סעלף עסטיעם, סעלף קאנפידענס, און אלעס ארום

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שאהן קלער אריין:
דער מוצלח האט צו פארדאנקן זיין הצלחה צו סעלף קאנפידענץ; אדער זיין סעלף קאנפידענץ צו די הצלחה?

מסתמא אמאל אזוי און אמאל אזוי; איך גלייב אבער, אז כאטש אזויפיהל מענטשן ווי די וואס האבן צו פארדאנקן הצלחה צו סעלף קאנפידענץ, איז פאראן וואס זייערע דורכפעלער זענען צו פארדאנקן טאקע דעם סעלף קאנפידענץ זייערען...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

שטארק זיך האט געשריבן:שאהן קלער אריין:

א רגע סא דו האלסט אז מען קען נאר עררייכן סעלף קאנפידענס מיט הצלחה? קודם הצלחה נאכדעם קאנפידענס?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פאוואליע, ליין איבער, איך זאג נישט דאס
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

קען איינער צושטיקלען אלע וויכטיגע אינפארמאציע וואס דא גיסט זיך צאם?

דא שווימט ארום עפעס אינטערסאנט, אבער מען קען נוצען א מגיד שיעור זאל עס מסביר זיין.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

fiena nieas האט געשריבן:שכוח שאהן!!

בנוגע וואס איז די סיבה אז מענטשן האבן נישט די קאנפידנס ארויסצוגיין פונעם קאמפארט זאן וואס האלסטו?

fear of failure...
אינעם קאמפארט זאון איז זייער זעלטן מ'זאל דורכפאלן.
לעצט פארראכטן דורך שאהן הענניטי אום זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איר מיינט געוויס
Fear of failure
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

שאהן הענניטי האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:שכוח שאהן!!

בנוגע וואס איז די סיבה אז מענטשן האבן נישט די קאנפידנס ארויסצוגיין פונעם קאמפארט זאן וואס האלסטו?

fair of failure...
אינעם קאמפארט זאון איז זייער זעלטן מ'זאל דורכפאלן.

נו דאס פרעג איך, וואס איז טאקע די זאך וואס מעזעהט ביי טייל מענטשן האבן נישט די fear of failure
צו ווערט מען געבוירן דערמיט אדער די מלמדים, משגיחים,פארהערן,פעטש,אראפקלאפן, נעמען אוועק דעם אינגרידיענט
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

זאל ער קומען האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:שאהן:
וואס - פאר א זיס יאר - האט קאמפארט זאנע מיט קאנפידענץ?

ס'האט גראדע.
די קאנפידענס וועגט איבער די פחד.
עס איז אמת וואס דו מיינסט צו פרעגן אז עס מוז נישט האבן, ס'איז דא מענטשן מיט קאנפידענס וואס האבן נישט קיין שום נישט קאמפארט זאן זיי זענען קאנפידענט, אבער א גרויס חלק מענטשן כדי צו באקומען די מאס קאנפידענעס מוזן זיי ארויס קריכן פון זייער קאמפארט זאן, און צוביסלעך האבן זיי גענוג קאנפינדענס אז זיי דארפן שוין נישט קריכן, אלעס ווערט קאמפארט זאן

ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל. ווען אייינער האט קאנפידענץ אין זיך, וועט ער נעמען שאנסן ארויסצוקרוכן פונעם זאנע, וויבאלד ער ווייסט אז דאס איז דער וועג צו אלטימעט סוקסעס, אפי' ס'קען זיין ער וועט דורכפאלן.

וואס דו זאגסט אז ס'איז דא מענטשן וואס האבן נישט קיין קאמפארט זאון, וואלט איך מחולק געווען - איך קען זיין ראונג - לויט מיין ביסל עקספיריענס, יעדער מענטש ווי קאנפידענט ער איז נאר, וועט דורך גיין א סטרעטש, צו גיין צום נעקסטן לעוועל.
יעדער האט עפעס וואס דעיס וואלט ער נישט געטוהן, ער גייט עס למעשה טוהן ווייל ער האט קאנפידענץ, אבער ס'איז א סטרעטש.

