מאמענט מאגאזין
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- וועד הפועל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 428
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 11, 2022 2:06 pm
- לאקאציע: עולם הביצים
Re: מאמענט מאגאזין
די בינער ארטיקל איז פשוט אן אויפוואכונג צו דאנקן די באשעפער יעדן טאג וואס מען איז געזונט
כהאב נאך קיינמאל געדאנקט השי"ת אזוי שטארק מעימקא דליבא ווי יעצט נאכן ליינען די ארטיקל
#טענק יא האשעם
כהאב נאך קיינמאל געדאנקט השי"ת אזוי שטארק מעימקא דליבא ווי יעצט נאכן ליינען די ארטיקל
#טענק יא האשעם
וועד הפועל איז נאר מיין ניק, מיין עכטע נאמען איז וועד הפוילע
Re: מאמענט מאגאזין
קול מבשר האט זיך יא עטוואס ארויסגערוקט פון די ליניע אין די לעצטע פאר יארן, כ'רעד נישט פון מיין ליניע, נאר פון יאנאש'ס ליניע און פון די גדרים פון די גאר שטארקע ראדני אידן, אזא שלמה זייענץ אויף קולמע... און אפילו כלפי אנדערע זאכן זענען זיי היינט פיל מער קאנטערווערסיאל ווי אמאל.א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 7:31 am
אויף קול מבשר איז געווען פיל מיט אנאליזן איבער די סיטואציע דארט. צו פון די סאטמערע ר' הערשל פרידמאן צו פון שמעון ראלינצקי, מענדי אונגאר, יוסי געשטעטנער און נאך אסאך. און אפילו אויף די בולעטין אפטיילונג האט זלמן גאר אסאך באריכטעט איבער די אנגייענדע הפגנות און ער באריכטעט א גאנצע צייט אויף 1-1-3 גאר אסאך נייעס וואס סשפילט זיך אפ אין די כנסת.
און איך שטיי און איך ווינדער זיך, זלמן ווידער איז דאך באוויסט אז ער האלט זיין ליניע אויף די העכסטע לעוועל שייך. עני קאנרעווערסיאלע זאך קומט נישט אן דארט, זאל זיין עפעס א קליינע פאליטיק וואס האט זיך געמאכט ערגעץ צו כווייס וואס וועט זלמן אייביג שטיין ווייט פון דעם. און מיט דעם אלעם האט ער פארשטאנען אז ברענגען נייעס וואס גייט פאר אין מדינת ישראל איז נישט אין קעגנקלאנג מיט קנאות. און סקען גיין ביינאזאם מיט די שיטת הקנאות פון רבין זי"ע זיך צו האלטן אפגעזונדערט פון די ציונים ימ"ש. און נישט נאר ער האט עס פארשטאנען נאר דער איד האט עס פארשטאנען און די בלאט און אפילו די צייטונג. מקען ברענגען די נייעס פאר די ליינערס זיי זאלן אביסל וויסן וואס סגייט פאר אין ארץ ישראל און נאכאלטס זיך אנהאלטן מיטן פאן פון קנאות.
עס קען זיין אז עס איז נישטא די צייט אלעס דורכצוגיין אין מעקן, איך ווייס פון אסאך מענטשן וואס האבן טענות אויף קולמע צוליב פארשידענע זאכן וואס זיי לייגן ארויס.
אבער די גאנצע אידישע מידיע ווערט מער קאנטערווערסיאל, נעם א בליק'ס שטיבל, און דערצייל מיר איבער די יש דורשין קאלום, אדער די בילדער מיט געדאנקישע טיטלען וואס טון היבש אמאל איבערגיין די גרעניצן.
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
- א געשעפט האב איך
- שר חמש מאות
- תגובות: 999
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
- לאקאציע: אין געשעפט
Re: מאמענט מאגאזין
סקען זיין אז קול-מבשר האט פארשידענע קאנטרעווערסיאלע אפטיילונגען. אבער איך רעד נעטא פון ברענגען נייעס וואס גייט פאר אינערהאלב די מדינה הטמאה.חרבונא האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 9:49 amקול מבשר האט זיך יא עטוואס ארויסגערוקט פון די ליניע אין די לעצטע פאר יארן, כ'רעד נישט פון מיין ליניע, נאר פון יאנאש'ס ליניע און פון די גדרים פון די גאר שטארקע ראדני אידן, אזא שלמה זייענץ אויף קולמע... און אפילו כלפי אנדערע זאכן זענען זיי היינט פיל מער קאנטערווערסיאל ווי אמאל.א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 7:31 am
אויף קול מבשר איז געווען פיל מיט אנאליזן איבער די סיטואציע דארט. צו פון די סאטמערע ר' הערשל פרידמאן צו פון שמעון ראלינצקי, מענדי אונגאר, יוסי געשטעטנער און נאך אסאך. און אפילו אויף די בולעטין אפטיילונג האט זלמן גאר אסאך באריכטעט איבער די אנגייענדע הפגנות און ער באריכטעט א גאנצע צייט אויף 1-1-3 גאר אסאך נייעס וואס סשפילט זיך אפ אין די כנסת.
