צוויי ווערטער....

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

"אוי באשעפער, וואס אויף די וועלט גייט דא פאר?" ערגערן זיך די ברידער איינמאל און נאכאמאל. "למען השם, פארוואס לויפט אונז דער שלעכט מזל נאך, איינמאל און נאכאמאל?!. צוערשט זענען מיר געווארן באשולדיגט אלס שפיאנען, נישט מער און נישט ווייניגער, און וויפיל מיר האבן פרובירט אויפצו ווייזן אז אונז זעמיר ערליכע געטרייע בירגער, האט עס גארנישט געהאלפן. מען האט אונז אלע איינגעשפארט פאר דריי טעג אין טורמע נישט וואוסנדיג וואס צו ערווארטן. שפיאנען באקומען דאך געווענליך טויט שטראף. אבער בחסדי ה' האט מען אונז ענדליך ארויסגעלאזט, אבער איינעם פון אונז האט מען ווייטער געהאלטן פארשפארט, און אונז האט מען אהיים געשיקט צו ברענגן באווייז אז מיר זענען ערליכע געטרייע בירגער, און ביז דאן, איז אונזער ברודער פארהאלטן געווארן אין געפענגעניש אין א פרעמד לאנד. ווער האט זיך אויף אזוינס געראכטן אז פונקט אונז פון צווישן אלע אנדערע טויזענטע באזוכער וועלן מיר ווערן אנגעקלאגט אלס שפיאנען? דער באאמטער מוז זיין א געבראטענע אנטיסעמיט. קיינעם אנדערש האט מען נישט געפרעגט קיינע פראגעס, נאר מען האט זיי גלייך פארקויפט וואס זיי האבן געוואלט און געלאזט גיין, און נאר אונז האט ער פיינט, און באשולדיגט מיט דאס אומדערהערטע!", קענען די ברידער נישט צו זיך קומען פון וואס עס באטרעפט זיי.

אנגעהויבן האט זיך עס איין טאג ווען זייער פאטער האט זיי געלאזט רופן: "מיינע טייערע קינדער קומטס ביטע אהער איך וויל אייך עפעס בעטן".

אלע ברידער זענען געקומען צו גיין צום פאטער און געווארט צו הערן וואס ער וויל זיי זאגן. דער פאטער לאזט זיי נישט ווארטן, און רופט זיך אן צו זיי: "איר אלע ווייסט געוויס, אז עס הערשט יעצט א הונגער אויפן וועלט אריינגערעכנט דא ביי אונז אין ארץ ישראל, און אונזער עסן זאפאס גייט אויסלויפן אין די נאנטע צוקונפט, און איך האב געהערט אז אין דעם דערנעבנדיגן מצרים קען מען טרעפן עסן צו קויפן, אלזא וויל איך אייך בעטן איר זאלט זיך ארויסלאזן קיין מצרים, און זיך גיין איינהאנדלן שפייז פאר אונזער הויזגעזונד".

די צען ברידער האבן אלע גלייך צוגעשטימט, און געמאכט די נויטיגע פלענער, מיטגענומען גענוג געלט און זיך ארויסגעלאזט אויפן רייזע קיין מצרים צו איינהאנדלען די שפייז פאר זייער עלטערן און משפחות, און אויך מיט א קליינע האפענונג אז אפשר וועלן זיי טרעפן זייער פארלוירענע ברודער וואס פעלט שוין א לענגערע צייט.

ביים אנקומען אין מצרים האבן זיי זיכער געמאכט נישט צו ציען קיין אויפמערקזאמקייט, און אריינגעקומען באזונדער פון אנדערע גרעניץ טויערן, און געהאפט אז אלעס וועט דורכגיין בשלום, און זיי וועלן ווי אמשנעלסטן קענען צוריק זיין אינדערהיים מיט די איינגעהאנדלטע פראדוקטן.