אין אידישקייט איז די זעלבע, מאנכע האבן נסיונות וואס ביי א צווייטן איז דאס קיין נסיון נישט, אבער נישט צו לאנג צוריק איז די זעלבע זאך געווען פאר אים אויך שווער, און אפי' יעצט ווען דאס איז שוין דורכגעברוכן, איז אבער עפעס אנדערש שווער יעצט.
ביי דוד המלך זאגט די גמרא איז געווען לבי חלל בקרבי ער האט געהרג'ט דעם יצר, אבער א מענטש ווי לאנג ער לעבט, האט ער א מלחמת היצר עד זיבולא בתרייתא, ומבשרי אחזה.

בין איך גערעכט זאלער?
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

שטארק זיך האט געשריבן:איר מיינט געוויס
Fear of failure

פארראכטן, יישר
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

fiena nieas האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:שכוח שאהן!!

בנוגע וואס איז די סיבה אז מענטשן האבן נישט די קאנפידנס ארויסצוגיין פונעם קאמפארט זאן וואס האלסטו?

fair of failure...
אינעם קאמפארט זאון איז זייער זעלטן מ'זאל דורכפאלן.

נו דאס פרעג איך, וואס איז טאקע די זאך וואס מעזעהט ביי טייל מענטשן האבן נישט די fear of failure
צו ווערט מען געבוירן דערמיט אדער די מלמדים, משגיחים,פארהערן,פעטש,אראפקלאפן, נעמען אוועק דעם אינגרידיענט

לויט מיין אינפארמאציע, ווערט פעיר אוו פעליאר (שטארקי, היצט בין איך זיכער קאררעקט!) געשאפן אינעם יוגנט, ווען די עלטערן, מלמדים וכו' רעאגירן צו א דורכפאלן נישט ווי ס'ברויך צו זיין, וואס דאס שאפט דעם געפיל, אז מ'טאר נישט דורכפאלן.
די מענטשן וואס האבן נישט דעם פחד, אוודאי איז פארהאן מענטשן וואס זענען בטבע גרעסערע שפרינגערס ווי אנדערע, און לויט מיין הסבר קען גאר זיין אז זיי האבן נישט באקומען דעם מעסעזש אין יוגנט, אבער דאס איז כו"ע מודי אז ס'איז א פאך ווי אלע, וואס מ'קען מעסטערן.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ריכטיג דער מענטש וועט אייביג האבן אומבאקוועמע זאנע, אבער ער וועט ווערן באקוועם מיט אומבאקוועמליכקייט, פארשטייסט?

איצט גיי זיי מסביר פאר אן עם הארץ שכמותי וואס עס האט מיט סעלף קאנפידענץ. יאך וואלט געזאגט עס האט מיט א סענס-אוו-פוירפעס
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

שטארק זיך האט געשריבן:שאהן קלער אריין:
דער מוצלח האט צו פארדאנקן זיין הצלחה צו סעלף קאנפידענץ; אדער זיין סעלף קאנפידענץ צו די הצלחה?

מסתמא אמאל אזוי און אמאל אזוי; איך גלייב אבער, אז כאטש אזויפיהל מענטשן ווי די וואס האבן צו פארדאנקן הצלחה צו סעלף קאנפידענץ, איז פאראן וואס זייערע דורכפעלער זענען צו פארדאנקן טאקע דעם סעלף קאנפידענץ זייערען...

אריינגעקלערט, ס'איז זיכער דא אזא געדאנק, יהיב חכמתא לחכימא, און בתר עניא אזלא עניותא, אן עושר האט מזל, וכו', אבער די זענען נישט סתם ווערטלעך, ס'איז קלאר ווי די טאג אז ווען מ'זעהט איינער האט מצליח געווען מיינט דאס אז ער האט געהאט מזל. איינער וועט זאגן אז זיין מזל האט געברענגט זיין הצלחה, און א חלק פון די הצלחה איז זיין קאנפידענץ, און איך זאג, (מיוסד אויף מקורות פון אונזערע גדולים) אז זיין מזל איז געווען, אז ער האט געארבעט אויף זיין קאנפידענץ און נישט אויפגעגעבן ווי אנדערע שלימזלים, און דאן האט זיין הצלחה אנגעפאנגן צו שיינען בחוש.
זאג מיר צו פארשטייסט מיין פוינט.

