נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פלארידא געזעצגעבער באשטטיגן געזעץ אויפצושטעלן א דאך פון מאקיסמום 3 טויזנט דאלער וואס מען מעג ביישטייערן צו שטיצן קאמפיינס ארויפצושטעלן אינציאטיוון אויפן בעלאט פאר די וויילער

די געזעץ איז געשטיצט געווארן דורך גאווערנאר דסאנטיס אבער קען מעגליך אויסשטיין קלאגעס אז עס איז מעגליך אומקאנסטיטוציאנאל
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

הכל הבל האט געשריבן:
פלארידא געזעצגעבער באשטטיגן געזעץ אויפצושטעלן א דאך פון מאקיסמום 3 טויזנט דאלער וואס מען מעג ביישטייערן צו שטיצן קאמפיינס ארויפצושטעלן אינציאטיוון אויפן בעלאט פאר די וויילער

די געזעץ איז געשטיצט געווארן דורך גאווערנאר דסאנטיס אבער קען מעגליך אויסשטיין קלאגעס אז עס איז מעגליך אומקאנסטיטוציאנאל
וואס איז פשט?
געווענליך זוכן דעמאקראטן צו צוימען קאמפיין באשטייערונגען.
פוצה פה ומצפצף
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פענסילוועניע דעמאקראטישע גאווערנאר דזשאש שפירא נעמט אויף די געוועזענע רעפובליקאנע סטעיט רעפרעזענטאט מייק ווערעב אלץ סעקרעטאר פאר לעגסילאטיווע אנגעלעגנהייטן

ווערעב איז געווען דער ערשטער סטעיט לעגיסלאטור צו אינדארסירן טראמפ אין 2016 למספרם
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

הכל הבל האט געשריבן:
פלארידא געזעצגעבער באשטטיגן געזעץ אויפצושטעלן א דאך פון מאקיסמום 3 טויזנט דאלער וואס מען מעג ביישטייערן צו שטיצן קאמפיינס ארויפצושטעלן אינציאטיוון אויפן בעלאט פאר די וויילער

די געזעץ איז געשטיצט געווארן דורך גאווערנאר דסאנטיס אבער קען מעגליך אויסשטיין קלאגעס אז עס איז מעגליך אומקאנסטיטוציאנאל
וואסי די הוה אמינא אז אזא געזעץ איז אויסגעהאלטן קאנסטיטוציאנאל..?

ספעציעל יעצט מיט אזא טויטע-קאנסטיטוציע געריכט..

מאי שנא פון סיטיזענס יונייטעד..?
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין זיין סטעיט אוו די סטעיט אדרעס האט אהייא גאווערנאר מייק דעוויין אפיציעל גערופן אויף די לעגיסלאטור אים צו שיקן א ביל וועלכע וועט אויסברייטערן שכר לימוד וואוטשערס פאר עלטערן וועלכע שיקן אין פריוואטע שולעס

לויט די איצטיגע געזעץ קענען פאמיליעס געניסן פונעם פראגראם בלויז אויב זיי וואוינען אין דיסטריקטס וואו די שולעס זענען אונטערשטעליג ווען מען מעסט די ראטע פוןגוטע ערציאונג אדער פאר נידריגע פארדינער

נידריגע פארדינער פאר אט די פראגראם מיינט אז א פאמיליע פון 4 קען פארדינען ביז 69,300 דאלער יערליך און אונטער די נייע דעוויין פארשלאג וועט מען קוואליפיצירן פארן פראגראם אזוי לאנג ווי מען פארדינט נישט מער פון 111 טויזנט דאלער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יוניס דאמפאר, א קאונסילפרוי פון ניו דזשערסי איז פאטאל דערשאסן געווארן נעכטן נאכט זיצנדיג אין איר אויטאמאביל

די סטעיט הויז אין מיסיסיפי האט באשטעטיגט די בלובערי צו ווערן די סטעיט הויפט אנערקענט פרוכט און די ביל גייט איצט אריבער צום סטעיט סענאט

