עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

6 אזייגער דערנענטערט זיך מיט גרויסע טריט!!

בואו בהמוניכם לחזק ולהתחזק!

נ. ב. ס’וועט זיין צוגעשטעלט א לייוו הוקאפ, פון אלע חרדיש’ע צענטערן....
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

רבותי!!!
פארבליבן נאר 15 מינוט!!!
אוונז זענען קאמפס גרייט, פאר די התחדשות!!!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

מ’קען שוין אריינקומען אין די נייע וועלט פון עבודת השם!
נייער אשכול מיט’ן נאמען ”די נסיון און די עצה! דער עולם איז מכובד צו שרייבן הערות!
viewtopic.php?p=4316971#p4316971
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

שוין אראפגענומען. פון יעצט קען מען עס נאר באקומען אין אישי אדער אימעיל.

הצלחה!
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום דינסטאג מאי 16, 2023 10:57 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ס'איז א מורא'דיגע זאך וואס ר' לייבל ארבעט דא אריין, אז דער עולם באקומט א געלעגנהייט זיך צו מתבונן זיין יעדער איינער אין זיינע זאכן און זיך אדורכשמועסן רואיגערהייט.
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום דינסטאג מאי 16, 2023 10:07 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ממש אויף דעם זאגט דער פסוק:
אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו, ויקשב ה' וישמע ויכתב בספר זכרון לפניו ליראי ה' ולחושבי שמו.
(איך בין נישט זיכער אז איך זאג גוט נאך דעם לשון הפסוק, אבער אזוי ליגט עס אין מיין פארזשאווערטן קאפ).

איך בין זיכער אז אין דעם זכות וועט יעדער איינער געהאלפן ווערן מיט בני חיי ומזוני רוויחי, וימלא ה' כל משאלות ליבכם לטובה.
יעדער פון דא זאל וואונטשן א ברכה פאר נאך צען מענטשן, און אזוי וועט בעזהשי"ת פארמערט ווערן השפעות טובות אויף דער גאנצער וועלט.
אמן
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום דינסטאג מאי 16, 2023 10:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

ש’כח לכם!
והמברך יתברך...
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

יום שלישי פרשת במדבר תשפ"ג לפ”ק.
התחדשות 11 בענין בושה פונעם באשעפער!

דער הייליגער בעלזער רב מהר”ש זי”ע דריקט זיך אויס אין א געוויסע תורה: ”איז דען דא א גרעסערע בושה פון דעם אז מען שעמט זיך נישט פון באשעפער? ”

דער הייליגער רבי נחמן מברסלב זי”ע האט זיך אמאל אויסגעדרוקט פאר’ן תלמיד רבי נתן זי”ע: "ווערסטו אמאל ריטשע רויט (שטארק רויט) פאר'ן
אויבערשטן?!"

א גוטע נאכט פאר אלע חברים!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

מיטוואך במדבר תשפ"ג לפ”ק.
12’טע התחדשות אין די נושא פון בחירה!!!

פון ספרי חסידות איז דא זייער א וויכטיגע פונקט פארוואס מענטשן מיינען ליידער אז זיי האבן פארלוירן די בחירה, וויבאלד זיי מיינען אז זיי זענען שוין בעצם נישט אין די אייגענע לייצעס, דהיינו עפעס אדער איינער האט אים שוין איבערגענומען! א מענטש דארף זיך אסאך בוחן זיין צי בין איך אין מיין אייגענעם קאנטראל, צי חלילה נישט, וועט יעדער זעהן אז געוויסע זאכן פילט ער זיך הילפלאז!

בעיקר איז די כוונה, אויף די שווערע ביטער נסיונות מיט וואס אונז אלע זעמיר ליידער געשלאגן! בעיקר מיט זיך אליינס פירן לויט דעת, מח שליט על הלב איז פון די שווערסטע חלקים אין עבודת השם.

היינט האב איך נישט צוזאמגעקלויבט מראי מקומות, אי”ה מארגן וועט קומען אויך אויף דעם געהעריגע קלארע מ”מ, דערווייל איז יעדער איינער מכובד צו אריינלייגן שיינע ענינים ארום דעם, און איבער אלעס!

