די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "פערטע טייל ארויף"

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאטל שניידער
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "צווייטער טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

בדרך אפשר האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 6:16 pm
מתוק מדבש!

האסטו
מאָמענט מאגאזין במדבר תשפ״ג.jpeg
מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "צווייטער טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

מאטל שניידער האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 6:26 pm
בדרך אפשר האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 6:16 pm
מתוק מדבש!

האסטו
מאָמענט מאגאזין במדבר תשפ״ג.jpeg
מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
יש ענין שיתהפך הכל לטובה
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
מאטל שניידער
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "צווייטער טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

בדרך אפשר האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 6:30 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 6:26 pm
בדרך אפשר האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 6:16 pm
מתוק מדבש!

האסטו
מאָמענט מאגאזין במדבר תשפ״ג.jpeg
מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
יש ענין שיתהפך הכל לטובה
טענו לו בחיטין והודו לו בזכר קדשו
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "צווייטער טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

גאר אינטערעסאנט!
אויב איז נישט שווער פליז פראביר צו שרייבן לענגערע ארטיקלען.
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "צווייטער טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

מאטל שניידער האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 6:26 pm
בדרך אפשר האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 6:16 pm
מתוק מדבש!

האסטו
מאָמענט מאגאזין במדבר תשפ״ג.jpeg
מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
ווער איז שלמה לייב וויינבערגער וואס תרמ"ב שרייבט?
אה אקעי דער פון מאמענט!
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "צווייטער טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

"די גליק האט אונז באטראפן" אדער די האסט געטראפן דעם גליק?
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5182
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "צווייטער טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

האסט מזל איך האב בטעות דא אריינגעפאלן, לייג צו צום קעפל @תרמב, אזוי וועלן די חסידים אהערקומען, אדער לייג א לינק צו דיין חתימה..

דער עולם ווייסט נישט פון די אשכול.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "צווייטער טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

פשייייי האאאאאאאאא
ווארט איך אויף די איבריגע עס איז מורדיג .....
באפעלאו
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 06, 2023 8:17 am

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "צווייטער טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באפעלאו »

אייזן!
דער תרמב לעצטענס... איינס בעסער פון צווייטען..
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "דריטער טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך האב געפרעגט פארוואס זיי האבן אריינגעמופט אין טשעסטער, ווייל ס'איז ביליג אדער פאר אנדערע סיבות, זיי האבן געזאגט אז ס'איז עטליכע זאכן צוזאמען אבער די עיקר איז די רואיקייט וואס הערשט דארט, קלמי שווארץ האט פארציילט אז ער פלעגט וואוינען אין די מערסטע צושטופטע בניין אין קריית יואל, ער האט נישט געקענט עפענען קיין פענסטער ווייל מ'האט אלעס געקענט מיטהאלטן, ער האט שוין געהאט גענוג מיט סאסייעטי...

מ'האט אנגעהויבן דן צו זיין וועגן רופן א גוי פאר די לעקטער, די שטריימל אין מיין קאר האב איך שוין מוחל געווען ווייל יוסף האט געברענגט צוויי שטריימלעך און ס'האט מיר געפיט איינס אויפן קאפ, אבער די חברה האבן געזאגט קענסט פארגעסן פון א גוי, נאך אכט אזייגער זעהן מען נישט קיין גוי פאר די אויגן, קענסט אריבער גיין צום כינעזער קעגן איבער האט זיך איינער אנגערופן ווערטלדיג, יוסף האט זיך שוין געפרייט אז ס'איז דא האפענונג אז ער זאל נאך קענען צומאכן א אויג היינט נאכט, אבער זיין האפענונג איז צורינען הערנדיג אז קודם דארף מען אויספיגערן ווי מ'קומט בכלל אן צו זיי, א טאג שפעטער האב איך טאקע געזעהן אז זיי וואוינען אויף א ריזיגע שטח, און די חברה ווערן נישט געזעהן פאר די אויגן האט מען פארציילט זיי זענען ביזי מיט זייערע פלאנצונגען, איינער האט שוין חושד געווען אז זיי פלאנצן פון די געווירצן, אבער א צווייטער האט דערמאנט אז זיי פלעגן פארקויפן רעטעך, היינט טוען זיי שוין נישט ריטעיל, רב פרידריך האט זיך דערמאנט פון די רעטעך און ס'איז אים געקומען שפייעכטס, זיך עראינערנדיג מיט נאסטאלגיע אויף די פיינע רעטעך וואס די כינעזער פלעגן פארקויפן ביז א יאר צוויי צוריק, יויש איז דאס געווען פיינע רעטעך..! א שאד מ'קען עס נישט האבן אויף פסח, ר' יואל האט געזאגט אז תלמידי חכמים מעגן עסן פסח רעטעך בצנעה, איך האב דאס נישט געוויסט, נאך א מזל איך בין נישט קיין תלמיד חכם ווייל איך האב נישט ליב קיין רעטעך... אזוי שרייבנדיג כאפ איך זיך אז עפעס שטומט נישט, לכאורה האט ער גערעדט פון קנאבל ווייל רעטעך עסן דאך אסאך אידן ביים סדר.