דער איינציגסטער צו שטימען דערקעגן זאגט אז ער גליכט נישט קיין בלובעריס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
רעפובליקאנער וועלכע קאנטראלירן שוין די פענסילוועניע רעפרעזענטאטן הויז פאר מער ווי א יאר צענדליג האבן געליטן א רייע פארלוסטן ביי די פארלאפענע מידטוירם און דעמאקראטן האבן א דאנק רעדיסטריקטינג און א שטארקע סטעיטווייד טיקעט געהאט א נעט 12 געוואונס און די אויסגאנג איז געווען א ראזאר דינע שמאל צוטיילטע הויז

טעכניש האבן דעמאקראטן געוואונען א מאיאריטעט פון 101-102 אבער בלויז נאכן רעכענען דריי זיצן וועלכע זענען אין דעמאקראטישע געגנטער אבער זענען גאר לעצטנס ליידיג געווארן

די העכסט ראנגיקע רעפובליקאנער, ברייען קאטלער פון לענקעסטער וועלכע האט סערווירט אלץ ספיקער ביז איצט האט פרייטאג געפיילט א ביטע אין געריכט אפצושטעלן די עקטינג סעקרעטערי אוו סטעיט פון פאראויסגיין מיט געסקעדזשועלטע ספעציעלע וואלן אויף פעברואר 7 למספרם פאר די דריי ליידיגע זיצן

איינע פון די 3 איז טאני דעלוקא וועלכע איז געווען אן אמטירנדע דעמאקראט וועלכע איז געשטארבן אין עלטער פון 85 נאכן זיך מוטשען מיט די ביטערע מעשה ל"ע עטליכע וואכן איידער ער האט געזאלט אנהויבן סערווירן א פרישן טערמין

די צווייטע איז וועלכע האט רעזיגנירט פון די הויז איז אוסטין דעוויס וועלכע לאזט איבער זיין פאסטן נאכן ווערן ווידערערוועלט צוליב וואס ער איז אין די זעלבע צייט געווארן ערוויילט צו סערווירן אלץ ליוטענאנט גאווערנאר

די דריטע איז סאמער לי וועלכע דארף אויף רעזיגנירן נאכן ווערן ערוויילט צו קאנגרעס

אלע דריי קומען פון אלעגעני קאונטי און לויט ווי קאטלער טענה'ט קענען דעמאקראטן נישט דערקלערן אז זיי הויבן אן מיט א מאיאריטעט אינעם נייעם סעסיע צוליב וואס זיי האבן בלויז 99 לעבעדיגע מיטגלידער וועכע זענען גרייט צו ווערן איינגעשוואוירן זאפארט אקעגן די 101 אויף די רעפובליקאנע זייט

נאוועמבער 30 למספרם איז געווען די לעצטע טאג פון די פארלאפענע סעסיע און קאטלער האט יענע טאג באשטימט פרישע וואלן בלויז פאר די דעלוקא זיץ וועלכע איז שוין דאן געווען ליידיג אויף פעברואר 7 למספרם

נאך די פארלאפענע וואלן האט דער העכסט ראנגיקער דעמאקראט אינעם הויז זיך דערקלערט אלץ דער וואס נעמט איבער קאטלער און איז אין קאנטראל און צוליב וואס דער וועלכע קאנטראלירט די הויז איז געווענליך דער וועלכע פארלאנגט ווען צו באשטימען ספעציעלע וואלן פאר ליידיגע זיצן האט ער פארלאנגט פונעם עקטינג סעקרעטערי אוו סטעיט געשטעלט דורך די דעמאקראטישע גאווערנאר באשטימט אז עס זאלן פארקומען יענע טאג וואלן פאר אלע דריי ליידיגע זיצן

