א טרער אויף די אכטע מיליאן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

א טרער אויף די אכטע מיליאן פון די קדושים ביים היטלעריסטישן חורבן.

געשריבן אין די איצטיגע וואכן, ווען עס ווערן אפגעצייכנט די יאהרצייטן פון די קדושים פונעם אונגארישן אידענטום.

אין די וועלט איז פאר א לענגערע צייט געוועהן אנגענומען אז זעקס מיליאן אידישע קרבנות האט דער גרויזאמער דייטשער פאלק פארטיליגט פון אונזער פאלק, ביי די פארשאלטענע וועלט מלחמה.

פיהל היסטאריקער זענען היינט ביי די מיינונג אז דער אמת׳ער ציפער איז נענטער צו זיבן מיליאן. זיבן מיליאן אידישע נפשות. מענער, פרויען און קינדער, זענען דורך די קאלטבלוטיגע מערדער פארוואנדלט געווארן אלס קדושים. הייליגע נשמות וואס זענען געפייניגט געווארן מיט שוידערליכע עינויים און זענען אומגעבראכט געווארן מיט מיתות משונות.

זייער איינציגסטע חטא איז געוועהן אז זיי זענען געוועהן א חלק פון דעם אידישן פאלק. נישט ווייל זיי האבן געשטעלט א געפאהר דעם עקזיסטענץ פונעם דייטשן פאלק, און אויך האבן זיי, מיט זייער שוואכן כח, בכלל נישט באדראעט די מיליטערישע מאכט פונעם דריטן רייך. זיי זענען ארויף מיטן רויעך ווייל די בלוט דארשטיגע חיות טורפות האבן קיין איד נישט געקענט קוקן אין פנים.

איך וויל זיך אבער באציען צו די אכטע מיליאן.

ניין דאס איז נישט קיין טעות הדפות אדער א פליטת פה. אז איר וועט אריינקלערן וועט איהר אויך מיטשטימען אז עס זענען געוועהן פיהל פיהל מער אידישע קרבנות/קדושים, ווי זעקס, זיבן און אפילו אכט מיליאן.

א בחור׳ל דרייט זיך פארלוירן איבער שטעט און לענדער, ער זיכט א פלאץ וואס ער זאל קענען אנרופן א היים. בלויז עטליכע יאהר צוריק האט ער געהאט א טאטע מיט א מאמע, באבעס און זיידעס און געשוויסטער. ביי זיי אין שטוב זענען שטענדיג געוועהן געסט און די שטעטלדיגע אידן פלעגן אויך קומען פארברענגען ביי זייער געשעפט.

די מלחמה האט זיך ערשט געענדיגט, און זיין מיליטערישע איינהייט, ווי ער האט בלית ברירה פארברענגט די לעצטע צוויי יאהר עקזיסטירט מער נישט. ער וואנדערט אהיים צו זיין שטעטל מיט א האפענונג אז ער וועט נאך עפעס טרעפן. ער קומט אן צו זיין שטעטל און טרעפט ״גארנישט״. נישט זיינע עלטערן און נישט קיין געשוויסטער. נישט קיין משפחה און נישט קיין באקאנטע. זייער הויז איז באזעצט מיט פרעמדע גויים און דאס שוהל איז חרוב. ער שפירט ווי ער וועט דאס נישט דורך טראגן.

ניין, היטלער ימ״ש האט אים נישט געהרג׳ט אבער ער איז נישט געבליבן ביים לעבן.