אבער, ווי נאר זיי זענען אנגעקומען קיין מצרים האבן זאכן אנגעהויבן גיין אין אן אנדערן ריכטונג. מען האט זיי אלע געברענגט צום דורטיגן רעגירונג געשטעלטער באאמטער, וואו מען האט זיי געשטעלט פאר א קרייץ פארהער. מען האט זיי אויסגעפרעגט אלע סארטן פראגעס פון זייערע משפחות און זייער היסטאריע פון קליינווייז אן ביז יעצט, נישט וואוסנדיג וואס מען וויל פון זייער לעבן האבן. און טראץ דאס וואס זיי האבן אלעס געענטפערט פונקטליך און קלאר מיט אלע דעטאלן האט עס זיי גארנישט געהאלפן, זיי זענען -ווי דערמאנט אויבן- געווארן באשולדיגט אלס שפיאנען, און געווארן פארשפראכן אז ווען זיי וועלן ברענגן זייער אינגסטע ברודער בנימין'ן וואס איז געבליבן אינדערהיים, וועט דער הארבער באשולדיגונג ווערן אראפגענומען פון זיי, און זייער איינגעשפארטע ברודער שמעון וועט ווערן באפרייט.

שוין. נישט האבנדיג קיין ברירה, האבן זיי מיט טרויעריגע געמיטער איינגעקויפט די פראדוקטן און זיכער געמאכט צו באצאלן דעם פולן פרייז, אז מען זאל זיך נישט קענען נאכאמאל פארלייגן אויף זיי, און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים מיט פארקלעמטע הערצער, האפנדיג אויפן בעסטן.

אינמיטן וועג האבן זיי זיך זיך אפגעשטעלט אין אן האטעל צו שעפן פרישע כוחות פאר די ווייטערדיגע וועג. זיי האבן זיך איינקווארטירט אין זייערע שטובער, און זיי הויבן אן אויפצועפענען זייערע זעק צו ארויסנעמען עסן פאר זייערע אייזלן, און פלוצלונג... "געווא-א-א-א-אלד" שרייט איין ברודער היסטעריש. אלע ברידער ווערן געכאפט אין שאק און קומען צו לויפן מיט דערשראקענע הערצער ווילנ'דיג אויסגעפונען וואס אזוינס שרעקליכס עס האט פאסירט. "קוקטס אהער", ווייזט זיי דער ברודער בלאסערהייט אויסזעענדיג כמעט נישט לעבעדיג. "מיין געלט וואס איך האב באצאלט פאר די באאמטע דורט אין מצרים ליגט דא אין מיין זאק!". די ברידער קוקן זיך אום דערשראקן און פארזארגט, און זיי גייען שנעל איבערקוקן זייער אייגענע זעק זיכער צו מאכן אז עס איז אן איזאלירטע אינצידענט, און אז נאר ביי דעם ברודער איז בטעות אריינגעפאלן זיין געלט. אבער ניין! יעדער איינער טרעפט זיין זעקל געלט אין זיין זאק. אלע ברידער זענען דערשראקן געווארן צום טויט, אז זייערע הערצער זענען כמעט ארויסגעפלויגן. "באשעפער טייערער! וואס טוסטו דא מיט אונז? מען וועט אונז יעצט קומען ארעסטירן אלס פאלנע גנבים, און מיר האבן נישט קיין שום וועג צו אויפווייזן אונזער אומשולד. וואס אזוינס פאלט אויף אונזער קעפ. רבונא דעלמא כולא! זיי זיך שוין מרחם אויף אונז. צרות איינס נאכן צווייטן, מיר פארשטייען נישט וואס גייט פאר מיט אונז".