דער עקטינג סעקרעטערי האט עס נאכגעגעבן און פארארדנט די וואלן אבער קאטלער פרובירט עס אפצושטעלן קלאגנדיג דעם עקטינג סעקרעטערי און די אלעגעני קאונטי באורד אוו עלעקשאנס
ווי עס קוקט אויס קען נאך געדויערן ביז מאי למספרם ווען די דעמאקראטן וועלן איבערנעמען די הויז נאך ספעציעלע עלעקשאנ אויף די דריי ליידיגע זיצן
אויף דערווייל איז געקומען דראמא פון אנדערע אומערוארטעט ריכטונגען
ווי געמאלדן אינדערפרי
הכל הבל האט געשריבן:
אויך אין די פענסילוועניע אונטערשטע הויז האבן רעפרעזענטאטן פון ביידע פארטייען ערוועהלט א דעמאקראט פאר ספיקער אין די גאר שמאל צוטיילטע הויז
יענער האט געהאט געזאגט אז ער טוישט פארטיי אידענטיטעט צו אינדעפענדענט
עס האט פאסירט ווען סטעיט רעפרעזענאטאט דזשים גרעגארי (ר פון בלעיר קאונטי) האט נאמינירט מארק ראוזי (ד פון בורקס קאונטי) צו ווערן ספיקער
דאס האט נאכגעפאלגט מיט א רוף פון פון טים אניעל פון וואשינגטאן קאונטי וועלכע האט אויך גערופן צו שטעלן א זעלבסשטענדיגע רעפרעזענטאט פאר ספיקער
די דעמאקראטישע הויז פירער איז איינגעגאנגען און צוגעווארפן זיין שטיצע און קורצליך דערויף איז ראוזי ערוועלט געווארן צום ספיקער אמט צו יעדן'ס איבערראשונג
אויב האט מען געמיינט אז די טאג איז פארטיג האט ראוזי געמאלדן אין זיין רעדע אז ער טוישט פארטייען צו אינדעפענדענט און איז מער נישט קיין דעמאקראט און וועט נישט קאקוסען מיט קיינע פון די צוויי פארטיייען און וועט אויפנעמען שטאב פון ביידע פארטייען
למעשה זענען שוין פארגעקומען די ספשעל עלעקשאנס פאר אלע דריי ליידיגע זיצן און דעמאקראטן האבן עס געוואונען

דערמיט נעמען זיי איבער קאנטראל אויפן סטעיט הויז צום ערשטן מאהל אין 12 יאר

זיי האבן איצט 102 זיצן אקעגן 101 פאר רעפובליקאנער
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

אבער וואס טוט זיך מיטן אינדעפענדענט ספיקער?
פרעזידענט פרא-טעמפאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:22 am

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט פרא-טעמפאר »

הכל הבל האט געשריבן:
יוניס דאמפאר, א קאונסילפרוי פון ניו דזשערסי איז פאטאל דערשאסן געווארן נעכטן נאכט זיצנדיג אין איר אויטאמאביל
אידישליך האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:

ראסעל העלער, א ניו דזשערסי רעפובליקאנער קאונסיל מיטגליד, איז געפונען געווארן דערשאסן צום טויט אין זיין קאר, בלויז איין וואך נאך די מארד פון קאונסיל מיטגליד יוניס דוואמפאר.

ארטיגע פאליציי זאגן אז זיי האבן אידענטיפיצירט די מערדער פון העלער וועלכע זיי האבן שפעטער געפונען טויט אין א קאר נאכן באגיין זעלבסטמארד.
If you ever feel useless, remember that the U.N. still exists.

