דער ערשטער רבי אבער אן חסידים ☜ פארזעצונג ☞

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

דער ערשטער רבי אבער אן חסידים ☜ פארזעצונג ☞

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

א קנאפע טויזענט יאר צוריק האט געלעבט אין דער שפאנישע שטאט סאַראַגויסאָ אן ערליכן איד, א דיין און איש קדוש וטהור רבינו בחיי דער זון פון יוסף, קיין סאך פרטים זענען נישט באקאנט איבער זיין פארגאנגענהייט, אבער איין זאך פון זיך האט ער אונז יא איבערגעלאזט, און דאס קען אונז אויפדעקן און געבן א קליין בליקל אין זיין טוענגען און שטריכן פון זיין לעבן - דער איין זאך איז געווען א ספרל.

דעם ספר איז אונז אלע באקאנט מיטן נאמען חובת הלבבות - די פליכט פונעם הארץ, דער ספר טוט זיין א וועגווייזער פאר יעדער וואס זוכט די פליכט פון א איד אויף דער וועלט אונזערע.

פון אינצווישן די שורות אינעם ספר הקדוש, קענען מיר אנטפלעקן אביסל מער איבער זיין לעבנסשטייגער, און אזוי זיך דערוויסן מער איבער דעם צדיק רבינו בחיי, דערביי פארשטיין פארוואס מיר רופן אים אן ׳דער ערשטער רבי׳.

איינע פון די זאכן וואס האט באזונדערט דעם בעל שם טוב פון אנדערע אנשי מעשה אין זיין דור איז געווען דאס וואס ער האט זיך דערנידערט צו יעדער איד, נישט חילוק ווער און נישט חילוק וועם, דארפסלייט צי רבנים, געלערנטע צי אומגעבילדעטע, ער האט אריינגעשיינט די אור פון תורה אריין אין אלעמען. אין זיין דור ביז דער אנפלעקונג זיינע, פלעגן נאר די גאר געראטענע האבן צוטריט צום תורה הקדושה, און ווען שוין יא, כמעט אן עבודת ה׳, נאר גאר טרוקן און שלא על מנת לקיימה (אוודאי רעדט מען נישט דא פון צדיקים און רבנים, נאר פון המון העם). און דאס האט דער בעש״ט געביטן, ארויסגעריסן, אזש אז היינט איז שוין מוסר און עבודת ה׳ א חלק פון יעדער אידישע שטוב.

דער חובת הלבבות זעלבס האט פראבירט משפיע זיין אויף זיין דור גלייך ווי דער בעש״ט, אבער אן ערפאלג, ער האט זיך געוואנדן צו רבנים און תלמידי חכמים, שרייענדיג אז די תורה, אן ארויסנעמען איר באהאלטענע לעכטיקייט, איז נישט ווערד קיין סאך, אבער ווי עס קוקט אויס האט אים קיינער נישט אויסגעהערט, ער האט נישט געהאט אפילו איין חסיד!

אבער יא אונז זענען זיינע חסידים, בזכות זיין ספרל - חובת הלבבות.

ווילט איר זען נאך רייכע באשרייבונגען און ערציילונגען פון זיינע וויכוחים מיט געלערנטע פון זיין דור און יסודות פון זיין דרך וואס גייט נאך צוריק צו דוד המלך - דער חסיד.

אויב יא שעמט אייך נישט און שרייבט א תגובה!

אויב האט איר סיי וועלכע אבזערוואציע צי קאמענטאר, ביטע לאזט א תגובה, שכויח.
לעצט פארראכטן דורך חיים זילבער אום זונטאג אפריל 02, 2023 8:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

זייער שיין!
אויסגעקלארט א שטיקל היסטאריע!
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
yalah
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

אוודאי, הרב זילבער.
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

1 #

בע״ה וועל איך פראבירן אראפברענגען אפאר אינטרעסאנטע באהאנדלונגען פון רבינו בחיי׳ס לעבנסגעשיכטע, וואס כ׳האב געטראפן אין זיין ספר - חובת הלבבות.

