ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 9:55 am
איינס האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 9:30 am
טעוועליך האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 8:43 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 2:27 am
לאמער זאגן אז ער איז 30 יאר אלט, און ער איז א גוטע - נישט די בעסטע רעיט, קאסט אים 100 דאללער א חודש פאר 20 יאר... און לכבוד דעם איז ער געקאווערט פאר 2 מיליאון דאללער...
12
X100
--------------
1200
X20
-------
24,000
פאר 20 יאר
יעצט מאך די חשבון מיט פייער אינשורנס
134*20=

פאר 20 יאר 2,680
און קאווערט וויפיל?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך מיין אז עוורידזש קאווערט עס ביטווין 150 - 200 (קערעקט מי איף איים ראנג)

צאלסטו א 80׳סטל פון דיין וועליו צו קאווערן דיין 200.
טא, צאל א 80׳סטל פון 2 מיליאן צו קאווערן 2 מיליאן.

דהיינו ווען דו האסט ווען 10 הייזער וואלסטו געצאלט 25000 אין 20 יאר צו קאווערן 2 מיליאן פון פייער

באט, טראכט אריין טיפער.
ביי פייער אינשורנס באקומסטו א איינמאליגע 200 טויזנט דאלער וואס דו דארפסט נוצן די געלט פאר די שאדנס, דהיינו קויפן אלע זאכן וואס האבן זיך פאברענט.
ביי אינקאם אינשורנס, באקומסטו א קרן וואס ווען דו לייגסט אריין די געלט אין א נארמאלע טראסט באקומסטו יערליך דיין אינקאם. אויב א 2 מיליאן דאלער ברענגט 150 א יאר מיינט אז ביי 20 יאר גייט עס ברענגען מער פון 2 מיליאן.
און ביי פייער אינשורנס קענסטו נישט נעמען די געלט און אריין לייגן אין א פאנד, ווייל דו דארפסט דאך האבן די געלט צו דעקן דיינע שאדנס. (טעקניקלי קענסטו טון מיט די געלט וואס דו ווילסט, אדו ווילסט קויף טשונגאמס... באט דו דארפסט דאך צוריק קויפן אלעס וואס דו האסט פאלוירן, משא״כ לייף אינשורנס לייגט מען אריין די געלט גלייך און באקומסט צוריק דיין אינקאם יערליך)

--

נאך א זייטיגע נקודה, דיין פייער אינשורנס געלט איינמאל דו האסט געענדיגט דיין פלאן און דו האסט נישט געהאט קיין פייער האסטו גארנישט געהאט פון דיין געלט, ווי דו רופסט עס ״געלט אין גארבעדזש״ (וואס די סטעיטמענט איז אויך נישט ריכטיג, אבער שוין...).
ביי א אינקאם-אינשורנס (הנקרא לייף-אינשורנס...) קענסטו נעמען דיין געלט ביים סוף פון די 20 יאר און דאס אריינלייגן אין א האלל לייף פאליסי

עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 10:06 am
מענדל וועבער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 11:00 pm
House arrest האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 10:52 pm
א מענטש וואס קעיר'ט נישט פאר זיין ווייב אין קינדער אויף נאכן שטארבן האט א אישו אין שלום בית,
נישט קויפן ווייל די עפארדסט עס נישט אי א נארישע תירוץ, פאר זאכן וואס איז וויכטיג שאפט מען געלט.
זאג נאר דו האסט עפשער שוין געקויפט א חלקה און בית החיים ???
האסט שוין באצאלט פון פאראויס די קאסטן וואס די חברה קדישה בעטן ?
וואס טוט זיך מיט אייער פאר די שבעה טעג ? שוין אפגעקאכט ???

ווער גייט דעס אלעס באצאלן ???

און א נארמאלע וועלד טראכט מען נישט אז מארגן גייט מען זיך אפשטארבן !
יעדער האפט אז ווען דער טאג זיינע וועט קומען וועט ער זיין א זיידע און נישט א אונגערמאן !

וויפיל פראצענט מענטשען גייען פון די וועלד און לאזן איבער א שטוב מיט קינדער ???

און אז איינער קויפט נישט לייף אינשארענס מיינט נישט אז ער איז משיגע !

איינער וואס קויפט יא קוקט מיך אויס ווי א איד וואס זארגט זיך מער ווי ער ברויך און עס איז נישטא אזא חיוב

איך מיין די פארשטייסט אז איינער וואס קויפט זונטאג זיין שבת ארדער און גראסרי ווייל עפשער גייט זיין א קריזעס סוף וואך האט אביסל פראבלעמען יא ???
ווען די קויפסט יעצט לייף אינשארענס ווייל וואס וועט זיין מיט דיין אלמנה ?!

המממממ נאר מיין מיינוג ............
שלום עליכם.

איך האב הנאה אז דו שרייבסט דאס וויל איך שפיר ס'איז דא מענטשן וואס טראכטן אזוי און ס'וויכטיג אז די פראגעס ווערן ארויסגעברענגט אז מ'זאל דאס קענען אויסשמועסן.

איך האב געקאנט ערליכע אידן מדור הקדום וואס האבן אוועקגעלייגט געלט פאר די הוצאות הקבורה און אלעס ארום און געלאזט צוואה מ'זאל דייקא דאס נוצן. זיי האבן נישט געספענד פאר זיך א איבעריגע גרייצער בחייהם, געשפארט יעדע פעני, נישט אויסגעהאלטן ווען נאך א סעודות יו"ט אדער א שמחה פאלט אוועק עסן אין מיסט (אדער סתם א נאכטמאל) . אבער ביי שמחות פון די אייניקלעך האבן זיי געטיילט שיין געלט און מתנות, צו די קבורה האבן זיי זיך אוועק געלייגט געלט און ביי די שבעה זענען די גבאי כולל שומרי החומות געקומען פארציילן אז די אידן האבן געקויפט א קרן אז מ'זאל לערנען פאר זיי משניות און זאגן קדיש לאחר פטירתם טראץ וואָס זיי האבן געהאט קינדער, יא מ'האט געטראכט פון דעם מארגנדיגער טאג.

צו עפ"י הלכה מעג מען אבער מ'טאר נישט קויפן לייף אינשורענס אדער חתונה פאליסי זאלט איר פרעגן א מורה הוראה (זאגט אים אז דארפט בהירות צו שמועסן אויף אייוועלט) אדער עפענען א שמועס אין 'ידיעות התורה' פארום.

צום ענין, קיינער זאגט נישט אז איר מוזט, מיר ווייסן אפילו נישט וואס דאס ווארט 'מוז' באדייט.

דא רעדט מען צו מענטשן וואס נאטורליך קערן זיי פאר זייערע קינדער ברוחניות ובגשמיות נאר צוליב וואס דאס ענין שפירט מען נישט די צער בחיים און צוליב וואס ס'געשהט טאקע נישט יעדן טאג (וכן יעזור ה' להלאה) , כאפט מען זיך נישט ווי פאר א נישטיגע פאר דאלאר קען מען אזויפיל צער איינשפארן פאר די אייגענע ווייב אין קינדער.

פאר דער וואס קען זיך נישט מצייר זיין יענעםס צער בכלל אפילו נישט פון די אייגענע ווייב און קינדער, ספעציעל ווייל ער גייט שוין נישטא זיין ביי די צער, צו די ווענד מען זיך נישט, דאס איז אן אנדערע מין סוג בכלל.

דא רעדט מען צו מענטשן וואס אויב זייער דיין האלט אז מען טאר נישט קויפן לייף אינשורענס גייען זיי זיך בייסן די ליפן און נישט קויפן, אבער ס'גייט זיי ביטער שווער אנקומען דאס פאלגן. ס''קען אפילו זיין זיי וועלן צוליב די גרויסע נסיון זאגן אז אויף די זאך פארלאז איך מיך אויף א צווייטן דיין.