א זיסע לעכטיגע נאכט פאר אלע חשוב’ע יושבים!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

התחדשות 13!
זונטאג נשא א’, ר”ח סיון ”ביום הזה באו מדבר סיני” - פאריגע סדרה איז דא די באוואוסטער רש”י אז פארוואס שטייט נישט ביום ההוא? נאר יעדן טאג דארף די תורה זיין אזוי ניי ווי כאילו מען האט עס היינט געגעבן! ממילא לויט דעם קומט אויס אז היינט איז געווען מתן תורה!!

שטארקע חיזוק האב איך געהערט פרשת יתרו העעל”ט אויף יו”ט שבועות, פרשת ואתחנן, און פרשת יתרו, שמח”ת, ועוד, אז ווען איז געווען מתן תורה? 3335 יאר צוריק!

ווען איז געווען ’קבלת התורה’? - ווען דו מאכסט אפ, צו אנהייבן מקיים זיין וואס ס’שטייט אין די הייליגע תורה!!!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

התחדשות 14! דינסטאג נשא א’, בענין ”בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות”

דער הייליגער צאנזער רב זי”ע בעל דברי חיים, האט געפרעגט אמאל די מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מיט זיי מוסר האט ער געענטפערט, אוודאי כ’לערן מיט זיי קב הישר וכו’, האט דער הייליגער דברי חיים געזאגט ניין, כ’האב געמיינט צו פרעגן צי דו לערנט מיט זיי מוסר, מעשיות פון הייליגען רבי רבי אלימלך און רבי זושא זי”ע...

זעהט מען די הייליגע וועג פון מחנך זיין מיט מוסר, מיט מעשיות פון הייליגע צדיקים!

יעצט שטיי מיר שוין אט אט דעם דאנערשטאג ביינאכט גייט מען שוין זינגען ברכו!! אזא ליבשאפט צו דער הייליגער טאטע! אבינו אונזער טאטע אב הרחמן אונזער רחמנות’דיגע טאטע וכו’ מען גייט זיך בעטן ביים טאטע’ן זאל אונז שוין געבן אביסל ליבשאפט צו זיין תורה, און לאמיר זיך טאקע פרייען מיט יעדע ביסעל וואס אונז כאפ מיר אריין בזה העולם וואס איז א עובר ושב... נאכאביסל קומען קינדער און אייניקלעך וואס וועלן קוקן אויף אונז ווי די ת”ח אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה, אז קיין אידיש ספר עפענען מיר נישט מיום כיפורים זה עד יום כיפורים הבא עלינו לטובה

קבלת התורה!!
לאמיר זיך אפלאזן פון אלע טפשות צי כ’האב גענוג מעיין געווען יעדעס ווארט! די עיקר אז מ’איז מוכן ומזומן לעשות רצון קונינו, אלעס איבעריג איז נארישקייטן וכו’. הלואי זאלן מיר יעדן טאג עפעס לערנען.
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:00 pm
לייבל פריש האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 6:51 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 12:54 pm
איך וואלט פרובירט אריינצולייגן מיינע צוויי צענט, אבער אויף וועלכער נושא (אין עבודת ה')?
אולי איבער קדושה, פארשטייט זיך בזהירות, ס’וועט נאך נעמען היבש צייט ביז איך וועל אנקומען צו אות ק’.
מאת ידידך לייבל.
איך וואלט קיינמאל נישט געעפנט דער נושא, אבער אז דו בעטסט וועל איך זאגן איין ווארט. איך האף אז עס וועט נישט שאפן קיין שטורעם (און אויב די מנהלים פארשטייען אז מ'דארף עס פארמעקן, זענען זיי מכובד עס צו טון).

און דאס ווי פאלגענד:

אמת, אז אויב מ'האט נסיונות דארף מען זיך ראנגלען דערמיט, סוף כל סוף איז דאס דער מצב אין וואס השי"ת האט דיך אריינגעלייגט.