וויכטיגע נאטיץ:
• ווען איך טו איבערזעצן זיינע ווערטער אויף אידיש, היט איך נישט אפ דער פונקטליכער אפטייטש נאר בעיקר לייג איך א הדגשה אויף דער פליסיקייט פונעם זאץ.
• ווי עס זעט אויס, זייענדיג א גרויסער עניו, האט ער פראבירט וואס ווייניגער צו ברענגען פון זיך עובדות און ווען ער האט שוין יא געברענגט, האט ער זיך אנגערופן ׳חכם אחד׳/׳אחד החכמים׳.

פון דער קומענדיגער עובדה דערוויסן מיר זיך אז ער פלעגט פסק׳ענען שאלות א האלבע טאג און דאס איבריגע צייט זיך אפגעגעבן מיט חובת הלבבות, ווי ער שרייבט:
- מ׳דערציילט אויף איינער פון די חכמים, וואס פלעגט זיצן מיט מענטשן ביז מיטאג צייט [מסתמא וועגן זיין פאזיציע אלס דיין], און ווען ער פלעגט זיך אפשיידן פון די ארומיגע, פלעגט ער זאגן צו זיך (יש גרסינן: צו זיינע חברים) לאמיר אפירברענגען פון די באהאלטענער אור, און ער פלעגט רעדן פון די מצוות פונעם הארץ {מצוות הלבבות}.

דא גייט ער ארויס שארפערהייט אויף די וואס לערנען ׳שלא על מנת לקיימה׳:
א איד האט געפרעגט ביי איינער פון די חכמים א פרעמדע און נישט שייכדיגע שאלה אויף א דין פון גיטין (וואס וועט מסתמא קיינמאל נישט פאסירן). דער חכם האט אים געענטפערט דערויף שארפערהייט: דו פרעגסט מיר א שאלה וואס גייט מיך נישט שעדיגן טאמער איך ווייס נישט דער ענטפער דערויף, אבער זאגן, זאג מיר, צי קענסטו שוין אלע מצוות וואס דו ביסט מחיוב צו וויסן, וואס דו טארסט זיי בשום אופן נישט איגנארירן? עס איז נישט פאסיג וואס דו האסט פארראטן די מצוות ביז דו האסט געהאט גענוג צייט זיך צו ווענדן און טראכטן פון פרעמדע שאלות וואס וועלן דיר נישט צוגעבן קיין עקסטערע מעלות צו דיין תורה אדער אמונה, און דו וועסט מיט זיי נישט פאררעכטן דיינע קרומע וועגן פון דער נפש!
[המשך] און אט טו איך שווערן אז שוין פינעף און דרייסיג יאר וואס איך בין עוסק אין די מצוות פון תורה און דו ווייסט דאך ווי איך בין זיך טורח מיט מעיין זיין אין די פילע ספרים וואס ליגן ביי מיר. און וויסן זאלסטו אז איך האב זיך נאך קיינמאל נישט געוואנדן צו טראכטן וועגן די שאלה וואס דו האסט געפרעגט. און אזוי האט ער אים אסאך מוכיח געווען און מבייש געווען.

פון דער ווייטערדיגע עובדה דערקענט זיך זיין אויסערגעווענליכע עבודת ה׳, כדאי צו ארבעטן און אידענטיפיצירן זיינע אמת׳ע מידות האט ער אוועקגעגעבן פון זיך פילע יארן:
איין חכם האט אמאל דערציילט: ס׳האט מיר גענומען פינעף און צוואנציג יאר צו זיך באקענען מיט מיין מידות.

ווייטער זעען מיר ווי ער פראבירט משפיע זיין אויף איינער פון די גדולי הדור, אז ער זאל אויך פראווענען עבודת ה׳:
איך האב אנגעפרעגט ביי איינער פון די אנגענומענע גדולי הדור {מהנחשבים מחכמי התורה}, וועגן אפאר זאכן וואס כ׳האב פריער דערמאנט פון די באהאלטענע חכמה (מידות טובות און עבודת ה׳) כדאי צו זען אויב ער טוט דערין. ער האט מיר געענטפערט אז אנשטאטס זיך אריינלייגן דערין, פארלאזט ער זיך אויף דעם וואס ער האט שוין מקבל געווען (מסתמא פון זיין רבנים).
[המשך] האב איך אים געזאגט: עס איז נישט קיין פאסיגע ענטפער נאר פאר ווער עס קען נישט טון דערין ווייל זיין פארשטאנד און באגרייפונג איז א שוואכע, ווי צום ביישפיל ווייבער קינדער וכדומה, אבער ווער ס׳האט יא די כוחות צו טון דערין און ער האלט זיך אויף פון פוילקייט צי לייכטזיניקייט פון מצוות, ער וועט באשטראפט ווערן פארדעם און איז שולדיג פאר עס איגנארירן...

