רייכמאן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 12:33 pm
די ריכטער האט געגעבן רשות שוין חדשים צוריק צו אנפאנגען מאכן די מאפע, אפילו נאך פאר די אורטייל, אלזו די דעמקראטן זענען גרייט מיט א +15 מאפע, און סייוואס די קאמישען וועט אפמאכן, האבן די לעגיסלעטארן אין אלבעני די לעצטע ווארט, און אויב געפעלט זיי נישט די קאמיסיעס מאפע, קענען זיי אליינס ארויפברענגען זייער אייגענע מאפע. פינטל.
1)
סוי, וויאזוי מסלייסט עס, דייסט עס, ספינט עס, די דעמקראטן גייען רוקן די NY 17 דיסטריקט צו +15.
און אזוי אויך די קרית יואל'ע דיסטריקט NY 18 פון פעט רייען, גייט ווערן געריקט צו דעמס בגדול.
די איינציגסטע היימישע דיסטריקט וואס גייט לכאורה בלייבן אין רעפובליקאנע הענט איז 19 טע דיסטריקט וואס נעמט אריין די אידשע קעטסקילס ווי מארק מאלינערא וועט לכאורה אנהאלטן זיין זיץ.2).
1) אפשר איז דא רשות, אבער די קאמיסיע האט נישט גענוצט די רשות דערווייל, קיין זיצונג איז נאך נישט פארגעקומען. און אויב די קאמיסיע באווייזט ארויסצוגעבן א פאראייניגטע מאפע, א זאך וואס האט שטארקע שאנסן אויב די ארטיגע רעפאבליקאנער גייען מיט בוחר הרע במיעוטו, גייט לכאורה דער געריכט נישט ערלויבן די דעמאקראטן דאס אראפצושטימען, פינטל
2) פון וואנעט קומט די אינפא אז מאלינארא פליעט נישט? אפילו אויף זיין יעצטיגע זיץ מאפע, איז ער אויך א טאסאפ אדער שוואכער האבנדיג א ריעמעטש מיט דזשאש ריילי, וועם ער האט באזיגט מיט נישטיגע 1.6 אין דעם 2022 רעפאבליקאנער צונאמי אין ניו יארק. עס איז נישט מסתבר/שכל'דיג אז די דעמאקראטן וועלן נישט געבן קיין בוסט פאר אדער גאר אפשוואכן ארגועבלי זייער שטערקסטן קאנדידאט.
---------
בנוגע ניו יארק 17, ערנסט גערעדט, א ביידן פלאס 10 דיסטריקט וואס לאולער האט יעצט, איז אויך זייער בלוי, און איך האב נישט געהאלטן אז ער האט א גוטן שאנס, אבער ער האט געווינען.
און לגבי 2024, א פרעזידענט וואל יאר, איז ער ערנסט גערעדט, ממילא טעארעטיש עניוועי דער העווי אנדערדאג קעגן מאנדעיר דזשאונס אויף די יעצטיגע מאפע אויך.
ובפרט אויב מען רעכנט אז כנראה וועט ער נישט באקומען די נויטיגע קרוב צו הונדערט פראצענט היימישע שטימען, טראץ זיין העלפן דעם כלל ופרט מיט אלעס שייך, ווייל אסאך אידן זענען נאך אנגעווייטאגט, צו אויף זיין שפילן פאליטיק ביים פייער, צי אויף דעם אנפרעצענטעד גרויליגן קאמפיין פון זיין אידישן חצר פאריגע מאל. אבער למעשה איז נישט דאס דער אנגענומענער ווייב, נישט דא, נישט אין די אידישע גאס, און אויך נישט אין די פארקעסטינג גאס.
און יעצט צום פוינט, לגבי די נייע מאפע, אויך אויב וועט עס טאקע זיין ביידן פלאס 15, אויב האלטסטו אז ער האט א בעסער ווי איווען שאנס צו געווינען א ביידן פלאס 10, ווערט נישט זיין שאנס זערא, אדער נאנט דערצו, אין א ביידן פלאס 15. הגם אודאי וואלט ער טאקע געווען אן אנדערדאג. (ער וואלט נאך עניטיים געהאט אזא שאט ווי עספאזיטא קעגן ריילי אויף די יעצטיגע מאפע.. דער חילוק צווישן די אינקאמבענסי פון לאולער פלאס רייען קעגן זייערע קעגנער, פלאס די קעגנזייטיגע בלאק וואויט פאקטארן, איז אבדזשעקטיוולי קלאר גרעסער ווי דער 7% חילוק פון רייען'ס איצטיגע ביידן +8 דיסטריקט און לאולער'ס פאטענשעל ביידן +15 דיסטריקט, ועין ערך אז דעספאזיטא האט געווינען א ביידן +14 דיסטריקט.)
-----------
וואסערמאן האט פריער ארויסגעלייגט א טעארעטישע מאפע אין פאל די דעמאקראטן באווייזן צו גיין ווי מען זאגט, כמעט אלל דע וועי.
- 20231214_113604.jpg (259.6 KiB) געזען 927 מאל
אויף די מאפע גייט לאולער'ס 17טע דיסטריקט פון ביידן +10 צו +15, דעספאזיטא'ס 4טע גייט פון ביידן +14 צו +22, און בנוגע די אנדערע רעפאבליקאנער זיצן גייען לאלאטע'ס 1טע, (סאנטאס') [סוואזי'ס] 4טע, מאלינארא'ס 19טע, וויליעמס' 22טע, כאטש ביז ביידן+12, וואס איז העכסט ווארשיינליך גענוג ארויסצופאנטשן די אלע זעקס רעפאבליקאנער. (
מיט לאולער'ן נאך האבנדיג ארגועבלי דעם בעסטען שאנס פון די אלע, און מאלינארא מיט דעספאזיטא מיט די שוואכסטע שאנסן.)
אויך דרייט עס איבער מאליאטאקיס' 11טע אויף א שמאלע ביידן זיץ, אבער נישט אויף א שטאפל ווי זי וואלט געווען טאוסטעט.
סאליווען גייט פון מאלינארא צו לאולער, גאנץ קרית יוא', דאס מיינט פאלם טרי, בלומינג גראוו, מאנרא און וואדבערי בלייבן ביי רייען.
- Screenshot_20231214-113709_X.jpg (157.47 KiB) געזען 927 מאל
אויב וואלטן די דעמאקראטן אינגאנצן נישט געדארפט מורא האבן פון געריכט, נאר געהאט א קלין גרין לייט, וואלטן זיי געקענט אפצו'שחט'ן אויך מאליאטאקיס אויף פארשידענע אופנים, איינס למשל וואלט געווען איר צוזאמשטעלן מיט גאלדמאן'ס לאוער איסט סייד אין א סאליד בלויע זיץ וואו גאלדמאן וואלט איר זיכער באזיגט. אבער עס איז אנגענומען אז דאס פרובירן צו שחט'ן מאליאטאקיס איז וואס האט שליסליך ארויסגעווארפן די אלטע מאפע, הגם דאס האט אריינגערעכנט דעם גרויליגן דזשערימענאדלער דיסטריקט, וואס פעלט מער נישט אויס, זינט נאדלער פארטרעט שוין היינט ביידע זייטן מידטאון.