אבער ווען א מענטש איז גענוג קלאר מיט זיך, אז וואס ער קען האבן ערליכערהייט וועט ער אי"ה באקומען, און וואס ער וועט נישט באקומען קען ער נישט האבן בשום אופן, וועלן זיינע נסיונות זיין שוואכער. ווייל א געזונטער מענטש (געזונט מיינט איינער וואס איז נישט קיין אנגעוויזענער) גלוסט נישט צו עפעס וואס ער קען נישט באקומען נארמאל.

אבער פונדעסטוועגן דאך, דארף מען אכטונג געבן נישט אריינצופאלן אין קיין נסיונות.
געזען א ווארט אויף חינוך וואס איז גוט אויך אויף דער עלטער...

יענער שרייבט וועגן דיסציפלין, יראת שמים און פראסטרעישאן, אביסל טיפער: אז די ערווארטונגען קלעשן מיט'ן מציאות לאז אפ יענע ערווארטונגען ודוק.

ווען א קינד הייבט אן צו פארן מיט א בייק וועט ער אפאר מאל אראפפאלן און אפאר מאל אריינקראכן אין א וואנט, פאול, אא"וו. די ערשטע פאר מאל וועט ער וויינען און שרייען, שטויסן אויף די וואנט, אא"וו, פארוואס, ווייל ער האט "עקספעקטעד" צו פארן גראד, און דא קומט ארויס א וואנט קעגן זיין פנים און ער קען עס נישט אוועקרוקן! די מציאות פאטשט אפ זיין עקספעקטעישאן.

אבער ווי מער ער פארט מיט'ן בייק אלס מער וועט ער זיך אויסלערנען צו "עקספעקטן" אז וואנט בלייבט וואנט, און אנקומענדיג צו א וואנט, נאך פון גענוג ווייט אוועק, וועט ער זיך רואיג אוועקדרייען רעכטס אדער לינקס און פארן ווייטער. וועט ער נאך אמאל עקספעקטן אז די וואנט זאל זיך רוקן, אוודאי נישט. וועט ער זיך נאך אמאל רעגן און שרייען אויף א וואנט? אוודאי נישט. קוק ער פארט אזוי שיין רואיג.

ווען איינער האט עכט יראת שמים, און זעלבסט-דיסציפלין, איז א תורה'דיגע איסור א וואנט, א קאלטע אומרירבארע וואאאאאנט. האק בראק וואנט בלייבט וואנט, מיט'ן גרעסטן רואיגקייט. (וועגן איז וויכטיג איינצובאקן יראת שמים פון נאך אלס פיצל קינד, און אויך דעם באגריף פון פאלגן און הכנעה צו א העכערע אבסאלוטע אויטאריטעט, ווי פריער אלס שטערקער אזעלכע "ווענט," ווייל בשעת מען וואקסט - וואקסט מיט די וואנט נאטורליך ודוק.)

ממילא, אז די איסור'דיגע זאך איז אזא שטיינערנע פשוטע וואנט, האט ער נישט קיין רייץ עס דורכצוגיין אדער אויפברעכן, וואנט בלייבט וואנט בלייבט וואנט. פונקט ווי דאס קינד האט נישט קיין רייץ אויפצוברעכן די וואנט פאר זיין בייק. די פארטיגע מציאות איז, דא איז א וואנט, גיי אין די זייט, און ער איז משלים מיט דעם בחפץ לבו אן קיין איבעריגע מחשבה. אז מטאר נישט זאגן ליגנט, אדער עסן חזיר, אדער קוקן, איז עס א וואנט, און די מציאות דארף נישט קלעשן מיט פאנטאזיע און ברענגען פראסטרעישאן, ווייל מען פאנטאזירט ניטאמאל אין יענעם ריכטונג. ווער פאנטאזירט צו עסן חזיר? טאקע וועגן דעם נישט, ווייל מען וואקסט אויף דערמיט פון עידזש זירא.

ממילא, ווען עפעס אן איסור איז אזא פעסטע וואנט, איז ניטאמאל דא א נסיון.