און איך שטיי און איך ווינדער זיך, זלמן ווידער איז דאך באוויסט אז ער האלט זיין ליניע אויף די העכסטע לעוועל שייך. עני קאנרעווערסיאלע זאך קומט נישט אן דארט, זאל זיין עפעס א קליינע פאליטיק וואס האט זיך געמאכט ערגעץ צו כווייס וואס וועט זלמן אייביג שטיין ווייט פון דעם. און מיט דעם אלעם האט ער פארשטאנען אז ברענגען נייעס וואס גייט פאר אין מדינת ישראל איז נישט אין קעגנקלאנג מיט קנאות. און סקען גיין ביינאזאם מיט די שיטת הקנאות פון רבין זי"ע זיך צו האלטן אפגעזונדערט פון די ציונים ימ"ש. און נישט נאר ער האט עס פארשטאנען נאר דער איד האט עס פארשטאנען און די בלאט און אפילו די צייטונג. מקען ברענגען די נייעס פאר די ליינערס זיי זאלן אביסל וויסן וואס סגייט פאר אין ארץ ישראל און נאכאלטס זיך אנהאלטן מיטן פאן פון קנאות.
עס קען זיין אז עס איז נישטא די צייט אלעס דורכצוגיין אין מעקן, איך ווייס פון אסאך מענטשן וואס האבן טענות אויף קולמע צוליב פארשידענע זאכן וואס זיי לייגן ארויס.
אבער די גאנצע אידישע מידיע ווערט מער קאנטערווערסיאל, נעם א בליק'ס שטיבל, און דערצייל מיר איבער די יש דורשין קאלום, אדער די בילדער מיט געדאנקישע טיטלען וואס טון היבש אמאל איבערגיין די גרעניצן.
איך האב טאקע צוגעלייגט די איד, דער בלאט מיט די צייטונג צו די ליסטע. קיינער פון די אויבן דערמאנטע האבן נישט קיין פראבלעם צו שרייבן אויב עפעס גייט פאר אין ארץ ישראל.
אין מיין תגובה האב איך גענוצט א דוגמה פון די פראטעסטן וואס איז פארגעקומען ווייל דעמאלטס האב איך געהאט געזוכט אין מאמענט עפעס באשרייבונגען איבער דעם, פשוט ווייל איך האב געוואלט וויסן מער אינפארמאציע איבער וואס מקרוגט זיך דארט.
אבער די זעלבע זאך איז געווען שפעטער ווען סאיז פארגעקומען די מלחמה און עזה האט געשיקט איבער 1400 ראקעטן. האב איך אויפגעמישט די מאמענט און איך האב געטראפן ביי די נייעס אין מאמענט+ ביים לעצטע שטיקל בערך אזא מין זאך: נאך 5 טעג וואס מהאט געווארפן פון עזה איבער טויזענט ראקעטן איז מען אנגעקומען צו א פייער שטילשטאנד אפמאך מיט די הילף פון עגיפטען. בום. עד כאן אומרים בשבת הגדול.
קוק איך אין די 'סאטמערע' דער איד זעה איך אז סאיז פולי באשריבן און נאך אויפן פראנט פעידזש אויך! מיש איך ווייטער צום די צייטונג איז עס ווייטער באריכטעט אויפן פראנט דעקל. קום איך אן צום מאמענט וועלנדיג א בליק כאפן איבער וואס די נושא איז די וואך, שטאפל איך זיך אן אין דראמאטיש וויכטיגע נייעס איבער די מלחמה און ראיאטן אין... פאקיסטאן. אה. א גוטן.
