שיפור הלשון קאנטעסט, איבערשרייבן דעם זעלבן ארטיקל אין אנדערע סטייל

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: שיפור הלשון קאנטעסט, איבערשרייבן דעם זעלבן ארטיקל אין אנדערע סטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

1) די נקודה איז נישט צו קאנטעסטן, נאר צו עקסערסייזן און פארבעסערן.

2) מ'מוז נישט מאכן די גאנצע.

3) מ'קען שוין פארלייגן עפעס אנדערש.

און צו איש ציון:

1) מאך עס וויאזוי דו ווילסט, אבער קוק אויף די רעזולטאטן.

2) איך גלייב נישט אז מ'קען האבן TRACK CHANGES דא אויפ'ן סיסטעם.
אוועטאר
כרכא דכולא ביה
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:00 pm

Re: שיפור הלשון קאנטעסט, איבערשרייבן דעם זעלבן ארטיקל אין אנדערע סטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרכא דכולא ביה »

נעמט מען אהן אויך לשה"ק אדער די פארמעסט איז נאר אידיש?
אז דו האלסט אז סבאלאנגט נישט דא שרייב מיר עס אין אישי!
מיט א נער שרייבט מען נישט אונטער אפילו די עשרת הדברות...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: שיפור הלשון קאנטעסט, איבערשרייבן דעם זעלבן ארטיקל אין אנדערע סטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך בין גרייט אויף סיי וואס, לייג ארויס, און לאמיר זען וויאזוי דער עולם וועט רעאגירן. קוק, דער עולם האט געשריגן אז זיי ווילן א מעשה, אבער קיינער האט נישט אפירגעקראצט קיין מעשה, אין ווילאנג דער יאר איז.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: שיפור הלשון קאנטעסט, איבערשרייבן דעם זעלבן ארטיקל אין אנדערע סטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

שוין זייער לאנג שטיל געווען דא, יעצט האט @ר' אבנר געבעטן צו העלפן פאר א דבר מצוה, איך האב מיך טאקע אנגעטראגן אבער דערווייל נאכנישט עספיעט צו טון גארנישט "הזמן קצר והמלאכה מרובה" און אדרבא, אויב איינער קען בעסער, וועט דאך בעזהשי"ת זיין מער געלט. און פאר דעם זענען מיר דאך אלע דא.

איז ממילא:
ר' אבנר האט געשריבן:
גלייך צופרי ווען די קוקסט האסטו דא די לינק מיט זייער באשרייבונג

טייערע אידן! מען דארף געלט פאר הכנסת כלה!

אונזער צוועק איז אביסעלע אנדערש ווי די געווענליכע הכנסת כלה צוועקן, ספעציעל ווען עס האנדלט זיך מיט א חתן וועלכער איז א טייערער בחור אן עובד ה׳, וואס האט שווער געארבעט אנצוקומען אז ער זאל קענען חתונה האבן טראץ זיינע פיזישע באגרעניצוגען, און היינט ווען ער שטייט בעפארן חתונה האבן מיט זיין חשוב׳ע כלה, אן ערליכע אידישע מיידל וועלכע ליידט אויך אויף געוויסע פיזישע באגרעניצונגען, ליגט אויף אונז דער פליכט אים צו משמח זיין אינעם טאג פון זיין חתונה, ביום שמחת לבו.

עס איז גאר גינסטיג ווען מען זעט ווי עס בויעט זיך אויף א נייע אידישע שטוב על במתי התורה והיראה, און ספעציעל ווען מען ווייסט וואס פארא שווערע יארן פון הארעוואניע די נייע פארפאלק האבן אריינגעלייגט אז זיי זאלן קענען דערגרייכן דעם גרויסן טאג. די נייע פארפאלק וועלכע גרייטן זיך אוועקצושטעלן א הערליכע אידישע ערליכע שטוב, דארף נאר צוקומען צו אונזער פינאנציעלע שטיצע, צו קענען ערגענצן די געוואלדיגע שמחה.

מיר דארפן זיכער מאכן אז עס איז דא געלט אויסצוצאלן די חתונה, און אזוי אויך די צרכים צו אויסשטאפירן דעם דירה פאר חתן און כלה, כדי אז עס זאל זיין א קשר של קיימא און א בנין עדי עד אזוי ווי זיי גארן און ווארטן אויפצושטעלן. די אלע זאכן שלעפן אריין אין געוואלדיגע גרויסע הוצאות וועלכע די מחותנים קענען זיך נישט אליינס אונטערנעמען, און זענען געצווינגען ארויסצוקומען צו כלל ישראל און בעטן הילף.