פארוואס? ווייל די נאטור פון מענטשן איז צו קערן אויף קינדער און אייניקלעך, אזוי זענען געזונטע מענטשן באשאפן געווארן לטובת הבריאה. רוב מענטשן ווילן אז זייער קינדער זאלן גיין אין גוטע וועגן ווען זיי זענען שוין אלט, ווען זיי קאלכען שוין און אפילו לאחר פטירתם. רוב מענשטן ווילן אז זייער קינדער און אייניקלעך זאלן האבן א גליקלעך רואיג לעבן, רוב מענשטן ווילן בחייהם אז לאחר פטירתם זאָל מען האבן פון זיי גוטע זכרונות, נישט יעדער איז אזוי שטארק ווי דיר וואס דו קענסט דיך איצט גובר זיין ווייל דו ווייסט אז דעמאלטס גייט מען זיי ווי נישט האבן די געפיל. ס'איז לטובת הבריאה אז מ'קערט אויף שפעטער, אזוי זענען רוב געזונטע מענשטן באשאפן געווארן דורך דעם באשעפער אליין.

איצט וויל איך פלעין וויסן ווען ביסט לעצטע מאל געווען אינוואלווד ביי א קרן יתומים קאמפיין, נישט צו די האסט געגעבן צו נישט, נאר צו די ביזט אינוואלווד און מיטגעהאלטן וואס דאס מיינט.

קאמפיין האב איך געזאגט? די קאמפיין איז א קלייניקייט. דו ווייסט וואס ס'טוט זיך לפניו ולאחריו, האסט אן איינוג וואס הארץ עסענישן, די עסקנים, רבנים, נאנטע קרובים און די אלמנה ויתומים דירעקט גייען דורך?

איך האב שוין געהאט די זכיה צוויי מאל צו זיין אינוואלווד אין קרן יתומים'ס, דו האסט אן איינונג וויפיל שעות דאס קאסט? וויפיל מיטינג דאס פארנעמט? וויפיל הארץ עסענישן דאס עסט? וויפיל טרערן פליסט פון די אלמנה און די קינדער? וויפל בושות זיי גייען דורך ווען יעדע באשלוס איבער זייער בודזעט ווערט אויס געשמוסט ביי א וועד וואס דארף זיך ספראווען ציט די גרויסע אחריות מיט הקדש געלט וואס ליגט פאר זייערע אויגן, די עוון פלילי פון טוהן עפעס נישט ריכטיג מיט יתומים געלט, מיט די פאקט אז ס'איז נישט אריינגעקומען וויפיל מ'האט זיך גערישט אבער ביי די חתונה גייט זיין שווער נאכאמאל צו גיין נאך געלט? מיט די זודיגע טרערן פון די אלמנה וואס קרויזט אויס איר קרובי המשפחה וואָס זענען אינואלוולד און רופט אן דירעקט דעם קאלטן אויסגערעכנטן עסקן וואס פרובירט צו האלטן די קאסע אין די ראמען אים מיטצוטיילן איר גורל'דיגע צער, וואס זי איז אלץ דורך אין די תקופה וואס איר בעל נעוריה איז געווען נישט געזונט, וואס זיי גייט דורך זייט ער האט איר איבערגעלאזט מיט א שטוב מיט קינדער, וויאזוי די קינדער זענען טראמעטייזט און צעחושט, וויפיל זי וויינט צוזאם אליין צו די פיר ווענט אז איינער זאל זיך אומקוקן. "פאר קיינעם האב איך נאכנישט געזאגט אבער פאר אייך העלעך זאגן, איר זענט דאך א קלוגער און בעל אחריות, איך שפיר מ'קען אייך טראסטן. מיין 10 יעריגע איז אייביג געווען אזוי און אזוי, זייט מיין מאן איז נישט געזונט געווארן האט עס אים ממש אפעקטירט, נאכן פטירה איז דאס אינגאנצן ארויס פון קאנטראל. מומחים זענען אינוואלווד, חי' לייפליין טוט א געוואלדיגע ארבעט, איך זעה ווי זאכן גייען זיך צוביסלעך סעטלען אבער אינדערצווישן שפיר איך נישט ווי ער איז מיין קינד, ער צו ווארפט מיר נאך אלץ די הויז, ס'אפעקטירט די איבעריגע קינדער, מיר איז די גרינגסטע צו זיין אין לאנדרי און זיך מאכן ווי איך וואש וועש און למעשה וויינען ווי איידער שפילן מאמע בשעת איך קען סיי ווי נישט הענדלן, ס'איז קצתי בחיי.

איך ווייס איר ווילט אוועק לייגן אויף שפעטער און איך פארשטיי דאס אבער איך מוז האבן אפאר עקסטערע דאלאר צו קאנעקטן מיט מיינע קינדער, זיי אריינברענגען ליבלעכקייט און פרייליכקייט, זיי זאלן שפירט עטוואס ווי כאטשיג א מאמע האבן זיי.

איך בעט אייך זאגטס עס נישט נישט איבער ביי די מיטינג ווייל דער אנדערע פון די וועד, זיין ווייב איז געגאנגען מיט מיר אין קלאס, זי איז געווען מיין כמו קאמפעטישן און איך האב איר אייביג געוויזן אז איך בין א שטארקע, אין פאקט ביי די שבעה האט זי פרובירט מיך צו מחזק זיין אבער איך האב נישט ארויסגעוויזן קיין איבעריגע הרגשים ווייל פאר איר מוז איך ווייזן אז איך קען עס הענדלן. איך ווייס אז איר זענט דא פאר מיר און מיין משפחה, מיין פון אויבן וועט זיכער זיין א מליץ יושר, טרעפטס א וועג צו משכנע זיין דעם וועד אז מ'זאל מיך לאזן האבן אפאר עקסטערע דאלאר (שווערע טויזנטער) איבערצוקומען די שוועריקייטן".

בשעת די וועד אין די רב פלאגן זיך צו טרעפן די ריכטיגע באלאנס, דארף מען הערן פון מענטשן וואס האבן געגעבן געלט צום קאמפיין און פרעגן מיט רעכט, נישט פון שלעכטקייט "איך האב נישט טענות און איך פריי מיך אז איינער טוט אבער וואס דארף איך זאגן פאר מיין ווייב אז איך האב געגעבן אזא סכום עצום בשעת דארט איז דא א שיף אן א רודער, איך האב נישט דעס און יענץ, איך נאך די וואך אפגעזאגט אין שטוב ווייסעך וואס אבער דארט הער איך אז די טאכטער איז געפארן אין די מרחקים און דער זוהן פון צען יאר קויפט איין אין גראסערי לייק דער איז "נאו טומארוא". איך פארשטיי די מצב איז פארווייטאגט אבער מ'האט מיך איינגערעדט אז ס'איז א פאראנטווארטליכע טיעם וואס נעמט קער פון יעדע פעני, איך ווילט פשוט וויסן צו איר ווייסט וואס דארט גייט פאר".

פאר איינעם האב איך געענטפערט,"מה דאך ביי דיר אינדערהיים איז שווער צו האלטן די לייצעס פון די בודזשעט, קל וחומר ווען ס'איז א פרעמדע אלמנה וואס איז ענלד און פארווייטאגט און זי דארף הערן פון א פרעמדע מענטש וועלכע סקוטער פאר איר פארוויינטע יתומ''ל איז שוין טו מאטש און וועלכע אייזקרים אדער שווימען-גאגלס איז פון די טייערע מיני, רוב קינדער קויפן די ביליגערע. איך אלץ עסקן האט שוין געספענד שעות על גבי שעות צו שאפו געלט און אויפצושטעלן דעם קרן אבער מיר זוכן נאך איינער וואס זאל וואלנטירן איר צו זאגן פונטליך אז צוליב די באגרעניצט קאסע איז נישט אחריות'דיגע קויפן רעדי אויפגעשניטענע פרוכט, נאכמער איך ווייס אפילו נישט צו זי מוז קויפן א מתנה צו איר נעפיוס בר מצווה, יעדער ווייסט אז זי איז די אלמנה, מ'האט נארוואס צוזאם געשטעלט געלט, ס'איז נאך געבליבן שווער חובות אנגעזאמלט, וועט זי נישט קויפן א מתנה, ביג דיעל. ווילסט איר עס זאגן? דו ווילסט זיין דער דעדיקעיטעט מענטש ממונה צו טאהן וואס א מאן איז אויך נישט אינגאנצן מצליח צי טוהן מיט זיין אייגענע ווייב? "

איצט איז שוין יענער באליידיגט כאילו כ'האב אים אריינגעפליקט, פערצופאל האט ער מיר געגעבן שענער ווי געראכטן צום קאמפיין און נאך משכנע זיין חבר אויך צו געבן שיין, ער איז געקומען מיט א בארעכטיגטע ווייטאג און כ'וואלט עס געדארפט אפשר שענער באהאנדלען.

