בסייעתא דשמיאפּאָלער בער'ס שפייז
נעמענדיג אין באטראכט אז דער פאלער בער איז די גרעסטער לאנד פארציקער אויפן פלאנעט, וואלט דאך ווען געווען נישט מער ווי נארמאל אז די פאלער בער זאל וואוינען צווישן די מערסטע באוואוינטע פלאץ פון הערשן/זיברעס/באפעלאס/וכו' כדי זיין 1,500 פונטיגער קערפער מיט זיין פיר אינטשעס פעטנס זאל זיך האבן פון ווי צו ערנערן.. אבער פאקט בלייבט פאקט אז די פאלער בער געפינט זיך נאר אינעם ארקטיק צירקל, (אויבן ביים שפיץ וועלטל), דארט ווי ביליאנען אינספרירנדע פארטעמטי'דיגע שניי ברעקעלעך טאנצן אויפן באקאנטן מאדנעם תנועה'לע, א פלאץ ווי חוץ די קאליר ווייס זעהט מען נישט דארט קיין שום זאך אויסער די דריי שווארצע פינטליך פונעם פאלער בער...
מיר ווייסן אז בערן קענען עסן אלעס פון האניג ביז א זעקל מיסט, און גערעכט טאקע א א פאלער בער עסט אויך אלעס וואס קומט אים אונטער, א שטייגער ווי אייער/בעריס/קלענערע פיש/און אפילו גראז.. אבער דאס איז ווייט צו זעטיגן אזא איינער וואס עסט 150 פונט פלייש אדער מער פאר א פשוטער פרישטאג... נו? וואס טאקע?
די תירוץ איז איין ווארט--
סיעל'ס !וואלרוס-ים פערד, די גרעסטע סארט סיעל.. (א ים
פערדל איז עטוואס קלענער.
..
טענקס @גרשון)
עלעפאנט סיעל..
ארקטיק איז היים פאר מיליאנען סיעל'ס פון אלע סארטן, און אלע זענען אויפן מעניו פונעם פאלער בער.. סיעל'ס זענען רייך פון פעטנס און זענען גענוג גרויס צו קענען זעטיגען א פאלער בער פאר א וואך...
א סיעל איז בכלל נישט קיין פיש, און איז פאקטיש געווען אין נח'ס תיבה, א סיעל קען אדורך לעבן זיינע אלע יארן אויף דער טריקעניש, (אנדערש איז אבער די וואַלפיש'ן און די דעלפינ'ס וואס קענען נישט לעבן מער ווי עטליכע שעה אינדרויסן פון וואסער..) נאר וואס דען? א סיעל איז ממש אויסגעשטעלט צו לעבן און וואוינען אין די וואסער, זיינע הענט איז ווי פעדל'ס פון א שיף דאס מאכט אים שווימען אן קיין שום איבריגע כוחות, אויף א ספיד צווישן 6 און 18 מייל פער שעה, דאקעגן אויף די ערד איז ער ממש א פוילער שטריק, ווי אויך איז זיין שפייז נאר אין וואסער; הלא הוא קליינע פישלעך.. (אין א לאקאלע זו קען מען זעהן וויפיל פיש ער האקט א טאג...)
אבער היות ער איז נישט קיין פיש, דארף ער כסדר ארויפקומען כאפן דאס
אטעם, נארמאל האלט ער זיין אטעם בערך 4 מינוט, (ואין הכלל כולו יצא..) דערנאך שטעקט ער ארויס זיין קאפ מיט א שנעלע אטעם ארויס פון די נאז און כאפט א פרישע אטעם און-- דא קומט אריין די פאלער בער!
עס איז דא עטליכע אופנים ווי אזוי ער פאנגט סיעל'ס לאמיר עס אביסל צוטיילן..
ניין ער זאגט נישט יעצט זיין פסוק פון פרק שירה, (ישאו מדבר ועריו חצרים וכו') ער שמעקט יעצט!
זיין הויפט מיטל איז זיין שמעק! זיין שמעק איז אזוי שארף ווי 7 טרענירטע שמעק הונט! ער קען שמעקן ווי פונקליך אונטער די וואסער א סיעל שווימט, און אויף די ערד קען ער שמעקן מיילן ווייט, אזוי אויך אדורך שמעקן די דיקע אייז...