ווילט איר זען נאך רייכע באשרייבונגען און ערציילונגען פון יסודות פון זיין דרך וואס גייט נאך צוריק צו דוד המלך - דער חסיד.
- אויב יא שעמט אייך נישט און שרייבט א תגובה!

אויב האט איר סיי וועלכע אבזערוואציע צי קאמענטאר, ביטע לאזט א תגובה, שכויח.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

געוואלדיג! שרייב ווייטער!
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

תרמב האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 3:39 am
געוואלדיג! שרייב ווייטער!
גא''מ
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

זייער אינטערסאנט. איך בין נאר נייגערעג פון ווי איר נעמט אז ווען ער שרייבט חכם אחד מיינט ער זיך.
ס’איז גוט עניוועי, אינאיינווגס לערנט מען שוין א שטיקל חובת הלבבות. שכח.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

וזה לשון החתם סופר.
"...לאפוקי ממה שכתב חובת הלבבות ז"ל והזהיר מהיות כל עסקנו בידיעת הדינים הנכרים ושאלות הזרות, כגון דיני גטין וכדומה, אלא יהי' כל עסקנו בעיוניות, ולכשיבוא שאלה כזו לידינו נעיין בה. והנה במחילת כבוד החסיד ההוא, לא זה הדרך סלולה אשר חפץ ה', ואשר כבשוהו רבותינו ז"ל, וקבעו בש"ס: 'איבעיא להו, רגלו אחת בתוך נ' אמה ורגלו אחת חוץ לנ' אמה מהו (ב"ב כג, ב) ו'גופו תיש ופניו אדם' מהו, וכי האי גוונא רוב שקלא וטריא שבש"ס, כי ידעו חכמינו ז"ל, שידיעת דברים אלו זהו האושר האמתי, וזה הוא המביא לאדם להבת לבו ביראת ה' כל היום ודביקות בשמו הגדול, ובתנאי שתהיה תחלת כוונתו לשם ה' ותו לא מידי, כי אם יעסוק בתורה בענינים כאלו וממילא ידובק בהשי"ת, כי הדבק בתורתו דבק בו ית', ויהיה הדינים חביבים עליו באופן שירצה להכין לו, אם אולי יזדמן כזה מה יעשה, ולא שיהיה צריך לעיין עליו בשעת מעשה...".
פוצה פה ומצפצף
חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

מושך חסד האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 9:18 am
זייער אינטערסאנט. איך בין נאר נייגערעג פון ווי איר נעמט אז ווען ער שרייבט חכם אחד מיינט ער זיך.
ס’איז גוט עניוועי, אינאיינווגס לערנט מען שוין א שטיקל חובת הלבבות. שכח.
א יישר.

ס׳איז נישט מיין אויפטו נאר אן אלט באקאנטע סברא,
אלע סמנים טייטלען אויף דער ריכטונג:
1) די ׳חכמים׳ זיינע רעדן ממש ווי אים מיט זיינע אייגנארטיגע און ספעציפישע לשונות.
2) ער איז באקאנט געווען ווי א גאר גרויסן און אויסערגעווענליכן עניו, ווי ער שרייבט אז ער האט געצווייפלט אויב ארויסצוגעבן דער ספרל זיינע.
3) פארוואס טאקע ברענגט ער נישט פון זיך קיין אייגענע עובדות, ער ברענגט משלים, מעשיות פון אנדערע חכמים, און אינטרעסאנטע געדאנקען בשם אחרים. נאר מן הסתם, ווי געברענגט אויבן, ווילנדיג זיך האלטן בשפלות האט ער עס ארויפגעלייגט אויף אנדערע.
4) פארוואס קענען אונז נישט די אנדערע ׳חכמים׳, ווי זענען די פארלוירענע עובדי ה׳ פון זיין דור? מיר טרעפן אין זיין דור אן א צאל מפרשי התורה, פיל פאעטישע דיכטערס אא״וו, אבער אונז טרעפן אין זיין דור נאר איין בעל מוסר און עובד ה׳.
5) פון זיין ווערטער דערקענט זיך ווי עס טוט אים לייד אז קיינער טוט נישט דערין.
6) אונז ווייסן אז ער איז געווען א דיין, שטימט עס מיט דער ערשטער און צווייטער עובדה.