טייערע ברידער, דאס איז פון די מצוות שאין להם שיעור, ארויסצוהעלפן אזא חשוב׳ע צוועק און ערמעגליכן אז די טייערע פארפאלק זאל קענען גיין אונטער די חופה, זייענדיג פארזיכערט אז דער עתיד איז ליכטיג פאר זיי. לאמיר אויפלייכטן זייער האריזאנט דורכן זיך אוועקגעבן בלב ובנפש און געבן הערליכע סכומים פאר די חתונה, און אזוי אויך פאר די טייערע שטאפיר און פאטענציאלע אויסגאבן אין וועלכן עס ציט אריין, ווייל מען דארף צופאסן די דירה כדי אז פיזיש באגרעניצטע זאלן זיך קענען דארט נארמאל אן עצה געבן.

מיר האבן פרובירט צונויפצושטעלן דאס מערסטע וואס שייך, אבער אצינד האלט מען א וואך בעפאר די חתונה און מיר מוזן האבן א פאנטאסטישע סומע צו קענען ווייטער גיין.

דער הייליגער באשעפער וועט אוודאי נישט שולדיג בלייבן פאר ווער עס דערפרייט זיינע הייליגע און באליבטע נשמה׳לעך! ווער עס וועט זיך משתתף זיין אין דעם הייליגן צוועק פון אויפרעכטן און דערפרייען די העלדישע פארפאלק, וועט אין דעם זכות זוכה זיין צו כל מילי דמיטב ולכוט״ס אכי״ר.

לאמיר אלע טאנצן א מצוה טאנץ! קול ששון וקול שמחה! קול חתן וקול כלה!

https://www.dryveup.com/mitzvatantz/
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: שיפור הלשון קאנטעסט, איבערשרייבן דעם זעלבן ארטיקל אין אנדערע סטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ר' אבנר האט געשריבן:
כ'דארף וויכטיג הילף
בעיסעקלי איינער וואס קען הארציג שרייבן דא אויפן וועלטל זאל באשרייבן א פאל פון א הכנסת כלה
גאר וויכטיג
די חתונה איז קומענדיגע וואך און מ'דארף נאך בערך $150,000 צום חתונה
דיטעילס די חתן איז פון אמעריקע וואס קען ליידער נישט וואקן
ער האט חתונה קיין ... און מ'דארף אים מאכן צענדליגע קאסטום זאכן פארן טאג טעגליכע לעבן ווי למשל רעמפ'ס רעילינג'ס קאסטום קאר (אדער צושטעלן א שמש 7\24)

בקיצור אז די קענסט מיר העלפן מיט א שרייבער(אדער אויב דו קענסט) וכו, לאז מיר וויסן ווי אמשנעלסטן
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום פרייטאג יוני 02, 2023 4:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: שיפור הלשון קאנטעסט, איבערשרייבן דעם זעלבן ארטיקל אין אנדערע סטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ר' אבנר האט געשריבן:
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 10:56 pm
איך קען שרייבן, אבער איך דארף מער (מינדערוויכטיגע) אינפארמאציע, פשוט כדי צו קענען ציען די פאראגראפן (אריינפירן ארויספירן וכו').
אדרבה כ'ווייס נישט פונקטליך מיט וואס אנצוהייבן
1 די חתן קען נישט וואקן
2 די כלה אויכעט נישט
3 די חתנ'ס טאטע איז א חשובע כולל אינגערמיין
4 די חתן האט נאך א ברודער וואס האט חתונה חודש אלול און די נעקסטע מיידל איז לעצטע וואך א כלה געווארן

יעצט פונקטליך וואס און וויפיל מ'דארף ווייס איך נישט נאר ס'איז בערך $150,00 פאר מינימאלע הוצאות החתונה און פשוטע טוישונגען וואס די דירה אין.. וועט דארפן אדורכגיין

עניטינג עלס, פרעג מיר און כ'וועל דיר זאגן

עכט א שכויי"ח
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום פרייטאג יוני 02, 2023 4:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: שיפור הלשון קאנטעסט, איבערשרייבן דעם זעלבן ארטיקל אין אנדערע סטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

די חופה שטייט שוין ענדליך גרייט,
אבער דער חתן?!
ליידער, נישט ער שטייט און נישט ער גייט!

