שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עס קען נישט זיין
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 4:08 am

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס קען נישט זיין »

שארן בארן האט געשריבן: מוצ"ש מאי 27, 2023 11:47 pm
א שטיבל זייער צום זאך געוועזן די שבועות ב''ה.

פון דעם מלאך, ר' שמעון'ס טעיסט, די ווערטעלאך פון דעם שטערן זעער, ביז די פארענטשעס די באטע מיט די גראמערלאך, ווי שטענדיג ברענגט עס אן אמת'ע עונג שבת ויו''ט, (און ווי שטענדיג לאז איך אויס דווקא עטליכע אז די אנדערע זאלן זיך נישט פילן געטראפן) אלעס אלעס איז לייכט געשמאק און תוכנ'פול.

מענין לענין די וואך האב איך דווקא עס געליינט צום לעצט הגם עס איז אייביג די ערשטע וויסנדיג אז אויב נישט גיי איך נישט האבן עפעס נארמאל צו לעזן שבת נאכן טשולענט, האט מען זיך איינגעהאלטן און באקומען די קאמפלימענט ערשט אפאר שעות צוריק. איך האב הנאה געהאט צו הערן אז די בעל תשובה איז שוין א כשר'ע יוד און ר' לייביש טוט זיך נישט סתם אזוי נארן פון א גוישע שאקל, איך ערווארט אן אינטעריוויא בקרוב מיט ר' צבי.

די שטיבאלאך איז די וואך געווען אימבאשרייבליך, איך גיי נישט מקבל זיין קיין שום תירוצים די קאלום זאל בעסער צוריק זיין אזוי שנעל ווי מלאך איז צוריק געקומען... סארא מעשה איז דאס מען געבט א סקיפ א וואך, אויף וועמענס חשבון?

די שיעורים אין אלע געגנטער איז געווען א היט, מען האט גענימען די בעסטע שרייבער וואס די היימישע גאס פארמאגט און זיי אראפגעלאזט ביי די באקאנסטע שיעורים אין יעדע שטאט, געווען זייער דערהויבן און געשמאק צו לעזן.

מענדי אונגאר האט געכאפט א שפאציר אין די פארעם, וואס האט פערצופאל קיען אבער גערעדט האט ער פון טשיקנס אין סאמע יו''ט שבועות, אבער געווען אן עונג יו''ט מיטצושפאצירן.

די נייע ארטיקל פון משה מילשטיין גייט מען נישט דזשאדזשן גלייך לאמיר עס געבן א וואך צוויי, עס מאכט אבער א גוטע איינדרוק.

יענעמס שיך שמעקט פיין... איך בין נייגעריג ווער די שרייבער איז, ר' לייביש שרייבט אז ער האט צענדליגע אזעלכע איז דאס אויך ער אדער איינער פון א''י, איך בין אביסל צעמישט.

די איבערגעמאכטע קאווע צימער, אינטרעסאנט וואס האט אויסגעפעלט די טויש, עס איז געווען פיין ביז יעצט אויך, קודם אברמי וויזויהייסטענאר (דער טוישט דאכצעך סייווי זיין לעצטע נאמען יעדע וואך א האלב...) האט געהאט א פעידזש ביי די מהפכה און איך האב גארנישט געוויסט, זייער שיין פון אייך, אלץ א שטענדיגע ליינער וואלט איך גערן געגעבן פאר דיין פעידזש אויב באקום איך די לינק. און ניין עס איז קיינמאל צו שפעט...

הרב יאזשעף מיט זיין נייע פראיעקט במקום די בא'טעמ'טערע קאווע צימער, די דורשין לשבח האב איך שטארק הנאה געהאט, דערצו אנהייבנדיג מיט א לחיים פאר א נייע וואכן שריפט ארטיקל, אז די לייקסט עס איז עס מנהסתם א שטארקע זאך.

יעצט קומט דער אבער... נע, לאמיר גיין די קליגערע וועג, איך האב זייער הנאה פון די דורשין לשבח, און ווען עס ענדיגט זיך נישט מיט א דורשין לגנאי וואלט עס געווען א שלימות...