Re: מאמענט מאגאזין
איינשטימיג מיט דיר, נייעס קען מען שרייבן אפילו קנאי'ש אבער כאשטיג שרייב, וואלט טאקע געווען אינטערעסאנט ווען מנחם גאלד שרייבט ווען דא אין דארט איזראעלי פאליטיק.א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 10:07 amסקען זיין אז קול-מבשר האט פארשידענע קאנטרעווערסיאלע אפטיילונגען. אבער איך רעד נעטא פון ברענגען נייעס וואס גייט פאר אינערהאלב די מדינה הטמאה.חרבונא האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 9:49 amקול מבשר האט זיך יא עטוואס ארויסגערוקט פון די ליניע אין די לעצטע פאר יארן, כ'רעד נישט פון מיין ליניע, נאר פון יאנאש'ס ליניע און פון די גדרים פון די גאר שטארקע ראדני אידן, אזא שלמה זייענץ אויף קולמע... און אפילו כלפי אנדערע זאכן זענען זיי היינט פיל מער קאנטערווערסיאל ווי אמאל.א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 7:31 am
אויף קול מבשר איז געווען פיל מיט אנאליזן איבער די סיטואציע דארט. צו פון די סאטמערע ר' הערשל פרידמאן צו פון שמעון ראלינצקי, מענדי אונגאר, יוסי געשטעטנער און נאך אסאך. און אפילו אויף די בולעטין אפטיילונג האט זלמן גאר אסאך באריכטעט איבער די אנגייענדע הפגנות און ער באריכטעט א גאנצע צייט אויף 1-1-3 גאר אסאך נייעס וואס סשפילט זיך אפ אין די כנסת.
און איך שטיי און איך ווינדער זיך, זלמן ווידער איז דאך באוויסט אז ער האלט זיין ליניע אויף די העכסטע לעוועל שייך. עני קאנרעווערסיאלע זאך קומט נישט אן דארט, זאל זיין עפעס א קליינע פאליטיק וואס האט זיך געמאכט ערגעץ צו כווייס וואס וועט זלמן אייביג שטיין ווייט פון דעם. און מיט דעם אלעם האט ער פארשטאנען אז ברענגען נייעס וואס גייט פאר אין מדינת ישראל איז נישט אין קעגנקלאנג מיט קנאות. און סקען גיין ביינאזאם מיט די שיטת הקנאות פון רבין זי"ע זיך צו האלטן אפגעזונדערט פון די ציונים ימ"ש. און נישט נאר ער האט עס פארשטאנען נאר דער איד האט עס פארשטאנען און די בלאט און אפילו די צייטונג. מקען ברענגען די נייעס פאר די ליינערס זיי זאלן אביסל וויסן וואס סגייט פאר אין ארץ ישראל און נאכאלטס זיך אנהאלטן מיטן פאן פון קנאות.
עס קען זיין אז עס איז נישטא די צייט אלעס דורכצוגיין אין מעקן, איך ווייס פון אסאך מענטשן וואס האבן טענות אויף קולמע צוליב פארשידענע זאכן וואס זיי לייגן ארויס.
אבער די גאנצע אידישע מידיע ווערט מער קאנטערווערסיאל, נעם א בליק'ס שטיבל, און דערצייל מיר איבער די יש דורשין קאלום, אדער די בילדער מיט געדאנקישע טיטלען וואס טון היבש אמאל איבערגיין די גרעניצן.
איך האב טאקע צוגעלייגט די איד, דער בלאט מיט די צייטונג צו די ליסטע. קיינער פון די אויבן דערמאנטע האבן נישט קיין פראבלעם צו שרייבן אויב עפעס גייט פאר אין ארץ ישראל.
אין מיין תגובה האב איך גענוצט א דוגמה פון די פראטעסטן וואס איז פארגעקומען ווייל דעמאלטס האב איך געהאט געזוכט אין מאמענט עפעס באשרייבונגען איבער דעם, פשוט ווייל איך האב געוואלט וויסן מער אינפארמאציע איבער וואס מקרוגט זיך דארט.
אבער די זעלבע זאך איז געווען שפעטער ווען סאיז פארגעקומען די מלחמה און עזה האט געשיקט איבער 1400 ראקעטן. האב איך אויפגעמישט די מאמענט און איך האב געטראפן ביי די נייעס אין מאמענט+ ביים לעצטע שטיקל בערך אזא מין זאך: נאך 5 טעג וואס מהאט געווארפן פון עזה איבער טויזענט ראקעטן איז מען אנגעקומען צו א פייער שטילשטאנד אפמאך מיט די הילף פון עגיפטען. בום. עד כאן אומרים בשבת הגדול.