כל טוב
לעצט פארראכטן דורך חיים זילבער אום זונטאג אפריל 02, 2023 3:55 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

Mezofzef האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 9:41 am
וזה לשון החתם סופר.
"...לאפוקי ממה שכתב חובת הלבבות ז"ל והזהיר מהיות כל עסקנו בידיעת הדינים הנכרים ושאלות הזרות, כגון דיני גטין וכדומה, אלא יהי' כל עסקנו בעיוניות, ולכשיבוא שאלה כזו לידינו נעיין בה. והנה במחילת כבוד החסיד ההוא, לא זה הדרך סלולה אשר חפץ ה', ואשר כבשוהו רבותינו ז"ל, וקבעו בש"ס: 'איבעיא להו, רגלו אחת בתוך נ' אמה ורגלו אחת חוץ לנ' אמה מהו (ב"ב כג, ב) ו'גופו תיש ופניו אדם' מהו, וכי האי גוונא רוב שקלא וטריא שבש"ס, כי ידעו חכמינו ז"ל, שידיעת דברים אלו זהו האושר האמתי, וזה הוא המביא לאדם להבת לבו ביראת ה' כל היום ודביקות בשמו הגדול, ובתנאי שתהיה תחלת כוונתו לשם ה' ותו לא מידי, כי אם יעסוק בתורה בענינים כאלו וממילא ידובק בהשי"ת, כי הדבק בתורתו דבק בו ית', ויהיה הדינים חביבים עליו באופן שירצה להכין לו, אם אולי יזדמן כזה מה יעשה, ולא שיהיה צריך לעיין עליו בשעת מעשה...".
ווער בין איך אריינצורעדן צווישן די צוויי גרויסע תורה ריזן.

ס׳דאך פשוט אז חז״ל זענען פיל מיט די סארט דינים און לימודים.

אויב איך געדענק גוט זאגט דער בעל חובות הלבבות אז חז״ל האבן טאקע געטון דערין אבער נאר נאך מען האט שוין עוסק געווען אין חובות הלבבות און אין דינים המביא לידי מעשה... און ער ברענגט דערויף אסאך מימרות פון חז״ל. (אי״ה וועל איך עס אפירזוכן און אהערברענגען)

כל טוב
חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

אויב איך געדענק גוט פלעגט מען ביים חתם סופר לערנען מוסר יעדן טאג (אפשר גאר חובות הלבבות), זאלן די קענערס באשטעטיגן...
שָׂבֵ֣י יְהוּדָיֵ֔א
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 12:50 pm

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שָׂבֵ֣י יְהוּדָיֵ֔א »

חיים זילבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:38 pm
אויב איך געדענק גוט פלעגט מען ביים חתם סופר לערנען מוסר יעדן טאג (אפשר גאר חובות הלבבות), זאלן די קענערס באשטעטיגן...
קודם לימוד השיעור פתח פיו בחכמה ללמוד ספר חובת הלבבות לערך רביעית שעה כדי להלהיב לב תלמידיו ליראת ה’ ולא דילג אפילו הקדמת המתרגם הן לשער היחוד והן לשער הבחינה. ולא למד עמהם שום מוסר אחר, רק מספר זה, אבל ציווה להם להגות גם בספר מנורת המאור המלוקט מאגדות חז”ל, וגם הוא בעצמו למד עם בנותיו מספר זה.
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

אין ויזניץ האט דאך די ישועות משה זי''ע געהייסן לערנען חובת הלבבות - חשבון הנפש, יעדע טאג איין חשבון. כידוע
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

איז דאס דער באקאנטער "רבינו בחיי"?

ווייל אין דער ספר רבינו בחיי ברענגט ער נאך אסאך שטיקלעך פונעם הייליגן רמב"ן וואס האט געלעבט סאך שפעטער?!

אפשר איז געווען 2 רבינו בחיי'ס?

ביטע אויסקלארן.

