוו"ר הוליד שני בנים א. ראי"ה מסקווירא שאכן נתן שם דן לבנו השני אך הוסיף שם משה דהיינו רבי משה דן מסקווירא, ב. רמ"נ משפיקוב שעליו לא קשה כיוון שהיה לו רק בן יחיד ונתן שם אחר אבי אביו ואבי חותנו דהיינו הטשערנאבלער מגיד, אבל על דור שני של בני ראי"ה מסקווירא קשה. וכן בני רש"י בכורו של קדוש ישראל מרוזין וחתנו של רבי דן ג"כ לא מובן הלא היה להם משפחות גדולות ואף אחד לא נתן השם דן. אתמהה.
לא שמעתי שרבי דן נפטר צעיר שזה יהיה הפתרון לתמיהתי...
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

נחום וואהלינער האט געשריבן:כידוע איז רבי דן ראדווילער גיווען אן איידעם ביים אפטער רב זיע"א, איז מיר אינטערסאנט צו וויסען פארוואס ביי זיינע אייניקלעך טרעפט מען כמעט נישט די נאמען "דן" חתנו רבי יצחק מסקווירא בזוו"ר הוליד שני בנים א. ראי"ה מסקווירא שאכן נתן שם דן לבנו השני אך הוסיף שם משה דהיינו רבי משה דן מסקווירא, ב. רמ"נ משפיקוב שעליו לא קשה כיוון שהיה לו רק בן יחיד ונתן שם אחר אבי אביו ואבי חותנו דהיינו הטשערנאבלער מגיד, אבל על דור שני של בני ראי"ה מסקווירא קשה. וכן בני רש"י בכורו של קדוש ישראל מרוזין וחתנו של רבי דן ג"כ לא מובן הלא היה להם משפחות גדולות ואף אחד לא נתן השם דן. אתמהה.

גראדע ביי זיין זון רבי לוי משה יהודה מראדוויל איז געווען אפאר דן'ס ובתוכם א זון זיינער רבי דן השני מראדוויל און אן אייניקל רבי דן מקאנסטאנטין.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

טריסקער האט געשריבן:

מזה אני יודע ואכן לפיכך קשה לי למה בני חתניו לא נתנו שם ע"ש זקינם לצאצאיהם.

נחום וואהלינער האט געשריבן:

אלס רוזין ווייס איך אז מען האט נישט געגעבן נעמען פון די שבטים חוץ פון יוסף (וואס למעשה האט דאס אויך נישט צו גוט אויסגעלאזט), איז לגבי רוזין (רבי שלום יוסף) איז שוין פארענטפערט, דער שאלה איז אבער טאקע לגבי אנדערע.

בדרך אגב איז רבי דן ראדווילער אוועק אלט - אויף זיין מציבה שטייט 'הישיש'.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אינטרעסאנט קיינמאל נישט גיהערט וועגען נישט געבען שמות השבטים ברוזין. די אייציגסטע וואס איז מיר יעצט ארויף און געדאנקט וואס האט יא גיהאט איז רבי לוי מאנזאהן נכדו של הסב"ק.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

נחום וואהלינער האט געשריבן:אינטרעסאנט קיינמאל נישט גיהערט וועגען נישט געבען שמות השבטים ברוזין. די אייציגסטע וואס איז מיר יעצט ארויף און געדאנקט וואס האט יא גיהאט איז רבי לוי מאנזאהן נכדו של הסב"ק.

אויך רבי יהודה צבי מטשארטקוב (וואס האט נישט געהאט קיין זש"ק), און פון רבי לוי יצחק מאנזאהן איז אויך נישט איבערגעבליבן קיין דורות (9 קינדער זענען אוועק אלס קינדער און זיין איבערגעבליבענע בן יחיד רבי משה איז אויך געווען קראנק און נישט געהאט זש"ק).

דרך אגב ביי משפחת רבי שלום יוסף האט מען מקפיד געווען צו געבן דעם נאמען יהודה נאר אויב מ'קען צולייגן משה (משה יהודה לייב נאך רבי משה לייב סאסובער) אבער נישט יהודה אליין, און אזוי איז עס געווארן ביי אסאך משפחות אין רוזין אז צו יהודה לייגט מען צו משה.