אבער איך בין פעד אפ.

ווער מיינסטו האט געמאכט ערבים? עסקנים, עשירים און רבנים וואָס זענען דאס דורכגעגאנגען נישט איינמאל און נישט צוויי מאל צו טרעפן א וועג וואס זאל עטוואס לינדערן די שוועריקייטן פון די נותנים, די משפחה, און די עסקנים. ערבים איז א קוגל וואס מ'האט עס אויסגעשטעלט אויף אזוי אופן ס'זאל אביסל שטימען.

אבער ווי וויכי זאגט איז דאס גאר ווייט פון גענוג.

דער אויבערשטער האט געהאלפן אז פאר נארישע פאר דאללער א יאר וואס מאכט נישט קיין גרויסע דענט אינעם בודזשעט קען מען פארגרינגערן פאר די אייגענע בלוט און פלייש אז אויב ח"ו עפעס פאסירט זאל זיין אפאר דאלאר מיט וואס צו ארבעטן, מיט וואס צו שפילן ביז מ'טרעפט א זיווג שני און טאקע דאס קען אסאך מאל אויסמאכן צו מ'האט עפעס געלט ס'זאל נישט פאלן די לאסט אויפן נייעם מאן.

איך בין נייגעריג צו ס'איז דא איין עסקן אדער רב וואס איז געווען אינוואלווד אין קרן יתומים'ס וואס שטעלט א ספק צו צ' מעג קויפן פאליסיס.

און דיין שאלה איז?
😢😢 נאר צו ליינען די ווייטאגליכע מיטמאכענישן עמאצינאל אראפ געשילדערט במוחש דורך @פראקטישמיט זיין קולמוס השכלי ווי געווענדליך.

עס איז נישט דא קיין סאך וואס צו צולייגן צו דברי פראקטיש, נאר איין זאך:
עס איז באקאנט עטליכע סיפורים ווי נשמות זענען אראפגעקומען און זיך מגלה געווען בחזיון ליל צו פארשידענע מענטשן גדולים ופשוטי אן - און געקלאגט אז קיינער קוקט זיך נישט אום אויף די נעבעכיגע אלמנה און יתומים, איך וואונטש ר'מענדל וועבער אריכות ימים ושנים טובות אבער איך גלייב אז נישט פאר יעדע נשמה לאזט מען לאחר פטירתו צוריק קומען און זיך זארגן פאר די אלמנה.....
און ווען מ'רעדט פון מכבדו במותו, עאכו''כ ווען די מ'האט נאך די געלעגענהייט פון מכבדו בחייו, מ'קען פארשאפן א מכובדיגע אויסגעהאלטענע מטה לחם פאר די צובראכענע אלמנה און יתומים וואס אנשטאט צו דארפן זיך רעכענען און פארברענגען שעות ע''ג שעות מיט גבאי צדקה און עסקנים, דא וועט די אלמנה פירן א ווערדשאפט ווי א מכובדיגע באלעבאסטע אויף אלע גוים געזאגט.
----
אינטרעסאנט אז קיינער מערקט נישט אז מענין לענין - דאס איז אויך ביי אלמנים וואס די ווייב וואס האט אריין געברענגט א שיינע פרנסה ל''ע ווען עס מאכט זיך א טראגעדיע און דאס גאנצע משק בית פאלט אויף די אומבאהאלפענע טאטע, א אינשורענס פאליסי קען אויך צוהעלפן אין אזא ביטערע מצב, די טאטע זאל קענען זיך אפגעגעבן מיט די קינדערלעך פראבירן צו אנפילן די גרויסע חלל וואס די מאמע ע''ה האט איבערגעלאזט.....
ביודעי ומכירי קאמינא, די יתומים מאם זענען צומאל אסאך מער צובראכן ווי די יתומים מאב, די צדקה קרן איז געווענליך אביסל שוואכער, די טאטע לעבט דאך... איי דאס הייסט געלעבט?
וואטעווער...... כ'האב נאר געוואלט ארויף ברענגען די פוינט.
--------
(אני הק' איז אינשארד הן על נפשי והן על נפשות בעלי די אויבערשטער זאל העלפן איך זאל דאס קיינמאל דארפן נוצן.)
זיך פארלוירען
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 19, 2022 2:29 am

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיך פארלוירען »

איך האב ערבים אין מיליון טירם,
א דאנק דע אשכול גיי איך מאכען אן אפוינטמענט ביי מיין עיזשנט צו דיסקאסען פאר מער.

דרך אגב, אזוי ווי מען דארף האבען דע ערווערנס אויף נאכן טויט, דארף מען אויך מאכען א קאמפיין מען זאל גיין צו באדזשטען ווען מען לעבט און איז יונג, און אוועקלייגען פאר פיוטשער
אז נישט איז 150K א יאר אויך נישט גענוג היינט, און מען קען האבען (און מען האט) לעבעדיגע יתומים און אלמנות וואס האבען נישט קיין טאטע וויל ער איז אנגעצויגען דיפרעסט און צוזעצט און נאר פארנומען דרייען וויפיל מען קען נאך...... און אינדערהיים איז נישטא ווער זאל זארגען פאר זיי.
אפשר פארקערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

@וויכטיג מאכער

איך וויל מיך נאר באציען צו די נושא פון וויפול קאוורעדש מען דארף האבען,

איז טאקע דא חיוב אויפן מאן ציצושטעלן פארן ווייב לאחר מאה ועשרים מער ווי וואס ער שטעלט צי יעצט, וואס האט דאס מיט וויפול קינדער ער האט, אויב פארדינט ער יעצט 80,000 דאלער א יאר וואס עפעס דארף זיין ווייב באקימען 150,000 א יאר.

נאך א זאך פארוואס זאל מען נישט אריין נעמען אין חשבון אלע זיינע אינוועסמענטס, למשל אויב האט איינער א פראפערטי וואס ער קען יעצט ארויס נעמען אפאר הינדערט טויזענט דאלער, לייג עס צי צום חשבון.

נאכאמאל איך בין נישט דא צי קריטאקירן אבער לויט דיין חשבון דארף איך האבען אזא 8 מיליאן דאלער קאוורעדש אין איך מיין אז מיין 1,500,000 איז יא געניג.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הרב פראקטיש, איך האב שטארק געוואלט נישט אריינגיין אין די דיסקאשן, ווייל כאב גערעדט צו א ספעציפישע ציבור... אבער דו האסט מיך קאנווינסד אז מ'דארף יא!! Wow איז נישט דאס ווארט! כ'ווייס נישט וואס יא!

די תגובה דארף ווערן אויסגעטיילט פאר יעדן אינגערמאן!

מענטשן האבן נישט קיין מושג וויזוי א הויז מיט א "געלונגענע" קרן יתומים קאמפיין קוקט אויס, כל שכן וכל שכן די רוב וואס די קאמפיין ברענגט ניטאמאל האלב פון וויפיל מ'דארף!

צו דארפן צוקומען יעדע מינוט פון טאג צו א וועד הרבנים וואס די וועד איז א מאסט! ס'איז נכסי ציבור, נישט שייך צו זאגן די אלמנה אדער אלמן זאלעס הענדלן! סאו א וועד פון רבנים אדער בעלי בתים מוז זיין, סאו דעסיזשנס ווערן געמאכט דורך מענטשן וואס זענען טעכנישע גבאי צדקה, נישט די עלטערן פון קינדער... ביי סיי וועלעכע מצב איז דאס שרעקעדיג צו טראכטן, כל שכן ווען מ'רעדט פון יתומים...

@פראקטיש, כל הכבוד!! מעגא!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איינס האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 10:30 am
איך מיין אז עוורידזש קאווערט עס ביטווין 150 - 200 (קערעקט מי איף איים ראנג)

צאלסטו א 80׳סטל פון דיין וועליו צו קאווערן דיין 200.
טא, צאל א 80׳סטל פון 2 מיליאן צו קאווערן 2 מיליאן.