איך האב אנגעפרעגט דעם עולם איבער דעם מיסטריעזן בניין מידיאקאם וואס איז סטאנציאנירט אינמיטן טשעסטער, וואס געוויסע זענען חושד אז דאס איז פון די עף בי איי אדער סי איי עי, אדער ווער ווייסט וואס נאך ס'קען זיין, א לאבארטאריע, יו עף או'ס, עפעס חשוד, געוויסע זאגן אז מ'פארטרייבט קארס וואס קומען זעהן וואס טוט זיך, מ'האט פארציילט אז דער בניין איז גאנץ א נייער, ס'שטעקט זיך ארויס אינעם געגנט ווייל אין גאנץ טשעסטער איז נאר דא קליינע רעזידענטשאל הייזער אויסגעשפרייט אויף גרויסע שטחים און דא איז ארויסגעוואקסן א ריזן בניין ברייט און עטליכע שטאקן הויעך אנדערש ווי די זאונינג פון די גאנצע געגנט מיט א נאמען פון אומבאקאנטע פירמע, מיין חבר חננאל העניג האט געטענה'ט אז דאס איז א געהעריגע קאמפאני און ער איז שוין אמאל צוגעפארן און מ'האט אים נישט פארטריבן, קען זיין חננאל איז א שותף אין די קאווער אפ... איינער האט פארציילט אז די טאון האט נישט געוואלט לאזן בויען אבער זיי האבן באקומען א פאון קאל פון אלבאני צו לאזן די זאך גיין, דאס איז נישט קיין ראיה אויף ריזיגע זאכן, ס'קען פשוט ווייזן אויף קארופציע אדער וואס, ס'מוז נאך נישט מיינען אז מ'גרייט דארט אן א פרישע קאראנע...
מידיאקאם בניין אין טשעסטער.jpg
מידיאקאם בניין אין טשעסטער.jpg (38.17 KiB) געזען 2833 מאל
מ'האט אנגעהויבן מאכן חשבונות ווי מ'גייט דאווענען, איך האב פארגעשלאגן מ'זאל דאווענען שחרית ביי אונז, און מ'זאל גיין צו א שוהל מיט א ספר תורה שפעטער נאכמיטאג און מ'זאל לייענען די גאנצע סדרה ביי מנחה, רב גליק האט נישט ליב געהאט די געדאנק, הרב פרידריך האט זיך איינגעבעטן אז מ'זאל קומען צו זיין הויז פאר שחרית, ער האט א ספר תורה און א מקווה ביי זיך אינדערהיים, און מ'קען דארט מאכן א שיינע מניין, רב גליק האט געזאגט אז ער קען נישט קומען צו פרידריך'ס הויז ווייל ס'איז נישט אינעם תחום, פרידריך האט געטענה'ט אז ס'איז יא אינעם תחום, לויט גוגל קומט עס אויס אינעם תחום, זיין דיין האט אים געזאגט אז ער קען זיך פארלאזן דערויף אבער לחומרא זאל ער לייגן אן עירוב צו יענע זייט, אבער יואל גליק האט געזאגט אז ווען ער ווייסט ווען וואלט ער געלייגט א חלה און ער פארלאזט זיך נישט אויף גוגל אן א געהעריגע היתר, מ'איז איבערגעגאנגען די אפציעס, פון מקוואות, אלעס איז א היפשע מהלך צו גיין, מ'האט אונז געגעבן די דירעקציעס, און מ'האט אפגעשמועסט שחרית אין די הויז פון ר' יואל גליק א וועג פון צעהן מינוט גיין פון אונזער דירה, שחרית צעהן דרייסיג, און ר' יואל האט זיך איינגעבעטן כמעט מיט טרערן אז מ'זאל קומען צעהן דרייסיג, איך האב געפרעגט צו צעהן דרייסיג מיינט טאקע צעהן דרייסיג, ער האט אזוי צוגעשמייכלט, אבער קומטס אן אין צייט!