די ברידער האבן זיך אומגעקערט אהיים צו זייער פאטער, און דארט זידלט זיי זייער פאטער אן אויף וואס זיי האבן דא אנגעווערטשאפט, און ווארפט זיי פאר פארוואס זיי האבן אים אזוי פארפלאנטערט. יעצט וועל איך מוזן אוועקשיקן מיין באליבטער בנימין, און ווער ווייסט וואס קען געשען מיט אים. אבער קיין ברירה האט ער נישט געהאט. מען דארף דאך האבן צו עסן, און אן בנימין קען מען דאס נישט באקומען. מיט א פארקלעמטער הארץ שיקט דער פאטער מיט בנימין'ן מיט זיי און בעט זיך מיט טרערן אין די אויגן אז זיי זאלן אכטונג געבן וואס זיי טוען, און זיכער מאכן אז זיי ברענגן אים אהיים געזונטערהייט מיט אלע אנדערע ברודערס וואס פעלן. ער האט מיטגעשיקט מתנות און עקסטערע געלט איבערצוגעבן פאר די באאמטע, און ווארעם אנגעווינטשן אז דער באשעפער זאל רחמנות האבן.

זיי לאזן זיך ארויס צום צווייטן מאל און ציטערן פאר זייער שאטן, ווער ווייסט וואס מיר זאלן ערווארטן?. אנקומענדיג קיין מצרים, שטעלן זיי זיך נאכאמאל פארנט פון דעם שטרענגן באאמטער, און ווייזן אים אן אויף זייער ברודער בנימין. זיי האפן אז מיט דעם האט זיך דער שפיל געענדיגט און מען וועט זיך קענען ארויסלאזן פון דא אלע ברידער אינאיינעם ווי אמשנעלסטן. אבער... ניין! מען גייט נאכנישט אין ערגעץ! דער אויפזעהער ווייזט זיי צו אריינצוגיין אינ'ם הויז, אנגעבנדיג אז דאס איז א דירעקטע באפעל פון'ם באאמטען.

א שרעק באפאלט זיי. "שוין! דא האט עטץ! יעצט גייט מען אונז צימבלען אויף די געלט וואס אונז האמיר געטראפן אין אונזער זעק. אוי באשעפער זיסער. אונז טראגן דאס נישט דורך!". זיי הייבן גלייך אן פארצולייגן זייער פאסירונג פארן אויפזעהער, ווי זיי האבן מיסטריעז געטראפן דאס געלט אין זייערע זעק און זיי האבן עס יעצט צוריק געברענגט אפצוגעבן. דער אויפזעהער בארואיגט זיי אז אלעס איז בסדר. ענקער גאט האט דאס ענק צוגעשיקט. מען האט באפרייט שמעונ'ן און זיי האבן זיך ענדליך פאראייניגט.

מען פאררופט זיי צו א לאנטש ביי דעם באאמטען אינדערהיים. זיי וואונדערן זיך: "וואס פאר א מאדנע זאכן געשעט דא צו אונז?".

מען זעצט זיי אויס צום טיש מיטן בעכער אינ'ם האנט יעדער לויט זיין עלטער. זיי קוקן זיך אן איינעם דעם צווייטן: "דו פאשטייסט וואס דא גייט פאר?".

נאך וואס דער סעודה איז פארטיג געווארן האבן זיי באקומען מתנות, איינגעהאנדלט די שפייז אהיימצונעמען, באצאלט און איינגעפאקט. דעם נעקסטן צופרי לאזט מען זיך ענדליך ארויס אויפן וועג אהיים, האפענדיג אז דאס אלעס איז געווען א בייזע חלום, און יעצט וועט שוין אלעס פארן ווי עס דארף צו זיין.

זייענדיג נישט ווייט פונ'ם שטאט, הערן זיי פלוצלונג יאמערליכע סירענעס, ווי די מצרי'שע פאליציי יאגן זיך אנצוקומען ווי שנעלער. זיי שטעלן זיך אפ און האפן צו זען אז נישט זיי מיינט מען. אבער... ווי נאר זיי קומען אן צו זיי, שרייט דער אויפזעהער אויף זיי מיט באנומענע קולות: "א באנדע גנבים וואס עטץ זענטס! מחוצפים איינס אין די וועלט! אזעלכע כפויי טובה! דעם טייערן בעכער פון אונזער באאמטען האט עטץ זיך פארגלוסט?".