ווען סאיז יא דא א נסיון, איז א סימן אז די וואנט איז נאך נישט גענוג פעסט. דארף מען ארבייטן אויף די וואאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאנט!!!!!!!!!!!!!!!!!

וויפיל ווענט דו וועסט אויפבויען ביי דיין קינד, ווי שטארקער די ווענט, אלס מער יראת שמים וועט ער האבן פון קינדווייז אן, אלס גרינגער וועט אים זיין צו זיין אן ערליכער איד לאורך ימים ושנים טובות.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

@קוואל וואסער הערליכע beautiful ווערק!!! (אויב האסטו מקור, וואלטעך געווען פרייליך) אבער ס’איז מלא טעם און קלארע דיבורים!!!
יישר כח מהלב!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

מאנטאג פרשת נשא בחו”ל, בהעלותך באר”י תשפ"ג לפ”ק.

התחדשות 15!

מיין נשמה איז מיין מוסר ספר!!!

יום טוב שבועות העעל”ט, זייענדיג אריינגעטוהן אין הויעכע מחשבות פון זמן מתן תורתינו הקדושה, האב איך אינמיטן זיך פארטראכט איבער דעם אשכול עצות לעבודת השם, אזוי טראכנדיג - איז מיר אינמיטן בייגעפאלן, וויאזוי ווייס איך צי ס’אינטערסירט בכלל איינעם אויף אייוועלט צו ליינען פון עבודת השם, אבער נאכדעם האב איך געטראכט אזוי, אויב זעה איך אז דער עולם ליינט עס, מה טוב ומה נעים, פארוואס זאל איך סטאפן וועגן די מחשבות צו שרייבן, אויב דער עולם איז אינטערסיט אין א טויש אין מח’ל, ווערן נענטער צום טאטע’ן דער הייליגער באשעפער, טראכטן פאר נאך 1 מינוט אין טאג, אז וואס דארף איך עולם הזה, ס’איז דאך אלעס הבל הבלים, אין עוד מלבדו - האט זיך אלעס געלוינט!

קודם האב איך געטראכט אז כ’דארף זעהן כאטש 30 קליקס אויף דעם אשכול נאך די ווערטער, אבער יעצט האט מיר אריינגעשיינט א געדאנק, אז אפילו איך אליינס, וועל מיר מחזק זיין, איז שוין אלעס כדאי!

און יעצט צו די היינטיגע פרישקייט!
האמת אומר, כ’האב מיר אויפגעוועקט גאנץ שפעט, און בניסי ניסים נאך געכאפט די 7’ע מנין, אינמיטן דאווענען בין איך געווארן זייער דארשטיג,
ניין!
נישט מיין גוף, מיין נשמה!
כ’האב געפילט ווי כ’מוז שטילן מיין דארשט מיט א חסיד’ישע ספר, און כהרגלי, האב איך געוואלט צוגיין צום ספרים שאני, אפילו ס’איז אינמיטן רעדן צום באשעפער, אבער אינמיטן כאפ איך מיר, ביסט אראפ פון זינען? נעמסט א ספר אינמיטן זאגן פסוקי דזמרה? טראכט אריין, וואס האט דיר אריינגעשטיפט אין שוהל? דיינע פוס? ניין! דיין נשמה! די נשמה דארף דאווענען! נו, דאס איז די שענסטע חסידישע טייטש וואס כ’האב געזעהן היינט, אין מיר אליינס! די שטערקסטע מוסר! וואס טרייבט מיר צוריק נאכאמאל צום דאווענען? הנשמה שבמוחי! איז דא עפעס א זיסערע זאך ווי די נשמה וואס דער באשעפער האט אריינגעגעבן אין יעדע אידיש קינד?
אוודאי, גיי איך באלד נאכאמאל אריין אין שוהל און עפענען מיין טעגליכער חסידישע ספר, אבער קודם א נקודה למחשבה, עפעס רודערט אין מיר, כ’האב א נשמה וואס ער מאכט אפ וואס צו טוהן, ער גייט מחליט זיין וואו איך גיי ווייטער! נישט די גוף טראגט מיר ווייטער!
און דאס איז עכט געווען די עיקר וואס דער הייליגער בעל שם טוב זי”ע (וואס זיין יארצייט איז געווען יעצט שבועות) האט מחדש געווען אז די אידישקייט זאל אויפגעבן! דער בעש”ט הק’ האט גענומען אזעלכע פשוט’ע מענטשן, ווי למשל אונז... און זיי אריינגעגעבן א חיות! אז דער באשעפער דארף זיי אויך! און איך קען נאך יעצט זיך אויפפרישן!!!

