אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

באקומען עטליכע פארלאנגן פון ניקס וואס ווילן מ'זאל שרייבן וואס אינשורענס איז, איינער האט פארגעשלאגן איך זאל עפענען א אשכול "אינשורענס פאר דאמיס" און מסביר זיין אין קורצן וואס לייף אינשורענס איז...

ס'איז שוין עטליכע מאל דיבעיטער געווארן אויף אייוועלט דאס ענין, היות מאנכע האבן געבעטן, העלעך פראבירן צו שרייבן אביסל...

אבער ביטע, די וואס האלטן אז אינשורענס איז נישט וויכטיג בכלל, ביטע גיין אין אנדערע אשכולות, די אשכול איז פשוט א הסבר וויזוי טוירם אינשורענס ארבייט!

פאר די וואס ווילן רעדן פון האלל לייף, קענען גיין אין די האלל לייף אשכולות, אדער עפענען די זעלבע אשכול פאר האלל לייף, איך פלאן בקרוב צו שרייבן איבער האלל לייף...די אשכול איז אויסדרוקליך בלויז פאר די וואס ווילן האבן אינשורענס, אבער זיי ווילן וויסן וויזוי טוירם אינשורענס ארבייט...

איך גיי לייגן א דיסקלעימער, קיינער זאל נישט נעמען קיין אינשורענס עדווייס פון א פובליק פארום! פאר סיי וועלעכע פראגע בנוגע אינשורענס ביטע קאנטאקטן אין אישי אדער אויף אימעיל, אדער קאנטאקטן דיין בראוקער - עידזשענט...

[email protected]
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ר' אבנר
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 3:27 am
לאקאציע: אין צענטער פון מחאה

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' אבנר »

שכויח מ'ווארט שוין לאנג אויפאזאנס
אוי באשעפער לייז אונז שוין אויס.......
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ווי מיין באקאנטע דיסקלעימער, פערסענאל עדווייס זאל מען נעמען פערסענאל, נישט אויף קיין פובליק פארום... אזוי אויך, די פאקט אז איך גיי שרייבן איבער טוירם אינשורענס מיינט נישט אז איך האלט אז טוירם אינשורענס איז די סעלושן פאר יעדן... איך האלט גראדע אז כמעט יעדער מוז האבן טוירם אינשורענס "אויך", אבער נישט יעדער איז אין די זעלבע פאזישן... איך באשרייבעס בלויז אז מ'זאל עס קענען פארשטיין בעז"ה...

איז דא א מענטש וואס האט חתונה געהאט, דער אייבערשטער האט געהאלפן ער האט א שטוב מיט קינדער, ער האצעך גע'סעטלט - ווי מ'רופט עס - מיט א דזשאב וכד'... ער מאכט זיינע חשבונות וואס די לעבן קאסט אים, ער צוטיילט זיין אינקאם לויט די ביללס... און דא דערמאנט ער זיך... זיין חבר האטעם געקאלט אז ער איז נארוואס געווארן א לייף אינשורענס עידזשענט, ער וויל אריבערקומען אים מסביר זיין וואס לייף אינשורענס איז...

קודם איז גוט צו וויסן, קיינער קויפט נישט קיין אינשורענס ווייל ער גייט ח"ו שטארבן עניטיים סאאן, אויב א מענטש גייט ל"ע שטארבן בקרוב, איז ער סייווי אן-אינשורעבל... די סיבה פארוואס מ'קויפט אינשורענס איז ווייל אויב מאכצעך, ס'זאל זיך נישט מאכן און א מענטש גייט אוועק פון די וועלט אינגערהייט רח"ל... וויל ער נישט אז זיינע קינדער זאלן סאפערן נאכאמאל, גענוג אז זייער טאטע - מאמע איז נישטא, דארפן זיי כאטש די פיינענשל טראמא נישט אדורכגיין... ער באשלוסט אז ער וויל נעמען עקשן...

די ערשטע זאך וואס ער דארף טוהן איז אפשאצן די ריסק, און נאכאמאל, נישט וואס די טשענסעס זענען, נאר אויב ח"ו ס'איז געשעהן, ס'זאל נישט געשעהן... וואס ווערט דא פארלוירן?

ביי א טאטע - די פרנסה ברענגער - ווערט פארלוירן א טאטע ל"ע, וואס דאס קעמען נישט ריפלעסן, ס'ווערט אבער אויך פארלוירן זאכן וואס די טאטע פלעגט טוהן, צולערנען מיטן קינד, פארהערן וכו', דאס קעמען טיילווייז ריפלעיסן, מ'קען דינגן א אינגערמאן דאס צו ריפלעיסן, אזוי אויך ווערט פארלוירן די פרנסה, די טאטע פלעגט אהערשטעלן אלע הוצאות פון די הויז, לאמער מאכן א גראדע נאמבער פון 100,000 דאללער... דאס קעמען אויך ריפלעיסן...

צו דינגן א אינגערמאן קעירצונעמען פון די קינדער קאסט געלט, אונז גיימער צולייגן די געלט צו די אנדערע געלט פראבלעם, די אינקאם פראבלעם...

אצינד צו די אינקאם פראבלעם... דער אינגערמאן מאכט א חשבון, אויב ח"ו איך בין נישט דא, וויזוי קען איך מאכן זיכער אז מיינע קינדער ווערן נישט די וועלט'ס רחמנות...