פרעזידענט פרא-טעמפאר האט געשריבן:

נישט געזעהן די מידיע זאל מאכן אזא מצב דערפון ווי זיי מאכן פון די קאנגרעספרוי וואס איז געווארן צו שלאגן... (אדער ווי זיי האבן געמאכט פון די מעשה אין ניו מעקסיקא.)
לעצט פארראכטן דורך פרעזידענט פרא-טעמפאר אום מיטוואך פעברואר 22, 2023 10:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
If you ever feel useless, remember that the U.N. still exists.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טעקסאס אטוירני דזשענעראל קען פעקסטאן (ר) האט געשליכטעט א שטרייט צווישן אים און 4 געוועזענע שטאב מיטגלידער און זיי באצאהלט 3.3 מיליאן דאלער (פון שטייער צאהלער געלט) און זיך אנטשולדיגט פאר זיי נאך וואס זיי האבן אים באשולדיגט אין קארופציע און געפירט צו אן עף בי איי אויספארשונג אקעגן אים

די הויכראנגיקע געהילפן האט אין א בריוו גערופן צו די עפענונג פון אן אויספארשונג דורך די עף בי איי אקעגן זייער אויבערהאר צוליב וואס פעקסטאן האט גענוצט זיין אפיס צו סערווירן די אינטערעסן פון זיינס א פריינד און ביישטייערער און ריעל עסטעיט אינוועסטירער נעיט פאול

א קורצע צייט דערויף האט פעקסטאן'ס אפיס קלארגעשטעלט אין א באריכט אז ער איז גענצליך אומשולדיגט און אז די 4 איינגעשטעלטע ווערן אויפגעזאגט

די עף בי איי האט אאקע געעפננט אן אויספארשונג וועלכע האט עווענטועל נישט געפירט צו קיינע קלאגעס (ער איז אבער נאך יא אונטער א צווייטע אומפארבונדעטע אויספארשונג פון עטליכע יאר בעפאר וועלכע איז נאכנישט פארטיג)

די סקאנדאל און אויספארשונג האט זייער מעגליך געהאלפן אפשוואכן פאליטיש פעקסטאן'ס אנזעהן און ער האט געדארפט דורכשוויצן א שווערע פריימערי פארמעסט און אין די ענדע געוואונען א דריטן טערמין אבער די 4 געוועזענע שטאב מיטגלידער האבן אים באשולדיגט אין סטעיט געריכט אז פעקסטאן האט זיי באשוצט אומאויסגעהאלטן און פארלעצט די פרא מסירה געזעץ מיטן זיך אפרעכענען מיט זיי דורך זיי אויפזאגן פון פאזיציע

די סטעיט געריכט האט געאורטיילט אין זייער שטיצע און אפגעווארפן זיינע די פעקסטאן ארגומענטן וועלכע האט גע'טענה'ט אז די מסירה געזעץ איז נישט גילטיג אין אזא פאל
פעקסטאן האט אפעלירט די אורטיילט צו סטעיט סופרים קאורט ווי די קעיס איז נאך דערווייל פענדינג

אצינד אז פעקסטאן האט אויסגעהאמערט אן אפמאך די געהילפן האבן אלץ טייל פונעם אפמאך געבעטן פונעם געריכט איינצופרירן די קעיס אויף דערווייל און אויסווארטן צו זעהן אויב די סטעיט לעגיסלאטור וועט באשטעטיגן די 3.3 מיליאן דאלער סעטלמענט (די לעגיסלאטור דארף באשטעטיגן די פאנדיגנ צוליב וואס עס קומט פון די סטעיט קאסע) און אויב באקומען זיי דאס געלט ציען זיי ארויס זייער קלאגע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ענדע פעברואר למספרם וועלן זיך עפענען די געשפרעכן איבער די נייע עף בי איי הויפטקווארטיר און ווירדזשיניע און מערילענד גייען העפטיג קאנקורירן און מאכן זייערע ארגומענטן פארוואס עלי יניח את ראשי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

לויט באריכטן האבן כעמיקאלן פארפעסטיגט די אהייא ריווער נאך די אינצידענט מיטן איבערגעדרייטן באן וועלכע מען האט אויפגעריסן און די פארפעסטיגונג ציהט זיך ביז וועסט ווירדזשיניע
עמרם
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 11:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמרם »

פון רעלעוואנט נייעס טעגליכע אימעיל
73E0C50D-E842-4F5A-A907-51906F2333F0.jpeg
73E0C50D-E842-4F5A-A907-51906F2333F0.jpeg (355.76 KiB) געזען 836 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ניו דזשערסי סטעיט סענאטאר סעמיועל טאמפסאן טוישט פארטיי אפיליאציע פון רעפובליקאנער צו דעמאקראט