האט’ס אלע חברים א ”נשמה” טאג, א ”פרישע” טאג!
אמן.
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
קרעמניצער חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2132
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 10, 2023 10:29 pm
לאקאציע: שכונת זרע קודש

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמניצער חסיד »

לייבל ביסט מער נישט דא?
לאמיר פרובירן צו ממשיך זיין דעם דרך!

מוצאי שבת קודש נשא תשפ"ג
התחדשות 16!
"בנים אתם לה' אלוקיכם" - אלע אידישע קינדער.
סיי גוטע און סיי שלעכטע, זענען זיי בנים למקום.
אפילו די ערגסטע אידן זענען מלאים מצוות כרימון.
וואלטן די רשעים געוואוסט וויפיל זיי טוען דער ווילן פון הייליגן באשעפער, וואלטן זיי אויסגעגאגנגען פון עגמת נפש...
אנהייב יאר קען מען זיך בעסער אוועקשטעלן! (שפת אמת)
טיף ווארט: עס קומט א צייט אין לעבן וואס מען אנערקענט, אז ”ענוה” איז נישט קיין מידה, נאר א מציאות!
(לעצט פארראכטן (דורך מיר) ה’ תשרי תשפ”ד)
אוועטאר
קרעמניצער חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2132
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 10, 2023 10:29 pm
לאקאציע: שכונת זרע קודש

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמניצער חסיד »

איינער מיט א התחדשות?
ביטע

אינטערסאנטע שטיקל בספר הקדוש ”עבודת ישראל” פרשת חיי שרה:

וואס הייסט א רשע?

וזה מצינו ונשמע מרשע שמתפאר בזה"ל ב"ה הנחתי טלית ותפילין והתפללתי גם אמרתי תהלים ומעמדות ולמדתי פרק משניות ונתתי פרוט' לצדק' ומי כמוני צדיק וישר וז"ש בהפטר' ואדני' בן חגית מתנשא לאמר אני אמלוך דהיינו שאנ"י מלכות הבורא ואני ממליכו ויזבח צאן ובקר ומריא וגו' שעי"ז מילא לבו בשמח' מאחר שהוא עובד ה' רשאי לשמח בעוה"ז באכיל' ושתי' ורוחו לא נשבר' בקרבו אדרב' הולך אחר תאותו אשר אצל עין רגל מלשון רגל על לשונו דהיינו ע"י רוחו הגבוה ומילוי כרסו וגרונו לשונו יחליק לדבר לה"ר ומטיל דופי ומום בקדשים לדבר על יראי ה' והן הם ליצני הדור אמנם ההיפך מזה וההתקרבו' לעשות רצון ה' כנ"ל הוא ע"י שמשבר רוחו בקרבו ומכיר מקומו הרחוק מאת ה' ית' וע"י שהוא רחוק מתקרב עצמו ומתדבק בבוראו ית"ש:
אנהייב יאר קען מען זיך בעסער אוועקשטעלן! (שפת אמת)
טיף ווארט: עס קומט א צייט אין לעבן וואס מען אנערקענט, אז ”ענוה” איז נישט קיין מידה, נאר א מציאות!
(לעצט פארראכטן (דורך מיר) ה’ תשרי תשפ”ד)
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

