נאכן נישטערן אביסל איבערן "פריץ" האבעך געפונען אזוי.
ראבערט סטענטאן ברוסטער, איז געווען א באנקיר אין מאנהעטען, גאר א רייכער מאן וואס האט אסאך געגעבן פאר נויטבאדערפיגע.
אטע דער פריץ
- robert s. brewster.jpg (21.5 KiB) געזען 1012 מאל
.
ברוסטער איז געשטארבן דעצעמבער 24, 1939 אין זיין הויז אין מאנהעטן (E 70th Corner Park Ave) נאכן ליידן פון די ביטערע מחלה 3 חדשים. דער פריץ איז אלט געווען 64 ביי זיין טויט.
בחייו, ווען דער פריץ האט געהערט אז זיין שכן אין מאנהעטען פארקויפט דאס הויז וואס איז בשכינות מיט זיינע צוויי הייזער האט ער עס אפגעקויפט און גענומען זיין חבר אן ארכיטעקט וויליאם דעלענאו זאל אים אויסבויען פון די דריי הייזער א באקוועמען פאלאץ.
ווען דער הויז אין מאנהעטן איז פארטיג געווארן איז דער פריץ זייער נתפעל געווארן, האט ער געהייערט דעם דעלענאו אהערצושטעלן דעם מאיאסטעטישן "עוועלאן" פאלאץ און בלומען גארטן אויף קראטאן לעיק ראוד אין מאונט קיסקא, וואס איז שפעטערע יארן געווארן די נייטרא ישיבה און ישוב.
עס האט אפגעקאסט ברוסטער אן ערך פון $300,000 בימים ההם צו בויען דעם עסטעיט און... נישט מער און נישט ווייניגער, אום מארטש 31, יארע 1913 א טאג פאר ברוסטער האט זיך געזאלט אריינציען אינעם פאלאץ האט די געביידע אפגעפלאקערט. ברוסטער האט באקומען א טעלעגראם דערוועגן און איז געקומען צו פליען פון ניו יארק סיטי מיט זיין אויטאמאביל נאר צו טרעפן ערשעפטע פייערלעשער וואס זענען צו מאכטלאז צו באקעמפן די העלישע פלאמען.
עס איז מיר נישט באקאנט קיין פרטים וואס ער האט געטון ווייטער, אבער פעסט פארווארד צום יאר 1949, צען יאר נאך ראבערט'ס טויט, האט זיך די פראפערטי נאך אלץ געמוטשעט צו טרעפן א קונה, און ר' מיכאל בער האט געקויפט די פראפערטי פאר $100,000 צאמגעשטעלט פון דא און פון דארט.
נאט אייך צוויי בילדער פון זומער תש"ז, ווען די 200 אקער שטח איז געשטאנען און געווארט פאר איר תיקון.
די פאלאץ / ישיבה
- m9065.jpg (55.73 KiB) געזען 1012 מאל
די שטאל / גראסערי
- m9067.jpg (34.93 KiB) געזען 1012 מאל