דהיינו ווען דו האסט ווען 10 הייזער וואלסטו געצאלט 25000 אין 20 יאר צו קאווערן 2 מיליאן פון פייער

באט, טראכט אריין טיפער.
ביי פייער אינשורנס באקומסטו א איינמאליגע 200 טויזנט דאלער וואס דו דארפסט נוצן די געלט פאר די שאדנס, דהיינו קויפן אלע זאכן וואס האבן זיך פאברענט.
ביי אינקאם אינשורנס, באקומסטו א קרן וואס ווען דו לייגסט אריין די געלט אין א נארמאלע טראסט באקומסטו יערליך דיין אינקאם. אויב א 2 מיליאן דאלער ברענגט 150 א יאר מיינט אז ביי 20 יאר גייט עס ברענגען מער פון 2 מיליאן.
און ביי פייער אינשורנס קענסטו נישט נעמען די געלט און אריין לייגן אין א פאנד, ווייל דו דארפסט דאך האבן די געלט צו דעקן דיינע שאדנס. (טעקניקלי קענסטו טון מיט די געלט וואס דו ווילסט, אדו ווילסט קויף טשונגאמס... באט דו דארפסט דאך צוריק קויפן אלעס וואס דו האסט פאלוירן, משא״כ לייף אינשורנס לייגט מען אריין די געלט גלייך און באקומסט צוריק דיין אינקאם יערליך)

--

נאך א זייטיגע נקודה, דיין פייער אינשורנס געלט איינמאל דו האסט געענדיגט דיין פלאן און דו האסט נישט געהאט קיין פייער האסטו גארנישט געהאט פון דיין געלט, ווי דו רופסט עס ״געלט אין גארבעדזש״ (וואס די סטעיטמענט איז אויך נישט ריכטיג, אבער שוין...).
ביי א אינקאם-אינשורנס (הנקרא לייף-אינשורנס...) קענסטו נעמען דיין געלט ביים סוף פון די 20 יאר און דאס אריינלייגן אין א האלל לייף פאליסי
איינס, עפעס ביסטו פארפארן מיט א דעטאל... כעדערעס אויסקלארן פריוואט... איך וויל נישט פארפירן די אשכול אויף טעכנישע חלקים!

די אשכול איז בלויז פאר די וואס ווילן קעירן פאר זייער משפחה, זיי ווילן קויפן לייף אינשורענס, דער עולם זאל וויסן אז "א פאלעסי מיינט נישט קיין אינשורענס", מ'דארף האבן גענוג קאווערידזש!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דו רעדסט וועגן די לעצטע שטיקל איבער האללייף? אויב יא נאט געפערליך… סאיז נאר א דרך אגב.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

עפעס א ניק האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 10:42 am
פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 10:06 am
מענדל וועבער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 11:00 pm
House arrest האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 10:52 pm
א מענטש וואס קעיר'ט נישט פאר זיין ווייב אין קינדער אויף נאכן שטארבן האט א אישו אין שלום בית,
נישט קויפן ווייל די עפארדסט עס נישט אי א נארישע תירוץ, פאר זאכן וואס איז וויכטיג שאפט מען געלט.
זאג נאר דו האסט עפשער שוין געקויפט א חלקה און בית החיים ???
האסט שוין באצאלט פון פאראויס די קאסטן וואס די חברה קדישה בעטן ?
וואס טוט זיך מיט אייער פאר די שבעה טעג ? שוין אפגעקאכט ???

ווער גייט דעס אלעס באצאלן ???

און א נארמאלע וועלד טראכט מען נישט אז מארגן גייט מען זיך אפשטארבן !
יעדער האפט אז ווען דער טאג זיינע וועט קומען וועט ער זיין א זיידע און נישט א אונגערמאן !

וויפיל פראצענט מענטשען גייען פון די וועלד און לאזן איבער א שטוב מיט קינדער ???

און אז איינער קויפט נישט לייף אינשארענס מיינט נישט אז ער איז משיגע !

איינער וואס קויפט יא קוקט מיך אויס ווי א איד וואס זארגט זיך מער ווי ער ברויך און עס איז נישטא אזא חיוב

איך מיין די פארשטייסט אז איינער וואס קויפט זונטאג זיין שבת ארדער און גראסרי ווייל עפשער גייט זיין א קריזעס סוף וואך האט אביסל פראבלעמען יא ???
ווען די קויפסט יעצט לייף אינשארענס ווייל וואס וועט זיין מיט דיין אלמנה ?!

המממממ נאר מיין מיינוג ............
שלום עליכם.

איך האב הנאה אז דו שרייבסט דאס וויל איך שפיר ס'איז דא מענטשן וואס טראכטן אזוי און ס'וויכטיג אז די פראגעס ווערן ארויסגעברענגט אז מ'זאל דאס קענען אויסשמועסן.

איך האב געקאנט ערליכע אידן מדור הקדום וואס האבן אוועקגעלייגט געלט פאר די הוצאות הקבורה און אלעס ארום און געלאזט צוואה מ'זאל דייקא דאס נוצן. זיי האבן נישט געספענד פאר זיך א איבעריגע גרייצער בחייהם, געשפארט יעדע פעני, נישט אויסגעהאלטן ווען נאך א סעודות יו"ט אדער א שמחה פאלט אוועק עסן אין מיסט (אדער סתם א נאכטמאל) . אבער ביי שמחות פון די אייניקלעך האבן זיי געטיילט שיין געלט און מתנות, צו די קבורה האבן זיי זיך אוועק געלייגט געלט און ביי די שבעה זענען די גבאי כולל שומרי החומות געקומען פארציילן אז די אידן האבן געקויפט א קרן אז מ'זאל לערנען פאר זיי משניות און זאגן קדיש לאחר פטירתם טראץ וואָס זיי האבן געהאט קינדער, יא מ'האט געטראכט פון דעם מארגנדיגער טאג.

צו עפ"י הלכה מעג מען אבער מ'טאר נישט קויפן לייף אינשורענס אדער חתונה פאליסי זאלט איר פרעגן א מורה הוראה (זאגט אים אז דארפט בהירות צו שמועסן אויף אייוועלט) אדער עפענען א שמועס אין 'ידיעות התורה' פארום.

צום ענין, קיינער זאגט נישט אז איר מוזט, מיר ווייסן אפילו נישט וואס דאס ווארט 'מוז' באדייט.

דא רעדט מען צו מענטשן וואס נאטורליך קערן זיי פאר זייערע קינדער ברוחניות ובגשמיות נאר צוליב וואס דאס ענין שפירט מען נישט די צער בחיים און צוליב וואס ס'געשהט טאקע נישט יעדן טאג (וכן יעזור ה' להלאה) , כאפט מען זיך נישט ווי פאר א נישטיגע פאר דאלאר קען מען אזויפיל צער איינשפארן פאר די אייגענע ווייב אין קינדער.

פאר דער וואס קען זיך נישט מצייר זיין יענעםס צער בכלל אפילו נישט פון די אייגענע ווייב און קינדער, ספעציעל ווייל ער גייט שוין נישטא זיין ביי די צער, צו די ווענד מען זיך נישט, דאס איז אן אנדערע מין סוג בכלל.

דא רעדט מען צו מענטשן וואס אויב זייער דיין האלט אז מען טאר נישט קויפן לייף אינשורענס גייען זיי זיך בייסן די ליפן און נישט קויפן, אבער ס'גייט זיי ביטער שווער אנקומען דאס פאלגן. ס''קען אפילו זיין זיי וועלן צוליב די גרויסע נסיון זאגן אז אויף די זאך פארלאז איך מיך אויף א צווייטן דיין.