קוק איך אין די 'סאטמערע' דער איד זעה איך אז סאיז פולי באשריבן און נאך אויפן פראנט פעידזש אויך! מיש איך ווייטער צום די צייטונג איז עס ווייטער באריכטעט אויפן פראנט דעקל. קום איך אן צום מאמענט וועלנדיג א בליק כאפן איבער וואס די נושא איז די וואך, שטאפל איך זיך אן אין דראמאטיש וויכטיגע נייעס איבער די מלחמה און ראיאטן אין... פאקיסטאן. אה. א גוטן.
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: מאמענט מאגאזין
די מאמענט פלאס נישט דעקן ארץ ישראל נייעס האט לכאורה קיין שייכות מיט קנאות, נאר מיט עפעס אנדערש. אזעלכע נייעס, וואס א גרויסע פראצענט ליינער קענען עס גוט, איז שווער צו קאווערן ווען דער שרייבער איז נישט 100 פראצענטיג אויסגעקאכט אינסייד אוט מיט יעדן דעטאל. פארן שרייבער איז ענדערש צו באשרייבן פראטעסטן אין סודאן ווי פון ארץ ישראל...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: מאמענט מאגאזין
זיי האבן גענוג שרייבער וואס זענען פיין אויסגעקאכט דערין...יצחק אייזיק האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 10:24 amדי מאמענט פלאס נישט דעקן ארץ ישראל נייעס האט לכאורה קיין שייכות מיט קנאות, נאר מיט עפעס אנדערש. אזעלכע נייעס, וואס א גרויסע פראצענט ליינער קענען עס גוט, איז שווער צו קאווערן ווען דער שרייבער איז נישט 100 פראצענטיג אויסגעקאכט אינסייד אוט מיט יעדן דעטאל. פארן שרייבער איז ענדערש צו באשרייבן פראטעסטן אין סודאן ווי פון ארץ ישראל...
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
- א געשעפט האב איך
- שר חמש מאות
- תגובות: 999
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
- לאקאציע: אין געשעפט
Re: מאמענט מאגאזין
אנטשולדיגט, אבער איך בין איבערהויפט נישט מסכים מיט די הנחה וואס דו האסט אראפ געלייגט!יצחק אייזיק האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 10:24 amדי מאמענט פלאס נישט דעקן ארץ ישראל נייעס האט לכאורה קיין שייכות מיט קנאות, נאר מיט עפעס אנדערש. אזעלכע נייעס, וואס א גרויסע פראצענט ליינער קענען עס גוט, איז שווער צו קאווערן ווען דער שרייבער איז נישט 100 פראצענטיג אויסגעקאכט אינסייד אוט מיט יעדן דעטאל. פארן שרייבער איז ענדערש צו באשרייבן פראטעסטן אין סודאן ווי פון ארץ ישראל...
1. אויב קענסטו נישט איז זיי מברר. זוך ארום. פרעג דיך נאך. אדער זאל מען נעמען איינער וואס קען יא!
2. די אמעריקאנער פאליטיק קען נישט די גאנצע עולם? די עולם ווייסט נישט ווער טראמפ איז? (ווער איז ער טאקע?).
סאיז גאר א שוואכע תירוץ פון א מאגאזין נישט צו באשרייבן עפעס וואס יעדער איינער ווייסט ווייל די שרייבער ווייסט עס נישט...
די אמעריקאנער פאליטיק איז גאר גוט באשריבן אין מאמענט אפגעזעהן ווי שטארק די עולם איז אויסגעקאכט אינדעם!
און גראדע בין איך סתם אזוי נישט מסכים אז די עולם איז אויסגעקאכט אין די נייעס אינערהאלב די מדינה!
אפשר ביסטו מיך מסביר וואס די לינקע האבן קעגן די נייע רעפארמען וואס מוויל איינשטעלן אין די יוסטיץ סיסטעם? און וואס ענטפערן די רעכטע אויף זייערע טענה? און וואס איז למעשה געשעהן מיט דעם? גייט עס נאך אויסגעפירט ווערן צום סוף? און ווי האלט עס מיט די זיצונגען פון ביידע פארטייען ביים פרעזידענט הערצוג?
אויב קענסטו ענטפערן אויף די אלע שאלות קען מען שוין מודיע זיין פאר די מאמענט רעדאקציע און פון די וואך הייבסטו אן מיט א וועכנטליכע קאלום איבער די פאליטיק אינערהאלב מדינת ישראל!