דער נושא פון שמות השבטים אין רוזין האב איך געהערט פון מיין זיידע הרב ר' מנחם מענדל מתתיהו טווערסקי שליט"א.
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

מיינסט מסתם ר' יהודה צבי מסאדיגורא. ( ער איז נישט געווען געזונט און דוכט זיך אז ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט). ער איז געווען א ברודער פון די סאדיגורער רבי'ס אין ארה"ק. ער איז געווען א מתמיד עצום
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

חיימ'ל האט געשריבן:מיינסט מסתם ר' יהודה צבי מסאדיגורא. ( ער איז נישט געווען געזונט און דוכט זיך אז ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט). ער איז געווען א ברודער פון די סאדיגורער רבי'ס אין ארה"ק. ער איז געווען א מתמיד עצום

גערעכט.

מיר ליגט אין זיכרון אז רבי יהודה צבי האט יא חתונה געהאט מיט הרבנית שרה בת רבי חיים אהרן מטשארטקוב בן רבי ישראל מטשארטקוב בן רבי דוד משה מטשארטקוב, וואס הרבנית שרה איז געבוירן געווארן מזוו"ש פון איר פאטער הרבנית ריקל בת רבי דוד מבאהוש (בן רבי יצחק אדה"ז מבאהוש) חתן בזוו"ש רבי אפרים זלמן מרגליות ממאציוב (רבי דוד'ס רעביצין בזוו"ר איז געווען אשת רבי שלום יוסף בן רבי מרדכי פייבוש מהוסיאטין) חתן המגיד מטוריסק.
אזוי געדענק איך אז ס'שטייט אין נר ישראל - רוזין חלק ו' ואינו כעת תח"י.
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

גערעכט, כ'האב עס נאכאמאל נאכגעקוקט. נאר ער האט נישט געהאט קיין קינדער.

ער האט געהאט ספרים בירושה פון זיינע עלטערן און ער האט עס אנגעשריבן מיט הגהות. ווייס איך נאר נישט ווי ס'איז היינט צוטאגס...
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

טריסקער האט געשריבן:דער נושא פון שמות השבטים אין רוזין האב איך געהערט פון מיין זיידע הרב ר' מנחם מענדל מתתיהו טווערסקי שליט"א.

כ"ק אדמו"ר מטריסק שליט"א
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

חיימ'ל האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:דער נושא פון שמות השבטים אין רוזין האב איך געהערט פון מיין זיידע הרב ר' מנחם מענדל מתתיהו טווערסקי שליט"א.

כ"ק אדמו"ר מטריסק שליט"א

נו נו.....
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

חיימ'ל האט געשריבן:גערעכט, כ'האב עס נאכאמאל נאכגעקוקט. נאר ער האט נישט געהאט קיין קינדער.

ער האט געהאט ספרים בירושה פון זיינע עלטערן און ער האט עס אנגעשריבן מיט הגהות. ווייס איך נאר נישט ווי ס'איז היינט צוטאגס...

שכוח פארן חיזוק......
כ'האב געזען דער שטיקל יחוס דער לעצטע מאל פאר צוויי יאר צוריק בערך.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

היינו הך?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

טריסקער האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:לא שמעתי שרבי דן נפטר צעיר שזה יהיה הפתרון לתמיהתי...

גראדע ביי זיין זון רבי לוי משה יהודה מראדוויל איז געווען אפאר דן'ס ובתוכם א זון זיינער רבי דן השני מראדוויל און אן אייניקל רבי דן מקאנסטאנטין.

איז דאס נישט איין מענטש?.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:לא שמעתי שרבי דן נפטר צעיר שזה יהיה הפתרון לתמיהתי...

גראדע ביי זיין זון רבי לוי משה יהודה מראדוויל איז געווען אפאר דן'ס ובתוכם א זון זיינער רבי דן השני מראדוויל און אן אייניקל רבי דן מקאנסטאנטין.