טייערע היימישע שרייבער שרייבטס נאר פאזעטיוו גייט אונז גוט זיין, איך בעט ענק, וואס אין די טשיז קעיק ברויך איך א דיסלייק קאלום יעדע וואך נאכן טשולענט? פארוואס קלערט איר האט אייוועלט נישט קיין דיסלייק קנעפל? שטיבל דארף נישט זיין קליגער.

איך וואלט געמאכט א דורשין לשבח פאר א יחיד און דערנאך פארן רבים, און גראדע האט הרב יאזשעף מיר מורה'דיג צענימען מיט ווי פאזעטיוו ער האט אראפגעלייגט די מצב הרוחני די פילע בתי מדרשים היינטיגע צייטן, אין די ס''ה קאלום, אז די קענסט גיין פאזעטיוו די עולם האט ליב פאזעטיוו וואס פעלט אויס אריינצוגיין אין אזעלכע האקעלע הלכות לשון הרע שאלות?

עכ''פ מיין פיצי דעה...

די גראפיקס איז געווען א שלימות וואס איך האב נישט געזעהן ביז אהער אין די שטיבל.

א גוטע וואך...
זייער א שיינע אנעליז, אבער מיט דער נקודה פון דער נייע דורשין לשבח און לגנאי בין איך טאטעלי מחולק, איך האלט עס איז גאר א גוטע איידיע און ווילאנג עס גייט נישט אריין אין לשון הרע אדער דברים אסירים אדרבה א גוטע געדאנק, זייער קריעטיוו, איך קען קוים ווארטן פאר דער קומעדיגע וואך, דער קאלום האט א גוטן פיאטשער…
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

דאס אז שטיבאלאך איז פארפעלט געווארן די וואך איז א פשע בל יכופר און סהאט באלד געקאסט מיין סובסקריפשאן.

#נעווער עגעין
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
קאפיטאן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 4:16 pm

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפיטאן »

Borrower האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 3:09 pm
קאפיטאן האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 2:07 pm
.
די עצם ארטיקל אדער געוויסע אויסדרוקן ?
די וועג וויאזוי ס’איז געשריבן געווארן
אוועטאר
מחניים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2023 12:55 am

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחניים »

מתמודד האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 3:57 pm
דאס אז שטיבאלאך איז פארפעלט געווארן די וואך איז א פשע בל יכופר און סהאט באלד געקאסט מיין סובסקריפשאן.

#נעווער עגעין
אויב דיין סובסקריבשאן פליט אזוי שנעל, דארף מען בודק זיין ווער די ביסט.
מעגליך די שרייבער האט סך הכל געכאפט א פארקילאכץ פון א מזרח ווינטל, און אויף קומענדיגע וואך איז ער צוריק דא, מיט א דריטע זייט אויך...

די אליין שרייבסטוך "דאס אז שטיבאלאך איז פארפעלט געווארן די וואך", וואס די געיעג?
אסאך קליינע מענטשן האבן מורא פון די נאכט. אסאך גרויסע מענטשן האבן מורא פון די טאג.
-מעלות
אוועטאר
דזשעק ענד דזשיל
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2022 2:15 am

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעק ענד דזשיל »

מחניים האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 8:14 pm

האסט נישט גוט פארשטאנען..

ער זאגט אז ס'האט ''געקאסט א סובסקריפשען'', מייננדיג צו זאגן אז דוקא פון היינט אן ווערט ער א סובסקרייבער וואס וועט אים קאסטן אסאך געלט...
אמת ויציב...

:lol: :lol: :lol:
דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 8:31 pm

טבי עבדו
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 9:45 pm

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טבי עבדו »

קאפיטאן האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 2:07 pm
'שטיבל' איז זייער א שיינע אויסגאבע, איך בין סובסקרייבט עס צו באקומען צום טיר, און עס ברענגט מיר אן עונג שבת וואך איין וואך אויס. עס קומט זיי א טוץ קאמפלימענטן.

