בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 5:24 pm
איינער געדענקט נאך ווען קריס קריסטי איז געווען די ערשטע צי אינדארסן טראמפ ווען ער איז געלאפן, אין עם געגעבן א ריזן בוסט, אפשר דארף טראמפ עם גאר שטיצען…
האט נישט טראמפ געהאלפן דיסענטיס ווייל ער האט געהאלטן אז דיסענטיס איז גוט ?
סוי קיין איינעם וועם טראמפ האט געבוסט אלץ פירער פין די פארטי טאר נישט לויפן ? אפשר אויך נישט דיסעגריען ? טראמפ איז דיקטאטור וואס האט עם אריינגעלייגט אין אפיס? אדער געזאגט פאר די וויילער אז ער איז מיט אינז? האט דען נישט דיסענטיס געבעקט טראמפ אלל עלאנג?
טראמפ האט פארלוירן אין ביי נאה איטס ען אפען פיעלד.
שטעל דיך פאר טראמפ לויפט אין פארלירט נאכאמאל אין לויפט נאכאמאל אין פיר יאר ארום מעג אויך דיסענטיס נישט לויפן ?
ניקי העלי אויך נישט ווייל זי איז געווען אמבאסאדאר ?
הגם איך בין נישט ממש מסכים מיטן פותח, אבער ווי כ'האב שוין אמאל
געשריבן האלט איך אז טראמפ'ס ווייטאג איז לעגיטים און פארשטענדליך, און דאס פארגלייכן די דיסענטיס אינדארסירונג צו אנדערע אינדארסמענטס ווי קריסטי וכדו' איז נאנסענס.
און כ'וועל מסביר זיין. כאפ נאר א בליק אויף די מאסיווע
שפרונג אין אנקעטעס וואס דעסאנטיס האט באקומען נאך טראמפ'ס אינדארסמענט אין די פריימערי, וועסטו זען זייער קלאר אז ווען נישט טראמפ איז ער היינט א נאובאדי. דאס צו פארגלייכן צו סיי וועלכע אנדערע אינדארסמענט וועלכע גיבט - אין בעסטן פאל - א שטיקל בוסט איז פשוט אבסורד.
און אפילו פון דעסענטיס ביז אנדערע טראמפ אינדארסמענטס איז הימל און ערד, פון וואס איך געדענק יעצט איז אין ערגעץ נישט געווען אזא מציאות אז א טראמפ אינדארסמענט - און כש"כ נישט סיי וועלכע אנדערע אינדארסמענט - זאל איינעם אויפהייבן מיט צענדליגע פונקטן איבערנאכט, און ברענגען פון זערא שאנסן צו א פארזיכערטן זיג.
אלזא, נאכאמאל, ווי געזאגט און ווי כ'שרייב אין יענעם אשכול האלט איך נישט אז דעסענטיס איז צוליב דעם מחויב זיך צוריקצוהאלטן פון לויפן, איך האב פשוט געוואלט אויסגלייכן די רעקארד, מ'זאל זיך נישט איינרעדן אז די דעסענטיס אינדארסמענט געשיכטע איז אפילו ענליך צו די אנדערע אינדארסמענטס וואס דו האסט אויסגערעכנט.