דער 87 יעריגער סטעיט סענאטאר האט זיך באליידיגט און זאגט אז ער גרייט זיך צו לויפן פאר ווידערערוויילונג אבער אויפן דעמאקראטישן טיקעט נאך וואס די רעפובליקאנע פארטיי פירער האבן אויפגעברענגט פראגן איבער זיין יארגאנג און צו מען וואלט נישט געדארפט האבן עימיצער יונגער
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

Mezofzef האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
פלארידא געזעצגעבער באשטטיגן געזעץ אויפצושטעלן א דאך פון מאקיסמום 3 טויזנט דאלער וואס מען מעג ביישטייערן צו שטיצן קאמפיינס ארויפצושטעלן אינציאטיוון אויפן בעלאט פאר די וויילער

די געזעץ איז געשטיצט געווארן דורך גאווערנאר דסאנטיס אבער קען מעגליך אויסשטיין קלאגעס אז עס איז מעגליך אומקאנסטיטוציאנאל
וואס איז פשט?
געווענליך זוכן דעמאקראטן צו צוימען קאמפיין באשטייערונגען.
יעדע רעכטע געזעץ גייט גרינג אריבער אין די לעגיסלאטור, די לינקע האבן נאר איין המלך צו שוין עפעס אין פלארידא, ארויפלייגן עפעס אויפן בעלאט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שיקאגא מעיארעל פארמעסט אנקעטע:

וואלאס 19
גארסיא 17
אמטירנדער מעיאר לייטפוט 14
ווילסאן 12
דזשאנסאן 9
גרין 6
קינג 5
באקנער 4
סאויער 3
אומבאשלאסן 12
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פלארידא גאווערנאר ראן דסאנטיס שרייבט אונטער געזעץ וועלכע ברייטערט אויס די אימיגראנספארטאציע פראגראם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אגודת ישראל ניו דזשערסי דירעקטאר אבי שנעל רעזיגנירט פון זיין פאזיציע צו קענען לויפן צו די סטעיט אסעמבלי

ער גרייט זיך אונטערצונעמען א קאמפיין אקעגן אלץ דעמאקראט אין די 30'סטע אסעמבלי דיסטריקט אקעגן רעפובליקאנע אסעמבלימאן שאן קיען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

וויסקאנסין גאווערנאר טאני עווערס שלאגט פאר א געזעץ וועלכע וועט אויטאמאטיש רעגיסטרירן אלע מאטאריסטן פון די סטעיט צו קענען שטימען

זיין פארלשאג ועוט אויך אויסברייטערן ערלי וואוטינגאון ערלויבן קלוירקס צו ציילן עבסענטי בעלאטס נאך איידער די וואל טאג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סטעיט הויז אין דרום דעקאטע שטימט אראפ א ביל געשטופט דורך גאווערנאר נאועם וועלכע האט געזוכט צוריקצודרייען א גראסערי שטייער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרא רציחה אקטיוויסטן אין אהייא האבן געפיילט צו קענען האבן א קאנסטוטיצאנאלע אמענדמענט אויפן בעלאט קומענדיגע הערבסט צו באשוצן רציחה רעכטן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פענסילוועניע גאווערנאר דזשאש שפירא זאגט אז זיין אפיס האט צוגעשיקט א קרימינאלע ריפוירל איבער די מזרח פאלעסטיין באן אינצידענט און אויפרייס
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פלינקער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 4:58 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלינקער »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:31 am
פרא רציחה אקטיוויסטן האבן געפיילט צו קענען האבן א קאנסטוטיצאנאלע אמענדמענט אויפן בעלאט קומענדיגע הערבסט צו באשוצן רציחה רעכטן
אין וועלכע סטעיט?

------

א גרויסן דאנק הבל פאר אלע דיינע באריכטן!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”