די חברה האבן זיך אנגעטון אזעלכע רעפלעקטינג וועסטלעך וואס שיינט אין די פינסטער, נישט סתם א שטריך ארום די הענט נאר אזעלכע וועסטעלעך וואס קוקט אויס ווי זק"א וועסטלעך, מוצאי שבת ווען איך בין געפארן אויף די ראודס האב איך פונקטלעך פארשטאנען פארוואס מ'דארף דאס האבן, מ'האט געווינטשן גוט שבת און די פינעף מתפללים זענען זיך געגאנגען אויף זייער וועג לחיים ולשלום.

מ'האמיר זיך צוגערישט און געזינגען שלום עליכם, און קידוש געמאכט אויף די וויין וואס די דעקל פליעט ווען מ'עפנט עס אויף און ס'מאכט אזא קראך און יעדער פרייט זיך, איך געדענק נישט די נאמען יעצט אויף די מינוט, ווען איך וועל זיך דערמאנען גיי איך נישט עדיטן די ארטיקל... מ'האט זיך געוואשן אויף די ריזיגע חלות, געהעריגע און סאוער דאו, מ'האט געטונקען כיד המלך די פרויען האבן זיך אפגערעדט פון די קאך אז ס'איז נישט דא קיין טאמעיטא דיפ, ס'האט גענומען א מינוט פאר שלום מנחם און יושע וואס האבן איינגעקויפט אויף שבת אז זיי האבן געקויפט אזא ציפעדיגע פעפער דיפ אנשטאט טאמעיטא דיפ, שוין זאל זיין כפרת עוונות...

היות מ'האט איינגעקויפט א ריזן קוואנטום פון פאוטשיס - פאקסיס האט מען געהאלטן אין איין ברענגען נאך דורכאויס די סעודה, מ'האט אזוי אריינגערוקט איינס נאכן צווייטן, מ'האט צוגעטרונקען וויין ברוינפן און ליקער, ס'איז געווען פון די קליינע פלעשלעך שיריים פון די משלוח מנות, דער עולם איז געווען אביסל לוסטיג אבער מ'האט געוואלט אז די אלקאהאל פאוטשיס זאלן כאפן א טענצל לכבוד שבת, האט מען זיך נאך די זופ ארויסגעלאזט צום ריזן טרעמפאלין וואס האט זיך געפינען אינדרויסן אויפן שטח, נעבן די גרויסע איז געווען א קליינע טרעמפעלין אלס א טרעפל צו די גרויסע, מ'האמיר זיך דארט אריינדערזעהן, און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע רקידה, מ'האט זיך אראפגעזעצט אין צענטער פונעם טרעמפאלין און זיך געלאזט צושפרונגען ווערן דורך די אנדערע שפרונגערס אין די זייטן, מ'האמיר געהאט א פיינעם לאך לכבוד שבת, ס'איז געווען א פיינע מילצן עקסערסייז, מ'האט אזוי גוט אויסגעטאנצן די נשמה, און דעם גוף פארשטייט זיך אויך, ביז די פאוטשיס האבן זיך פארשפרייט אין אלע גלידער, און מ'האט געקענט צוריק אריינקומען ווייטער ממשיך זיין די סעודה.

מ'האט געגעסן געבענטשט, מ'האט פארגעסן צו עסן די מייערן צימעס, יושע אונסדארפער האט עס געשאפט מיט מסירות נפש פאר א שבתדיגע מאכל אבער ווען ס'איז געקומען דערצו האט מען פארגעסן, אבער פון צוויבל קוגל האט מען חלילה נישט פארגעסן, מ'האט געמאכט א באטע און געשמועסט ביז פינעף דרייסיג, ס'איז שווער איבערצושרייבן וואס מ'האט אלס צאמגערעדט, געוויסע זאכן קען איך נישט שרייבן וועגן פרייוועסי, מ'האט זיך דארט געעפענט די הערצער, און געוויסע זאכן וואלטן נישט דורכגעגאנגען די פילטער דא... פינעף דרייסיג האמיר זיך שיין אריינגעקוילערט אין די בעטן, יוחנן און מנחם האבן זיך יא געלייגט פריער, יוחנן איז געווען מיד און מנחם האט געזאגט אז די בעט גייט אים עניוועי אויסשפייען זעקס דרייסיג ווייל ער שטייט אייביג אויף דעמאלטס, זאל ער כאטש האבן עפעס שלאף, איך האב נישט געהאט אזעלכע חששות.

