נאכן זיך צוקריגן מיט 2 חסידישע מלבושים סענטערס, איז מיר געווען באגריסענד אז ס'עפענט זיך א 3טע.
שוין, קויף אין א טיש בעקיטשע, ער פרעגט מיך צו איך גיי א שלייף אדער קנעפלעך? קנעפלעך, פיין.
גיי איך צוריק, פיק איך אויף די נייע בעקיטשע, ס'איז שבת נאכמיטאג, איך טו אן די נייע בעקיטשע, והנה, נישטא קיין קנעפלעך אויף שוין-אפגעשניטע בעלט!
שוין, זיצט די בעקיטשע אינדערהיים, 3 וואכן, ווען האב איך דען צייט צו גיין א 3טע מאל צום געשעפט?
מאכט זיך א זונטאג מיט פריי מינוטן, גיי איך אריבער צום געשעפט, און כ'פרעג אים צו ער קען מיר ארויפלייגן 2 קנעפלעך while I wait.
ניין, זאגט ער, ס'וועט נעמען נאך א שעה.
זאג איך דעם אינגערמאן, קוק אהער, ס'איז מיר נישט לייכט קומען צו פארן יעדעס מאל דא, ענדליך בין איך דא א 3טע מאל וועגן א בעקיטשע, פארקינג דא איז משוגע, אלזא, כ'בין גרייט צו ווארטן א שעה דא אין געגענט, דא האסטו מיין סעל נוממער, רוף מיך ווען ס'פערטיג, און ביטע קום ארויס צו מיין קאר ווען כ'פאר אריבער נאכאמאל.
ניין, כ'קען נישט ארויסברענגען.
מה עשה הקב"ה, כ'האב איבערגעלאזט דעם בעקיטשע, אהיים געקומען און dispute דעם ק"ק.
בין איך גערעכט?
סך הכל האסטו אנגע'מעסט מיט נישט לייגן קנעפלעך, באמת וואלסטו געדארפט קומען צו מיר אהיים אויפפיקען און צוריק ברענגען... שוין, איז נישט, אבער א קלייניקייט פון ארויסברענגען צום גאס קענסטו אויך נישט???
(אל תדין את חברך עד שתגיע ל13'נטע עוו, און שפירן וואס מיינט פארקינג)