איז דאס נישט איין מענטש?.

גערעכט הרב רימנובער, ס'איז איין מענטש וואס האט זיך גערופן ראדווילער רבי און געוואוינט אין קאנסטאנטין.
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

יציב פתגם האט געשריבן:אבן המיוחס להרה"ק מאפטא זי"ע - בביה"ח העתיק בטבריה

16127887.jpg

וואס איז די מעשה מיט דעי שטיין ???
..
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

שטייגען האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:אבן המיוחס להרה"ק מאפטא זי"ע - בביה"ח העתיק בטבריה

16127887.jpg

וואס איז די מעשה מיט דעי שטיין ???

ביי דער נאכט נאכן פטירה פונעם אוהב ישראל האט דער שומר פונעם ביה"ח פון טבריה געהערט קלאפן אויף זיין פענסטער אז ער זאל קומען באגלייטן דעם מיטה פונעם אוהב ישראל, ער איז שנעל ארויס און געזען א ריזיגע עולם באלייטן א מיטה און מ'האט אים באגראבן צווישן די תלמידי הבעש"ט הק', און מ'האט דארט אוועקגעשטעלט דאס שטיין, שפעטער איז טאקע אנגעקומען דער ידיעה קיין טבריה אז דער אוהב ישראל איז אוועק, און דאס איז דער שטיין וואס ליגט אינעם ביה"ח.
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

טריסקער האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:אבן המיוחס להרה"ק מאפטא זי"ע - בביה"ח העתיק בטבריה

16127887.jpg

וואס איז די מעשה מיט דעי שטיין ???

ביי דער נאכט נאכן פטירה פונעם אוהב ישראל האט דער שומר פונעם ביה"ח פון טבריה געהערט קלאפן אויף זיין פענסטער אז ער זאל קומען באגלייטן דעם מיטה פונעם אוהב ישראל, ער איז שנעל ארויס און געזען א ריזיגע עולם באלייטן א מיטה און מ'האט אים באגראבן צווישן די תלמידי הבעש"ט הק', און מ'האט דארט אוועקגעשטעלט דאס שטיין, שפעטער איז טאקע אנגעקומען דער ידיעה קיין טבריה אז דער אוהב ישראל איז אוועק, און דאס איז דער שטיין וואס ליגט אינעם ביה"ח.

ווי די מקור המעשה??
..
תכלית הידיעה שלא נדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכלית הידיעה שלא נדע »

שטייגען האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:אבן המיוחס להרה"ק מאפטא זי"ע - בביה"ח העתיק בטבריה

16127887.jpg

וואס איז די מעשה מיט דעי שטיין ???

ביי דער נאכט נאכן פטירה פונעם אוהב ישראל האט דער שומר פונעם ביה"ח פון טבריה געהערט קלאפן אויף זיין פענסטער אז ער זאל קומען באגלייטן דעם מיטה פונעם אוהב ישראל, ער איז שנעל ארויס און געזען א ריזיגע עולם באלייטן א מיטה און מ'האט אים באגראבן צווישן די תלמידי הבעש"ט הק', און מ'האט דארט אוועקגעשטעלט דאס שטיין, שפעטער איז טאקע אנגעקומען דער ידיעה קיין טבריה אז דער אוהב ישראל איז אוועק, און דאס איז דער שטיין וואס ליגט אינעם ביה"ח.

ווי די מקור המעשה??

נעכטען געווען די יארצייט זיעוכי"א

למעשה ווייסט איינער א מקור צי די מורא'דיגע מעשה???
סאיז בעסער אז מווייסט נישט אלעס
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

יציב פתגם האט געשריבן:מצבת קדשו של הרה"ק מאפטא זי"ע - בתוך אהל הבעש"ט הק' זי"ע
apter1.JPG
apter1.JPG (35.17 KiB) געזען 4489 מאל

מ'זעהט אז פון אינטן איז נאך דא א שטיקל פונעם ארגינעלן מצבה וואס שטייט דארט?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”