איך גיי יעצט רעדן פון אן עוורידזש אינגערמאן וואס האט נישט קיין ריעל עסטעיט וואס קען יעצט ברענגען אינקאם, דער וואס האט יא איז א אנדערע מסכת, מ'דארף פון דעם עקסטער רעדן...

כדי צו ברענגן 100,000 דאללער גאראנטירט היינט צו טאגס, דארף מען האבן 2 מיליאון דאללער! איך ווייס אז מאנכע גייען זאגן, וואס? גיב מיר 2 מיליאון דאללער איך ברענג דיר סאאאך מער! אמת, ווען דו ארבייטסט און דו קענסט נעמען ריסק, קענסט פארנעמען "אפס און דאונס", איז דא גוטע טשענסעס צו מאכן מער ווי דעם... אבער ווען א מענטש איז נישטא, זיין ווייב דארף מארגן ברענגען ברויט, מוז די געלט ברענגען יעדעס יאר קאסיסטענט גאראנטירטע געלטער!

ווען איך זאל שרייבן די זעלבע ווערטער פאראיאר, ווען מאט געקענט באקומען 2-3 פראצענט, וואלט מען געדארפט 3 - 4 מיליאון דאללער צו קענען ברענגען 100,000 דאללער א יאר, עז ווי ספיעק רייט נאו, קעמען באקומען 5 פראצענט, קעמען פון 2 מיליאון דאללער מאכן 100,000 דאללער א יאר...

אין אנדערע ווערטער, אויב דער מענטש שטארבט, איז דא א יערליכע 100,000 דאללערדיגע פראבלעם, אדער אין קורצן א 2 - 3 מיליאן דאללערדיגע פראבלעם...

יעצט האבעך שוין א עצה, אבער וויזוי קען א מענטש אנגרייטן די 2-3 מיליאון דאללער אויב ער איז נישטא, ער האטעך נישט די געלט ווען ער איז יא דא?

דא קומט אריין אינשורענס... אינשורענס קאמפאניס קענען נישט גאראנטירן קיין לעבן, זיי קענען נישט מאכן מענטשן זאלן נישט שטארבן... זיי קענען אבער נעמען די ריסק וואס דו האסט, דהייני די 2 מיליאון דאללערדיגע פראבלעם, און עס טרענפערן צום רבים... אנשטאטס סאל זיין דיין אינדעווידזשל פראבלעם, גייטעס יעצט ווערן דעם עולם'ס פראבלעם, און צווישן דעם עולם איז דא געלט!

וויזוי ארבייט דאס? וויזוי טרענספערט מען די ריסק פון איין מענטש צו א רבים? זייער פשוט! יעדער יחיד וואס וויל זיך אנשליסן מוז זיך לאזן אונטערזוכן, צו מאכן זיכער אז ער איז געזונט און שטעלט נישט פאר א גרעסערע ריסק ווי א צווייטן, די קאמפאני שטעלט אויס גרופעס לויט וויפיל ריסק זיי האבן... און נאכאמאל, קיינער ווייסט נישט ווער ס'גייט שטארבן, אבער די קאמפאני האט א סטאטיסטיק, פון יעדע גרופע פון מיליאון געזונטע מענטשן, פון די יארגאנג שטארבן אזויפיהל מענטשן... די קאמפאני נוצט די סטאטיסטיקס אויסצושטעלן גרופעס לויט די ריסק... גראבע מענטשן, מענטשן וואס רייכערן, מענטשן מיט צוקער, הארץ אדער אנדערע געזונטהייט פראבלעמען... יעדער ווערט אריינגעשטעלט אין זיין קלאסס ווי ער באלאנגט... און פארשטייצעך אויך טיילט מען איין לויט די יארגאנג...

יעצט שטעלט די אינשורענס קאמפאני אהער א נאמבער, וואס לויט וויזוי זיי שאצן דארפן זיי האבן דעם סכום פון יעדן קלאסס צו קענען באצאלן א דעד בענעפיט אויב ח"ו איינער שטארבט... די קאמפאני נעמט פון די געזונסטע גרופע ווייניגער געלט און פון די קראנקערע מער געלט, אינגע מענטשן צאלן ווייניגער, ווייל זייער ריסק צו שטארבן איז קלענער לויט די סטאטיסטיקס, און עלטערע צאלן מער...

די אינשורענס קאמפאניס נעמען צוזאם פון יעדן די געלט, און לייגן דאס אריין אויף געוויסע פלעצער לויט וויזוי זיי ווערן רעגולעיטעד, א חלק אין באנק, א חלק אין שארט טוירם אינוועסטמענטס א חלק אין אנדערע פלעצער...

יעדעס מאל א מענטש שטארבט, שרייבן זיי א טשעק פאר יענעם'ס בענעפישערי...

ס"ה ביז אהער...

א מענטש וואס זיין לעבן קאסט אים 100,000 דאללער א יאר, האט א ריסק אליין, אויב ח"ו ער שטארבט, דארף ער אויפקומען מיט 100,000 דאללער א יאר פאר זיין משפחה, לויט די היינטיגע רעיטס איזעס 2 מיליאון דאללער... ער קען נישט אליין טראגן די ריסק, גייט ער צו די אינשורענס קאמפאני און ער גיבט זיי איבער די ריסק...

יעצט אז מ'פארשטייט אז אלעס איז געבעיסד לויט וויפיל ריסק ס'איז דא, קעמען גיין אביסל ווייטער...

ווען א מענטש קויפט איין מיליאון דאללער אינשורענס, איז זיין ריסק האלב, פון דעם וואס קויפט 2 מיליאון דאללער אינשורענס... אוטאמאטיש קאסט עס ווייניגער...