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 267
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm
Re: מאמענט מאגאזין
פעלט נישט קיין שרייבערס אין א"י וואס זענען גוט אויסגעקאכט מיט איזרעילי פאליטיק, עס צייגט יא ווי ס'איז א פרינציפ, מאמענט זעלבסט האט מערערע שרייבערס וואס וואוינען אין א"י און דעקן יעדע געשעניש וואס קומט פאר דארט אין די היימישע וועלט, אלעס ביז ווען עס קומט צו פאליטיק.יצחק אייזיק האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 10:24 amדי מאמענט פלאס נישט דעקן ארץ ישראל נייעס האט לכאורה קיין שייכות מיט קנאות, נאר מיט עפעס אנדערש. אזעלכע נייעס, וואס א גרויסע פראצענט ליינער קענען עס גוט, איז שווער צו קאווערן ווען דער שרייבער איז נישט 100 פראצענטיג אויסגעקאכט אינסייד אוט מיט יעדן דעטאל. פארן שרייבער איז ענדערש צו באשרייבן פראטעסטן אין סודאן ווי פון ארץ ישראל...
אן אויסגאבע פון א קהילה וועט אויטאמאטיש האבן די גאנצע קהילה וואס וועט דאס פארטייטיגן אפילו ווען עס פאלט אריין עפעס קאנטערווערסיעל, ווידעראום ווען עס קומט צו א נוטראלע אויסגאבע וועט עס אויטאמאטיש זיי מער אויסגעשטעלט צו פיילן און עס וועט אריבערגיין דרישות וחקירות ביז ווען מ'וועט ענדליך טרעפן עפעס אן אישו אויף וואס צו האקן מיט באק ציינער.
-
- שר האלף
- תגובות: 1487
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm
Re: מאמענט מאגאזין
גם אני מצטרף.וועד הפועל האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 8:25 amדי בינער ארטיקל איז פשוט אן אויפוואכונג צו דאנקן די באשעפער יעדן טאג וואס מען איז געזונט
כהאב נאך קיינמאל געדאנקט השי"ת אזוי שטארק מעימקא דליבא ווי יעצט נאכן ליינען די ארטיקל
#טענק יא האשעם
די בילד ווי ר׳ אלי׳ יואל כאפט א טענצל מיט יודא בן מרים האט באנעצט מיין אויג.
עס זאגט זיך אנדערש אינדערפרי ואני ברוב חסדך אבוא ביתך, אז מען קען פשוט גיין אויף די אייגענע פיס און אטעמען און עסן דארף מען שוין שפרינגן פאר שמחה.
דער כל יכול זאל אים אויפרעכטן בקרוב מיט א גאנצע ישועה.
לייבוש לאכער די וואך איז אייזן, איז עס אלעמאל די זעלבע שרייבער?
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: מאמענט מאגאזין
דער איד קען זיך ערלויבן צו דעקן ארץ ישראל'דיגע נייעס זינט ס'איז א סאטמאר'ע צייטונג מיט א סאטמאר'ע אודיענץ דערפאר קענען זיי זיך ערלויבן צו נעמען א שטעלונג, דאקעגן מאמענט האלט זיך נייטראל פון איין זייט אבער פון דער אנדערע זייט זענען א שיינע צאל שרייבער - ווי אויך דער בעה''ב - סאטמאר'ע חסידים דערפאר איז שווער צו באריכטן נייעס און אנאליזן פון ארץ ישראל אן וואס איין זייט פונעם היימישן ספעקטרום אין אמעריקע זאל באטראפן ווערן פון די אנאליז/נייעס באריכט.
- א געשעפט האב איך
- שר חמש מאות
- תגובות: 999
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
- לאקאציע: אין געשעפט
Re: מאמענט מאגאזין
אויב די פראבלעם איז אז מקען נישט טרעפן א שרייבער וואס געהערט נישט צום סאטמערן קרייז - שטום איך צו.עירוב תבשילין האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 11:36 amדער איד קען זיך ערלויבן צו דעקן ארץ ישראל'דיגע נייעס זינט ס'איז א סאטמאר'ע צייטונג מיט א סאטמאר'ע אודיענץ דערפאר קענען זיי זיך ערלויבן צו נעמען א שטעלונג, דאקעגן מאמענט האלט זיך נייטראל פון איין זייט אבער פון דער אנדערע זייט זענען א שיינע צאל שרייבער - ווי אויך דער בעה''ב - סאטמאר'ע חסידים דערפאר איז שווער צו באריכטן נייעס און אנאליזן פון ארץ ישראל אן וואס איין זייט פונעם היימישן ספעקטרום אין אמעריקע זאל באטראפן ווערן פון די אנאליז/נייעס באריכט.