יישר כח גדול!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

געווען 2 רבנו בחיי.
איינס רבנו באחיע, איינס רבנו בעחייע.
אבער מער פרטים פונקטליך אין היסטאריע - ווייס איך נישט
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

רבינו בחיי (בן יוסף אבן פקודה) , דער בעל חובות הלבבות איז געבוירן געווארן 1050 (ד׳תת״י), און נפטר געווארן 1120 (ד׳תת״פ).
דער צווייטער רבינו בחיי (בן אשר אבן חלואה), דער בעל רבינו בחיי על התורה איז געבוירן געווארן 1255 (ה'ט"ו), און נפטר געווארן 1340 (ה'ק').
חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

יש משהו האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 2:05 pm
אין ויזניץ האט דאך די ישועות משה זי''ע געהייסן לערנען חובת הלבבות - חשבון הנפש, יעדע טאג איין חשבון. כידוע
שער חשבון הנפש מיטן ליקוט ׳אראנו בישע׳, פונעם הייליגן ישועת משה זצ״ל
חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

שָׂבֵ֣י יְהוּדָיֵ֔א האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 2:02 pm
חיים זילבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:38 pm
אויב איך געדענק גוט פלעגט מען ביים חתם סופר לערנען מוסר יעדן טאג (אפשר גאר חובות הלבבות), זאלן די קענערס באשטעטיגן...
קודם לימוד השיעור פתח פיו בחכמה ללמוד ספר חובת הלבבות לערך רביעית שעה כדי להלהיב לב תלמידיו ליראת ה’ ולא דילג אפילו הקדמת המתרגם הן לשער היחוד והן לשער הבחינה. ולא למד עמהם שום מוסר אחר, רק מספר זה, אבל ציווה להם להגות גם בספר מנורת המאור המלוקט מאגדות חז”ל, וגם הוא בעצמו למד עם בנותיו מספר זה.
שכויח פארן ברענגען!
פון ווי האסטו גענומען דאס שטיקל?
איך געדענק עס זען ערגעץ אבער כ׳געדענק נישט ווי.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

חיים זילבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 3:14 pm

דער חתם סופר איז געווען א שטארקע 'חסיד' פונעם חובת הלבבות, נאר מיט די אויבנדערמאנטע נקודה האט ער חולק געווען אויף אים.
לעצט פארראכטן דורך Mezofzef אום זונטאג אפריל 02, 2023 3:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

יש משהו האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 2:26 pm
געווען 2 רבנו בחיי.
איינס רבנו באחיע, איינס רבנו בעחייע.
אבער מער פרטים פונקטליך אין היסטאריע - ווייס איך נישט
געווען צוויי רבנו בחיי׳ס, אבער פון וואו נעמסטו די חילוק אין ניקוד?
פשטות האבן זיי ביידע געהייסן די זעלבע (דהיינו אדער ביידע בְּחֲיֵי, אדער ביידע בֲּחְיֵי.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

Mezofzef האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 3:39 pm
יש משהו האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 2:26 pm
געווען 2 רבנו בחיי.
איינס רבנו באחיע, איינס רבנו בעחייע.
אבער מער פרטים פונקטליך אין היסטאריע - ווייס איך נישט
געווען צוויי רבנו בחיי׳ס, אבער פון וואו נעמסטו די חילוק אין ניקוד?
פשטות האבן זיי ביידע געהייסן די זעלבע (דהיינו אדער ביידע בְּחֲיֵי, אדער ביידע בֲּחְיֵי.
כך שמעתי. קען זיין אז ס'נישט אמת.
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
שָׂבֵ֣י יְהוּדָיֵ֔א
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 12:50 pm

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שָׂבֵ֣י יְהוּדָיֵ֔א »

Mezofzef האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 3:36 pm
חיים זילבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 3:14 pm
שָׂבֵ֣י יְהוּדָיֵ֔א האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 2:02 pm
חיים זילבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:38 pm
אויב איך געדענק גוט פלעגט מען ביים חתם סופר לערנען מוסר יעדן טאג (אפשר גאר חובות הלבבות), זאלן די קענערס באשטעטיגן...
קודם לימוד השיעור פתח פיו בחכמה ללמוד ספר חובת הלבבות לערך רביעית שעה כדי להלהיב לב תלמידיו ליראת ה’ ולא דילג אפילו הקדמת המתרגם הן לשער היחוד והן לשער הבחינה. ולא למד עמהם שום מוסר אחר, רק מספר זה, אבל ציווה להם להגות גם בספר מנורת המאור המלוקט מאגדות חז”ל, וגם הוא בעצמו למד עם בנותיו מספר זה.
שכויח פארן ברענגען!
פון ווי האסטו גענומען דאס שטיקל?
איך געדענק עס זען ערגעץ אבער כ׳געדענק נישט ווי.
דער חתם סופר איז געווען א שטארקע 'חסיד' פונעם חובת הלבבות, נאר מיט די אויבנדערמאנטע נקודה האט ער חולק געווען אויף אים.
וועלכע אויבערדערמאנטע נקודה?
חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

