אלעס ארום געלט שיתפות!

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

געלט שותף
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 05, 2023 7:30 pm

אלעס ארום געלט שיתפות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט שותף »

א גוטן...

שוין א שטיק צייט וואס אין קאפ האט זיך דעוואלאפד א ביזנעס געדאנק, א לעגעטימע זאך וואס מען קען מאכן שיינע רווחים.

די פראבלעם איז אבער כסף מנלן? די פשוטע לעזונג וואלט געווען צי בארגען! אבער אזויווי די אינוועסטמענט רעדט זיך פון גרעסערע געלטער (און די מיליאנען) טרעפט זיך שווערער מלווים, און אפילו די וואס בארגען יא, בארגען אויף גרויסע צינזען.

בארגען אויף צינזען איז פאר מיר נישט קיין מהלך (אפילו איך האב א קלארע פלאן וויאזוי מען קען צוריקמאכן די געלט און אונטער 3 יאר) וויבאלד ווי איך האב געהערט פון אנדערע וואס האבן דאס געטון, איז עס א חי' צער פון נאכלויפן די אייגענע שאטן, אין די קאפ ליגט אין די הלואות ווי איידער צי פאויקעסן אויף די ביזנעס.

די בעסטע מהלך וואלט געווען א געלט שותף, איך בין אבער א גרינער און די פעלד פון געלט שיתפות'ער. אויב איינער האט עקספעריענס וויאזוי אזא זאך גייט צו, אדער ווייסט פון א בראויקער וואס שטעלט צוזאם געלט שיתפותער זאל ביטע זיך לאזן הערן, דא אדער און אישי.

יישר כח
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”