א אידישע משפחה איז געווארן פארטריבן פון זייער שטוב. נאכן זיין אריינגעשטיפט אין בהמה וואגאנען עטליכע טעג אן קיין ברויט און אן א שלינג וואסער אפילו, זענען זיי ענדליך אנגעקומען. אנגעקומען צום גהינום. ביז געציילטע מינוטען זענען די פרוי און אכט קליינע קינדער פארשריבן געווארן אין דעם דיקן קדושים בוך מיט גאז, רויעך און אש. ביז א קורצע וויילע האבן זייערע עלטערן און רוב געשוויסטער אויך מיטגעטיילט דעם זעלבן גורל. אים איז אבער נישט באשערט געוועהן צו נתעלה ווערן במעלת קדושים וטהורים אזוי גיך. דער רשע זעהט אז פון אים קען מען נאך ארויסקוועטשן דאס ביסל חיות אויף א מער פאמעליכן אופן. זיי ווילן ער זאל ארבייטן פאר זיי עבודת פרך, ארויסשלעפן פון אים זיין חיות צוביסלעך. און ערשט דאן, ווען ער וועט שוין זיין ביים שוועל פון טויט, און נישט קענען מער דינען זייערע אינטערעסן, וועלן זיי אים אויך פארוואנדלען אין א קדוש.

זייער פלאן האט געארבייט, כמעט אינגאנצען. זיי האבן אים צוגענומען אלעס וואס ער האט פארמאגט, אבער זיין לעבן האבן זיי אים נישט עספיעט ציצונעמען. זיי האבן געליטן זייער מפלה ווען ער האט נאך א טראפקעלע חיות געהאט אין זיך. ער איז געוועהן הויט און ביין, אויסגעזעהן ווי ער באלאנגט אין קבר. אויסגעמאגערט, אן קיין צורת אנושי און ביים שוועל פון טויט. אבער פארט האט ער דעם שוועל נאך נישט אריבערגעטרויטן. זיין הארץ האט נאך געקלאפט. געקלאפט האט עס טאקע שטיל און שוואך, אבער עס האט נאך געקלאפט.

ער איז פערציג יאהר, זיין בכור איז שוין נאך די בר מצוה, און איצט איז ער געבליבן מיט גארנישט. נישט קיין עלטערן, נישט קיין פרוי און ער איז נישט געבליבן מיט קיין איין איינציג קינד. פון זיינע אכט לעכטיגע, פרייליכע, הייליגע קינדער איז ער היינט א קינדערלאזער שאטן.

ער איז קינדערלאז, אן אלמן און א פרישער קיילעכיגער יתום.

ער דרייט זיך פון איין ארט צום צווייטן און זיכט א מקום מנוחה. א מקום מנוחה? איז אפילו שייך אזאנס פאר איינעם אין זיין מצב? די געשטאלטן פון זיינע קינדער קומט אים איינס ביי איינס כסדר ארויף אויפן געדאנק. דאס קליין פיצלס, קוים דריי חדשים אלט. דאס שמייכעלע באלייכט די גאנצע שטוב. זיין הארץ איז צושמעטערט, ער קען נישט דערטראגן די פיין. ער פיהלט ווי דער דייטש האט אים איצט געלעכערט זיין הארץ מיט צאללאזע קוילן. ער דערמאנט זיך ווי זיין זון קומט אהיים מיט א שיינענדיגן געזיכט, ווייל זיין מלמד האט געזאגט אז ער האט צוגעטראפן א קשיא פון תוספות. זיין געוויסן ווייזט אים איצט בילדער פון די אלע קינדער, ווי זיי קלאמערן זיך אויף די מאמע׳ס שויס מיט א געשטיקטן געוויין, א געוויין אן קיין קול, ווייל דאס גאז שטיקט זיי און זיי קענען נישט אטעמען. ווידער שפירט ער ווי מען שטעכט אים מיט שפיזן איינמאל און נאכאמאל.

זיינע חשוב׳ע עלטערן, די קרוין פון זיין קאפ. פון די שענסטע אידן אין שטאט. זיין פאטער, אזוי חשוב און דערהויבן. זיין מוטער, אוי, זיין טייערע מוטער. זיי האבן שוין דערגרייכט די עלטערע יאהרן און זיך געלעבט באשיידן און צופרידן. דער רשע האט אבער קיין נוצן נישט געהאט פון זיי. ער האט זיי גלייך געשיקט אויף לינקס און מיט די פלאמען זענען זיי ארויף לחסות תחת כנפי השכינה.