ווען משה'לע איז געבוירן געווארן אלס דריטע קינד למשפחת יארעסלאוויטש, איז געווען א שמחה אין אלע עולמות. קיין עין הרע א זיס קינד, בא'חנ'ט און באליבט, יעדער ווערט באצויבערט פון זיין זיסע שמייכל. אפילו זיין וויינען נערווירט נישט, נאר אדרבא! מ'האט הנאה צוצוקוקן וויאזוי השי"ת האט געשאנקען א ספעציעלן טאלאנט צו קענען באקומען זיינע באדערפענישן אויף זיין אייגנארטיגן אופן.
דער טאטע ר' יעקב איז א חשוב'ער כולל אינגערמאן וואס איז מער ווי אנגענומען צווישן זיינע באקאנטע. דער ווארט אויף זיין גריס און גוט ווארט, און יענער קומט צו אים איבערשמועסן א שטיקל תוספות. קיין עושר איז ער טאקע נישט, אבער ווי נישט ווי, איז ער מצליח אינאיינעם מיט זיין אשת חיל דורכצושטופן דעם טאג.
אפילו דער מינדערוויכטיגער געבורטס פעלער אין משה'לעס פוס, האט מען נישט באטראכט ווי עפעס א פראבלעם, נאר ווי א חלק פון די פיצי אותיות אונטן פון א דאקומענט, וואס דער דאקטאר דארף פשוט מוסר מודעה זיין פאר לעגאלע צוועקן, כדי צו פארמיידן אנקלאגעס.
ביז....
ווען משה'לע האט אנגעפאנגען צו וואקן, איז דאס הינקען געווען בלויז אקעגן עין הרע... נו, ער וואקט און פאלט, אזוי לערנט מען זיך. אבער ווען יארן זענען פארביי, איז דער פראבלעם נישט געווארן בעסער נאר ערגער. און וויפיל עסקנים האבן געהאלפן און דאקטוירים האבן פרובירט, דארף ער סוף כל סוף אנקומען צו די הילף פון א רעדער שטול. דאס בעסטע מיט וואס מ'האט אים געקענט העלפן, איז צו פארשאפן דעם פארגעשריטענעם סארט וואס מ'קען קאנטראלירן עלעקטעראניש.
טראץ דעם אלעם, האט דער בחור פארגעזעצט צו שטייגן אין אלע ענינים. דאווענען און לערנען און מידות טובות, פיל מער ווי מיר קענען ערווארטן פון איינעם וואס מוטשעט זיך אזוי שטארק. און אנדערש ווי אסאך אומפארגינערישע שווארצע נבואה-זאגערס, האט ער ב"ה זוכה געווען צו אן אויסנאם הערליכע שידוך!! וואס טייטש? א גאר ערליכע געראטן מיידל וואס האט זיך ליידער פארברענט איר אריגינאלע פוס און זי דארף נוצן א פאלשע.
נאך א זאך, ער דארף אריבערשפרייזן דעם אטלאנטיק כדי צו וואוינען מיט זיין באשערטער.
לאמיר אים העלפן! דער טאטע האט נאך קינדער אין שטוב וואס ער דארף זיי אויך חתונה-מאכן און ב"ה אז זאכן האבן זיך אנגעפאנגען צו רירן. און יעצט דארף מען בלויז געלט!!! ווארפט אריין א 150 אלפים אין מיין פעידזש און לאמיר צוענדיגן דעם אזוי-וויכטיגן רעמפ ביי זיין דירה אינאיינעם מיט די איבעריגע הוצאות החתונה.

https://www.dryveup.com/mitzvatantz/
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום פרייטאג יוני 02, 2023 4:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: שיפור הלשון קאנטעסט, איבערשרייבן דעם זעלבן ארטיקל אין אנדערע סטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איידער איר לייגט אריין אייער פערזענליכע נדבה ביים געלינקטן אקציע-זייטל, שיקטס אהער איידיעס צו בארייכערן דעם קאמפיין!!!!

וה' הטוב ישלם לכם מלוא חפנים טובה וברכה.

לכאורה פעלט נאך אויך אויס א גוטן קורצן קעפל... אפשר אזוי:

די חופה שטייט און דער חתן זיצט...
אבי א נאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 11:51 pm

Re: שיפור הלשון קאנטעסט, איבערשרייבן דעם זעלבן ארטיקל אין אנדערע סטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי א נאמען »