די ברידער ווייסן נישט וואס איז ווידער געפאלן אויף זייערע קעפ, און רופן זיך אן: "וואס רעדט איר? פארוואס זאגט איר אזוי? אונז טו מיר נישט אזעלכע זאכן. איר האט דאך געזען אז מיר האבן צוריקגעברענגט דאס געלט וואס איז אריינגעפאלן אין אונזערע זעק, איז פארוואס פאלט אייך ביי אונז צו באשולדיגן אלס גנבים? אדרבה, זוכטס עס אויף, און אויב טרעפט עטץ דאס, קענט איר הרגנ'ען דעם ביי וועם איר טרעפט דאס, און אונז וועלן מיר אלע זיין קנעכט". די פאליציאנטן רעאגירן, זאגנדיג: "זייער גוט, מיר וועלן נעמען אלס קנעכט בלויז דעם וואס איז שולדיג, און די איבעריגע וועלן ווערן באפרייט".

די פאליציאנטן ווארטן נישט אויף קיין כבוד, און נעמען זיך גלייך צום מלאכה און פירן דורך א גרונטליכן אונטערזוכונג, ווי די ברידער קוקן זיך צו מיט אנגסט און שרעק אויף דעם גאנצן סענזאציע וואס שפילט זיך אפ.

און אט דאס שרעקליכסטע פאסירט. אה אוי! פארנט פון זייער אויגן ווערט דער בעכער ארויסגעצויגן פון בנימין'ס זאק! טראך! שאק און שוידער! וואס פארא גיהנום אויף אונז?!!.

די ברידער צורייסן זיך די קליידער פון גרויס צער, און קערן זיך אום צום שטאט. אנקומענדיג צום באאמטען שרייט ער זיי אן אויף דעם אומדערהערטן חוצפה וואס זייער ברודער האט געטון מיטן גנב'נען זיין כישוף בעכער.

איינער פון די ברודער, יהודה הייסט ער, נעמט דאס ווארט און מיט א טרערן געשטיקטע שטימע רופט ער זיך אן אין נאמען פון אלע ברידער: "מיין הער, מיר פילן זיך זייער שלעכט אויף וואס עס האט פאסירט, און מיר האבן באמת נישט קיין ווערטער. מיר האבן זיך פארזינדיגט פאר אונזער גאט, מיר נעמען אן באהבה דעם רצון ה' און מיר אלע וועלן בלייבן דא אלס אייער קנעכט". דער באאמטער ווארפט דאס אבער באלד אפ, און זאגט זיי אז נאר דעם גנב, דאס הייסט בנימין, וועט ער האלטן אלס קנעכט און אלע איבעריגע קענען אהיים גיין צום פאטער וואס ווארט שוין אויף זיי אומגעדולדיג. יהודה רעדט מיטן באאמטן, און פרובירט צו זען וואס מען קען דא טון זיך ארויסצוזען פונ'ם מאסיוון פראבלעם.

דעד ענד! וואו גייט מען דא ווייטער? די ברידער זענען אובד עצות. זיי האלטן דא אין איין מיטהאלטן איין דורכפאל נאכן צווייטן. איין וואונדער נאכ'ן צווייטן. מאדנע אומפארויסגעשאצטע געשעעניש קומען פאר און זיי ווייסן נישט וואס צו טראכטן. זיי האבן א מיליאן פראגעס אויף די גאנצע דורכגאנג פון די לעצטע שטיק צייט, און מיטשענען זיך צו פארשטיין דער ענטפער דערויף. פארוואס דאס, פארוואס יענץ? זיי וואונדערן זיך צו וועלן זיי אמאל פארשטיין וואס האט פאסירט.

ביז... עס קומט אן דער מינוט. דער באאמטער גיבט זיך א רוף אן צו זיי מיט צוויי ווערטער:
"אני יוסף!!!".

