שבתוך הסתרה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 31, 2023 3:13 pm
שארן בארן האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 31, 2023 3:10 pm
שבתוך הסתרה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 31, 2023 3:02 pm
ביצה שנולדה האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 07, 2023 11:41 pm
איך האב מיך אלעמאל געוואונדערט אויף די אלע סארט סטאק מארקעט קארסעס, אויב איז עס טאקע אזוי ווי זיי פארקויפן פארוואס דארפן זיך מיין פארשטינקענע 100 באקס?!
עס דערמאנט מיר די מעשה פון די פיש-כאפער וואס האט געהאט זיין סטראטעגיע און ער האט עס פארקויפט פאר מענטשן.
און אזוי האט ער כסדר געכאפט נאך פיש...
די שווערסטע קשיא וואס האט דערווייל נישט קיין תשובה.
געפלאנט צו גיין מיטן קורס אבער ווילאנג דאס ווערט מיר נישט פארענטפערט וועל איך נישט גיין ווייטער.
מילא א גוי וואס מאכט א קורס קען האבן מיליונען קוסטומערס אבער א אידישע קורס האט ממש די מינימום קליענטן.
דערפאר איז עס טייערע ווי זעלבע זאך ביי זיי.
עס איז אבער אין א היימישע יודיש און מען שטיצט א יוד
זיי מחליט וואס עס וועגט איבער ביי דיר.
מיין נקודה איז אז פונעם קורס קען ער מאכן א פערטל מיליאן דאללער מעקסימום. נו פון סטאקס קען ער דאך אנקומען סאך שנעלער און גרינגער אהין לויט ווי ער לערנט אויס.
החותם, איינער וואס האט גענומען אן עמעזאן קורס פון איינער וואס האט נישט געמאכט געלט אויף עמעזאן.
יעדע ביזנעס- איבעראל און אזוי אויך איז אין די סטאק מארקעט - האט א קעפ וויפיל געלט מען קען פארדינען,
ווען די האסט א סטאר וואס די פארדינסט געלט איז דא א לימיט וויפיל געלט מען קען פארדינען, און צי פארדינען מער געלט דארף מען אריינברענגען נאך אייטעמס, אדער עפענען נאך א סטאר און א אנדערע געגנט, קיינער וועט נישט זאגען אז אויב פארדינט ער צוויי הונדערט טויזענט דאללער א יאר וואס איז צוואנציג פראצענט אויף זיין געלט, גייט ער נאך זיבען יאר מאכן א מיליאן דאללער א יאר, ווייל זיין געשעפט פארדינט שוין די מאקסימום, איי פארוואס עפענט ער נישט נאך א סטאר אויב ער פארדינט שיין פון זיין ערשטע סטאר ? ווייל נישט יעדער האט געלט/צייט/כח/טאלאנט צי עפענען נאך א סטאר
און פאר די סיבה וועט מען זען ווי ביזנעס לייט נעמען די פראפיט פון די ביזנעס און קויפען הייזער אדער אינוועסטען אין אנדערע ביזנעסער, אפי ער גייט פארדינען ווייניגער פראצענט וויפעל ער פארדינט פון זיין ביזנעס, ווייל זיין ביזנעס איז ביי די לימיט פון וויפעל געלט עס קען מאכן
די זעלבע זאך איז ביי די סטאק מארקעט
אויב פארדינסטו געלט פון שארט טערם פון א סטאק וואס האט וואליום (וועט געקויפט און פארקויפט אן עוורעדזש) פון א מיליאן דאללער א טאג, אויב גייט ער איינקויפען פון די סטאק פאר א מיליאן דאללער אויף איינמאל גייט די פרייז ארויפגיין, אז ער וועט נישט פארדינען זיין ריוח וואס ער וואלט פארדינט ווען ער איז א קליינע סטאק איינקויפער/פארקויפער וואס די סטאק פרייז ווער נישט געטוישט דורך אים
דאס איז נאכמער וויכטיג צי נעמען אין חשבון ביי אפשענס וואס די וואליום איז קלענער ווי אין די סטאק מארקעט,
די וועג פון פארדינען געלט ווען די פארדינסט שוין מער געלט וויפיל מען קען פארדינען ביי די יעצטיגע קאמעפני איז פון קויפען סטאקס/ אפשענס פון אנדערע קאמפעניס, וואס נישט יעדער האט די צייט צי אינוועסטען אין ריסערדזש, די טעקניקעל פון עס נאכקוקען ווען עס איז די ריכטיגע צייט עס צי קויפען/פארקויפען,
און דאס איז די פשוטע תירוץ פארוואס א עקספערט וואס פארדינט שיין אין די סטאק מארקעט וועט זוכען נאך אינקאם, און אויסלערנען זיין מהלך וויאזוי צי פארדינען געלט דוירך געבען קורסעס, ווייל ער פארדינט זיין שויו זיין מאקסימום וויפיל ער קען דערהייבען אין די סטאק מארקעט , זיינע קאסטעמערס וואס קומען צי די קורס זענען נישט זיינע קאמפעטישענס, און יעדער קען פארדינען זיין געלט לויט וויפעל צייט/כח/ריסק/טאלאנט ער וועט אריינלייגען
דאס נעמט נישט אוועק די פראבלעם אז עס איז דא קורסעס וואס פארקויפען גארנישט און מען קען נישט פארדינען קיין געלט ווען מען גייט צי די קורס, און איך האב נישט קיין אינפא אויף די קורס וואס חיים עקשטיין פארקויפט, נאר אביסעל אויסציקלארען די פראגע פון שבתוך הסתרה