אבער אלץ איינער וואס האט א ספעציעלע קינד וואס איז דיאגנאזירט מיט דאון-סינדראם, וויל איך ארויסברענגען אז די אויסטערלישע מאס דיס-רעספעקט און געפערליך-גרויליגע וועג פון שרייבן איבער די סארט קינדער, ביים 'שמחה'לע' ארטיקל דעם יו"ט, איז לדעתי אן עוולה שאין כדוגמתה, וואס האט געשטאכן מיך מיט מיין משפחה ווי מיט אייזערנע נאגל, און פשוט צושטערט מיין יום-טוב.

דאס אז א שרייבער איז יונג און אומוויסנד איז נישט קיין תירוץ. איך האף אז דער מגיה איז יא מער ערוואקסן, און עס וואלט נישט געמעגט אדורכגעלאזט ווערן. מיין ב"ב זאגט מיר אז אויף א גרופע פון מאמעס וואס האבן אזעלכע קינדער, האט זיך דערקענט די גרויס צער וואס די ארטיקל האט געברענגט (יא, כ'ווייס אז ס'האט געזאלט ברענגען חיזוק... כ'האב עס געליינט).

איך בין דן לכף זכות אז עס איז געקומען פון טפשות אנשטאט פון רשעות. ביטע זייט געווארנט מיט וואס איר שרייבט (אויב ווילט איר בלייבן פרעסטידזשפול און פראפעסיאנאל פארשטייט זיך, א זאך וואס איר האט לעצטנס באוויזן נאך שווערע ארבעט), און טראכטן בעפארן שיסן ארטיקלען.

אנטשולדיגט פאר די אויסברוך, אבער אז ס'טוט וויי שרייט מען. הצלחה.
וועל איך קיינמאל בס"ד דיך נישט פארשטיין, אבער די שרייבער פארשטיי איך יא.
דאס איז די וועג וויאזוי זיין משפחה שטעלט אים פאר. סיי אין די ארטיקל, סיי טאקע ביי זיין הכנסת ספר תורה, סיי די ווידיאוס וואס זיי האבן פרעזנטירט דערנאך.
און דאס טאקע זע איך, האט זיי געשטיפט צו ברענגן דעם ארטיקל, א משפחה וועלכע רעדט און שרייבט ברייט.
איך זיך נישט איינער וואס קען צונעמען א נושא, איך זיך איינער וואס קען עס צוזאמשטעלן.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

נאכנישט אנגעיאגט אדורכצוליינען דעם גאנצן שטיבל, כ'ווייס נישט וואס די הו"א איז געווען.. ווען איז דען שוין דא יו"ט צייט צום ליינען?... אבער אויף וויפיל יא:
ר' אשר'ס שיעור אזוי מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט דורך ר' הערשל הירש!
ר' אשר'ס מהלך הלימוד, די אטמאספערע ביים שיעור, די קולטור צווישן די 'ר' אשר בחורים', וכו' וכו' אלעס אזוי מייסטערהאפטיג אראפגעמאלן! איך האב ממש געהערט זיין צארטע איידעלע שטימע "ממילא קען מען דאך זאגן לויט די רשב"א...", "דער שווער האט געהאט א גאנג דערין...", "איז פון דער ריטב"א קומט ארויס א מורא'דיגער נייעס..." אגב, דאס האט ער פארגעסן צו דערמאנען, די 'נייעס' זיינע וואס באשטייט פון חידושים וואס קומען ארויס פונעם מהלך וואס האט ליכטיג געמאכט דער סוגיא.