וואו!!!.... זענען זיי דערשראקן געווארן! אלעס שטעלט זיך אין פלאץ. אלע צווייפלנישן ווערן אויס. נישטא מער קיין פראגעס. אלעס ווערט פארענטפערט וואונדערליך. אלעס שטימט שוין!
די גאנצע דורכגאנג איז געווען פשוט און גראד צו אנקומען צו דעם מאמענט זיך צו פאראייניגן מיט זייער לאנג פארלוירענע ברודער. און מיט א ווייטערן בליק, צו ברענגן די אידן אויסצופילן די גלות פליכט וואס איז געווארן ארויפגעלייגט אויף זיי ביי די ברית בין הבתרים.

***

"אוי באשעפער, וואס אויף די וועלט גייט דא פאר?" ערגערט זיך זלמן נחום איינמאל און נאכאמאל. "למען השם, פארוואס לויפט מיר דער שלעכט מזל נאך, איינמאל און נאכאמאל?!. איך בין יעצט אויפן וועג צום שפיטאל, צו זיין מיט מיין זיבן יעריגן קינד, וואס איז באטראפן געווארן מיט א זעלטענע קרענק און מיטשעט זיך שוין אפ פאר עטליכע וואכן און ראנגלט זיך פאר זיין לעבן, און פונקט יעצט שטעלט מיר אפ א פאליציאנט, און צו מיין גוטער מזל איז מיין לייסענס אפגעלאפן, און נישט מער און נישט ווייניגער גייט ער מיר יעצט ארעסטירן", קען ער נישט צו זיך קומען.

ענדליך נאך וואס עטליכע גוטע אידן האבן זיך אריינגעלייגט, האט מען אים ארויסגעלאזט, און ער האט באלד גענומען א טעקסי וואס זאל אים צופירן צום שפיטאל, וואס האט אים אנטפאנגן מיט דעם שלעכטן בשורה אז עס איז ליידער א בד"ה. א שאק האט אים געכאפט, און א פרישע קרעכץ לאזט זיך ארויס פון זיין הארץ "באשעפער טייערער, וויפיל נאך וועל איך ליידן?".

נישט לאנג דערנאך האט זלמן נחום מבשר געווען א בשורה טובה איבער דאס געבורט פון זיין נייעם געבוירענעם, האפענדיג אז דאס וועט עטוואס פארגלעטן דעם וואונד אויף זיין הארץ, וואס דער פטירה פון זיין קינד האט דארט איבערגעלאזט. אפאר טעג איז אדורך, און ער באקומט א רוף אויפן טעלעפאן פונ'ם שפיטאל, ווי דער דאקטאר מעלדט אים טרוקן: "מיסטער זלמן, איך האב עפעס וויכטיג מיטצוטיילן. איר זיצט? די טעסטן אויף אייער ניי געבוירענעם צייגן אז דאס קינד איז א דאון סינדראם באטראפענע. ביטע לאזט אונז וויסן אויב איר פלאנירט אים אהיים צו נעמען".

זלמן נחום שפירט ווי טויזנטע האמערס האקן אים אויפן שטערן. "אוי רבונא דעלמא כולא! וויי וויי וויי! פארוואס איז מיר דאס אלעס צוגעטיילט געווארן? וויפיל קען מיין הארץ פארנעמען?, וואס גייט דא פאר אויף דעם וועלט?", קען ער נישט פארשטיין.