מ'זעמער אויפגעשטאנען גאנץ בחסד, אבער מ'האט זיך נישט געיאגט אין ערגעץ, מנחם און יוחנן זענען אויפגעשטאנען פרי ווייל אז מ'לייגט זיך ווי א לייב שטייט מען אויף ווי א לייב, אז מ'לייגט זיך ווי א פערד שטייט מען אויף ווי א פערד, די פראבלעם הייבט זיך אן ביי די בר מצווה, ווייל טאמער לייגט מען זיך דעמאלטס ווי א פערד שטייט מען אויף ווי א פערד אוטאמאטיש איז שוין די גאנצע טאג אזוי, לייגט מען זיך אזוי שלאפן, ס'קומט אויס אז די גאנצע גלגל החיים דרייט זיך קרום ווייל מ'האט די ערשטע נאכט שלעכט אנגעהויבן..

מנחם און יוחנן האבן שפאצירט א וועג פון צוואנציג מינוט אהין און צוואנציג מינוט צוריק צו די הויז פון רב פרידריך, זיי האבן אים געטראפן דארט, יוחנן האט זיך אסאך אפגערעדט די שפעטערדיגע שעות אז די פוס טוט אים נאך וויי פון די לאנגע שפאציר, איך האב אים געזאגט איך פארשטיי נישט די וואוינסט דאך אין קריית יואל ווי זאכן זענען נישט אזוי נאנט, אזוי חידוש איז עס פאר דיר צו גיין א פערציג מינוט וועג, איך וואוינענדיג אין שטאט האב שוין געמאכט צוויי מאל די וועג צווישן בארא פארק אין וויליאמסבורג אלס קינד, געוויסע טוען עס יעדע יום טוב ווען זיי גייען צו זייער רבי.

יושע אונסדארפער איז געווען פון די שפעטע אויפשטייערס אבער קומענדיג פון גאר א חסידישע בעקגראונד איז אים נישט געקומען אין באטראכט צו פארפאסן א מקווה האט ער זיך געטויבלט אינעם זשאקוזי, מנחם און יוחנן שוין זייענדיג אויף פאר עטליכע שעה, האבן דעסיידעד אז גענוג געווען מיט די פעניעראציע, ווער ווייסט צו ר' יואל ווארט נאך אויף אונז אפשר זעענדיג אז דער עולם קומט נישט אן איז ער געגאנגען צו א צווייטע פלאץ, האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אין וועג, אונז האבן ווייטער געפארטיד מיטן חשבון אז באלד וועלן די חברה צוריק קומען זאגן אז יואל גליק איז שוין נישט אינדערהיים, אבער נאך א שטיק צייט און זיי זענען נישט צוריק געקומען האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אין וועג, ס'איז געגאנגען א רעגן, איך האב איבערגעבויגן דעם טלית איבערן קאפ אז איך זאל נישט נאס ווערן, און געגאנגען, אויפן וועג האט יוסעלע אנגעוויזן אויף א געוויסע הויז אז אזוי האט אויסגעקוקט דעם רעבין'ס הויז אין ארשיווע, ס'האט אויסגעקוקט אלט פארצייטיש אבער שיין און מכובד, מיט א גרויסע אמעריקאנע פאן פון פארנט, מסתם האט די רבי געהאט א אונגארישע פאן, אויב ס'האט טאקע אויסגעקוקט אזוי ווי יוסף זאגט.
לעצט פארראכטן דורך תרמב אום זונטאג יוני 04, 2023 7:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5182
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "צווייטער טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אלץ האט ער מיטן שטריימל, נאך אין קערעסטיר.


יא איך פאר אסאך אויף די גאסן דארט, עס איז שטערבליך טינקל, און פארנאכט איז עס פיל מיט הערשן.