שמחלה, וויפיל איך קען זאגן איז עס געווען גאר א שטארקע ארבעט!!! ב"ה איך קען קיין צד נישט נעמען אין די דעבאטעס צוישן די באטראפענע, כן יעזור ה' הלאה, אבער איך קען פארשטיין ביידע זייטן. אין מעלות מיט יארן צוריק איז געווען א שמועס איבער דעם נושא עטליכע חדשים אהין און צוריק, געדענק איך ווי עס איז ארויסגעקומען אז יעדער באטראפענער איז סענסעטיוו צו אן אנדערע נקודה, אינדערצייט וואס איינער וועט רופן זיין ספעציעלן קינד 'מיין דאוני' בלשון חיבה, וועט פאר א צווייטן גליען די ווערטער מיט פיירעדיגע שפיזן. אלזא, ס'וואלט געווען גאר שווער צו גיין צווישן די טראפן אין קיינעם נישט באדערן. אזוי מיין איך, אלץ דרויסנדיגער ב"ה.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

מענדי אונגער אויפן פארעם איז געווען גאר זיס, אבער פעסט צעפארן, עס האבן געפעלט הסברים, און שוין אפגערעדט פון די פילע טעותים וואס האבן זיך ארייננגעכאפט, אזש עס שיינט נישט צו האבן דורכגעגאנגען קיין קארעגירער בכלל.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

744B32A4-D06E-4402-8162-C7FF8C6A7729.jpeg
744B32A4-D06E-4402-8162-C7FF8C6A7729.jpeg (242.77 KiB) געזען 7832 מאל
אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע: אין בעקעריי

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

וואס איז די שייכות פון זכרי' פעקער מיט ציגערעטל טערעפיסט???
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
מאנסי יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 3:58 pm

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי יוד »

וואס איז דאס בלוט אויספריץ? טעראר אטאקע?
אוועטאר
זקן ורגיל
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 6:44 pm

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זקן ורגיל »

זויער טייג האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 5:17 pm
וואס איז די שייכות פון זכרי' פעקער מיט ציגערעטל טערעפיסט???
דאס איז זיין פרנסה.
לבי במזרח
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

קאדוס

די ערשטע מאל איך טרעף נישט די אויסגאבע שוין דארנערשטאג נאכט אין גראסערי, אלע אנדערע זענען נאך געווען...

געברויכט גיין צו א צווייטע זיי האבן עס יא געהאט.
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

טאמבס אפ פארן קאר גניבות ארטיקל. געשמאקע שפראך, גוט באלאנסירט - נישט צו לאנג און נישט צו קורץ, גוטע ריסערטש, שטארק צום זאך.

ווי וואנט מאור!
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

שארן בארן האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 2:18 pm
קאדוס

די ערשטע מאל איך טרעף נישט די אויסגאבע שוין דארנערשטאג נאכט אין גראסערי, אלע אנדערע זענען נאך געווען...

געברויכט גיין צו א צווייטע זיי האבן עס יא געהאט.
ס'מוז נישט גארנישט מיינען ווענט זיך וויפיל מ'לייגט אראפ אין געשעפט.
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

שטויס דיין האבי אדער בלייב מיט דיין האבי?
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
דזשעק ענד דזשיל
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2022 2:15 am

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעק ענד דזשיל »

בדרך אפשר האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 12:47 am
שטויס דיין האבי אדער בלייב מיט דיין האבי?
אויך באמערקט...

די ווארט האבי איז גראדע נישט די ריכטיגע...ער טייטשט עס איבער פון ''העביט'' וואס מיינט לכאורה ''געוואוינהייט''...זוי מיינעך..
אמת ויציב...
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

די שטיבל פון די וואך אין איין ווארט.

שטיבאלאך

איך בין מוחה מיט הויכע קולות עס מאכט נישט קיין פינטל סענס צו שניידן פינקט די ארטיקל.

די איבריגע גייט אפשר נאכקומען מארגן, א גוטע וואך.
אוועטאר
עס קען נישט זיין
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 4:08 am

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס קען נישט זיין »

טעמטי האט געשריבן: מוצ"ש יוני 03, 2023 11:36 pm
טאמבס אפ פארן קאר גניבות ארטיקל. געשמאקע שפראך, גוט באלאנסירט - נישט צו לאנג און נישט צו קורץ, גוטע ריסערטש, שטארק צום זאך.