פארוואס? ווייל די נאטור פון מענטשן איז צו קערן אויף קינדער און אייניקלעך, אזוי זענען געזונטע מענטשן באשאפן געווארן לטובת הבריאה. רוב מענטשן ווילן אז זייער קינדער זאלן גיין אין גוטע וועגן ווען זיי זענען שוין אלט, ווען זיי קאלכען שוין און אפילו לאחר פטירתם. רוב מענשטן ווילן אז זייער קינדער און אייניקלעך זאלן האבן א גליקלעך רואיג לעבן, רוב מענשטן ווילן בחייהם אז לאחר פטירתם זאָל מען האבן פון זיי גוטע זכרונות, נישט יעדער איז אזוי שטארק ווי דיר וואס דו קענסט דיך איצט גובר זיין ווייל דו ווייסט אז דעמאלטס גייט מען זיי ווי נישט האבן די געפיל. ס'איז לטובת הבריאה אז מ'קערט אויף שפעטער, אזוי זענען רוב געזונטע מענשטן באשאפן געווארן דורך דעם באשעפער אליין.

איצט וויל איך פלעין וויסן ווען ביסט לעצטע מאל געווען אינוואלווד ביי א קרן יתומים קאמפיין, נישט צו די האסט געגעבן צו נישט, נאר צו די ביזט אינוואלווד און מיטגעהאלטן וואס דאס מיינט.

קאמפיין האב איך געזאגט? די קאמפיין איז א קלייניקייט. דו ווייסט וואס ס'טוט זיך לפניו ולאחריו, האסט אן איינוג וואס הארץ עסענישן, די עסקנים, רבנים, נאנטע קרובים און די אלמנה ויתומים דירעקט גייען דורך?

איך האב שוין געהאט די זכיה צוויי מאל צו זיין אינוואלווד אין קרן יתומים'ס, דו האסט אן איינונג וויפיל שעות דאס קאסט? וויפיל מיטינג דאס פארנעמט? וויפיל הארץ עסענישן דאס עסט? וויפיל טרערן פליסט פון די אלמנה און די קינדער? וויפל בושות זיי גייען דורך ווען יעדע באשלוס איבער זייער בודזעט ווערט אויס געשמוסט ביי א וועד וואס דארף זיך ספראווען ציט די גרויסע אחריות מיט הקדש געלט וואס ליגט פאר זייערע אויגן, די עוון פלילי פון טוהן עפעס נישט ריכטיג מיט יתומים געלט, מיט די פאקט אז ס'איז נישט אריינגעקומען וויפיל מ'האט זיך גערישט אבער ביי די חתונה גייט זיין שווער נאכאמאל צו גיין נאך געלט? מיט די זודיגע טרערן פון די אלמנה וואס קרויזט אויס איר קרובי המשפחה וואָס זענען אינואלוולד און רופט אן דירעקט דעם קאלטן אויסגערעכנטן עסקן וואס פרובירט צו האלטן די קאסע אין די ראמען אים מיטצוטיילן איר גורל'דיגע צער, וואס זי איז אלץ דורך אין די תקופה וואס איר בעל נעוריה איז געווען נישט געזונט, וואס זיי גייט דורך זייט ער האט איר איבערגעלאזט מיט א שטוב מיט קינדער, וויאזוי די קינדער זענען טראמעטייזט און צעחושט, וויפיל זי וויינט צוזאם אליין צו די פיר ווענט אז איינער זאל זיך אומקוקן. "פאר קיינעם האב איך נאכנישט געזאגט אבער פאר אייך העלעך זאגן, איר זענט דאך א קלוגער און בעל אחריות, איך שפיר מ'קען אייך טראסטן. מיין 10 יעריגע איז אייביג געווען אזוי און אזוי, זייט מיין מאן איז נישט געזונט געווארן האט עס אים ממש אפעקטירט, נאכן פטירה איז דאס אינגאנצן ארויס פון קאנטראל. מומחים זענען אינוואלווד, חי' לייפליין טוט א געוואלדיגע ארבעט, איך זעה ווי זאכן גייען זיך צוביסלעך סעטלען אבער אינדערצווישן שפיר איך נישט ווי ער איז מיין קינד, ער צו ווארפט מיר נאך אלץ די הויז, ס'אפעקטירט די איבעריגע קינדער, מיר איז די גרינגסטע צו זיין אין לאנדרי און זיך מאכן ווי איך וואש וועש און למעשה וויינען ווי איידער שפילן מאמע בשעת איך קען סיי ווי נישט הענדלן, ס'איז קצתי בחיי.

איך ווייס איר ווילט אוועק לייגן אויף שפעטער און איך פארשטיי דאס אבער איך מוז האבן אפאר עקסטערע דאלאר צו קאנעקטן מיט מיינע קינדער, זיי אריינברענגען ליבלעכקייט און פרייליכקייט, זיי זאלן שפירט עטוואס ווי כאטשיג א מאמע האבן זיי.

איך בעט אייך זאגטס עס נישט נישט איבער ביי די מיטינג ווייל דער אנדערע פון די וועד, זיין ווייב איז געגאנגען מיט מיר אין קלאס, זי איז געווען מיין כמו קאמפעטישן און איך האב איר אייביג געוויזן אז איך בין א שטארקע, אין פאקט ביי די שבעה האט זי פרובירט מיך צו מחזק זיין אבער איך האב נישט ארויסגעוויזן קיין איבעריגע הרגשים ווייל פאר איר מוז איך ווייזן אז איך קען עס הענדלן. איך ווייס אז איר זענט דא פאר מיר און מיין משפחה, מיין פון אויבן וועט זיכער זיין א מליץ יושר, טרעפטס א וועג צו משכנע זיין דעם וועד אז מ'זאל מיך לאזן האבן אפאר עקסטערע דאלאר (שווערע טויזנטער) איבערצוקומען די שוועריקייטן".

בשעת די וועד אין די רב פלאגן זיך צו טרעפן די ריכטיגע באלאנס, דארף מען הערן פון מענטשן וואס האבן געגעבן געלט צום קאמפיין און פרעגן מיט רעכט, נישט פון שלעכטקייט "איך האב נישט טענות און איך פריי מיך אז איינער טוט אבער וואס דארף איך זאגן פאר מיין ווייב אז איך האב געגעבן אזא סכום עצום בשעת דארט איז דא א שיף אן א רודער, איך האב נישט דעס און יענץ, איך נאך די וואך אפגעזאגט אין שטוב ווייסעך וואס אבער דארט הער איך אז די טאכטער איז געפארן אין די מרחקים און דער זוהן פון צען יאר קויפט איין אין גראסערי לייק דער איז "נאו טומארוא". איך פארשטיי די מצב איז פארווייטאגט אבער מ'האט מיך איינגערעדט אז ס'איז א פאראנטווארטליכע טיעם וואס נעמט קער פון יעדע פעני, איך ווילט פשוט וויסן צו איר ווייסט וואס דארט גייט פאר".

פאר איינעם האב איך געענטפערט,"מה דאך ביי דיר אינדערהיים איז שווער צו האלטן די לייצעס פון די בודזשעט, קל וחומר ווען ס'איז א פרעמדע אלמנה וואס איז ענלד און פארווייטאגט און זי דארף הערן פון א פרעמדע מענטש וועלכע סקוטער פאר איר פארוויינטע יתומ''ל איז שוין טו מאטש און וועלכע אייזקרים אדער שווימען-גאגלס איז פון די טייערע מיני, רוב קינדער קויפן די ביליגערע. איך אלץ עסקן האט שוין געספענד שעות על גבי שעות צו שאפו געלט און אויפצושטעלן דעם קרן אבער מיר זוכן נאך איינער וואס זאל וואלנטירן איר צו זאגן פונטליך אז צוליב די באגרעניצט קאסע איז נישט אחריות'דיגע קויפן רעדי אויפגעשניטענע פרוכט, נאכמער איך ווייס אפילו נישט צו זי מוז קויפן א מתנה צו איר נעפיוס בר מצווה, יעדער ווייסט אז זי איז די אלמנה, מ'האט נארוואס צוזאם געשטעלט געלט, ס'איז נאך געבליבן שווער חובות אנגעזאמלט, וועט זי נישט קויפן א מתנה, ביג דיעל. ווילסט איר עס זאגן? דו ווילסט זיין דער דעדיקעיטעט מענטש ממונה צו טאהן וואס א מאן איז אויך נישט אינגאנצן מצליח צי טוהן מיט זיין אייגענע ווייב? "

איצט איז שוין יענער באליידיגט כאילו כ'האב אים אריינגעפליקט, פערצופאל האט ער מיר געגעבן שענער ווי געראכטן צום קאמפיין און נאך משכנע זיין חבר אויך צו געבן שיין, ער איז געקומען מיט א בארעכטיגטע ווייטאג און כ'וואלט עס געדארפט אפשר שענער באהאנדלען.