איך האלט אבער נישט אז סאיז אמת. מען קען רואיגערהייט טרעפן גענוג און נאך שרייבערס וואס קענען דעקן די איזראעלי נייעס און געהערן נישט צו סאטמער.
- איל_משולש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4734
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: אמעריטשקע.
- פארבינד זיך:
Re: מאמענט מאגאזין
וועלן עס סאטמארע אויפהערן צו קויפן.א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 11:41 am
אויב די פראבלעם איז אז מקען נישט טרעפן א שרייבער וואס געהערט נישט צום סאטמערן קרייז - שטום איך צו.
איך האלט אבער נישט אז סאיז אמת. מען קען רואיגערהייט טרעפן גענוג און נאך שרייבערס וואס קענען דעקן די איזראעלי נייעס און געהערן נישט צו סאטמער.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
- א געשעפט האב איך
- שר חמש מאות
- תגובות: 999
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
- לאקאציע: אין געשעפט
Re: מאמענט מאגאזין
מה שאין כן דער איד האבן דער סאטמערע נישט קיין פראבלעם צו קויפן.איל משולש האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 11:46 amוועלן עס סאטמארע אויפהערן צו קויפן.א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 11:41 am
אויב די פראבלעם איז אז מקען נישט טרעפן א שרייבער וואס געהערט נישט צום סאטמערן קרייז - שטום איך צו.
איך האלט אבער נישט אז סאיז אמת. מען קען רואיגערהייט טרעפן גענוג און נאך שרייבערס וואס קענען דעקן די איזראעלי נייעס און געהערן נישט צו סאטמער.
ולא זכיתי להבין
Re: מאמענט מאגאזין
גאר איבערגענומען פון די שמועס מלא אמונה פון רבי יהודה בינער לרפו"ש, מי כעמך ישראל ! זאל ער האבן א גאנצע רפואה בקרוב
- קרעמניצער חסיד
- שר האלפיים
- תגובות: 2132
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 10, 2023 10:29 pm
- לאקאציע: שכונת זרע קודש
Re: מאמענט מאגאזין
כ’ציטיר אלע שמועסן ביז אהער.
פשטות, ווען מ’ליינט דער בלאט און דער איד, קען זיך דאכטן פאר א וויילע אז מדינת ישראל איז עפעס נאך א לאנד צווישן לענדער, נישט א מרידה בהשם!
נאכאמאל כ’בארעד חס ושלום נישט קיין איינע פון די סאטמארער רבי’ס שליט"א, די צייטונגען זענען אבער ציוניסטיש געשטימט!

אנהייב יאר קען מען זיך בעסער אוועקשטעלן! (שפת אמת)
טיף ווארט: עס קומט א צייט אין לעבן וואס מען אנערקענט, אז ”ענוה” איז נישט קיין מידה, נאר א מציאות!(לעצט פארראכטן (דורך מיר) ה’ תשרי תשפ”ד)
- א געשעפט האב איך
- שר חמש מאות
- תגובות: 999
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
- לאקאציע: אין געשעפט
Re: מאמענט מאגאזין
..במילא קען איך נישט פארשטיין פארוואס מאמענט מוז זיין פרימער ווי די אפיציעלע סאטמערער צייטונגען!קרעמניצער חסיד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 11:59 amפשטות, ווען מ’ליינט דער בלאט און דער איד, קען זיך דאכטן פאר א וויילע אז מדינת ישראל איז עפעס נאך א לאנד צווישן לענדער, נישט א מרידה בהשם!
נאכאמאל כ’בארעד חס ושלום נישט קיין איינע פון די סאטמארער רבי’ס שליט"א, די צייטונגען זענען אבער ציוניסטיש געשטימט!
#פרימער_ווי_די_פויפסט
- קרעמניצער חסיד
- שר האלפיים
- תגובות: 2132
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 10, 2023 10:29 pm
- לאקאציע: שכונת זרע קודש
Re: מאמענט מאגאזין
זייט ווען זענען די צייטונגען די מאורי הדור וואס מאמענט גייט נאך, ס’דאכט זיך ווי זיי דארפן זיך רעכענען מיט אנדערע, זיי ווילן זיין אינגאנצן אייגענארטיג!א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 12:02 pm..במילא קען איך נישט פארשטיין פארוואס מאמענט מוז זיין פרימער ווי די אפיציעלע סאטמערער צייטונגען!קרעמניצער חסיד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 11:59 amפשטות, ווען מ’ליינט דער בלאט און דער איד, קען זיך דאכטן פאר א וויילע אז מדינת ישראל איז עפעס נאך א לאנד צווישן לענדער, נישט א מרידה בהשם!