און אזוי ווי זלמן נחום, איז דא קלמן מענדל וואס איז געווען אן אלטער בחור, און ענדליך חתונה געהאט מיט א גרושה, און געווארט פינף יאר אויף דאס ערשטע קינד, וואס איז דערנאך רח"ל אומגעקומען אין א קאר עקסידענט אלט זייענדיג נישט מער ווי דריי און א האלב יאר, און דערצו איז זיין ווייב ליידער דאן אראפ פון זינען, נישט קענענדיג פארנעמען די אומגעהויערן צער ה"י. אדער ברוך פייוול וואס האט אנגעוואוירן זיין גאנצע פארמעגן ביי די סטאק מארקעט קראך, און איז געווארן ארויסגעווארפן פון זיין אייגענע הויז צו די קאלטע גאס, און זיך געמוזט אריינשטיפן אין א קליין לעכל מיט זיין גאנצע געזונדל, און דערנאך זיך געמוזט אפגעבן מיט זיין אידענע וואס איז ליידער באטראפן געווארן מיט די מחלה הארורה רח"ל פאר עטליכע יאר, דערביי פארטיילנדיג זיינע קינדער צווישן גוטע אידן, אבער האבן ליידער איבערגעלאזט שפורן אויף זיין עלטסטן וואס האט אנגעהויבן זיך צו חבר'ן מיט נישט גוטע חברים, און איז ליידער אפגעפארן פונ'ם אידישן דרך, איבערלאזנדיג דעם צובראכענעם טאטן אינגאנצן צושאסן און פארצער'ט.

אזוי קען צומאל זיך אנזאמלען מיליאנען פראגן אויף דעם דרך העולם, נישט וויסנדיג וואס צו טראכטן. פארוואס זענען יונגע בחורים טראגיש אומגעקומען אין א שוידערליכע עקסידענט? פארוואס איז א יונג קינד שלא טעם טעם חטא אומגעקומען אויפן וועג צום חדר? פארוואס האט א יונגע פרוי זיך אפגעמוטשעט פאר יארן, און דערנאך אויסגעהויכט איר נשמה איבערלאזנדיג א גאנצע געזונדל אינדערהיים? פארוואס? פארוואס? פארוואס?.

ביז עס קומט דער ריכטיגע מינוט וואס דער באשעפער האט באשטימט אז משיח זאל קומען, ומלאה הארץ דעה, און מיר וועלן אלע זוכה זיין צו די התגלות השכינה, ווי דער באשעפער וועט אויסרופן צוויי ווערטער:
"אני ה'!".
אלע פראגעס וועלן דאן וואונדערליך פארענטפערט ווערן און אלע אומפארשטענדליכע מצבים וועלן אויסגעקלארט ווערן. יעדער וועט זען און פארשטיין אז יעדע זאך וואס האט זיך אפגעשפילט האט געהאט א פונקטליכע חשבון פארשריבן דורכ'ן באשעפער אליין פארוואס און פארוועם עס האט געדארפט געשען.

ווען איינער קוקט אריין אין א גרויסע צימער דורך דעם שליסל לאך, וועט ער נאר קענען זען א געצוימט בילד לויט ווי גרויס דער לאך איז, און וועט נישט קענען זען אלעס וואס דער צימער פארמאגט, און עס קען אמאל צייגן ווי עס לייגן זיך אויס אויפן טיש געוויסע אביעקטן איינס נאכן צווייטן אין א שיינע רייע, אבער נישט זעענדיג קיינעם וועט א נאר טראכטן אז עס געשעט אליינס, ווייל מען זעט דאך נישט קיינעם וואס זאל דאס טון. דער חכם פארשטייט אבער אז גארנישט געשעט נישט אליינס, איי ער זעט נישט ווער עס טוט עס, איז פשוט ווייל זיין וויזיע איז געצוימט, און איינמאל דער טיר פראלט זיך אויף ברייט, גיבט דאס די מעגליכקייט צו זען דעם גאנצן בילד קלארערהייט און דאן זעט מען פונקטליך ווער עס טוט עס.

דערווייל פארשטייען מיר טאקע נאר לויט וויפיל עס ערמעגליכט אונז אונזער געצוימטע קליינע שכל, אבער מיר אידישע קינדער זענען מאמינים בני מאמינים און גלייבן באמונה שלימה אז עס איז נישטא קיין איין זאך וואס געשעט סתם אזוי, און אפילו מיר זעען נישט קיין שום סיבה פארוואס עס געשעט ווייסן מיר אז עס איז דא א גרויסע בילד וואס וועט נאך איין טאג קלאר ווערן בביאת המשיח במהרה בימינו.