חיים זילבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 10:30 am
Mezofzef האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 9:41 am
וזה לשון החתם סופר.
"...לאפוקי ממה שכתב חובת הלבבות ז"ל והזהיר מהיות כל עסקנו בידיעת הדינים הנכרים ושאלות הזרות, כגון דיני גטין וכדומה, אלא יהי' כל עסקנו בעיוניות, ולכשיבוא שאלה כזו לידינו נעיין בה. והנה במחילת כבוד החסיד ההוא, לא זה הדרך סלולה אשר חפץ ה', ואשר כבשוהו רבותינו ז"ל, וקבעו בש"ס: 'איבעיא להו, רגלו אחת בתוך נ' אמה ורגלו אחת חוץ לנ' אמה מהו (ב"ב כג, ב) ו'גופו תיש ופניו אדם' מהו, וכי האי גוונא רוב שקלא וטריא שבש"ס, כי ידעו חכמינו ז"ל, שידיעת דברים אלו זהו האושר האמתי, וזה הוא המביא לאדם להבת לבו ביראת ה' כל היום ודביקות בשמו הגדול, ובתנאי שתהיה תחלת כוונתו לשם ה' ותו לא מידי, כי אם יעסוק בתורה בענינים כאלו וממילא ידובק בהשי"ת, כי הדבק בתורתו דבק בו ית', ויהיה הדינים חביבים עליו באופן שירצה להכין לו, אם אולי יזדמן כזה מה יעשה, ולא שיהיה צריך לעיין עליו בשעת מעשה...".
ווער בין איך אריינצורעדן צווישן די צוויי גרויסע תורה ריזן.

ס׳דאך פשוט אז חז״ל זענען פיל מיט די סארט דינים און לימודים.

אויב איך געדענק גוט זאגט דער בעל חובות הלבבות אז חז״ל האבן טאקע געטון דערין אבער נאר נאך מען האט שוין עוסק געווען אין חובות הלבבות און אין דינים המביא לידי מעשה... און ער ברענגט דערויף אסאך מימרות פון חז״ל. (אי״ה וועל איך עס אפירזוכן און אהערברענגען)

כל טוב
״סידור למודו טובה צפורן של ראשונים ויניח ספרי האחרונים ופלפולים העמוקים וחקירות שאינן צריכים לשעה וימלא כריסו כי הכל צריכים למארי חיטי יעזרהו ה' ע"ד כבוד שמו הגדול כנפשו ונפש א"נ. פ"ב נגהי ליום ה' כ"ח טבת תקצ"א לפ"ק. משה"ק סופר מפפד"מ״
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

שָׂבֵ֣י יְהוּדָיֵ֔א האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 3:57 pm
Mezofzef האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 3:36 pm
חיים זילבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 3:14 pm
שָׂבֵ֣י יְהוּדָיֵ֔א האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 2:02 pm
חיים זילבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:38 pm
אויב איך געדענק גוט פלעגט מען ביים חתם סופר לערנען מוסר יעדן טאג (אפשר גאר חובות הלבבות), זאלן די קענערס באשטעטיגן...
קודם לימוד השיעור פתח פיו בחכמה ללמוד ספר חובת הלבבות לערך רביעית שעה כדי להלהיב לב תלמידיו ליראת ה’ ולא דילג אפילו הקדמת המתרגם הן לשער היחוד והן לשער הבחינה. ולא למד עמהם שום מוסר אחר, רק מספר זה, אבל ציווה להם להגות גם בספר מנורת המאור המלוקט מאגדות חז”ל, וגם הוא בעצמו למד עם בנותיו מספר זה.
שכויח פארן ברענגען!
פון ווי האסטו גענומען דאס שטיקל?
איך געדענק עס זען ערגעץ אבער כ׳געדענק נישט ווי.
דער חתם סופר איז געווען א שטארקע 'חסיד' פונעם חובת הלבבות, נאר מיט די אויבנדערמאנטע נקודה האט ער חולק געווען אויף אים.
וועלכע אויבערדערמאנטע נקודה?
viewtopic.php?p=4219469#p4219469
פוצה פה ומצפצף
חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