ווי וואנט מאור!
געמאכט א סאליד ארבעט, איז דאס א נייע שרייבער?
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

אוקעי

לאמיר אנהויבן גאנץ פון אנהויב די וואך איז נישט געווען קיין אינהאלט, אזוי ווי די הערסט א פילע אויסגאבע אן קיין פינטל אינהאלט... אין די פארצימער איז גראדע יא געווען א בילד פון די אינהאלט פון צוויי וואכן צוריק. אבער די וואך דארף מען פאסטן, אדער אליינס דורכבלעטערן די גאנצע מעשה צו וויסן וואס איז דא.

די חשובע אורח שרייבט (יע יע מיט אן ע'...) אז מען קען מיט אים שוקן פעקלעך מיט קאמפלימענטן פאר די חשובע שרייבער ער שוקט אלעס נאך, ער האט אבער פארגעסן צו לייגן א פיקטשער פון זיין געהערטע פראזענדליכקייט אדער כאטש א נומבער אדער אדרעס ווי מען קען אים טרעפן. אפשר נעקסטע וואך קומט עס נאך.

הרב מלאך מיט די האניג רעטעך הרב גרין מיט זיינע חינוך פראבלעמס ראט און טאט מיט זיינע ביזנעס טיפס און שטערן זעער מיט זיין קוואל פון טרעפליכע ווערטער, איז אזוי גוט געווען ווי יעדע וואך, איך מיין איך קען שוין אויפהערן רעדן פון דעם.

חזק חזק ונתחזק מען האט געענדיגט די פארענטשע פאזעצונג ארום די הייליגע באבוב'ע דינאסטיע ביז צו די פרטי פרטים פון די היינטיגע מוסדות. א פיינע ארבעט. ווער איז נעקסט?

די שטיבאלאך איז ווי געשריבן געווען אימבאשרייבליך איך ווייס נישט וויפיל נאך וואכן מיר גיי מיר דאס אראפשלינגן.

די אינטעריוויא מיט הרב פעקער האב איך געוויזן פאר א בחור וואס איך שפיר אז ער קען געניסן פון אזא סערוויס צו אויפהערן ציביסלעך רייכערן, איך ווייס נישט פארוואס ער האט נישט אויפגעהערט צו לאכן, וואס איז פאני מיט די ארטיקל?

דורשין לשבח זייער שיין. איך פלאן נישט דא צו ווערן קיין דורשין לגנאי וועכנטליך, סארי... זייער נאריש און בכלל נישט שטיבל סטייל און שוין.

צווישן שירות מיט עפעס אן אברמי איז פיינע נייעס, וואס עפעס מסכת סוטה דאס לערנט מען יעצט אין סאטמער מאנסי, אדער לערנען מאנכע דארט די דף חלילה און פארשפעטיגט נאך? גיי פארשטיי.

די וועכנטליכע מעשה (ר' מתתי' דאכצעך) איז געווען זייער שרייבעריש און זאפטיג אראפגעלייגט מער ווי יעדע וואך שטארק הנאה געהאט.

די באטע מיט די גראמען איז פיין ווי שטענדיג, עס געבט אסאך צו.

די אמאל און היינט האב איך לעצטנס געליינט די זעלבע מעשה נאר אסאך מער דראמאטיש אין איינע פון ר' שמעון ראלינצקיס אויסגאבעס. (אמאליגע אדער היינטיגע, דענקעך נישט).

און נאך...

די גראפיקס און דיזיין, איך כאפ נישט וויזאוי מען קען האבן אזא זאפטיגע ארטיקל וועכנטליך פון אין דיזיין, באמת א מעסטער פיעס, און די בעקער גייט אליינס בארוועס...

די קאלירן פון די נייע ארטיקלען זענען גאר שיין, אבער אביסל צו דרום, מילשטיין האב איך מיר אזוי געמיטשעט צו ליינען די ווייס אויף האט פינק ווערטער, נאך א מזל עס איז געווען אינטרעסאנט ווען נישט וואלט עס געווען די לעצטע מאל איך טריי. מיין עצה עס זאל זיין א קינדישע לייט גרין מיט שווארצע ווערטער.