זיין מח קען דאס נישט אלעס באגרייפן אויף איינמאהל. זיינע אויגן זענען טיעף פארזינקען אין זייערע לעכער און קוקן ארום אן א באשטימטע ציהל. די וועלט איז אים פינסטער. מען ווייסט אז לאזן אפאר טרערן טוט אויסוואשן א נשמה, און עס מאכט לייכטער אויפן געוויסן. טרערן קען אבער נאר קומען פון לעבעדיגע אויגן, און לעבעדיגע אויגן געפינט זיך בלויז ביי לעבעדיגע מענטשן. ער פיהלט נישט אז ער איז נאך בין החיים.

ער איז היינט דערהרג׳ט געווארן צענדליגער מאהל. ער שטייט טאקע מיט צוויי פיס אויף די בלוטיגע וועלט, אבער ער איז א נהרג על קידוש השם. פאר די פארבליבענע פופציג יאהר פון זיין לעבן ווערט ער הונדערטער מאהל א טאג א קדוש. זיין אייגענעם נאמען קען אליינס אנפילן גאנצע יזכור ביכער, און פארשריבן ווערן טויזענטער מאהל צווישן די קדושים וטהורים וואס זענען געגאנגען באש ובמים על קדושת השם.

א מיידל א יתומה, בלויז עטליכע אין די צוואנציג און שוין אזויפיהל געליטן. אין די ביטערע טעג האט זי זיך געהאלטן מיט איהר עלטערע שוועסטער ווילאנג עס איז מעגליך געוועהן. אין שטוב איז זי געוועהן די עלטערע און נאטורליך די מער געלונגענע. דא אין לאגער איז זי אבער נישט ביי די כוחות. זי איז אנגעשטעקט מיט א קראנקהייט און זי ווערט ווי א טאג אלץ שוואכער. די יונגערע שוועסטער טיילט מיט איהרע מאגערע שטיקל ברויט. אפשר אזוי וועט איהר געזונט זיך צוביסלעך צוריק קערן. דאס האט אבער נישט געהאלפן, און איהר טייערע שוועסטער האט זיך אנגעשלאסן מיט די מיליאנען קדושים און פארמאכט די אויגן אויף שטענדיג. זי איז געבליבן איינע אליין.

נאך די קריג, האט מען איהר פארשדכן׳ט מיט דעם אלמן וואס האט אויך פארלוירן זיין משפחה. ער איז צוואנציג יאהר עלטער פון איהר, און בלויז געציילטע משפחה מיטגלידער און באקאנטע באטייליגן זיך ביי די טרויעריגע חתונה. זיי פרובירן אינאיינעם צוריק אויפשטעלן וואס איז צוזאמענגעפאלן.

זיי רעדן קיינמאל נישט פון וואס איז אדורך אויף זיי און וואס זיי האבן פארלוירן. זיי בויען א נייע שטוב און א נייע דור. זי ווייסט אז זיין פיין און טרויער ווערט נישט פארגעסן. זי זעהט דאס אין זיינע אויגן. זי וועט אבער אויף קיין שום פאל נישט פרובירן אים מאכן רעדן דערפון. ער ווייסט אויך אז זי באהאלט איהר טרויער טיעף אינעווייניג, אבער ער איז אויך נישט אומשטאנד צו עפענען איהרע אומפארהיילטע און אומהיילבארע וואונדן.

אין איינע פון די יאהרצייט טעג פון זיינע אומפארגעסליכע געליבטע האט זי אים באמערקט זיצן ביים טיש זייער פארקלערט. זי זעהט א טרער זיך ארויסגנב׳ן פון זיין אויג. פאר א סעקונדע האט ער פארגעסן זיינע געפיהלן צו דערשטיקן. עס איז דאס ערשטע מאהל וואס זי זעהט אים אזוי. זי קלערט מיט ווייטאג. אויף וועמען וויינט ער, אויף זיינע קליינע קינדער? זיינע עלטערן און געשוויסטער? אדער אפשר קלאגט ער גאר אויף זיין אשת נעורים. ער כאפט זיך ווי ער איז, און ווי א נביא פארשטייט ער איהרע געפיהלן. ער פארווישט געשווינד דאס אנטלויפענדן טרער, און אן א ווארט לויפט אין ביהמ״ד.