(ע"פ החפץ חיים)
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
פעטע פישל
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2022 7:40 pm

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטע פישל »

וואו ;l;p- ;l;p- ;l;p-
(שוין געמיינט אז מען מעג נאר שרייבן 2 ווערטער דא)
א גריס פונעם לויתן
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

ווווואאאאאאאההההההה

מעסיוו
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
הויז בחור
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 12:06 am

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויז בחור »

WOWOWOW!!!
איך בין נישט קיין הויז און נישט קיין בחור, עס איז סתם א אייוועלט ניק
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

WOW WOW

הערליך שיין!
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

;l;p- זייער שיין, שטארק!

ש'כח.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

הערליך אראפגעלייגט, יישר כח.

ווי אויך איז דא א ניגון אויף די משל. פון א אנדערע אשכול
נא_שכל האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:
שלומי טויסיג און משולם גרינבערגער - לעתיד לבא

"די שבטים אין מצרים אזוי פוהל קשיות האבן זיי געהאט
ספקות אין שאלות דארט אין יענע צייט
דא קלאגט יעקב הנער איננו דא וויינענען די ברידער אשמים אנחנו דא וואונדערן זיך זיי כספינו באמתחותינו
אין דא שריייט יהודה בי אדוני
דא אהער אין דא אהין וואס גייט דא פאר צווי ווערטער ווי נאר זיי האבן געהערט אלעס איז געווארן קלאר
אני יוסף זיי האבן גערהערט מער נישט קיין קשיות אלעס איז געווארן פארענפערט
להתוודע ולהגלות כי הוא מלך על כל הארץ
לעתיד לבא ווען דער בורא עולם וועט אויס שרייען אני ה' אני ה'
אלעס וועט מען פלוצלינג פארשטיין
אלעס איז דאך הערליך אין שיין ווייל אלץ איז דאך געווען איך אליין אני ה'".
הערליכע ניגון, און ווערטער.

די געדאנק שטייט פון איזביצער זצ"ל אין מי השילוח פר' ויגש, איך בין מעתיק דעם שטיקל, ערגעץ האב איך עס אמאל געזען בעסער אראפגעלייגט, אז דורך "אני יוסף" איז די פורהאנג געפאלן און מ'האט אלעס פארשטאנען, די זעלבע זאך וועט זיין בשעת הגאולה, ווען מ'וועט הערן "אני ה'".
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

זייער שיין ארויסברענגט!

יישר כח!
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
ענדשוי
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 3:26 pm
לאקאציע: אינעם מיסט קאסטן

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדשוי »

Wow wow

איך האב נישט קיין ווערטער!! ש'כח פארן מיר מחזק זיין!
ווען די ווילסטעך באדאנקן אויף א ארטיקל וואס איך האב געשריבן, ביטע לאזט דיר הערן דורך א תגובה.

בילד
[email protected]
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

;l;p-
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערך »

;l;p- ;l;p- ;l;p- זייער גוט

באמת הנאה געהאט צו ליינען אפילו די נמשל!!
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

הערשט יעצט געליינט, הערליך אין רייך געשריבן!!!
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

Wow wow wow wow wow wow wow In wow
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

יאפ, wow איט איז
בסדר גמור
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 2:08 am

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסדר גמור »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
א גרויסן דאנק פארן שרייבן (טויזנטע ווערטער) און פאר די חיזוק.

עס וואלט געווען א געוואלדיגע זאך אויב איינער קען עס מאכן פאר א פי די עף, אז מען זאל עס קענען ארויספרינטן פאר שבת.
צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

ישר כח
אני ד'
אני יוסף
חיזוק גדול
שבת שלום
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א דאנק אלע פאר די פידבעק.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

Wוואוו דאס איז מוראדיג!!!

שכח פארן אראפשרייבן, יעדער קען דאס ניצן.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
זוסיא
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 07, 2021 12:32 pm

Re: צוויי ווערטער....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זוסיא »

א דאנק פארן שרייבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”