שיינע שטריימעל האט געשריבן:כבוד הרב האט געשריבן:איך זיך פרטים אויף תולדות חייו פין הרב החסיד רבי אברהם פאלעטשעק ז"ל מקאליב חתן הגה"צ רבי ישראל מנחם גאטליב זצ"ל בן הגה"ק מסטראפקוב זצ"ל
נולד בשנת ? חתונה ? תלמיד ? וכ'
געבוירן געווארן כסלו שנת תר"ה אין קאלוב צו זיינע עלטערן הרה"ח ר' יוסף ז"ל וזוג' מרת גיטל ע"ה
ער האט געהאט דריי זיוגים, פון וועלכן ער האט געהאט זעכצן קינדער.
די ערשטע ווייב האט געהייסן מרת דינה מיט וועמען ער האט נישט אויפגעשטעלט קייין דורות.
נאכדעם האט ער חתונה געהאט מיט מרת רחל פיגא ע"ה, ער האט געהאט מיט איר עטליכע קינדער, צווישן זיי ר' ישראל יחיאל פאלאטשעק ע"-ה פאטער פון ר' אברהם מרדכי פאלאטשעק ע"-ה און ר'חיים אליעזר פאלאטשעק ע''ה.
די דריטע זיוג איז געווען מרת דינה ע"ה די טאכטער פון הרה"צ רבי ישראל מנחם גאטליעב ז"ל מיט דעם זיוג האט ער געהאט אכט קינדער,
ראשית כל ר׳ אברהם׳ס מאמע האט געהייסען דינה ע״ה זי איז נפטר געווארן אין אינגען עלטער פין בלויז 30 יאר ב׳ אלול תרי״א ומנו״כ אויפן נייעם ביה״ח אין קאלוב, זיין פאטער ר׳ יוסף האט נאכאמאהל חתונה געהאט מיט מרת גיטל ב״ר יצחק ראזענצווייג ע״ה זי איז נפטר געווארן אין הויכן עלטער פין 99 יאר ג׳ ניסן תרס״ח.
ר׳ יוסף איז נפטר געווארן חודש תמוז תרנ״ו ומנו״כ בביה״ח קאלוב, זיין פאטער האט געהייסען ר׳ אליעזר ע״ ה.
ר׳ אברהם׳ס ערשטע ווייב האט געהייסען מרת דינה ע״ה פין איר האט ער געהאט צוויי קינדער, ר׳ אליעזר חיים ע״ ה, אין א טאכטער דינה ע״ה אשת ר׳ אהרן וויסבערגער ע״ה (זיין ר׳ הערשל ע״ה האט איבערגעלעבט די מלחמה), זי איז אוועק אינגערהייט אין ר׳ אברהם האט נאכאמאהל חתונה געהאט מיט מרת רחל פיגא ע״ה, פין איר האט ער געהאט 6 קינדער, ר׳ הערשל ע״ה, ר׳ ישראל יחיאל ע״ה הי״ד, הב׳ שמואל ע״ה, מרת טשארנא ע״ה, מרת צבי׳ ע״ה, מרת מרים ע״ה, ווען רחל פיגא איז אוועק האט ער נאכאמאהל חתונה געהאט מיט מרת דינה ע״ה בת ר׳ ישראל מענדל גאטליעב ע״ה אין געהאט פין איר נאך אכט קינדער (גענימען פין מרת ד. פאלאטשעקס ביך)