זייער פיין איז נישט קיין אלטע, און די וואונדן זענען נאך פריש. אפילו נאך צענדליגער יאהרן קומען די קאשמארן שטענדיג ארויף. זיי זענען נאך אלץ פרישע קרבנות פון דעם חורבן. זיי זענען נישט געווארן באפרייט. די וועלט פייערט יערליך א נצחון טאג, אבער ביי זיי האט די מלחמה זיך נאכנישט געענדעגט. זיי ליידן נאך די צרות ביז היינט.

עס איז זייער מעגליך אז ער האט יא געוואלט זיך אויסוויינען, און ארויסרעדן זיינע ליידן. אפילו זיין צושפליטערטע נשמה לעכצט אויך נאך אביסל מנוחה. אבער ווי זאל ער גיין, צו וועמען זאל ער זיך ווענדן. זאל ער זיך אויסרעדן צו א גוטן פריינד? אלע זיינע חברים האבן דעם זעלבן גורל מיטגעטיילט, זיי באהאלטן אויך זייערע שלאפלאזע נעכט און פיינפולע חלומות. דער מנהיג פון זיין קהילה האט אויך עטליכע קינדער איבערגעלאזט אויף די פון בלוט דורכגעווייקטע ערד. זאל ער גיין צו א קבר און זיך אויסוויינען ביים קאלטן שטיין? ביי וועמענס קבר?? נישט נאר זענען זיי מער נישט דא, עס איז קיין זכר פון זיי געבליבן. קיין קבר און קיין מצבה. קיין מקום ווי צו צינדן א ליכטל אדער לאזן א טרער. די איינציגסטע פלאץ ווי זיי עקזיסטירן איז ביי אים אין הארץ. ער וועט אויף קיין שום פאל זיי נישט לאזן פארלוירן ווערן אויך פון דארט.

זייער באשלוס זיך צו האלטן שטארק מיט זייער אמונה איז די איינציגסטע זאך וואס גיבט זיי א נחמה. זיי ווייסן אז הקב״ה ווייסט זייערע ליידן און ער פארגעסט נישט. זיי ווייסן פון אנדערע, וואס חוץ זייער גוף, האבן זיי אויך זייער נשמה געלאזט שטארבן. די יעניגע פלאגן זיך נעבעך מיט א פיהל שווערערן פעקל. ווייל זיי נוצן אויס זייערע יסורים צו פרעגן פראגן און האבן טענות און פארווארפן. דאס באפרידיגט זיי נישט און גיבט זיי נישט זייער אזוי געגארטע נחמה.

זיי ווערן עלטער און זייערע נייע דורות וואקסן אינטער. די נייע דורות איז עפעס וואס שיינט אריין אביסל לעכטיגקייט און באלייכט זייער פינסטערניש. אין ביהמ״ד ווערן זיי פאררעכנט ווי די נערוועזע אידן, און דער יונגער דור שטייט אביסל ווייט. אפילו די אייגענע קינדער פארשטייען נישט אינגאנצן וואס דריקט זייערע עלטערן. ווען מען זאגט שוין יא אויף זיי אז זיי זענען ״מלחמה געליטענע״ איז דאס אפשר נאר אן אויסדריק זיי צו באצייכענען ווי אנגעצויגענע און אלטמאדישע לייט. עס וועט נאך נעמען א לאנגע צייט ביז ווען מען וועט אפילו פרובירן צו באגרייפן וואס די דאזיגע אידן זענען אדורך.