די צווישן שירות איז אויך געווען שווער צו ליינען, למעשה איז די זאפטיגע ווערטער יא ביי די שירות און די בלאט איז צו א העווי קאליר אז עס ליינט זיך שווערליך. איך וואלט מציע געווען צוריק צו גיין צום אלטן, לאמיר נישט רעדן יעצט פון די שותף פון די רעכטע זייט מיט די דיסלייק פאנקשן.

איך פארשטיי אז די אלע חברה וואס ארבעטן אזוי שווער עס זאל זיין מיט סוקסעס ליינען די אלע ארטיקלען אויף די זעלבע באקוועמע סקרין ווי זיי ליינען מעגליך מיינע ווערטער, כאפן זיי נישט די פראבלעם.

לאמיר ענדיגן מיט א גוטע מעשה, מענין לענין איז די סטראבערי אן די פיי, עס ווערט נאר בעסער און בעסער, איינער קען נאר מסביר זיין מיין בני בית וואס איך לאך אזוי? גראדע בין איך נייגעריג וועלכע ארטיקל איז געגאנגען סאוט א סקונדע נאכן פרינט, אויב מיינסטו די וואכענדיגע האט מען געשריבן די ענין נאכן פרינט?

בקיצור שטיבל איז ווייטער מיין בעסטע פיק, עס איז לייכט געשמאק און שבת'דיג באמת אן עונג שבת.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4530
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

לגבי די מילשטיין ווארע וואס איך גלייך זייער -
כהאב שוין דא אנגעפרעגט אויך די מעסטערפיעס
זיך געפרייט צו ליינען וואס ער האט צו שרייבן דערוועגן -
האט די סארט פעינטינג א נאמען ? (דהיינו - סבכלל נישט א בילד - נאר געמוטשקעט אויף א וועג וואס די פארשטייסט פונקטליך וואס דער ארטיסט וויל זאגן)
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

Borrower האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 9:22 am
לגבי די מילשטיין ווארע וואס איך גלייך זייער -
כהאב שוין דא אנגעפרעגט אויך די מעסטערפיעס
זיך געפרייט צו ליינען וואס ער האט צו שרייבן דערוועגן -
האט די סארט פעינטינג א נאמען ? (דהיינו - סבכלל נישט א בילד - נאר געמוטשקעט אויף א וועג וואס די פארשטייסט פונקטליך וואס דער ארטיסט וויל זאגן)
אבסטראקט ארט.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
מחניים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2023 12:55 am

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחניים »

חנן האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 11:32 am
Borrower האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 9:22 am
לגבי די מילשטיין ווארע וואס איך גלייך זייער -
כהאב שוין דא אנגעפרעגט אויך די מעסטערפיעס
זיך געפרייט צו ליינען וואס ער האט צו שרייבן דערוועגן -
האט די סארט פעינטינג א נאמען ? (דהיינו - סבכלל נישט א בילד - נאר געמוטשקעט אויף א וועג וואס די פארשטייסט פונקטליך וואס דער ארטיסט וויל זאגן)
אבסטראקט ארט.
ווייסעך ניש די פינקליכע נאמען, אבער ווי איך דענק פון זיין מאמענט אינטערוויא מאלט ער אלעס בלויז אויף סקרין.
אסאך קליינע מענטשן האבן מורא פון די נאכט. אסאך גרויסע מענטשן האבן מורא פון די טאג.
-מעלות
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

שארן בארן האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 5:57 pm
האב איך מיר אזוי געמיטשעט צו ליינען די ווייס אויף האט פינק ווערטער, נאך א מזל עס איז געווען אינטרעסאנט ווען נישט וואלט עס געווען די לעצטע מאל איך טריי. מיין עצה עס זאל זיין א קינדישע לייט גרין מיט שווארצע ווערטער.
יא! מיך שטערט דאס אויך געפערליך, סיי די שטיבל און אויך די מאמענט! ווייסע ווערטער אויף טונקעלע בעקגראונדס איז אפשר שיין גראפיקלי, אבער שרעקליך אומבא'טעמ'ט און אומבאקוועם פראקטיש. הלוואי קען מען פועל'ן ביי די גראפיקער דאס צו טוישן.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”