ווען א מענטש קויפט אינשורענס ביי די 20, איז ער א קלענערע ריסק ווי דער וואס קויפט ביי די 30, אוטאמאטיש איזעס ביליגער...

א רגע צו עידזש... קומט אויס אז ווען א מענטש איז 20 צאלט ער איין פרייז, ווען ער ווער 25 קאסט עס מער... און אויב ביי די 25 איזער אביסל גרעבער, וואס גייט געשעהן?

זענען די אינשורענס קאמפאניס אויפגעקומען מיט די קאנצעפט פון גאראנטירט רינועל... אז א מענטש קען קויפן א פאלעסי און סיז גאראנטירט אז ער קען עס קויפן אויף די זעלבע רעיט ווי יעצט, ווילאנג ער באצאלט די פרימיום...

אזוי אויך קען מען קויפן פאלעסיס וואס הייסן "לעוול טוירם", די אינשורענס קאמפאניס נעמען די פרייז פון די יעצטיגע רעיט, זיי רעכענען אויס וויפיל ס'דארף צו קאסטן די רעיט ביי 25, ביי 26, ביי 28 ביז 35 יאר... און זיי לעוולן די פרייז... דו קענסט יעצט קויפן א פאלעסי וואס איז געלאקד פאר 10 יאר די זעלבע פרייז...

זעלבסטפארשטענדליך אז א פאלעסי וואס איז גאראנטירט ביז עידזש 35 איז א קלענערע ריסק ווי א פאלעסי וואס איז גאראנטירט פאר ביז עידזש 45 אדער 55...

סאו ווי לענגער די "טוירם" פון די פאלעסי איז, אלס גרעסער איז די ריסק און אלס טייערער איזעס...

ס"ה ווייטער... דער מענטש טרענספערט זיין ריסק פאר די אינשורענס קאמפאני, ער צאלט איין א סכום, געוואנדן לויט די ריסק... ווי לענגער די טוירם גייט האלטן, אלס גרעסער איז די ריסק, און אלס טייערער ווערט עס...

מ'האלט אין איין רעדן פון טייערער און טייערער... מ'קען מיינען אז מ'רעדט דא פון מיליאונען... סה"כ רעדט מען דא פון א 25 יעריגער אינגערמאן וואס איז געזונט ווי א בער, אויב וויל ער קויפן א פאלעסי וואס גאראנטירט אים די זעלבע פרייז פאר צען יאר, קאסט עס בערך 300 דאללער פאר יעדע מיליאון דאללער אינשורענס... ס'טייטש, אויב ווילער קויפן 2 מיליאון דאללער אינשורענס גאראנטירט פאר 10 יאר, גייט עס אים קאסטן בערך 50 דאללער א חודש...

וואס אבער גייט ער טוהן אויב 10 יאר ארום איז זיין קאלעסטעראל נישט גוט, וכו... דעמאלטס קען די אינשורענס ווערן זייער טייער? זענען דא וואס קויפן א 20 יעריגע טוירם אדער א 30 יעריגע טוירם...

סאו אונזער 25 יעריגער אינגערמאן וואס וויל איינשפארן די זעלבע פרייז פאר די נעקסטע 20 יאר, היות די ריסק ווערט יעצט גרעסער פאר די קאמפאני, גייט ער באצאלן 600 דאללער פאר יעדע מיליאון דאללער אינשורענס... סאו ער גייט באצאלן 100 דאללער א חודש פאר 20 יאר און ער איז גאראנטירט אז פאר די פרייז האט ער 2 מיליאון דאללער אינשורענס...

אויב ח"ו, אויף קיין שום איד נישט געוואונטשן, ער גייט אוועק אין די 20 יאר, באקומט זיין ווייב, אדער א צווייטער, ווענצעך וועם ער האט אריינגעשריבן אלס בענעפישערי... 2 מיליאון דאללער, און זי קען טוהן דערמיט וואס זי וויל...

אויב האט מען אן אחראיות'דיגע עידזשענט וואס דעליווערט די טשעק, מאכט ער זיכער אז די ווייב פארשטייט וואס די ציהל מיט די געלט איז, און מ'לייגט די געלט צו די ארבייט... און די געלט ברענגט 100,000 דאללער א יאר...

און דאס איז די פראסעס צו באקומען טוירם אינשורענס...

מ'מאכט אפ אן אמאונט וואס מ'דארף, מ'עפלייט ביי די אינשורענס קאמפאניס צו זעהן וואסערע רעיט מ'קען באקומען... כדי צו באקומען א רעיט דארף מען ענטפערן אביסל געזונטהייט פראגעס וכד... די קאמפאני קוקט אדורך די פייל, און זיי קומען צוריק מיט דיין רעיט... דו ביסט די רעיט... יעצט דארף די עידזשענט דיר ווייזן וויפיל ס'קאסט א פאלעסי גאראנטירט פאר 5 יאר, 10 יאר וכו, איין מיליאון, 3 מיליאון אדער 5 מיליאון... יעדער מאכט אפ וואס מ'דארף...

דאס איז פאר דערווייל...