זיי ווייסן אז די איינציגע וועג צו ענדליך באזיגן דעם שונא איז טאקע דאס. נישט צו באלעסטיגן דעם נייעם דור מיט זייערע ליידן. באהאלטן און פארשטעקן דעם עבר, און בויען פון דאסניי. אפילו זיי אליינס ווערן פאררעכנט פון די קדושים, טאר מען אבער נישט לאזן אז די קריג זאל אומברענגען די צוקומפטיגע דורות אויך. זיי וועלן זייערע ליידן און זכרונות אין קבר מיטנעמען, און אויף די נייע דורות וועלן די רשעים קיין שליטה נישט האבן.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

וואו! א הארציגע געפילישע פעדער!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
עס קען נישט זיין
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 4:08 am

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס קען נישט זיין »

זייער גוט געשריבן, פליסיג און שטארקע נקודות.
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

נישטא קיין ווערטער, רירענד ביז גאר, יישר כח.
לעצט פארראכטן דורך קיינמאל אויפגעבן אום זונטאג מאי 28, 2023 4:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

:-e;/ :-e;/ :-e;/
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

😢😢😢
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

זייער שטארק.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4751
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

Wowowowow האסט באמת גערירט עפעס אין מיין הארץ!!

די באזיצט א גאלדענעם פעדער און נוץ עס אויס!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין געשריבן. די שפראך איז עפעס נישט פשוט!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

האסט מיר געברענגט צו טרערן...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

דינע שפאלטענעס אין מיין הערצעלע דאס האט געשניטן!
כ’קען מיר נישט בארואיגן פון דאס פארפאלק’ס גבורה!

גיי אן מיט דיין פעדער!!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

מעכטיג! האט מיר געקאסט אפאר טרערן על אף וואס די געדאנק איז מיר נישט קיין נייע.
כ'האב עס שוין כמה פעמים אויסגעשמועס'ט מיט מיינע ארומיגע אז מיר כאפן אפילו נישט אפילו מיר האלטן שוין דריי פיר דורות נאכדעם זענען מיר נאך אלץ מלחמה געליטענע, יא! נישט נאר אונזערע עלטערן זענען אזוי געווען נאר אונז זענען נאך אויכעט.
ס'איז דא אזויפיל פראבלעמען וואס ווען מ'פאנגט אן אריין טראכטן פון ווי דאס שטאמט קומט מען אלץ צוריק צום שורש, איך רעדט שוין נישט פון דעם אליינ'ס, ווי כלל ישראל וואלט אויסגעקוקט אינגאנצן אנדערש ווען אונז וואוין מיר נאך יעצט אין די צוריק געשטאנענע אייראפע, ניטאמאל קען מען זיך פארשטעלן אבער בהדי כבשיה דרחמנא למה לך דאס איז געווען זיין רצון און אונז דארף מיר עס מקבל זיין באהבה.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

זייער שיין
געהערט אמאל א גוט ווארט היטלער ימ"ש האט געהרגט גאנץ כלל ישראל א חלק האט ער געלאזט לעבן און א חלק נישט
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

😢😢
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אלזא לאמיר שווערן נקמה, און אויפארבעטן אונזער נפש צו: שמחה, אנטשלאסנקייט, פארגינערישקייט, פארגעבערישקייט, שיינע באנעמונג, קלארקייט, געשמאק, גוטסקייט און אלע איבעריגע מידות טובות!
אוועטאר
גאר.געשמאק
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 7:08 pm
לאקאציע: הארי הררט

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר.געשמאק »

עַל אֵלֶּה אֲנִי בוֹכִיָּה עֵינִי עֵינִי יֹרְדָה מַּיִם

סייג לכחמה שתיקה!!!
מלה בסלע משתוקא בתרין!!!
אמור מעט ועשה הרבה!!!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח פאר די הערליכע אויגן נאסמאכנדע באשרייבונג.