יעצט צו דיין צווייטע פאראגראף, אוודאי איז דא מענטשן וואס ווען נישט דעם קאנפידענץ וואלטן זיי נישט דורכגעפאלן, אבער אנעם טוהן דאס וואס זייער קאנפידענץ האט זיי געשטיפט צו טוהן, זענען זיי דאך דורכפעלער פון אנהייב אהן...., פארשטיי איין זאך, נישט טוהן, איז זיכער א דורכפאל, יא טוהן איז א פיפציג פערצענט שאנס.

דו האסט זיך באצויגן צו מיין הנחה, אז יעדער מוצלח האט מער קאנפידענץ ווי עווערעזש, איך האב נישט געזאגט אז יעדער מיט קאנפידענץ האט מצליח געווען, נאר יעדער וואס האט מצליח געווען האט קאנפידענץ.
טראכט איבער.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

שטארק זיך האט געשריבן:ריכטיג דער מענטש וועט אייביג האבן אומבאקוועמע זאנע, אבער ער וועט ווערן באקוועם מיט אומבאקוועמליכקייט, פארשטייסט?

איצט גיי זיי מסביר פאר אן עם הארץ שכמותי וואס עס האט מיט סעלף קאנפידענץ. יאך וואלט געזאגט עס האט מיט א סענס-אוו-פוירפעס

פוירפעס אליינס גיבט נישט קיין שטופ פאר עקשען, אזוי ווי פארשטייסט אז ס'קען זיין גרויסע שקצים, און די זעלבע צייט קענען זיי חובת הלבבות אויף אויסענווייניג, וואס איז געשען מיט דעם אלעם, ס'איז אלעס פיין אויף די ביכער, אבער ס'איז זיי גארנישט מחייב.
"פוירפעס" איז די אינפארמאציע וואס דער מענטש האט, פלאס זיך אליינס איבערצייגט אז דאס איז טאקע וואס איך וויל טוהן. אבער דער זעלבער מענטש קען ווייטער בלייבן זיצן אויפן קאוטש מיטן פוירפעס אינאיינעם, ס'איז נישט מחייב פאר עקשאן.
משא"כ קאנפידענץ וועט זאגן פארן מענטש ווען ער פעיסט דעם פיער, יעס יו קען דא איט, און דער מענטש וועט זיך אינטערזינגען צוואנציג מאל "איי קען דא איט" איי קען דא איט", ביז ער וועט פלעין זיך אויפהייבן און עס טוהן.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

כמיין איר האט עס ראנג, פוירפעס איז נישט אינפארמאציע, עס איז א פועל יוצא פון האבן די ריכטיגע אינפארמאציע, און אוי ווי עס איז א קאל פאר עקשאן.

קאנפידענץ ווייס איך בכלל נישט וואס עס מיינט. קאנפידענץ אז איך וועל סוקסידן? ווער זאגט... אפשר נישט.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

יא, אבער ס'איז א געפיהל. פארוואס? אזוי פיהל איך! אדרבה פארוואס פיהלסטו אז דו גייסט מצליח זיין? סעלף עסטים איז אויך א געפיהל, איך בין ווערד! פארוואס? אזוי!
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

פשיא! איך קום דא אריין אינמיטן א העפטיגן שמועס. ס'איז שפעט, איך האפ אבער צו קענען איבערגיין וואס דא גייט פאר, און זעהן וואס איך האב מוסיף צו זיין.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

fiena nieas האט געשריבן:און ר' שטארק זיך טאקע ביסט גערעכט קודם זאג איך קאנפידענס און נאכדעם עסטיעם לדעתי ארבעט עס צו זאמען געוועינליך דער וואס האט א סעלף עסטיעם האט קאנפידענס