נאכאמאל כ’בארעד חס ושלום נישט קיין איינע פון די סאטמארער רבי’ס שליט"א, די צייטונגען זענען אבער ציוניסטיש געשטימט!
#פרימער_ווי_די_פויפסט
אנהייב יאר קען מען זיך בעסער אוועקשטעלן! (שפת אמת)
טיף ווארט: עס קומט א צייט אין לעבן וואס מען אנערקענט, אז ”ענוה” איז נישט קיין מידה, נאר א מציאות!(לעצט פארראכטן (דורך מיר) ה’ תשרי תשפ”ד)
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: מאמענט מאגאזין
דער איד'ס באריכטן זענען איינזייטיג און קנאי'ש געשריבן, מאמענט זוכט נישט דאס.א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 11:51 amמה שאין כן דער איד האבן דער סאטמערע נישט קיין פראבלעם צו קויפן.איל משולש האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 11:46 amוועלן עס סאטמארע אויפהערן צו קויפן.א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 11:41 am
אויב די פראבלעם איז אז מקען נישט טרעפן א שרייבער וואס געהערט נישט צום סאטמערן קרייז - שטום איך צו.
איך האלט אבער נישט אז סאיז אמת. מען קען רואיגערהייט טרעפן גענוג און נאך שרייבערס וואס קענען דעקן די איזראעלי נייעס און געהערן נישט צו סאטמער.
ולא זכיתי להבין
- א געשעפט האב איך
- שר חמש מאות
- תגובות: 999
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
- לאקאציע: אין געשעפט
Re: מאמענט מאגאזין
סא, סאיז אדער נישט שרייבן אדער שרייבן איינזייטיג?עירוב תבשילין האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 12:08 pmדער איד'ס באריכטן זענען איינזייטיג און קנאי'ש געשריבן, מאמענט זוכט נישט דאס.א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 11:51 amמה שאין כן דער איד האבן דער סאטמערע נישט קיין פראבלעם צו קויפן.איל משולש האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 11:46 amוועלן עס סאטמארע אויפהערן צו קויפן.א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 11:41 am
אויב די פראבלעם איז אז מקען נישט טרעפן א שרייבער וואס געהערט נישט צום סאטמערן קרייז - שטום איך צו.
איך האלט אבער נישט אז סאיז אמת. מען קען רואיגערהייט טרעפן גענוג און נאך שרייבערס וואס קענען דעקן די איזראעלי נייעס און געהערן נישט צו סאטמער.
ולא זכיתי להבין
האו אבאוט א דריטע אפציע? יא שרייבן אבער נישט איינזייטיג! מער אזוי ווי די צייטונג טוט.
נישט איינגעפאלן.. הא?
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: מאמענט מאגאזין
איך בין זיכער אז זיי האבן דאס גענומען אין חשבון. שרייבן טרוקענע פאקטן איז אומאינטערסאנט און אגב, יצחק ניימאן האט עס טאקע באשריבן אין די נייעס גלייך ביים אנפאנג טרוקענערהייט. ווי אויך איז געווען אין קווארטל דערוועגן. אנאליזירן אויף די לענג און ברייט איז עפעס וואס מ'וואלט געדארפט נעמען א שטעלונג, א זאך וואס מאמענט וויל נישט.א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 12:11 pmסא, סאיז אדער נישט שרייבן אדער שרייבן איינזייטיג?עירוב תבשילין האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 12:08 pmדער איד'ס באריכטן זענען איינזייטיג און קנאי'ש געשריבן, מאמענט זוכט נישט דאס.א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 11:51 amמה שאין כן דער איד האבן דער סאטמערע נישט קיין פראבלעם צו קויפן.איל משולש האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 11:46 amוועלן עס סאטמארע אויפהערן צו קויפן.א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 11:41 am
אויב די פראבלעם איז אז מקען נישט טרעפן א שרייבער וואס געהערט נישט צום סאטמערן קרייז - שטום איך צו.
איך האלט אבער נישט אז סאיז אמת. מען קען רואיגערהייט טרעפן גענוג און נאך שרייבערס וואס קענען דעקן די איזראעלי נייעס און געהערן נישט צו סאטמער.
ולא זכיתי להבין
האו אבאוט א דריטע אפציע? יא שרייבן אבער נישט איינזייטיג! מער אזוי ווי די צייטונג טוט.
נישט איינגעפאלן.. הא?