מ'זאל נישט וויסן

אבער ווער עס ווייסט, ווייסט שוין איינמאל. ליידער.
ווען עס קומט אויס פאר א מענטש זיך צו באקענען מיט די וועלט פון דאקטורים און רפואה, פונדערנאנט ל"ע, איז אלץ די ווייטאגליכע מציאות אז אויסער די אומגעהויערע יסורי הגוף והנפש וואס קענען קומען דערמיט ה"י, איז אלס דא די 'טיפיקעל' עמך פראבלעם וואס מיר אלע קענען,
באקאנט מיט איר גרינער קאליר, געלט רופט זיך עס. שוין אמאל געהערט דערפון?!
ר' זלמן קרויס איז א קלאסישער משל צו אט דעם מציאות. ווען ער מיט די ב"ב זענען געוואויר געווארן די ווייטאגליכע מציאות אז זייער שימעלע וועט שוין אין זיין לעבן נישט גיין צו די חופה,
-אויף זיינע אייגענע צוויי פיס, האבן זיי פרובירט זיך צו מחזק זיין און טוהן דאס בעסטע וואס איז יא שייך.
אבער ווייניג האבן זיי זיך געראכטן אין וואספארא הוצאות די פראבלעם וועט זיי אריינשלעפן.
בויען רעמפ'ס, קויפן ראדשטול'ן וכו' זענען בלויז געווען א טייל פונעם לאסט וואס האט געדארפט געשלעפט ווערן דורך זייער קאנטע, וואס איז ביז דאן אויך נישט איבערגערינען…
אבער מיט די הילף פון די בני המשפחה און אנדערע וואוילע אידן האבן זיי בדרך לא דרך אדורכגעשטופט אלע יארן ביז אהער.
אבער, דא קומט עס: ענדליך האט מען שוין דערלעבט די אויסנאמליכע שמחה אז שימעלע איז א חתן געווארן למז"ט!!
דורך פארשטענדליכע און אומפארשטענדליכע וועגן, האט דער מזווג זיווגים אים צוזאמגעשטעלט מיט זיין כלה החשובה תחי' פון איבער בערג און ים'ען, וואס פונקט ווי אים קען אויך נישט אנקומען פון איין פלאץ צום צווייטן מיט די אייגענע כוחות.
מיט גרויס פרייד גרייט זיך די גאנצע משפחה צום גרויסן חתונה וואס וועט פארקומען אין שימעלע'ס נייע "היימלאנד."
נאר וואס? אין צוגאב צו די הוצאת החתונה וואס מיר אלע [רובם ככולם] קענען זיך סתם אזוי נישט דורכקומען, איז אין דעם פאל פארהאן די קאסטן פון 1) א געווענליכע חתונה 2) א חתונה איבער'ן ים 3)א חתונה פון א קינד מיט גרויסע געזונטהייט אויסגאבן, וואס אין צוגאב צו זיין שטאפיר דארף ווערן צוגעלייגט דאס איבערמאכן פון פריש זיינע געברויכן ווי רעמפ'ס וכד' וואס דארפן פונדאסניי געבויעט ווערן צוזאמען מיט'ן בית נאמן, דאס אלעס ברענגט צו צו א מצב פון 150,000 דאלער וואס דארף דא געשאפן ווערן, וויאזוי?!?!
איר האט עפעס א געדאנק?!

ע"כ איז בערך וויאזוי איך וואלט דאס געשריבן. @המברך יתברך איך וויל זייער שטארק הערן וואס איר זאגט דערצו, ע"ס ווע"ל ע"ס אנדערע מבינים. יישר כח
די אונטערשריפט איז א שטארקע מארקעטינג טול, קענסט אריינבאקן דיינע געדאנקען פאר א ריזן ציבור. נוץ עס צום גוטן!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: שיפור הלשון קאנטעסט, איבערשרייבן דעם זעלבן ארטיקל אין אנדערע סטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אבי א נאמען האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:51 pm

הערליך שיין, זייער שטארק ארויסגעברענגט און דראמאטיזירט לעבעדיג!!
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: שיפור הלשון קאנטעסט, איבערשרייבן דעם זעלבן ארטיקל אין אנדערע סטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

נו ווער פרישט אויף די אשכול
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
מושכל ראשון
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:55 pm

Re: שיפור הלשון קאנטעסט, איבערשרייבן דעם זעלבן ארטיקל אין אנדערע סטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושכל ראשון »

שכויח @המברך יתברך פארן מיר אהערברענגען דא ססאונט גאר א געשמאקע איידיע און איך שטעל מיר צו צו @איש ציון...
אוועטאר
פידזשאמעס
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 01, 2023 7:00 pm

Re: שיפור הלשון קאנטעסט, איבערשרייבן דעם זעלבן ארטיקל אין אנדערע סטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידזשאמעס »

חאטצקל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:41 pm
לאגיק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:40 pm
חאטצקל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:38 pm
איז נישט ענדערש מער א מעשה ארטיקל?
ווי נאר מען וועט ענדיגן דעם ארטיקל קען מען זיך נעמען צו א מעשה...
איך וואלט ענדערש איבער געשריבן א מעשה נישט אזא מין ארטיקל.
גאם
נקוט כלל זו בידך; ביים שלאפן זעט יעדער אויס די זעלבע...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: שיפור הלשון קאנטעסט, איבערשרייבן דעם זעלבן ארטיקל אין אנדערע סטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

נא, ווער קען אפירקראצן עפעס א מעשה? געשריבן וויאזוי ס'לאזט זיך, און מ'וועט עס אי"ה איבערשרייבן?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”