פראגעס?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
עס קען נישט זיין
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 4:08 am

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס קען נישט זיין »

זייער קלאר ארויסגעברענגט, א גרויסן שכח!
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

ווי אינוועסטירט מען די געלט, אז עס זאל ברענגען א גערענטירטע %5 א יאר ?
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

עקיוז מי! איך ביניש קיין דאממי… און דעיס איז פאר מיר פונקט אזוי..
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הערשקא האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 6:31 am
ווי אינוועסטירט מען די געלט, אז עס זאל ברענגען א גערענטירטע %5 א יאר ?
ס'איז דא עטליכע פלעצער היינט צו טאגס, בעיקר אין ענועטיס... (annuities)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מסוד חכמים
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 10:55 am

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסוד חכמים »

שכח @וויך, זייער שיין מסביר געווען.

איז דא אזא סארט search engine ווי איך קען באקומען א ווילדע איידיע וויפיל עס גייט מיר קאסטן לויט מיינע אנגעגעבענע פרטים?

אויב נישט, קענסטו אנגעבן בערך וויפיל פראצענט טייערער ווי דיין 50 דאלער פער חודש משל עס קאסט פאר רויכערער, צוקער, הארץ וכו'? אדער איז נישטא קיין כללים?

איך וואלט זייער געוואלט וויסן אינפארמאציע, די מעשה איז אבער אז מיט אן עידזשענט אויב הייב איך אן פרעגן קשיות בין איך שוין האלבוועגס מחויב צו נעמען ביי יענעם א פאלעסי. איך דארף נישט יעצט א וועכענטליכע מאנטיג 10 אזייגער וואס מאכסטו עפעס גוטס פאון קאל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך האניש קיין פראבלעם אויב דו ווילסט פרעגן סיי וועלעכע פראגע אין אישי, איך געדער א גאראנטי אז איך גיי נישט פאלאוען, נאר אויב דו גייסט ספעסיפיק יא בעטן...

[email protected]
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
מיט מזל
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 10:03 pm

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט מזל »

מסוד חכמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 12:10 pm
שכח @וויך, זייער שיין מסביר געווען.

איז דא אזא סארט search engine ווי איך קען באקומען א ווילדע איידיע וויפיל עס גייט מיר קאסטן לויט מיינע אנגעגעבענע פרטים?

אויב נישט, קענסטו אנגעבן בערך וויפיל פראצענט טייערער ווי דיין 50 דאלער פער חודש משל עס קאסט פאר רויכערער, צוקער, הארץ וכו'? אדער איז נישטא קיין כללים?

איך וואלט זייער געוואלט וויסן אינפארמאציע, די מעשה איז אבער אז מיט אן עידזשענט אויב הייב איך אן פרעגן קשיות בין איך שוין האלבוועגס מחויב צו נעמען ביי יענעם א פאלעסי. איך דארף נישט יעצט א וועכענטליכע מאנטיג 10 אזייגער וואס מאכסטו עפעס גוטס פאון קאל.
https://www.compulife.net/website/431/quoter.html

איך האב א search engine פאר
Physical Build
Tobacco Use
Family History
Blood Pressure
Cholesterol
Driving Violations
Avocations
Medical Conditions

[email protected]
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (25.1 KiB) געזען 2700 מאל
לעצט פארראכטן דורך מיט מזל אום מאנטאג יוני 05, 2023 1:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

5PjRUYBaYS.png
5PjRUYBaYS.png (18.29 KiB) געזען 2725 מאל
מיט מזל האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 12:58 pm
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סיז וויכטיג צו וויסן אבער, די אלע טעיבלס זענען בלויז א קאנצעפט, די קאמפאניס קוקן אויף יעדע קעיס ספעסיפיק, זיי ווילן זעהן דאקטערס רעקארדס, זיי דארפן זיין ווי שטארק די קעיס איז, ווי סטעביל ס'איז... נישט יעדע קראונס קעיס איז די זעלבע, נישט יעדע דייעביטיס קעיס איז די זעלבע וכו וכו...

האב היינט צופרי באקומען א דיקליין פון א קאמפאני אויף א געוויסע זאך, וואס אויף די זעלבע זאך פון די זעלבע קאמפאני האבעך באקומען א גוטע רעיט...

פארגאנגענע וואך האבעך געהאט גאר א גוטע עקספיריענס ב"ה, א איד וואס איז געווארן דיקליינד ביי ני"ל, ביי מעסס מיוטשל האמער באקומען טעיבל 4, ביי גארדיען איז אונז געלונגן ב"ה צו באקומען א נאן סמאוקער...

יעדע קאמפאני קוקט אן יעדע דעטאל באזונדער, און זיי מאכן זייער דעסיזשן בעיסד אויף דעם...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

און דאס איז טאקע א גוטע עקזעמפל פאר סאו קאללד דאמיס צו פארשטיין וואס כאב נעכטן געשריבן בנוגע ריסק...

די קאמפאני דארף אפוועגן זייער ריסק, און מאכן אפ וואס זענען די טשענסעס אז איך זאל דארפן שרייבן מארגן א טשעק, נעקסטע וואך, נעקסטע יאר, צען יאר וכו... און לויט דעם מאכן זיי די פרייזן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
מיט מזל
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 10:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט מזל »

קענדי'ס האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 1:03 pm
5PjRUYBaYS.png
מיט מזל האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 12:58 pm
It's up for renewal, it will work soon IYH
!Thanks for telling me
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

לייק פאר די ארטיקל
דיסלייק פארן קעפל
אייוועלט איז ניט געאייגענט פאר דאמיס
אוועטאר
תשבחתא ונחמתא
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 18, 2022 11:46 pm

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשבחתא ונחמתא »

עפעס א ניק האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 1:32 pm
לייק פאר די ארטיקל
דיסלייק פארן קעפל
אייוועלט איז ניט געאייגענט פאר דאמיס
עס איז דא א ריזיגע בוק פאבלישער dummies.com מיט איבער 300 ביכער אויף יעדע נושא, לדוגמא ווארט פאר דאממיעס , עקסעל פאר דאמיס , אויטא מעינטענענס פאר דאממיעס, גפט פאר דאממיעס, זיי זענען די גרעסטע קאמפאניע ווען עס קומט צו ביכער וואס לערנען אויס קאמפליצירטע נושאים פאר די פשוטע המון עם.

