אויל מרודך

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אויל מרודך
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 30, 2023 3:21 pm

אויל מרודך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויל מרודך »

אזוי אריינקומענדיג אין די נייע וועלט פון ivelt מוט אט דאס אינטערסאנטע ניק אויל מרודך. וועט איר מיך אוודאי פרעגן וואס איז בדייט פון אט דאס ניק, צו דען בין איך נישט גערעכט?? :?:
סא לאמיר אייך ענטפערען ווי א יוד, וואס דאס מיינט מוט א שאלה פארשטייט זיך!. פארוואס בין איך בכלל דא? וואס איז געשען אז איך האב געטוישט פלאנעטען אין באשלאסען אריינצוקומן אין די וועלט?

וועל איך אייך פשט געבן, שוין חדשים/ יארן וואס איך האב שוין געהערט פון אט דאס וועלט ווי א דרויסנדיגע אן פארשטיין פונקטלעך וואס גייט דארט פאר! ביז איך האב מחליט געווען אז איך שפרינג צו געבען א בליק וואס ס'איז, און פראבירנדיג צו כאפן א בליק דא אין דארט, אין אזוי ווי איך טרעף א ניק מוט אביסל א אינטערסאנטע שפראך אין איך וויל זעהן וואס נאך איך קען ארויסקעשן פון אום, קוועטש איך אויף זיין ניק אז די וועלט זאל מיך צוברענגן נאך ארטיקלן פון די ניק, שפרונגט מיך אנטגעקען א ווארינונג אז כי צו האבן די פריוויליטש ברויכס'טע זיך האבן א אייגענע ניק אן דעם ביזטו נישט וועלקאם אין די וועלט. אז זיי זאגן מוסתם ווייסן זיי וואס זיי רעדן, סא ברויך איך צו האבן א ניק, אין אום וויסנדיק האב איך מיך אנגעקלאפט פון די שווערסטע ספיקות אין מיין לעבן, האבנדיג די ערשטע מאל די פריווילאגיע פון נעמען א נאמען וואס וועט מיך זיין פסיג. ווייל די נאמען וואס איך לעב אויף די עולם עשיה בין איך קוים געווען אכט טאג ניי אויפן וועלט. אבער איך דארף אויכעט טרעפען א נאמען וואס איך וועל מיך קענען פאשלייערען אינטער די צודעק פון א אינרעגנערזיטע ניק וואס וועט נישט קענען אנווייזען פאר מענטשן וואס פאפען זיך צוריק דא אין דארט אויף די וועלט וואס זיי זענען געבוירן אין קענען צאם פארן אז איך בין דער וואס איך האב מיך ארויפגעכאפט אויף זיין אייגן וועלטל, אין אויסער דאס מיז איך דאך אויכט האבן עפעס דיפרענט נישט די נארמ. זעץ איך מיך עפענען מיין איינטריט קארטע צום נייע וועלטל מוט גרויס פרייד טרעף איך מוט די פראבלעם פון יארע 2000 נאכדעם וואס אויף אט דאס וועלט ברויך יעדע זיך צו שאפן א נאמען וואס וועט נאר זיין פאר דיך, אין אזוי אריינקלאפענדיק א נאמען נאך א נאמען, א ניק נאך א ניק שרייט ער מיך דאס נאמען איז שוין פארכאפט קלויבט אייך אויס א נייע. זיצענדיק שוין וואכען זיכענדיק נאך מיין אבידה/ניק ביז נעכטען לערענדיג די בלאט טרעף איך רש"י זאגט ((בימי כשדים נבוכדנצר ואויל מרודך ובלשצר), אה!! שריי איך אויס מוט עקסטאז איך האב דא דריי נעמען וואס אום ווילענדעק זענען זיי גענעמען געווארן אויף פראבע צו האבן די זכיה צו זיין מיין אויסגעקליבענע נאמען, איך פדיילעכע הייט זעץ איך מיך ארויף אןיפן נייע וועלטל גרייט צום געווינס! לייג איך אריין נבוכדנצר מוט א לשם יחוד אין נישט מער אין ווייניגער די מחוצף פעגר'ט שוין ווייטער דאס איז שוין דא אויף אינזער וועלטל! אזוי צובראכנערהייט פראביר איך אויס דאס קומענדיגע אויפן רייע מוט וויסנשאפט וואס וועט ווייטער ארויפקומן אז איך סאיז שוין אקטיו אזא ניק אין אזוי מיאש'דיג קוועטש איך ענטער אין נישט מער אין ווייניגער ביך איך דא!
אויל מרודך
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 30, 2023 3:21 pm

Re: אויל מרודך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויל מרודך »

איז אייך אלעס פאענטפערט?
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: אויל מרודך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

זייע קלאר!
יהא בואכם לברכה! ולהרמת קרן הבנין!
לאגיק
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 10:51 pm

Re: אויל מרודך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאגיק »

שלום עליכם אייך! עס איז דא אן אשכול פשט אין מיין ניק, ספעציעל פאר דעם נושא.
אויל מרודך
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 30, 2023 3:21 pm

Re: אויל מרודך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויל מרודך »

לאגיק האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 12:14 pm
שלום עליכם אייך! עס איז דא אן אשכול פשט אין מיין ניק, ספעציעל פאר דעם נושא.
יישר כח! איך בין נאך ניי אויף די וועלטל.
אבער פונם אנדערע זייט איז דאס נישט נאר פשט פאר מיין ניק סאיז אלסא מיין בריאגראפיע זינט מיין געבורט אויפן נייע וועלטל מוט אלע נסיונות!
אוועטאר
לאנגער שטעקן
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 16, 2023 5:54 pm
לאקאציע: צווישן קאסוב און וויזשניץ...

Re: אויל מרודך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגער שטעקן »

טינטיג האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 12:04 pm
זייע קלאר!
יהא בואכם לברכה! ולהרמת י''ג ולחרמת קרן הבנין!
עניוועי שלום עלכם און האב הנאה
אוועטאר
מאנדל ברויט
שר האלף
תגובות: 1956
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 7:36 pm

Re: אויל מרודך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנדל ברויט »

פשט אהין פשט אהער, א פעדער האט איר זיכער א גוטע

שלום עליכם
אוועטאר
ווייטעמין וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2023 4:43 pm

Re: אויל מרודך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטעמין וואסער »

אריינגעקומען שטארק אין קלאר
נקודה למחשבה:
בעט נישט פאר א גרינגע לעבן, בעט פאר שטארקייט צו קענען אריבער טראגן די שוועריגקייטן פון לעבן גרינגערהייט
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: אויל מרודך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

Welcome aboard
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”