הממ.. עפעס געשמאק שמעקט דא אונטער די אייז..
דאס איז עס! א 'בעבי סיעל' נו כאטש א סנעק..
זיין בעסטע וועג צו פאנגען, וואס קוקט גראדע נישט אויס אזוי געלונגען, אבער דאך האט ער די מערסטע שאנסן איז מיטן מאכן א לאך אין די אייז פשוט אז דער סיעל זאל האבן ווי צו אטעמען (ממש שכח..) ער לאדנט איין די סיעל צו קומען צו זיין לאך ווי ער שטייט, די פאלער בער האט גענוג צייט, און ווארט מיט געדולד, און אסאך געדולד... (לאמיר נישט פארגעסן ווינטער ווערט די גאנצע ארקטיק צירקל איין שטיק אייז! די סיעל'ס דארפן כסדר טרעפן א לאך צו אטעמען, אז נישט וועלן זיי דארפן שווער ארבעטן צו אדורך האקן די אייז בלויז צו כאפן דאס אטעם..)
מאכנדיג דעם לאך אינעם דיקן אייז..
דארט אונטערן וואסער קען מען זעהן א לאך פון שטרעקעס ווייט ווייל די ליכטיקייט שיינט אריין, און אזוי דערנענטערט זיך דער סיעל נישט וויסענדיג אין וועלכע פאסקע ער פאלט אריין, די פאלער בער שמעקט זיין קרבן און נאך פאר די סיעל האט אפילו א שאנס צו כאפן דאס אטעם טאנצט די פאלער בער אריין אינעם לאך מיט זיינע שטארקע הענט כאפט ער אן די קרבן און פלינקערהייט בייסט ער אריין מיט זיינע 42 שארפע
ציין מיט א קראפט פון 1,200 psi, און ביז פופצן סעקונדעס(!) איז די מאלצייט פולקאם צוגעגרייט...
נאך א באקאנטע וועג איז דא, ווען א סיעל קומט שוין יא ארויף פונעם לאך אויף די שניי זיך אפצורוען, איז דאס נאך א גוטער געלעגנהייט פארן פאלער בער, ער וועט דאן ניצן 'סטעלט' שטילערהייט זיך צושארן נישט ארויסלאזנדיג קיין שארך, געווענטליך וועט די סיעל זיך אראפלייגן פאר קורצע
דרימלען, די פאלער בער וועט דאן שנעל לויפן, און די סקונדע וואס די סיעל הייבט אויף זיין
קאפ וועט די פאלער בער ווערן ווי געפרוירן אויפן ארט, וחוזר חלילה, ביז ער וועט אנקומען עטליכע דרייסיג פיס נאנט און דאן געבן א שפרינג אויפן סיעל, און די סעודה איז גרייט...
ער דארף אבער גאר אכטונג געבן ווען ער טאנצט ארויס צו סוף, איין נישט ריכטיגע באוועגונג; והסיעל איננו...
(מ'קען באמערקן די שטענדיגע פחד פון זיי, א גאנצע צייט קוקן זיי ארום צו עס איז נישט דא קיין פארציקער..
פארשער ווייזן טאקע אן די חילוק פון א סיעל פון ארקטיק וואס ציטערט א גאנצע טאג, ביז א סיעל פון אנטארקטיקע וואס איז וואס שווימט אזוי געמיטל
יך און קען רואיג כאפן א דרימל יעדען טאג..
https://drive.google.com/file/d/1TMu9W6 ... WA6N3/viewhttps://drive.google.com/file/d/1ZUrXvA ... sp=sharing)
נאך איין באקאנטע וועג איז דא, ווען עס איז סוף ווינטער און די וואסערן צולאזן זיך, שווימען דאן ארום גרויסע שטיקער אייז, ווען א סיעל איז דאן אויף א שטיקל אייז וועט די פאלער בער שווימען אין וואסער און שטילערהייט ארויפטאנצן אויפן קרבן, אבער ער האט שוואכע שאנסן דערצו בלויז 5% פאר א סוקסעס...