אויב איך פארשטיי וואס ס׳מיינט סעלף עסטים און סעלף קאנפידענץ איז עס געווענלעך פארקערט, דער וואס האט סעלף עסטים האט נישט קיין סעלף קאנפידענס ווייל ער פילט גענוג באקוועם מיט זיך און ער זעהט נישט קיין סיבה ס׳זאל אים אויספעהלן צו ווערן א פאבליק פיגור, חזן, רעדנער, דיעות זאגער אין מקוה, אלעס ווייסער,וכו׳ וכו׳
אבער דער וואס האט נישט קיין סעלף עסטים פילט זייער ליידיג און לויפט ער נאך פעין קילערס פון כבוד און אטענשן אויף כמה מהלכים למעשה איז עס נאר א פעין קילער נישט קיין רפואה
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ספיידער האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:און ר' שטארק זיך טאקע ביסט גערעכט קודם זאג איך קאנפידענס און נאכדעם עסטיעם לדעתי ארבעט עס צו זאמען געוועינליך דער וואס האט א סעלף עסטיעם האט קאנפידענס

אויב איך פארשטיי וואס ס׳מיינט סעלף עסטים און סעלף קאנפידענץ איז עס געווענלעך פארקערט, דער וואס האט סעלף עסטים האט נישט קיין סעלף קאנפידענס ווייל ער פילט גענוג באקוועם מיט זיך און ער זעהט נישט קיין סיבה ס׳זאל אים אויספעהלן צו ווערן א פאבליק פיגור, חזן, רעדנער, דיעות זאגער אין מקוה, אלעס ווייסער,וכו׳ וכו׳
אבער דער וואס האט נישט קיין סעלף עסטים פילט זייער ליידיג און לויפט ער נאך פעין קילערס פון כבוד און אטענשן אויף כמה מהלכים למעשה איז עס נאר א פעין קילער נישט קיין רפואה

ספיידער טייערער , די קאנפידענס פון וואס דו רעדסט , דעות זאגער אין מקווה , אלטס ווייסער , איז א פאלטשע קאנפידענס איך בין איך בין משה גרויס!! דאס איז פשוט'ע גאווה תרתי משמע!

איך רעד פון א קאנפידענס פשוט און פראסט זיך צו קענען אננעמען אויף די אייגענע רעכטען, קענען זאגן א מיינונג אן מורא האבן אז מען וועט עס אוועקמאכן!! וכו'

אויף דעים זאג איך אז דער וואס האט א סעלף עסטיעם האט די קאנפידענס!!מען דארף האבן קאנפידענס צו האבן קאנפידענס!!

כאפסט?
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

שאהן קומסט אריין זייער קלאר.
ספיידער לכאורה האסטו א טעות.

קאנפידענס מיינט איין זאך, מ'טוט וואס מ'ברויך וועגן א געוויסע שרעק, סעלף קאנפידענס מיינט נישט גאווה, עס מיינט מ'פארגעסט פונעם אנכי און מ'קערט נישט, צו ווייל יעבור עלי מה איך שפרינג אריין מ'עט שוין שפעטער זען וויאזוי ס'איז געלונגען, צו ווייל פשוט עס איז א נארמאלע זאך און פונקט ווי איך שעם מיך נישט צו גיין אין גאס שעם איך מיך נישט צו בלאזן שופר אדער אנצורופן איינעם צו וואטעווער.

פערפעס קומט בכלל נישט אריין אהער, דו מעגסט האבן א ציל מיט א חשבון און דו האסט עס דאך מורא צו טון.

יעדער מענטש האט קאמפארט זאן, מיין פאונט איז נאר לגבי די זאך וואס דיר למשל איז שווער איז פאר א צווייטן גארנישט, יענעם איז עס קאמפארטעבל
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

פיינע נייעס אמת, אבער מ'קען האבן סעלף עסטיעם און זיין זיכער מיט זיך און נאך אלץ נישט האבן קיין קאנפידענס.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ספיידעא האט א שטארקע פוינט, נעמט עס אביסל צו די עקסטרעם...