די רבי האט נישט געהאט א פאן אפילו עס וואלט אויסגעזעהן אזוי... אבער די חסידים ווייס איך שוין נישט... שטארקע פאטריאטען געווען די אונגארישע.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "דריטע טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אוי ביסטו גוט, תרמ"ב טייערער. שרייב נאך שרייב
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "דריטע טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פיינע נייעס דאס!!
זיס ווי צוקער!

איין זאך ווייס איך שוין, א שבת מיט דיר איז שוין נישט אויף מיין ליסטע... אזוי אויסצופראקן?...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "דריטע טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ווואאאףףףף….

נעקסטיים רוף מיך פליז.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "דריטע טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

נעקסט לעוועל דעי שרייבעריי
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע: דיזי פון זיסע וויין....

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "דריטע טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

תרמ"ב דו ביסט גיגאנטיש גוט!!

די וויין הייסט "שאמפעין"....
אויב לערנט איר דעם דף טעגליך, קליקט דא, איר וועט הנאה האבן
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "דריטע טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 7:46 pm
פיינע נייעס דאס!!
זיס ווי צוקער!

איין זאך ווייס איך שוין, א שבת מיט דיר איז שוין נישט אויף מיין ליסטע... אזוי אויסצופראקן?...
זארג נישט, מיינסט טאקע אז דאס זענען עכטע נעמען, אז דו וועסט פאר וועסטו הייסן משה פעדערפארמעט.

ביידעוועי שכויעך תרמ"ב, צוקער זיס.
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "דריטע טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

חרבונא האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 3:32 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 7:46 pm
פיינע נייעס דאס!!
זיס ווי צוקער!

איין זאך ווייס איך שוין, א שבת מיט דיר איז שוין נישט אויף מיין ליסטע... אזוי אויסצופראקן?...
זארג נישט, מיינסט טאקע אז דאס זענען עכטע נעמען, אז דו וועסט פאר וועסטו הייסן משה פעדערפארמעט.

ביידעוועי שכויעך תרמ"ב, צוקער זיס.
זארגטס ענק נישט, ס’איז נישט קיין עכטע נעמען, יוחנן ראבינאוויטש הייסט עכט יושע אונסדארפער, און יושע אונסדארפער הייסט עכט יוחנן ראבינאוויטש, איך האב ארומגעטוישט זייערע נעמען אז מ’זאל נישט כאפן ווער זיי זענען...

זיי האבן עס געלייענט פארדעם און נישט געהאט קיין פראבלעם אז איך לייג עס ארויס.
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "דריטע טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

Wהאט ען איידיע.....
דעס לייגן ווי א פערד הייבצעך אן ביי די בר מצוה....
כאמעך שוין לאנג געוואונדעט פארוואס איך קען זיך נישט ארויסזען דערפון.


ש'כח @תרמי איך באלעק זיך מיט יעדעס ווארט
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "דריטע טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

זייער א פיינע באשרייבונג! שרייב ווייטער! מיר געניסן שטארק דערפון!

@תרמב
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
אוועטאר
דל ואביון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 1:10 am
לאקאציע: אינטער די שטיגן

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "דריטע טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל ואביון »

@תרמב האט מיר באטראפן אויף אייוועלט...

;l;p- ;l;p- ;l;p-
די פראבלעם פון די היינטיגע וועלט איז אז ס'איז דא צו ווייניג משוגעים, און די משוגעים זענען צו ווייניג משוגע

(-הרב א"מ פרענקל מב"ח)

[email protected]
אוועטאר
קאנספיראציע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 09, 2021 12:46 pm

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "דריטע טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנספיראציע »

קיפ איט קאמינג
ביסט מאסיוו!!!!!!!
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "דריטע טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

געוואלדיג שבגעוואלדיג!!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "דריטע טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

אלקאהאל פאוטשיס איז איט
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
אוועטאר
אינבי
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2023 5:34 pm

Re: די גליק האט אונז באטראפן אין טשעסטער! "דריטע טייל ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינבי »

כ'האב שוין געווארענט מיין נעפיא וואס גייט יעצט בר מצוה האבן זאל אכטונג געבן וועגען די פערדן נושא און יעצט ווארט איך אויף ווייטער....
פעטער לעזער ברויך ברויך גלעזער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”