אין די אלגעמיינע וועלט ווען מען בעט איינעם מסביר צו זיין עפעס באנוצט מען זיך אפט מיטן אויסדריק "זיי עס מסביר פאר דאממיעס"
מיט מזל
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 10:03 pm

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט מזל »

מסוד חכמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 12:10 pm
שכח @וויך, זייער שיין מסביר געווען.

איז דא אזא סארט search engine ווי איך קען באקומען א ווילדע איידיע וויפיל עס גייט מיר קאסטן לויט מיינע אנגעגעבענע פרטים?

אויב נישט, קענסטו אנגעבן בערך וויפיל פראצענט טייערער ווי דיין 50 דאלער פער חודש משל עס קאסט פאר רויכערער, צוקער, הארץ וכו'? אדער איז נישטא קיין כללים?

איך וואלט זייער געוואלט וויסן אינפארמאציע, די מעשה איז אבער אז מיט אן עידזשענט אויב הייב איך אן פרעגן קשיות בין איך שוין האלבוועגס מחויב צו נעמען ביי יענעם א פאלעסי. איך דארף נישט יעצט א וועכענטליכע מאנטיג 10 אזייגער וואס מאכסטו עפעס גוטס פאון קאל.
קען אייך צוניצקומען
https://www.compulife.net/website/431/quoter.html
SEE:
Health Analyzer
הצלחה!

[email protected]
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (8.02 KiB) געזען 1426 מאל
לעצט פארראכטן דורך מיט מזל אום דאנערשטאג יוני 08, 2023 5:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סומכוס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 11:19 pm
פארבינד זיך:

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סומכוס »

יקוש פייוויש האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 8:27 am
עקיוז מי! איך ביניש קיין דאממי… און דעיס איז פאר מיר פונקט אזוי..

על הצד אז דו אדער איינער אנדערש ווייסט נישט פון ווי די אויסדרוק נעמט זיך: https://www.dummies.com/
מיין ישיבה איז נישט קיין הפקר וועלט.
לאזן 50% בחורים קלאצן איבער גמרות איז נישט וועלקאם. פינטל.
אוועטאר
סעסעמי סיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 3:29 pm

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעסעמי סיד »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 3:58 am
ווי מיין באקאנטע דיסקלעימער, פערסענאל עדווייס זאל מען נעמען פערסענאל, נישט אויף קיין פובליק פארום... אזוי אויך, די פאקט אז איך גיי שרייבן איבער טוירם אינשורענס מיינט נישט אז איך האלט אז טוירם אינשורענס איז די סעלושן פאר יעדן... איך האלט גראדע אז כמעט יעדער מוז האבן טוירם אינשורענס "אויך", אבער נישט יעדער איז אין די זעלבע פאזישן... איך באשרייבעס בלויז אז מ'זאל עס קענען פארשטיין בעז"ה...

איז דא א מענטש וואס האט חתונה געהאט, דער אייבערשטער האט געהאלפן ער האט א שטוב מיט קינדער, ער האצעך גע'סעטלט - ווי מ'רופט עס - מיט א דזשאב וכד'... ער מאכט זיינע חשבונות וואס די לעבן קאסט אים, ער צוטיילט זיין אינקאם לויט די ביללס... און דא דערמאנט ער זיך... זיין חבר האטעם געקאלט אז ער איז נארוואס געווארן א לייף אינשורענס עידזשענט, ער וויל אריבערקומען אים מסביר זיין וואס לייף אינשורענס איז...

קודם איז גוט צו וויסן, קיינער קויפט נישט קיין אינשורענס ווייל ער גייט ח"ו שטארבן עניטיים סאאן, אויב א מענטש גייט ל"ע שטארבן בקרוב, איז ער סייווי אן-אינשורעבל... די סיבה פארוואס מ'קויפט אינשורענס איז ווייל אויב מאכצעך, ס'זאל זיך נישט מאכן און א מענטש גייט אוועק פון די וועלט אינגערהייט רח"ל... וויל ער נישט אז זיינע קינדער זאלן סאפערן נאכאמאל, גענוג אז זייער טאטע - מאמע איז נישטא, דארפן זיי כאטש די פיינענשל טראמא נישט אדורכגיין... ער באשלוסט אז ער וויל נעמען עקשן...

די ערשטע זאך וואס ער דארף טוהן איז אפשאצן די ריסק, און נאכאמאל, נישט וואס די טשענסעס זענען, נאר אויב ח"ו ס'איז געשעהן, ס'זאל נישט געשעהן... וואס ווערט דא פארלוירן?

ביי א טאטע - די פרנסה ברענגער - ווערט פארלוירן א טאטע ל"ע, וואס דאס קעמען נישט ריפלעסן, ס'ווערט אבער אויך פארלוירן זאכן וואס די טאטע פלעגט טוהן, צולערנען מיטן קינד, פארהערן וכו', דאס קעמען טיילווייז ריפלעיסן, מ'קען דינגן א אינגערמאן דאס צו ריפלעיסן, אזוי אויך ווערט פארלוירן די פרנסה, די טאטע פלעגט אהערשטעלן אלע הוצאות פון די הויז, לאמער מאכן א גראדע נאמבער פון 100,000 דאללער... דאס קעמען אויך ריפלעיסן...