#סוקסעס
https://drive.google.com/file/d/14H0nRE ... v4qB7/view#דורכפאל
https://drive.google.com/file/d/1Dzu78t ... Ie3-_/viewעס איז דא נאך א זאך וואס גייט גוט פאר פאלער בערן, דאס איז די 'בעלוגע וואַלפיש' זיי זענען ריזיג! 16 פיס לאנג און קען וועגן איבער צוויי טאן! פארן פאלער בער וועט דאס זיין א גרויסע געווינס, אבער עס איז נישט אזוי גרינג ווייל בעלוגעס האבן ספעציעלע דריזן אין זייער קאפ (echolocation) וואס שיקט צוריק כוואליעס פון סיי וועלכע באוועגונג אינעם גאנצע ארום.. אין אנדערע ווערטער; ער ווייסט פונקליך ווי די פאלער בער שטייט דארט העכער די אייז, און וועט שטיין ווייט פון איהם...
דאך וועט עס נישט צופיל העלפן ווייל די בעלוגע אטעמט נישט דורכן מויל נאז אזוי ווי דער סיעל, נאר זיי אטעמען דורך א ספעציעלע לאך אויפן רוקן..
וואס דאס מיינט אז זיי קענען נישט אטעמען דורך א קליין לעכל אין די אייז, זיי דארפן האבן א גרויסע לאך און בפרט אז זיי לעבן אין גרופעס..
ממיילא ווען זיי געפינען א גרויסע לאך וועלן זיי נישט אזוי שנעל אוועקגיין...
ווען א פאלער בער קומט אן אהין וועלן זיי בלייבן אונטער די וואסער.. אבער נישט צו לאנג, זיי קענען האלטן זייער אטעם פאר צוואנציג מינוט דערנאך דארפן זיי צוריק ארויפקומען, אבער היות די פאלער בער שטייט דארט וועלן זיי כאפן בלויז א קורצע אטעם, און דאס מאכט זיי זייער שוואך, און אויף דעם ווארט די פאלער בער! ער וועט דאן ארויפטאנצן אויפן בעלוגע און אריינבייסן אויפן רוקן די שטערקסטע וואס ער קען...
ער וועט דאן ווארטן ביז ער שטארבט, און דאן ארויסשלעפן פון וואסער און מאכן זיין סעודת שלמה בשעתו...
זומער ווערט לענגער
רוב פארשער ווען זיי רעדן פון קלימאטן טויש לגבי דעם פאלער בער, וועלן זיי לייגן דעם שרעקעדיגע בילד און שרייבן אונטער דעם מיט גרויסע רויטע בוכשטאבן 'געבאקוק! דאס איז דאס לעצטע ביסל שטיקל אייז! אויב דאס צולאזט זיך איז די פאלער בער א פארטיגער...'
(עס איז טאקע אמת אז די אייז פונעם ארקטיק צולאזט זיך גאר שטארק אין די לעצטע צענדליגע יארן, און די
טרעטאריעס ווערן קלענער און די פאלער בער שפאצירט ארויס אביסל פונעם ארקטיק און די גריזלי בערן טרעפן זיך אפט מיט די פאלער בערן און עס וואקסט ארויס די
'פיזלי בער'.. אבער דאס איז נישט אזא פראבלעם ווייל עס איז דא ב''ה גענוג 'ערד' אינזלען אין די ארקטיק.. און ווייט פון דארפן זאגן אז לכבוד דעם וועט אין יאר 2050' די פאלער בער'ס פאפולאציע טראסקענען צו בלויז א דריטל..)
אבער די ריכטיגע פארשער זענען פארנומען מיט עפעס אנדערש..
ווי מיר ווייסן אז ווינטער ווערן אלע וואסערן איין שטיק אייז, און דאן לעבט אויף די פאלער בער האבנדיג צוטריט צו אלע סיעלס, אבער זומער נאך וואס אלע וואסערן ווערן צוריק אן אפענע ים, דאן שווימען אוועק די סיעלס טיף אינעם ים, דארט ווי די פאלער בער וועט נישט אנקומען, כאטש וואס די פאלער בער איז א מאכטפולן שווימער האבנדיג ברייטע פיס און זיינע פינגער זענען באהאפטן (אזוי ווי קאטשקעס) דאך וועט ער נישט אריינגיין אזויפיל מייל אינעם טיפן ים...