זאל ער קומען:
דו זאגסט אייז גוט, דאס האט אבער קיין שייכות צו די פאפולער אפטיישט פון קאנפידענץ, עקטשולי כמעט פארקערט, סעלף קאנפידענץ איז טייטש זיין זיכער מיט'ן "זעלבסט", און איז כסדר ביזי מיט זיך.

די יעבור עלי מה, קען נאר קומען פון א סענס אוו פערפעס...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

זאלער, סעלף עסטיעם מיינט נישט זיכערקייט! (קאי על תשובתך לפיינע נייעס)

מי יתן והיה, כזאל האבן די צייט אפצושרייבן די חילוקים... יעדער שרייבט דא גוטע פוינטס, באמערקט אבער אז יעדער רופט אן קאנפידענס עפעס אנדערש.

דוגמה:
זאלער קומען לערנט אפ סעלף קאנפידענס ווי, ער טוט עס ווייל איז רואיג מיט זיך און גרייט דורכצופאלן; ווערהענד שאהן שרייבט גאר, אז דער סעלף קאנפידענ גיי, איז קאנפידענט אז ער גייט קענען (פרעגעם פון וואנעט ער טראכט אז ער גייט קענען)

אין די צייט וואס אין מהלך איז זאלער גערעכט, און הענעטי לדעתי נישט; טייטש אבער הענעטי בעסער אפ קאנפידענץ.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

fiena nieas האט געשריבן:מען דארף האבן קאנפידענס! צו האבן קאנפידענס!!
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

גענומען פון א סייט, דא ברענגט ער ארויס ווי איינער האט א שוואכע סעלף עסטיעם אין דשענאראל אבער איז יא קאנפידענט און געוויסע זאכן, די זעלבע זאך קען זיין פארקערט, מ'האט סעלף עסטיעם אין דשענעראל אבער מ'איז נישט גענוג קאנפידענט, אבער איך גלייב ער טייטשט עס אפ פונקט ווי מיר.

What is Self-Esteem
Self-esteem refers to how you feel about yourself overall; how much esteem, positive regard or self-love you have. Self-esteem develops from experiences and situations that have shaped how you view yourself today.

Self-confidence is how you feel about your abilities and can vary from situation to situation. I may have healthy self-esteem, but low confidence about situations involving math (this is true).

When you love yourself, your self-esteem improves, which makes you more confident. When you are confident in areas of your life, you begin to increase your overall sense of esteem. You can work on both at the same time.

What Does Low Self-Esteem Look Like?
A friend told me she has low self-esteem; she constantly feels “I’m not good enough.” This concept has developed over her entire life. She has been in a series of unhealthy relationships, and constantly tells herself “I suck, I’m not worth it.” Recognizing she has this negative script,

On the positive side, she is confident about being an amazing chef, a caring friend, and having the ability to be super-organized. She knows and believes this about herself and feels confident in these areas. By focusing on the things she is confident in and working on changing her negative self-talk, she is improving both her self-esteem and self-confidence.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

לאמיך פרובירן צי כהאב ריכטיג פארשטאנען:
סעלף עסטיעם, וויאזוי מען פיהלט בכלליות איבער 'זיך'

סעלף קאנפידענס, וויאזוי דער מענטש שפירט אין זיין מעגליכקייט דורכצופירן געוויסע זאכן,

קען מיר ווער מסביר זיין וויאזוי "זיין קאנפידענט אין מיין פעאיגקייט צו טוהן געוויסע זאכן", ליגט אין די ווערטער "סעלף קאנפידענץ".

און ניין איך פרוביר זיך נישט סתם צו שטעלן אויף דיוקים... די סעלף העלפ גוראס שרייען אלע דאס וואס הענעטי זאגט דהיינו: א מענטש דארף זיך בויען א געוויסע זיכערקייט אז ער קען, (וואס?) איי אפשר קענסטו נישט... מען האקט אז מיט די זיכערע עטיטוט העסטו ערגעץ ווי נאכן גארגלען עטליכע תפילות אויף די נערוון (חזן), נאכן פארהאגענען עטליכע סינקס(פלאמבער), נאכן חרוב מאכן עטליכע כיתות (מלמד) וועסטו ערגעץ אנקומען
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”