צו דינגן א אינגערמאן קעירצונעמען פון די קינדער קאסט געלט, אונז גיימער צולייגן די געלט צו די אנדערע געלט פראבלעם, די אינקאם פראבלעם...

אצינד צו די אינקאם פראבלעם... דער אינגערמאן מאכט א חשבון, אויב ח"ו איך בין נישט דא, וויזוי קען איך מאכן זיכער אז מיינע קינדער ווערן נישט די וועלט'ס רחמנות...

איך גיי יעצט רעדן פון אן עוורידזש אינגערמאן וואס האט נישט קיין ריעל עסטעיט וואס קען יעצט ברענגען אינקאם, דער וואס האט יא איז א אנדערע מסכת, מ'דארף פון דעם עקסטער רעדן...

כדי צו ברענגן 100,000 דאללער גאראנטירט היינט צו טאגס, דארף מען האבן 2 מיליאון דאללער! איך ווייס אז מאנכע גייען זאגן, וואס? גיב מיר 2 מיליאון דאללער איך ברענג דיר סאאאך מער! אמת, ווען דו ארבייטסט און דו קענסט נעמען ריסק, קענסט פארנעמען "אפס און דאונס", איז דא גוטע טשענסעס צו מאכן מער ווי דעם... אבער ווען א מענטש איז נישטא, זיין ווייב דארף מארגן ברענגען ברויט, מוז די געלט ברענגען יעדעס יאר קאסיסטענט גאראנטירטע געלטער!

ווען איך זאל שרייבן די זעלבע ווערטער פאראיאר, ווען מאט געקענט באקומען 2-3 פראצענט, וואלט מען געדארפט 3 - 4 מיליאון דאללער צו קענען ברענגען 100,000 דאללער א יאר, עז ווי ספיעק רייט נאו, קעמען באקומען 5 פראצענט, קעמען פון 2 מיליאון דאללער מאכן 100,000 דאללער א יאר...

אין אנדערע ווערטער, אויב דער מענטש שטארבט, איז דא א יערליכע 100,000 דאללערדיגע פראבלעם, אדער אין קורצן א 2 - 3 מיליאן דאללערדיגע פראבלעם...

יעצט האבעך שוין א עצה, אבער וויזוי קען א מענטש אנגרייטן די 2-3 מיליאון דאללער אויב ער איז נישטא, ער האטעך נישט די געלט ווען ער איז יא דא?

דא קומט אריין אינשורענס... אינשורענס קאמפאניס קענען נישט גאראנטירן קיין לעבן, זיי קענען נישט מאכן מענטשן זאלן נישט שטארבן... זיי קענען אבער נעמען די ריסק וואס דו האסט, דהייני די 2 מיליאון דאללערדיגע פראבלעם, און עס טרענפערן צום רבים... אנשטאטס סאל זיין דיין אינדעווידזשל פראבלעם, גייטעס יעצט ווערן דעם עולם'ס פראבלעם, און צווישן דעם עולם איז דא געלט!

וויזוי ארבייט דאס? וויזוי טרענספערט מען די ריסק פון איין מענטש צו א רבים? זייער פשוט! יעדער יחיד וואס וויל זיך אנשליסן מוז זיך לאזן אונטערזוכן, צו מאכן זיכער אז ער איז געזונט און שטעלט נישט פאר א גרעסערע ריסק ווי א צווייטן, די קאמפאני שטעלט אויס גרופעס לויט וויפיל ריסק זיי האבן... און נאכאמאל, קיינער ווייסט נישט ווער ס'גייט שטארבן, אבער די קאמפאני האט א סטאטיסטיק, פון יעדע גרופע פון מיליאון געזונטע מענטשן, פון די יארגאנג שטארבן אזויפיהל מענטשן... די קאמפאני נוצט די סטאטיסטיקס אויסצושטעלן גרופעס לויט די ריסק... גראבע מענטשן, מענטשן וואס רייכערן, מענטשן מיט צוקער, הארץ אדער אנדערע געזונטהייט פראבלעמען... יעדער ווערט אריינגעשטעלט אין זיין קלאסס ווי ער באלאנגט... און פארשטייצעך אויך טיילט מען איין לויט די יארגאנג...

יעצט שטעלט די אינשורענס קאמפאני אהער א נאמבער, וואס לויט וויזוי זיי שאצן דארפן זיי האבן דעם סכום פון יעדן קלאסס צו קענען באצאלן א דעד בענעפיט אויב ח"ו איינער שטארבט... די קאמפאני נעמט פון די געזונסטע גרופע ווייניגער געלט און פון די קראנקערע מער געלט, אינגע מענטשן צאלן ווייניגער, ווייל זייער ריסק צו שטארבן איז קלענער לויט די סטאטיסטיקס, און עלטערע צאלן מער...

די אינשורענס קאמפאניס נעמען צוזאם פון יעדן די געלט, און לייגן דאס אריין אויף געוויסע פלעצער לויט וויזוי זיי ווערן רעגולעיטעד, א חלק אין באנק, א חלק אין שארט טוירם אינוועסטמענטס א חלק אין אנדערע פלעצער...