אבער איך בין פעד אפ.

ווער מיינסטו האט געמאכט ערבים? עסקנים, עשירים און רבנים וואָס זענען דאס דורכגעגאנגען נישט איינמאל און נישט צוויי מאל צו טרעפן א וועג וואס זאל עטוואס לינדערן די שוועריקייטן פון די נותנים, די משפחה, און די עסקנים. ערבים איז א קוגל וואס מ'האט עס אויסגעשטעלט אויף אזוי אופן ס'זאל אביסל שטימען.

אבער ווי וויכי זאגט איז דאס גאר ווייט פון גענוג.

דער אויבערשטער האט געהאלפן אז פאר נארישע פאר דאללער א יאר וואס מאכט נישט קיין גרויסע דענט אינעם בודזשעט קען מען פארגרינגערן פאר די אייגענע בלוט און פלייש אז אויב ח"ו עפעס פאסירט זאל זיין אפאר דאלאר מיט וואס צו ארבעטן, מיט וואס צו שפילן ביז מ'טרעפט א זיווג שני און טאקע דאס קען אסאך מאל אויסמאכן צו מ'האט עפעס געלט ס'זאל נישט פאלן די לאסט אויפן נייעם מאן.

איך בין נייגעריג צו ס'איז דא איין עסקן אדער רב וואס איז געווען אינוואלווד אין קרן יתומים'ס וואס שטעלט א ספק צו צ' מעג קויפן פאליסיס.

און דיין שאלה איז?
😢😢 נאר צו ליינען די ווייטאגליכע מיטמאכענישן עמאצינאל אראפ געשילדערט במוחש דורך @פראקטישמיט זיין קולמוס השכלי ווי געווענדליך.

עס איז נישט דא קיין סאך וואס צו צולייגן צו דברי פראקטיש, נאר איין זאך:
עס איז באקאנט עטליכע סיפורים ווי נשמות זענען אראפגעקומען און זיך מגלה געווען בחזיון ליל צו פארשידענע מענטשן גדולים ופשוטי אן - און געקלאגט אז קיינער קוקט זיך נישט אום אויף די נעבעכיגע אלמנה און יתומים, איך וואונטש ר'מענדל וועבער אריכות ימים ושנים טובות אבער איך גלייב אז נישט פאר יעדע נשמה לאזט מען לאחר פטירתו צוריק קומען און זיך זארגן פאר די אלמנה.....
און ווען מ'רעדט פון מכבדו במותו, עאכו''כ ווען די מ'האט נאך די געלעגענהייט פון מכבדו בחייו, מ'קען פארשאפן א מכובדיגע אויסגעהאלטענע מטה לחם פאר די צובראכענע אלמנה און יתומים וואס אנשטאט צו דארפן זיך רעכענען און פארברענגען שעות ע''ג שעות מיט גבאי צדקה און עסקנים, דא וועט די אלמנה פירן א ווערדשאפט ווי א מכובדיגע באלעבאסטע אויף אלע גוים געזאגט.
----
אינטרעסאנט אז קיינער מערקט נישט אז מענין לענין - דאס איז אויך ביי אלמנים וואס די ווייב וואס האט אריין געברענגט א שיינע פרנסה ל''ע ווען עס מאכט זיך א טראגעדיע און דאס גאנצע משק בית פאלט אויף די אומבאהאלפענע טאטע, א אינשורענס פאליסי קען אויך צוהעלפן אין אזא ביטערע מצב, די טאטע זאל קענען זיך אפגעגעבן מיט די קינדערלעך פראבירן צו אנפילן די גרויסע חלל וואס די מאמע ע''ה האט איבערגעלאזט.....
ביודעי ומכירי קאמינא, די יתומים מאם זענען צומאל אסאך מער צובראכן ווי די יתומים מאב, די צדקה קרן איז געווענליך אביסל שוואכער, די טאטע לעבט דאך... איי דאס הייסט געלעבט?
וואטעווער...... כ'האב נאר געוואלט ארויף ברענגען די פוינט.
--------
(אני הק' איז אינשארד הן על נפשי והן על נפשות בעלי די אויבערשטער זאל העלפן איך זאל דאס קיינמאל דארפן נוצן.)
דאס איז גראדע א סטארי פאר זיך וואס מ'דארף יא רעדן...

אינשורענס אויף די ווייב, ווען די ווייב איז די פרנסה ברענגער, איז דאך אפגערעדט אז זי דארף פול קאווערידזש... אבער ווען די מאמע איז "בלויז" א מאמע, זענען דא מענטשן וואס כאפן נישט...

כאב שוין אמאל געשריבן וואס כאב געהערט פון הרב ראטענבערג פון אור חדש... ער האט אראפגעלייגט וויזוי ס'קוקט אויס א הויז וואס די מאמע איז אוועק ל"ע, און יאפ! די טאטע האט געברענגט פרנסה ווייטער, געקאווערט די רענט און בעיסיקס... רח"ל וויזוי די הויז האט אויסגעקוקט, און טראץ די קרן יתומים קאמפיין וואס מ'האט געהאט עפעס צאמגעשטעלט, האט מען געדארפט אויף יעדע זאך אן אפראוול פון די וועד, סיז אויסגעקומען אז צוליב די שווערע דעסיזשן מעקינג פראסעס האט יעדע זאך געקאסט דאפעלט און מאט נישט געהאט די ריכטיגע זאך וואס מ'האט געדארפט...

א קורצע צייט צוריק רופט מיך אן א נאנטער ידיד, זיין ווייב דארף ליגן אין שפיטאל פאר עטליכע חדשים, ער וויל כ'זאל אים העלפן שאפן א פרוי וואס זאל קומען קאכן אינדערהיים...

א קורצע זוכעניש האט מיר געברענגט שטוינענדע רעזולטאטן, די ביליגסטע וואס כאב געקענט טרעפן אז א פרוי זאל קומען קאכן סאפער, איז געווען 1100 דאללער א וואך! דאס איז נישט געווען פאר קיין שום אנדערע זאך, נישט בעביסיטן, אויסרישן די קינדער וכד... זי גייט אין בוטשער, זי קויפט אויף דיין אקאונט פלייש און צוגעהערן, און זי קאכט יעדן טאג פריש לויט דיין באגער, דעטץ איט!

כאב דעמאלטס געקאלט אור חדש פרעגן צו זיי קענען מיר העלפן טרעפן איינעם פאר ביליגער, זיי האבן נאר געוואלט וויסן וואו כאב געטראפן אזוי ביליג... (יא, קויפן אין רעסטוראנט איז שוין געווען ביליגער...) כאב דעמאלטס גערעדט מיט א קעיס ווארקער, און זי האט מיר געזאגט אז סיז זייער שווער צו טרעפן א מענטש דערפאר, אבער אין די געגענט פון 2 ביז 2 א האלב טויזענט קעמען געווענליך טרעפן א פרוי וואס זאל קאכן, וואשן וועש, באדן קינדער, אנטוהן... אהערשטעלן די הויז...

כאב דעמאלטס געריעלייזד אז סיז שוין אדורך א יאר - אינפלעישן איז שוין ארויף - פון ווען הרב ראטענבערג האט געשריגן פאר אונז אז ווען א פרוי איז ליידער נישט דא דארף מען האבן 3,000 דאללער א וואך! צווישן א פרוי קעירצונעמען פון די שטוב און טעראפי פאר די קינדער וכו'... כא'מורא אז סיז שוין נישט גענוג...

עכ"פ דאס איז זיכער אז די איינרעדעניש אז אויף א פרוי דארף מען נישט קיין אינשורענס ווייל די מאן ארבייט, איז זיכער ראנג!! פיין דארף מען, און מ'דארף אסאך!

וויפיל? דא זאל יעדער מאכן זיין אייגענע קאלקולעישן, אויב חלילה עפעס געשעהט מיט זיין ווייב, וויפיל געלט וויל ער האבן יערליך...