- א געשעפט האב איך
- שר חמש מאות
- תגובות: 999
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
- לאקאציע: אין געשעפט
Re: מאמענט מאגאזין
כהער דיין מיינונג. איך האלט אבער פארקערט.עירוב תבשילין האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 12:16 pmאיך בין זיכער אז זיי האבן דאס גענומען אין חשבון. שרייבן טרוקענע פאקטן איז אומאינטערסאנט און אגב, יצחק ניימאן האט עס טאקע באשריבן אין די נייעס גלייך ביים אנפאנג טרוקענערהייט. ווי אויך איז געווען אין קווארטל דערוועגן. אנאליזירן אויף די לענג און ברייט איז עפעס וואס מ'וואלט געדארפט נעמען א שטעלונג, א זאך וואס מאמענט וויל נישט.א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 12:11 pmסא, סאיז אדער נישט שרייבן אדער שרייבן איינזייטיג?עירוב תבשילין האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 12:08 pmדער איד'ס באריכטן זענען איינזייטיג און קנאי'ש געשריבן, מאמענט זוכט נישט דאס.
האו אבאוט א דריטע אפציע? יא שרייבן אבער נישט איינזייטיג! מער אזוי ווי די צייטונג טוט.
נישט איינגעפאלן.. הא?
ברענגען טריקענע פאקטן פאר די ליינער איז גאר אינטרעסאנט.
איך און כגלייב אז נאך אסאך זענען היפש אינטרעסירט צו וויסן 'טריקענע פאקטן' וואס סגייט פאר אין מדינת ישראל בנוגע די רעפארמען אינערהאלב די יוסטיץ סיסטעם.
מדארף קיין שטעלונג נישט נעמען כדי צו קענען ברענגען די פאקטן פארן עולם.
כרעדט פון די רעפארמען ווייל דאס איז יעצט אויפן טיש אבער סאיז די זעלבע זאך בנוגע די וואלן וואס זענען פארגעקומען דארט. צו באשרייבן א פונקטליכע באריכט ווער סלויפט מיט וועם און ווער סהאט מער ביי די אנקעטעס און וואס יעדער זאגט צו - איז זייער זייער אינטרעסאנט און אינפארמאטיוו. ספעלט נישט אויס קיין פערזענדליכע שטעלונגען אויפן נושא.
- איש ציון
- שר האלפיים
- תגובות: 2498
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
- לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל
Re: מאמענט מאגאזין
אנטשולדיגט אבער איך פארשטיי נישט, ביטע זייט מיר מסביר וואס מיינט די ווערטער וואס איר האט דא געשריבן
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
- איל_משולש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4734
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: אמעריטשקע.
- פארבינד זיך:
Re: מאמענט מאגאזין
אויב שרייבט א סאטמארער, וועט עס זיין איינזייטיג איין וועג.א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 12:11 pmסא, סאיז אדער נישט שרייבן אדער שרייבן איינזייטיג?
האו אבאוט א דריטע אפציע? יא שרייבן אבער נישט איינזייטיג! מער אזוי ווי די צייטונג טוט.
נישט איינגעפאלן.. הא?
אויב א נישט סאטמארער שרייבט, וועט עס זיין איינזייטיג די צווייטע וועג.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
- א געשעפט האב איך
- שר חמש מאות
- תגובות: 999
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
- לאקאציע: אין געשעפט
Re: מאמענט מאגאזין
I agree to the disagree.איל משולש האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 12:25 pmאויב שרייבט א סאטמארער, וועט עס זיין איינזייטיג איין וועג.א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 12:11 pmסא, סאיז אדער נישט שרייבן אדער שרייבן איינזייטיג?
האו אבאוט א דריטע אפציע? יא שרייבן אבער נישט איינזייטיג! מער אזוי ווי די צייטונג טוט.
נישט איינגעפאלן.. הא?
אויב א נישט סאטמארער שרייבט, וועט עס זיין איינזייטיג די צווייטע וועג.
מיין מיינונג איז אז סאיז פארהאן א מיטל וועג אויך. א דרך האמצעי.
סאיז נישט שווארץ אדער ווייס.
- איל_משולש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4734
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: אמעריטשקע.
- פארבינד זיך:
Re: מאמענט מאגאזין
לאמיר דיר פרעגן גראב.א געשעפט האב איך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 12:28 pm
I agree to the disagree.
מיין מיינונג איז אז סאיז פארהאן א מיטל וועג אויך. א דרך האמצעי.
סאיז נישט שווארץ אדער ווייס.
דו ביסט א סאטמארער?
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.