יעדעס מאל א מענטש שטארבט, שרייבן זיי א טשעק פאר יענעם'ס בענעפישערי...

ס"ה ביז אהער...

א מענטש וואס זיין לעבן קאסט אים 100,000 דאללער א יאר, האט א ריסק אליין, אויב ח"ו ער שטארבט, דארף ער אויפקומען מיט 100,000 דאללער א יאר פאר זיין משפחה, לויט די היינטיגע רעיטס איזעס 2 מיליאון דאללער... ער קען נישט אליין טראגן די ריסק, גייט ער צו די אינשורענס קאמפאני און ער גיבט זיי איבער די ריסק...

יעצט אז מ'פארשטייט אז אלעס איז געבעיסד לויט וויפיל ריסק ס'איז דא, קעמען גיין אביסל ווייטער...

ווען א מענטש קויפט איין מיליאון דאללער אינשורענס, איז זיין ריסק האלב, פון דעם וואס קויפט 2 מיליאון דאללער אינשורענס... אוטאמאטיש קאסט עס ווייניגער...

ווען א מענטש קויפט אינשורענס ביי די 20, איז ער א קלענערע ריסק ווי דער וואס קויפט ביי די 30, אוטאמאטיש איזעס ביליגער...

א רגע צו עידזש... קומט אויס אז ווען א מענטש איז 20 צאלט ער איין פרייז, ווען ער ווער 25 קאסט עס מער... און אויב ביי די 25 איזער אביסל גרעבער, וואס גייט געשעהן?

זענען די אינשורענס קאמפאניס אויפגעקומען מיט די קאנצעפט פון גאראנטירט רינועל... אז א מענטש קען קויפן א פאלעסי און סיז גאראנטירט אז ער קען עס קויפן אויף די זעלבע רעיט ווי יעצט, ווילאנג ער באצאלט די פרימיום...

אזוי אויך קען מען קויפן פאלעסיס וואס הייסן "לעוול טוירם", די אינשורענס קאמפאניס נעמען די פרייז פון די יעצטיגע רעיט, זיי רעכענען אויס וויפיל ס'דארף צו קאסטן די רעיט ביי 25, ביי 26, ביי 28 ביז 35 יאר... און זיי לעוולן די פרייז... דו קענסט יעצט קויפן א פאלעסי וואס איז געלאקד פאר 10 יאר די זעלבע פרייז...

זעלבסטפארשטענדליך אז א פאלעסי וואס איז גאראנטירט ביז עידזש 35 איז א קלענערע ריסק ווי א פאלעסי וואס איז גאראנטירט פאר ביז עידזש 45 אדער 55...

סאו ווי לענגער די "טוירם" פון די פאלעסי איז, אלס גרעסער איז די ריסק און אלס טייערער איזעס...

ס"ה ווייטער... דער מענטש טרענספערט זיין ריסק פאר די אינשורענס קאמפאני, ער צאלט איין א סכום, געוואנדן לויט די ריסק... ווי לענגער די טוירם גייט האלטן, אלס גרעסער איז די ריסק, און אלס טייערער ווערט עס...

מ'האלט אין איין רעדן פון טייערער און טייערער... מ'קען מיינען אז מ'רעדט דא פון מיליאונען... סה"כ רעדט מען דא פון א 25 יעריגער אינגערמאן וואס איז געזונט ווי א בער, אויב וויל ער קויפן א פאלעסי וואס גאראנטירט אים די זעלבע פרייז פאר צען יאר, קאסט עס בערך 300 דאללער פאר יעדע מיליאון דאללער אינשורענס... ס'טייטש, אויב ווילער קויפן 2 מיליאון דאללער אינשורענס גאראנטירט פאר 10 יאר, גייט עס אים קאסטן בערך 50 דאללער א חודש...

וואס אבער גייט ער טוהן אויב 10 יאר ארום איז זיין קאלעסטעראל נישט גוט, וכו... דעמאלטס קען די אינשורענס ווערן זייער טייער? זענען דא וואס קויפן א 20 יעריגע טוירם אדער א 30 יעריגע טוירם...

סאו אונזער 25 יעריגער אינגערמאן וואס וויל איינשפארן די זעלבע פרייז פאר די נעקסטע 20 יאר, היות די ריסק ווערט יעצט גרעסער פאר די קאמפאני, גייט ער באצאלן 600 דאללער פאר יעדע מיליאון דאללער אינשורענס... סאו ער גייט באצאלן 100 דאללער א חודש פאר 20 יאר און ער איז גאראנטירט אז פאר די פרייז האט ער 2 מיליאון דאללער אינשורענס...

אויב ח"ו, אויף קיין שום איד נישט געוואונטשן, ער גייט אוועק אין די 20 יאר, באקומט זיין ווייב, אדער א צווייטער, ווענצעך וועם ער האט אריינגעשריבן אלס בענעפישערי... 2 מיליאון דאללער, און זי קען טוהן דערמיט וואס זי וויל...

אויב האט מען אן אחראיות'דיגע עידזשענט וואס דעליווערט די טשעק, מאכט ער זיכער אז די ווייב פארשטייט וואס די ציהל מיט די געלט איז, און מ'לייגט די געלט צו די ארבייט... און די געלט ברענגט 100,000 דאללער א יאר...

און דאס איז די פראסעס צו באקומען טוירם אינשורענס...