יעצט מאך די חשבון וויפיל אינשורענס דו דארפסט האבן צו קענען ברענגען יענע אמאונט...

שכח פארן אויפברענגן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זיך פארלוירען האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 11:25 am
איך האב ערבים אין מיליון טירם,
א דאנק דע אשכול גיי איך מאכען אן אפוינטמענט ביי מיין עיזשנט צו דיסקאסען פאר מער.

דרך אגב, אזוי ווי מען דארף האבען דע ערווערנס אויף נאכן טויט, דארף מען אויך מאכען א קאמפיין מען זאל גיין צו באדזשטען ווען מען לעבט און איז יונג, און אוועקלייגען פאר פיוטשער
אז נישט איז 150K א יאר אויך נישט גענוג היינט, און מען קען האבען (און מען האט) לעבעדיגע יתומים און אלמנות וואס האבען נישט קיין טאטע וויל ער איז אנגעצויגען דיפרעסט און צוזעצט און נאר פארנומען דרייען וויפיל מען קען נאך...... און אינדערהיים איז נישטא ווער זאל זארגען פאר זיי.
איי פולי עגרי, בודזשעטינג איז א באזונדערע נושא וואס דארף אדרעסירט ווערן...

שכח פאר די חיזוק! אז מ'זעהט אז די אווערנעסס טוט אוי, גיבט עס מוט אנצוגיין ווייטער!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אפשר פארקערט האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 11:52 am
@וויכטיג מאכער

איך וויל מיך נאר באציען צו די נושא פון וויפול קאוורעדש מען דארף האבען,

איז טאקע דא חיוב אויפן מאן ציצושטעלן פארן ווייב לאחר מאה ועשרים מער ווי וואס ער שטעלט צי יעצט, וואס האט דאס מיט וויפול קינדער ער האט, אויב פארדינט ער יעצט 80,000 דאלער א יאר וואס עפעס דארף זיין ווייב באקימען 150,000 א יאר.

נאך א זאך פארוואס זאל מען נישט אריין נעמען אין חשבון אלע זיינע אינוועסמענטס, למשל אויב האט איינער א פראפערטי וואס ער קען יעצט ארויס נעמען אפאר הינדערט טויזענט דאלער, לייג עס צי צום חשבון.

נאכאמאל איך בין נישט דא צי קריטאקירן אבער לויט דיין חשבון דארף איך האבען אזא 8 מיליאן דאלער קאוורעדש אין איך מיין אז מיין 1,500,000 איז יא געניג.
דיין פראגע איז לעדזשיד, אבער די נאמבערס שטומען נישט...

דו פרעגסט צו ער דארף איבערלאזן 150,000 אויב ער פארדינט יעצט 80... ניין! ער דארף איבערלאזן וויפיל ער וויל! איך וואלט געזאגט אז ער וויל די שטוב זאל אנגיין אזויווי יעצט, דהייני 80 טויזענט... אויב לעבט ער אויף 150 און ער פארדינט 80 זאלער שוין קאלן קרן עזר...

בנוגע אינוועסטמענטס... דאס איז א נושא פאר זיך, א מענטש וואס האט אינוועסטמענטס דארף מען רעכענען אויב די אינוועסטמענט ברענגט היינט געלט, אויב ער מענידזשד עס אליינס, וויפיל וואלט געקאסט צו הייערן א מענידזשמענט... גייט די באנק ריקאלן די מארטגעדזש אויב איז ער נישט דא? וכו וכו... דאס איז אזויפיהל דעטאלן, יא, אלעס ווערט אדרעסירט אויף א פערסענאל לעוול ווען ס'קומט דערצו...

אויב דיין חשבון איז אז דו דארפסט 8 מיליאון דאללער, דהייני דיין לעבן קאסט דיר 400,000 דאללער א יאר, און דו האסט נאר 1,500,000 וואלטעך געוואלט האבן מיט דיר א פערסענאל קאנווערסעישן... מעגליך אז דיינע אינוועסטמענטס קענען דיך העלפן, און מעגליך אז דו ביסט שטארק אנדעראינשורד...

אין דזשענעראל קאסט נישט די לעבן פאר רוב אינגעלייט 400,000 דאללער, און רוב אינגעלייט היינט האבן נישט קיין אינוועסטמענט וואס ברענגט היינט געלט...

אויב איינער וויל דיסקאססן זיין ספעסיפיק קעיס, ביטע אין אישי אדער אויף אימעיל...

[email protected]
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אפשר פארקערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 12:43 pm

איך כאפ נישט פינקטליך וואס די ווילסט מיט קרן עזר, די האלטסט טאקע אז די עוורעדש פארדינער דא אויף אייוועלט פארדינט 150,000 דאלער א יאר? איי ווי אזוי לעבט ער מיט 80,000 דאלער א יאר? קאל אן קרן עזר און פרעג זיי,

די פוינט איז פארוואס זאל ער דארפן צושטעלן פאר זיין ווייב די נאמבער וואס די האלטסט אז ער וואלט געדארפט פארדינען, למעשה פארדינט ער נאר 80,000 א יאר, פארוואס קומט זיך איהר מער, פארשטייט זיך אז מען רעדט פון א געווענליכער פארדינער וואס האט נישט קיין איבריגע געלט, ער וועט נאר ספענדען פאר אינשארענס וואס סאיז א מיז,

לגבי 8 מיליאן האב איך גערעכנט לויט וואס די האסט צוגעלייגט אז מען דארף רעכענען אז אפשר לאחר מאה ועשרים גייט זיין די רעיט נאר 3%

לגבי אינוועסטמענט האבעך ארויס געשריבן אז ער קען עס יעצט פארקויפן מיט פראפעט, און איך וויל רעכענען די פראפיט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך האב נישט געשריבן אז ער דארף צושטעלן מער ווי ער פארדינט יעצט... כאב געשריבן אז ער דארף צושטעלן וויפיל די לעבן קאסט אים יעצט! אויב קומט ער זיך יעצט נישט אויס האט ער א פראבלעם און ער זאל זעהן צו ארבייטן דערויף, און האלטן די אויגן אפן וויסענדיג אז די רגע וואס ער קומט זיך יא אויס זאל ער קויפן אזויפיהל אינשורענס! אין ערגעץ האב איך נישט געהייסן א מענטש וואס לעבט אויף 80,000 דאללער א יאר, קויפן אינשורענס פאר 150,000 דאללער א יאר...

איין זאך וואס כאב יא געשריבן, אז עטוואס מער גייט מען דארפן, פשוט אז סינישטא קיין טאטע קומט צו פרישע עקספענסעס מיט טעראפי וכו'...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

צ''ק באותו ענין, איך האב א קליינע שאלה ,איך האב אויף מיר קאווערעדזש טאקע פאר די חשבון ווס וויכי זאגט, פאר איך האב געמאכט א פאלעסי האב איך געפרעגט דעת תורה אין מהאט מיר גאזאגט אז די הוראה פון אונזערע צדיקים איז געווען צו מאכן ,כמובא לעיל מהרה''ק משינעווע, אבער ווען מיין עידזשנט האט מיר געזאגט צו מאכן אויף מיין ווייב אויכט האט מיר מיין טאטע געזאגט אז אויף זיך (די פרנסה ברענגער) האבן די צדיקים געזאגט, אבער צו מאכן אויף מיין ווייב ווייל די הוצאות גייען זיין מער קען זיין איז א חסרון אין בטחון, די אאייבישטער שיקט וויפול פרנסה מדארף, און כך עשיתי ביז היינט האב נאר איך קאווערעזש ,
וויל איך וויסן צו איינער ווייסט עפעס הוראות אויף דעים?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לגבי 8 מיליאון אויף 3 פראצענט, אויב האסטו אויסגערעכנט אז דיין לעבן קאסט 240 א יאר און דו האסט 1.5 מיליאון, ווילעך נאכאלץ האבן א קאנווערסעישן מיט דיר...

בנוגע אינוועסטמענט, עבסעלוטלי אז אויב ס'איז פראפעטיבל יעצט אדער ס'קען גרינג ווערן פארקויפט פאר א פראפיט אז דו קענסט עס רעכענען...