------

(למען הפונקנטליכקייט, איך געדענק אז עס איז געווען ארום שישים רבוא סורווייווערס, נישט קיין מיליאן. הי"ד.)
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

@פייבל שרגא

יישר כח

מיין אויגן איז נאס
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

WOW! שפראכלאז! 😭😭😭

א ריזיגן יישר כח!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
Moshe loks
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2023 5:06 pm

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Moshe loks »

😢😢😢
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אין מילים, באמת!
מסודר'דיג
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 02, 2023 1:13 pm

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסודר'דיג »

זייענדיג א בחור האב איך געמיינט אז כ'פארשטיי א מיני אלף פון וואס אונזערע זיידעס זענען אדורך, אבער נאכדעם וואס די רבוש"ע האט מיר געשאנקן זיין מתנת חינם פון א לעכטיגע משפחה מיט קינדער כע"ה קען איך ממש נישט באגרייפן פון ווי מ'קלויבט ציזאם אזעליכע כוחות.
ווי גרויס איז די צער נאכן פארלירן א עופעלע דורך אן אזוי גערופענע נאטירליכע טראגעדיע רח"ל נישט דא די ווערטער צו שילדערן ווי גרויס די לאך אין הארץ איז, אפילו מ'האט ב"ה נאך קינדער, עאכו"כ איז ווען מאיז ליידער געבליבן אן גארנישט ממש און נאך אלעס איז געטאון געווארען ביד בעלי בחירה, אוי אוי ווי נעמט מען אזעליכע כוחות??! ווי טרעפט מען נאך אזעליכע גיבורים ווי אונזערע זיידעס??! די איינציגסטע טרייסט וואס איז דא איז אמונה אין הקב"ה אז זיי זענען ארויף גראד צום כסא הכבוד אריין אונעם היכל להנות מזיו השכינה.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

געמאכט וויינען..

קהילות הקודש שמסרו נפשם על קדושת השם.. בחייהם ובמותם..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
לומד'ישע קאפ
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 10:12 pm

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לומד'ישע קאפ »

גראדע ס'דא וואס טענה'ן אז סאך סאך מער ווי זעקס מיליאן זענען געהרג'ט, אפשר גאר דאפאלט
ס'איז א פאקט אז רוב אידן אין די שטעטלאך האבן נישט גערעדזיסטערט זייער קיינדער בייי די אינסטאנצעין סא ווי קעמען וויסען וויפיל איז געווען?

Fact
How do we know how many Jews died in the Holocaust?
Share
87b84f9d 6d7f 48fe 8c90 530d980936bc
Arrival of Hungarian Jews at Auschwitz (1944). Photo credit: Yad Vashem Photo Archives.
While no master list of those who perished in the Holocaust exists anywhere in the world, since the 1940s, scholars, governmental agencies and Jewish organizations have consistently estimated the number of Jews murdered by the Nazis at around six million.

They have done so based on different records such as pre-World War II census reports, German archives and archives of other Axis countries, concentration camp records that were not destroyed by the Germans, wartime reports generated by officials responsible for implementing Nazi population policy, postwar demographic studies of population loss during the war, and post-war investigations.

While the Germans compiled statistics of Jews killed in 1942 and 1943, they ceased doing so during the last year and a half of the war. The Germans also destroyed many of the camp records when they realised they were losing the war. Their habit of producing documents in multiple copies has, however, allowed researchers to construct estimates of the numbers deported to some camps.

We will never, however, be able to more than estimate the true number of those who died, since we have no way of checking the German lists, or accounting for births and deaths that occurred after deportation. The shelves of the Hall of Names at Yad Vashem contain four million pages of testimony in which survivors and families have contributed information, but for those who were never known, there can be no record.

Today, there is still a considerable amount of research being carried out by experts at institutes such as the the US Holocaust Memorial Museum and Yad Vashem with the goal of filing and digitizing Nazi documents that detail the scope of their crimes.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: א טרער אויף די אכטע מיליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

סתם א לייק איז נישט גענוג פאר אזא רירנדע געלונגענע ארטיקל!

אנגערירט טיפע סטרונעס פון זאכן וואס מיר אלע האבן כסדר געזען און מיטגעלעבט, אבער ער האט עס אונז געגעבן צו אפלערנען מיט איר ריכטיגן אפטייטש.
---
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”