מ'מאכט אפ אן אמאונט וואס מ'דארף, מ'עפלייט ביי די אינשורענס קאמפאניס צו זעהן וואסערע רעיט מ'קען באקומען... כדי צו באקומען א רעיט דארף מען ענטפערן אביסל געזונטהייט פראגעס וכד... די קאמפאני קוקט אדורך די פייל, און זיי קומען צוריק מיט דיין רעיט... דו ביסט די רעיט... יעצט דארף די עידזשענט דיר ווייזן וויפיל ס'קאסט א פאלעסי גאראנטירט פאר 5 יאר, 10 יאר וכו, איין מיליאון, 3 מיליאון אדער 5 מיליאון... יעדער מאכט אפ וואס מ'דארף...

דאס איז פאר דערווייל...

פראגעס?
פרעג פאר א חבר

סתם נייגעריג, ווען איך האב געקויפט אינשורענס בין איך געוועןצא 40 50 פונט מער ווי יעצט [קענסט די שנה ראשונה] זאכן יעצט נאך 15יאר און האלטן זיך אויף א שטרענגע דייעטע איז מיין וואג און קאלעסטירל מיט אלעס און סאך א בעסער פאזיציע, גייט מיך עס קאסטן מער ווייל איך בין עלטער אדער ווייל איך בין געזונטער גייט עס זיין ביליג

נב מיין קאלעסטירל און טריגילייטס פלעגן אמאל זיין שטרעבליך הויך
האב נישט פיינט קיין צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר!!!
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

מיט מזל האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 9:52 am
מסוד חכמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 12:10 pm
שכח @וויך, זייער שיין מסביר געווען.

איז דא אזא סארט search engine ווי איך קען באקומען א ווילדע איידיע וויפיל עס גייט מיר קאסטן לויט מיינע אנגעגעבענע פרטים?

אויב נישט, קענסטו אנגעבן בערך וויפיל פראצענט טייערער ווי דיין 50 דאלער פער חודש משל עס קאסט פאר רויכערער, צוקער, הארץ וכו'? אדער איז נישטא קיין כללים?

איך וואלט זייער געוואלט וויסן אינפארמאציע, די מעשה איז אבער אז מיט אן עידזשענט אויב הייב איך אן פרעגן קשיות בין איך שוין האלבוועגס מחויב צו נעמען ביי יענעם א פאלעסי. איך דארף נישט יעצט א וועכענטליכע מאנטיג 10 אזייגער וואס מאכסטו עפעס גוטס פאון קאל.
קען אייך צוניצקומען
https://www.term4sale.com/
SEE:
Health Analyzer
הצלחה!

[email protected]
וואס לייג איך אריין ביי אמאונט אוו אינשורענס? צוויי מיליאן אדער הונדערט טויזנט?
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה

@וויכטיג מאכער קודם ייש"כ פאר דיין ארבעט אינדעם, כ'האב שוין געטראכט אפאר מאל וועגן עס טון (בפרט לעצטע יאר ווען סאטמאר מהריי האט געמאכט א מצב וועגן דעם) נאר כסדר העולם איז עס געגאנגען שלאפן,
לאמיר דיר אזוי פרעגן, אויב האבעך געמאכט א אישורענס פלען פאר 20 יאר, נאכדעם ווילעך עס פארלענגערן פאר נאך 10 יאר, גייט עס מיר קאסטן ווי ביז יעצט, אדער ס'גייט זיין א פרישע חשבון?
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
House arrest
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 17, 2023 2:50 am

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך House arrest »

סעסעמי סיד האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:15 am

If he lost weight lately they might make problems, if he lost the pounds a long time ago then it might be better, but your agent might be best to answer you accurately
מיט מזל
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 10:03 pm

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט מזל »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:33 pm
מיט מזל האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 9:52 am
מסוד חכמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 12:10 pm
שכח @וויך, זייער שיין מסביר געווען.

איז דא אזא סארט search engine ווי איך קען באקומען א ווילדע איידיע וויפיל עס גייט מיר קאסטן לויט מיינע אנגעגעבענע פרטים?

אויב נישט, קענסטו אנגעבן בערך וויפיל פראצענט טייערער ווי דיין 50 דאלער פער חודש משל עס קאסט פאר רויכערער, צוקער, הארץ וכו'? אדער איז נישטא קיין כללים?

איך וואלט זייער געוואלט וויסן אינפארמאציע, די מעשה איז אבער אז מיט אן עידזשענט אויב הייב איך אן פרעגן קשיות בין איך שוין האלבוועגס מחויב צו נעמען ביי יענעם א פאלעסי. איך דארף נישט יעצט א וועכענטליכע מאנטיג 10 אזייגער וואס מאכסטו עפעס גוטס פאון קאל.
קען אייך צוניצקומען
https://www.compulife.net/website/431/quoter.html
SEE:
Health Analyzer
הצלחה!

[email protected]
וואס לייג איך אריין ביי אמאונט אוו אינשורענס? צוויי מיליאן אדער הונדערט טויזנט?
וויפיל אינשורענס איר ווילט
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

@מיט מזל כ'מיין צו פרעגן וויפיל איך וויל מאכן אינגאצן, צו יערליך?
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
מיט מזל
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 10:03 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט מזל »

מיט מזל האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 1:16 pm
קענדי'ס האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 1:03 pm
5PjRUYBaYS.png
מיט מזל האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 12:58 pm
It's up for renewal, it will work soon IYH
!Thanks for telling me
ארבעט שוין ב"ה מיט Health Analyzer Questionnaire

https://www.compulife.net/website/431/quoter.html
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (98.42 KiB) געזען 399 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”