ס'דא א געוואלדיגע שטיקל ישמח ישראל אויף פרשת בלק, אויפן פסוק 'לא הביט עון ביעקב' - וואס איז לכאורה א סתירה מיט דעם דבר ידוע אז 'כל האומר הקב"ה ותרן הוא - יוותרו חייו', גאר גאר א הייליגע שטיקל, מיט געוואלדיגע חיזוק, און יסודות אין די נושא פון 'דאס פינטעלע יוד'.
@קרעמניצער חסיד, טשעק דארט, און זיי מהנה די עולם דא מיט די געדאנק, ש'כח!
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
קרעמניצער חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2132
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 10, 2023 10:29 pm
לאקאציע: שכונת זרע קודש

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמניצער חסיד »

שוין לאנג נישט געווען דא.
נאכן זעהן אזא שיין ווארט געברענגט דורך ידידינו @יקשן וויל איך עס ברענגען, און צולייגען מנופך דילי’:
יקשן האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 1:25 pm
מדברי אור החיים הקדוש משפטים

והודיע הכתוב עוד, כי אחר שניתן רשות לאש הדינים להבעיר לא לקוצים לבד הם מבעירים אלא: ונאכל גדיש, כאן רמז אל תינוקות של בית רבן, שעדיין אין להם קומה אלא גדושים שבולת עם חברתה, כי בעונות הם הנתפסים בצרת עולם. גם אמרו ז"ל (שהש"ר פס' משכני) בפסוק (תהלים, ח) "מפי עוללים ויונקים יסדת עוז", כי היו ערבים בשעת קבלת התורה, וכשירשיעו בני אדם, הנה הרשות נתונה לאש לבער בהם,
ואומרו: או הקמה, כאן מודיע כי לפעמים חרב עד צואר הגיעה‏[29], מופתי הדור יסודי עולם נלקחים בעונם כדי להציל על כללות הדור, כאומרו (שה"ש, א): "אשכול הכופר" וגו', ולהם יקרא קמה, על דרך אומרו (שם ה'): "זאת קומתך דמתה לתמר", שהם הצדיקים הנמשלים לתמר, כאומרו (תהלים, צב): "צדיק כתמר" וגו'.
ולפעמים יגדל החטא ולא יצילו הצדיקים לבד, וחימה שפוכה‏[30] על כל שונאי ישראל, והוא אומרו: או השדה, שזה ירמוז אל כללות ישראל, ולא יספיקו לא תינוקות ולא צדיקים להציל.
והודיע הכתוב כי יש יום לאל איום לבא במשפט עם הסובבים את הדבר למיתת הצדיקים וגאוני עולם, להשתלם מהם, והוא אומרו: שלם ישלם המבעיר, הם הרשעים הקוצים את כל אשר הרגו‏[31], ואמרו ז"ל (סנהדרין ק' ב) כי ה' יתן כח ברשעים לסבול שיעור המגיע להם בחטאם. אוי לרשע - רע לשמים ולבריות, כמה יסבול בעד קלקולו,
ותמצא (ב"ר פס"ג) שהצדיקים כשהיו בניהם מגיעים לכלל שנים שאינם נלכדים בעון אביהם היו שמחים ואומרים ברוך המקום שפטרם מעונש זה‏[32], הרי כי יעניש ה' לגורם עונש בשבילו לזולת.
ובאמת כי יחרד אנוש ויכבה שלהבת יצרו המחטיא אותו באש המשפט, בהעלותו על לבבו נהרות העונשים אשר יגיעוהו על כמה נפשות קטנים וגדולים אין קץ, שכולם הוא הרצחן הגדול להם באמצעות תאותו הסרוחה,
בערך אזא זאך זאגט אויך רבי נחמן מברסלב זי”ע, אז בשעת עס קומט אונטער א נסיון, זאל מען בעיקר טראכטן פון די עונש העבירה, נישט פון יראת הרוממות, דאס וועט אפהאלטן די מענטש פון טוהן א עבירה חלילה.
אנהייב יאר קען מען זיך בעסער אוועקשטעלן! (שפת אמת)
טיף ווארט: עס קומט א צייט אין לעבן וואס מען אנערקענט, אז ”ענוה” איז נישט קיין מידה, נאר א מציאות!
(לעצט פארראכטן (דורך מיר) ה’ תשרי תשפ”ד)
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”