אויב איז שייך נישט צו ניצען אזאנע לשונות וואס סטעמפלען אפ פאלש דעם דור, ווי למשלגראז האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 31, 2023 12:18 pmנעע... דעיס איז ממש א גאנץ נייע ערשיינונג. און דעיס קומט ווייל מ'האט צופיל יראה שלא לשם שמים געהאט וואס דעיס האט געברענגט אז דעי יראה זאל אוועקפירן פון די אויבערשטער אנשטאט נענטער פירן, און אטאמאטיש האט דעיס געברענגט אז מ'זאל אויפן חשבון פון דעי יראה זיך נוהג זיין א לעבן וואס האט פארמיאוס'ט עבודת השם אין די אויגן פון די נייע דורות, און דעיס האט צוגעברענגט אז די נייע דור זאל אינסטינקטלי אנהייבן טשעלענדזשן אט דעי יראת השם און עס אפווארפן אלץ עפעס וואס טויג נישט, זיי האבן אנגעהויבן פילן אז די זאך איז צו אויסגעטרינקט, ס'איז עפעס צו נישט מעומק הלב מיט א אמת, ס'איז אפילו שלעכט און ביטער, ס'פעלט דא די קאנעקשאן - די געפיל אז דעיס איז אונזער, אז דעיס איז אונזער לעבן, אז דעיס איז אונזער אמת. און אטאמאטיש האט מען אנגעהויבן לויפן אינעם ריכטונג פון מער פנימיות, מער השגה, מער טיפקייט און מער לעבעדיגע עכט'קייט.סטאוו יא פיטא האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 31, 2023 11:01 amאיך פארשטיי נישט פארקערט, פארוואס ווען איינער פרעזענטעירט יראה איז דער ציבור אינגאנצן אויף איהם אז ער בלאפט און מיינט עס נישט ערנסט, משא"כ פאר אהבה געט מען אזא גרינגע פעסס, ער האט עכט ליעב דעם אייבערשטן נאר דאס און יענץ. איז עס ווייל מען איז אזוי ווייט פון אהבה און מען האט כמעט נישט קיין כי הוא זה מושג וואס דאס איז ובכן מיינט מען אז ס'איז אזוי לייכט, אבער יראה וואס איז א נענטערע הרגשה, און יעדער מאמין בד' האט אויטאמאטיש מורא פונעם עקזיסטירנדען באשעפער, דערפאר איז מען עס דן מיט מער דקות ואמת. קען זיין?
אוודאי טשעלענדזשד מען מער די יראה, ווייל די יראה איז דאך די זאך פון וואס מ'איז ליידער נמאס געווארן, מ'וויל עס ליידער נישט האבן, ס'מאכט ליידער נישט גוט אויפן הארצן פון ס'רוב פון אונזער נייע דור, איז אוודאי איז מען בודק די יראה מיט טויזענט פארגרעסערונג גלעזער, מ'איז כסדר חושד אז די יראה זאל נישט נאכאמאל באהערשן און צוריק אריינווארפן יודישקייט אין א אויסגעטריקענטע שרעקעדיגע פארעם. אוודאי טשעלענדזשד מען נישט אזוי די אהבה, ווייל די אהבה איז דאך וואס מ'איז אויסגעהונגערט, צו וואס מ'איז אויסגעדארשטעט, מ'האט עס דאך נישט געהאט ביז היינט, פונקט ווי א הונגעריגער און דארשטעריגער וועט נישט בודק זיין דאס עסן אדער טרינקען וואס ער טרעפט אן אינמיטן זיין רעב וצמאון.
-----
בדרך אגב, ווען מ'זאגט "אהבה" מיינט לאו דוקא אהבה און איר עכטע זין פון ווארט, און ווען מ'זאגט "יראה" מיינט מען לאו דוקא אהבה אין איר עכטע זין פון ווארט.
ווען מ'רעדט פון אהבה מיינט מען צו זאגן אז די זאך איז עכט, ס'איז א לעבעדיגע זאך פאר מיר, איך וויל עס, איך לעב עס, איך גלייב עס, ס'איז מיין מציאות, און דעיס קען אפילו כולל זיין יראת השם פונקט אזוי (פארשטייט זיך צוזאמען מיט אהבת השם).
און ווען מ'רעדט פון יראה מיינט מען צו זאגן די חיצוניות הדברים, די נישט פילן אלץ עכט, די מלומדה, די "מוזן" אן די "ווילן" (פארשטייט זיך אז בפרטיות מוז נישט יעדע רגע זיין א ווילן, ס'דארף אויך זיין א קבלת עול, אבער מ'רעדט באופן כללי גבי יודישקייט און עבודת השם מוז זיין א עכטע ווילן פאר דעי עצם זאך - אויב נישט איז עס א טויטע זאך פאר אים און פריער צו שפעטער וועט ער דעי זאך אוועקווארפן ח"ו), די פחד פון טאטי מאמי מנהל חבר שווער - אנשטאט פחד פון די עכטקייט פון תורת השם און מציאות השם.
וואס האט פארמיאוס'ט עבודת השם אין די אויגן פון די נייע דורות,
די נייע דור זאל אינסטינקטלי אנהייבן טשעלענדזשן אט דעי יראת השם,
מאכט ליידער נישט גוט אויפן הארצן פון ס'רוב פון אונזער נייע דור,
(קאן זיין אויף סטאטוס קוקס עס אויס ווי רוב כלל ישראל? ווייס איך נישט, און ריעל לייף זיכער נישט ב''ה, כן יעזור ה')
לא אלמן ישראל און ס'איז ב''ה טויזענטער און טויזענטער בחורים און אינגעלייט און דעם נייעם דור וואס קוקט ארויף מיט שעץ די ערליכען און ריינעם חינוך וואס מיר האבן באקומען פונעם פאריגען דור און זיי פון זייער פאריגע דור ביז משה רבינו און זענען ווייטער מחנך זייערע קינדער -די קומענדיגע דור - מיטן זעלבען חינוך, און אפילו ווען מיר זענען ליידער היפש געפאלן פון אמאל מיטן דור איז עס אבער בבחינת מתי יגעו מעשינו למעשי אבותינו און אוודאי און אוודאי חלילה נישט מואס בשיטה (א תוצאה פון א תאוה..) אדער בוחר פרישע וועגן וואס קוקט אויס געשמאק אויף די מינוט אבער פירט נישט און ערגעץ, אותי עזבו מקור מים חיים לחצב להם בארות בארת נשברים אשר לא יכלו המים.
דער אמת איז געווענליך נישט אזוי איזי און ס'שמייכעלט נישט אזוי.. טאף לאק...