אבער די פאלער בער פלעגט זיך אן עצה געבן אדורך צו שטיפן די קורצע זומער, נאך אלעם האט ער איבריגע פעטנס על כל צרה שלא תבוא.. וואס איז אבער געשעהן אין די לעצטיגע צענדליגע יארן איז, אז די וואסערן ווערן אויפגעלאזט פיל פריער און ווערן סאך שפעטער צוריק איין שטיק אייז, וואס דאס מאכט אן א לאנגע הונגעריגע זומער, מ'זעהט זיי ארומגיין גאנצע טעג און וואכן אן אריינעמען עפעס נארמאל אין מויל, דאס איז שוין יא עפעס וואס זיי מוטשענען זיך עכט...
אבער די 'ומשביע לכל חי רצון' פארלאזט נישט אפילו די פאלער בער!
די פאלער בערן האבן מיט די צייט פארשטאנען זייער מצב און אנגעהויבן צו טוען כל טצדקי שבעולם צו איבערלעבן די לאנגע זומער..
געוויסע פאלער בערן האבן זיך אויסגעלערנט צו פאנגן בעלוגעס אינעם אפענעם ים, נאכגייענדיג גרויסע גרופעס קען דאך נישט אייביג יעדער אנטלויפן, ער וועט דאן כאפן א קראנקע אדער איינער וואס האט נישט באצייטנס אוועק געשווימען..
געוויסע פאלער בערן האבן זיך אויסגעלערנט צו נאכגיין די 'וואלרוס' סיעל וואס קומט יא אסאך אויף די יבשה במשך זומער..
אבער זייענדיג אין גרויסע גרופעס, (אפטמאל אין די שווערע טויזענטער'ס! באטראכט די בילד..) און נאך דערצו ווען יעדער שטעלט זיך אויס אין א רינג מיט זייערע טאסקס (די לאנגע ציינער) פון איבער דריי פיס ארויסגעשטעקט איז ביטער שווער צו באקומען א מאלצייט, די פאלער בער וועט פראבירן מאכן כאאס און דאן פארכאפן א בעבי וואלרוס.. (א פאלער בער קען נאר פאנגן אן ערוואקסענע וואלרוס ווען ער איז איינער אליין, און אויפן יבשה, נאך אלעם איז ער די גרעסטער סיעל...)
#דורכפאל
https://drive.google.com/file/d/1RrXm47 ... bV0XX/view#סוקסעס
https://drive.google.com/file/d/1CO08ma ... sp=sharingנאך א עסן וואס די פאלער בערן האבן אנגעהויבן צו גיין פאר איז אייער פון פייגלעך און פון קאטשעס... זיי עסן צענדליגע שטיק א טאג..
https://drive.google.com/file/d/1duobkV ... zrIVZ/viewצום שלוס: צו פארשטיין וואס מיינט 'ומשביע לכל חי רצון'.. אין יאר 2017' סוף זומער האט מען אויפגעכאפט הונדערטער פאלער בערן (בלי גוזמא!) אויף איין פלאץ געניסנדיג פון סעודת לויתן א טויטע 'באָווהעאַד וואלפיש' 120,000 פונט! און דאנק זייער שמעק זענען אלע פאלער בערן פונעם אומגעגנט צאמגעקומען, יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס די פאלער בער האט אזא שארפע שמעק? און יא! דאס איז ריכטיגע
מה רבו מעשיך ה'!!
- sep_2017[1].png (659.82 KiB) געזען 3542 מאל
- sep._2017[1].png (459.8 KiB) געזען 3542 מאל
עס ווערט געזיכט עסקנים צו ארומגיין פאר פדיון שבוים פאר ר' בערל ווייס, מען וועט אויסטיילן בחינם דעם דרייווער'לאזע טעסלא מען בעהט שטארק דעם עולם זאל זיך נישט אפזאגן פון דאס נעמען, ולמצוה גדולה יחשב.. פאר מער אין אישי....