ווי געזאגט, יעדע קעיס דארף א באזונדערע אפהאנדלונג... נישט נעמען קיין אינשורענס עדווייס אויף א פובליק פארום... קוק מיין דיסקלעימער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

טראכט און חלוםט האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 1:24 pm
צ''ק באותו ענין, איך האב א קליינע שאלה ,איך האב אויף מיר קאווערעדזש טאקע פאר די חשבון ווס וויכי זאגט, פאר איך האב געמאכט א פאלעסי האב איך געפרעגט דעת תורה אין מהאט מיר גאזאגט אז די הוראה פון אונזערע צדיקים איז געווען צו מאכן ,כמובא לעיל מהרה''ק משינעווע, אבער ווען מיין עידזשנט האט מיר געזאגט צו מאכן אויף מיין ווייב אויכט האט מיר מיין טאטע געזאגט אז אויף זיך (די פרנסה ברענגער) האבן די צדיקים געזאגט, אבער צו מאכן אויף מיין ווייב ווייל די הוצאות גייען זיין מער קען זיין איז א חסרון אין בטחון, די אאייבישטער שיקט וויפול פרנסה מדארף, און כך עשיתי ביז היינט האב נאר איך קאווערעזש ,
וויל איך וויסן צו איינער ווייסט עפעס הוראות אויף דעים?
השקפה העלעך לאזן אנדערע ענטפערן, איך רעד צו די וואס האלטן שוין נאכדעם, זיי האבן אפגעמאכט אז זיי ווילן קעיר נעמען...

איין זאך, סיז דא א טשענס אז ווען דו זאלסט וויסן די פרייז וואס ס'קאסט וואלסטו נישט געפרעגט אפילו... א פרוי איז ביליגער ווי א מאן... א געזונטע פרוי קען האבן פאר 30 40 דאללער א חודש א מיליאון דאללער אינשורענס לאקד פאר 20 יאר...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אפשר פארקערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 1:22 pm
איך האב נישט געשריבן אז ער דארף צושטעלן מער ווי ער פארדינט יעצט... כאב געשריבן אז ער דארף צושטעלן וויפיל די לעבן קאסט אים יעצט! אויב קומט ער זיך יעצט נישט אויס האט ער א פראבלעם און ער זאל זעהן צו ארבייטן דערויף, און האלטן די אויגן אפן וויסענדיג אז די רגע וואס ער קומט זיך יא אויס זאל ער קויפן אזויפיהל אינשורענס! אין ערגעץ האב איך נישט געהייסן א מענטש וואס לעבט אויף 80,000 דאללער א יאר, קויפן אינשורענס פאר 150,000 דאללער א יאר...

איין זאך וואס כאב יא געשריבן, אז עטוואס מער גייט מען דארפן, פשוט אז סינישטא קיין טאטע קומט צו פרישע עקספענסעס מיט טעראפי וכו'...
סארי איך האב געמיינט אז מיט דיין נאמער 150,000 דאלער א יאר רעדסטו צום עווערעדש יונגערמאן דא אויף אייוועלט, און ווי די שרייבסט א גאנצע צייט אז מען זאל קוקן וויפול סקאסט דאס לעבן, און די שרייבסט נישט אז מען זאל קודם קוקן וויפול מען פארדינט.
יעצט אז די האסט קלאר געמאכט אז די רעדסט צו די מער בעל בתישע עולם, און די מיינסט ציזאגען אז אפי' מען פארדינט מער ווי וויפול סקאסט, דארף מען נאר האבען וויפול סקאסט, איז מיר אלעס שוין קלאר.
אשאד נאר אז די שרייבסט דאס נישט קלאר ארויס.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כ'מיין אז איך בין געווען קלאר אז יעדער זאל קוקן אויף וויפיל ס'קאסט אים... און אויב נישט זאגעכעס יעצט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 10:06 am

איך בין נייגעריג צו ס'איז דא איין עסקן אדער רב וואס איז געווען אינוואלווד אין קרן יתומים'ס וואס שטעלט א ספק צו צ' מעג קויפן פאליסיס.
וויזשניצע רבי האט געהאלטן אז ס'איז א חיסרון אין אמונה.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 1:28 pm
טראכט און חלוםט האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 1:24 pm
צ''ק באותו ענין, איך האב א קליינע שאלה ,איך האב אויף מיר קאווערעדזש טאקע פאר די חשבון ווס וויכי זאגט, פאר איך האב געמאכט א פאלעסי האב איך געפרעגט דעת תורה אין מהאט מיר גאזאגט אז די הוראה פון אונזערע צדיקים איז געווען צו מאכן ,כמובא לעיל מהרה''ק משינעווע, אבער ווען מיין עידזשנט האט מיר געזאגט צו מאכן אויף מיין ווייב אויכט האט מיר מיין טאטע געזאגט אז אויף זיך (די פרנסה ברענגער) האבן די צדיקים געזאגט, אבער צו מאכן אויף מיין ווייב ווייל די הוצאות גייען זיין מער קען זיין איז א חסרון אין בטחון, די אאייבישטער שיקט וויפול פרנסה מדארף, און כך עשיתי ביז היינט האב נאר איך קאווערעזש ,
וויל איך וויסן צו איינער ווייסט עפעס הוראות אויף דעים?
השקפה העלעך לאזן אנדערע ענטפערן, איך רעד צו די וואס האלטן שוין נאכדעם, זיי האבן אפגעמאכט אז זיי ווילן קעיר נעמען...

איין זאך, סיז דא א טשענס אז ווען דו זאלסט וויסן די פרייז וואס ס'קאסט וואלסטו נישט געפרעגט אפילו... א פרוי איז ביליגער ווי א מאן... א געזונטע פרוי קען האבן פאר 30 40 דאללער א חודש א מיליאון דאללער אינשורענס לאקד פאר 20 יאר...
אויב איז עס א חסרון באמונה טאר מען עס נישט טוהן נישט קיין נפק"מ ווי ביליג ס'איז
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אויף די מאן מעג מען יא?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בקיצור... די אלע וואס האבן געוואלט פארדרייען די אשכול צו אינשורענס איז א מאסט צו נישט, קאנגראטולעישענס... סיז ענק געלונגן...

איך גיי יעצט טרייען צוריקצושלעפן די אשכול צום סובדזשעקט...

ווען א מענטש פארשטייט שוין אז ער וויל נישט לאזן זיינע קינדער אויף הפקר, ער וויל יא קויפן אינשורענס, איז וויכטיג צו וויסן אז מיטן קויפן א פאלעסי מיינט נאכניש אז מ'האט אינשורענס, אסאך מענטשן צאלן 10 - 20 טויזענט דאללאר א יאר פאר אינשורענס, אבער האבן נישט גענוג!

איז מיין פוינט נאכאמאל, סיז וויכטיג צו וויסן וויפיל דארף איך האבן, וויפיל קאסט מיר די לעבן א יאר, און לויט דעם קויפן אינשורענס...

hoipt1
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

תגובה דורך hoipt1 »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 2:50 pm

אפשר קען מען ארויפלייגן א טשארט אזוי ווי ביי די כפרות דהיינו א משפחה פון 3 (דהיינו 1 קינד) דארף 1.5 מיליאן א משפחה פון 4 (דהיינו 2 קינדער) דארף 2 מיליאן אא"וו
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך קען לייגן וועלעכע טשארט דו ווילסט, אבער וואס האט מען פון טשארטס? איז דען יעדע משפחה מיט 5 קינדער די זעלבע? יעדע הויז האצעך זיין לייפסטייל... ס'האט נישט מיט די קינדער אמאונט, ס' האט מיט וויפיל מ'פארדינט און מ'ספענדט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
hoipt1
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 3:17 pm
איך קען לייגן וועלעכע טשארט דו ווילסט, אבער וואס האט מען פון טשארטס? איז דען יעדע משפחה מיט 5 קינדער די זעלבע? יעדע הויז האצעך זיין לייפסטייל... ס'האט נישט מיט די קינדער אמאונט, ס' האט מיט וויפיל מ'פארדינט און מ'ספענדט...
גאט איט
אבער אינזער קאמיונטי האט ממש נישט קיין עווריזש לייף סטייל יעדער לעבט אויף א אנדערע בוזשעט?
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”