Re: דער ערשטער רבי אבער אן חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

2 #

ס׳דא וואס שפעקולירן אז דאס מעשה׳לע גייט ארויף אויפן בעל חובות הלבבות:
- ״און אט האב איך געזען אין איינער פון די ספרי המידות״, שרייבט דער הייליגער רמב״ם (פירוש על אבות), ״אז מ׳האט אנגעפרעגט איינער פון די גאר חשוב׳ער, אז ער זאל דערציילן וועלכע טאג איז אים געווען דער פרייליכסטער, מער פון אלע אנדערע טעג אינעם גאנצן לעבן זיינער?
- האט ער געענטפערט: דער טאג וואס איך בין געפארן אויף א שיף און דאס פלאץ וואס מ׳האט מיר געגעבן דארטן איז געווען פון די ערגסטע, צווישן שמאטעס און שמיץ. אויפן שיף זענען געווען הענדלער און גאר רייכער. אזוי ליגנדיג ביי מיין ארט האט איינער פון די שיפסלייט געדארפט ארויסגיין אין בית הכסא, אבער ווייל איך בין געווען אין זיין אויגן מאוס, עקלהאפטיג און ביליג האט ער זיך געלאזט וואויל גיין אויף מיר, און כ׳האב זיך געוואונדערט אויפן עזות אינעם נפש זיינער. אינעם אויבערשטנ׳ס נאמען זאג איך דיר צו אז עס האט מיר גארנישט וויי געטון אפילו א טראפעלע לייד האב איך נישט געשפירט אין די טיפעניש פון מיין הארץ. און דעמאלט האב איך זיך מורא׳דיג געפרייט, אז איך האב אנגעקומען צו אזא מדרגה אז עס זאל מיר בכלל נישט אנרירן און וויי טון די פארשעמונג.״
- און ענדיגט צו דער רמב״ם: ״און ס׳איז קיין ספק נישט אז דאס איז דער תכלית פון שפלות, דער ווייטסטער נאר מעגליך צו דערגרייכן אוועק פון גאווה״.

אריינפיר צו די צען שערים פון חוב(ו)ת הלבבות:
אינעם הקדמה טוט דער מחבר געבן צו פארשטיין: 1) פארוואס איז נויטיג און פארפליכטיג צו זיך באקענען און זיך אויסארבעטן מיטן חובות הלבבות 2) וואס איז דאס חובות הלבבות. 3) ראיות פון חז״ל אז זיי האבן און מ׳ברויך עוסק זיין דערין. 4) פארוואס איז ער מחבר דעם ספר. 5) פארוואס האט ער עס מחלק געווען אויף צען חלקים.

אי״ה וועלן מיר שרייבן יעדע נקודה אין אן אנדער תגובה, ד״ה, דעם אריינפיר וועלן מיר צעטיילן אויף פינעף תגובות.

וויכטיגע נאטיץ:
• ווי ערקלערט אין תגובה 1 #, האב איך איבערגעזעצט דער תוכן אויף א פליסיגע סטיל אידיש כדאי עס זאל זיין געשמאק פארן ליינער, און נישט מקפיד געווען אויפן פונקטליכער טייטש. איך האב געשניטן, געביטן, צוגעלייגט און פארבעסערט אבער זייער מקפיד געווען צו היטן אויפן עיקר געדאנק וויפיל נאר מעגליך, ד״ה אין אנדערע ווערטער, א פרייע איבערזעצונג.
• די שרייבונגען איז נאר א קיצור פונעם ספר און פראבירט איבערגעבן פארן ליינער דעם עיקר תמצית פונעם אינהאלט.
• מאנכע מיינען אפשר אז ס׳איז א שווערע ספר׳ל צו פארשטיין אבער די סיבה דערפאר איז ווייל די איבערזעצונג פון אראביש אויף לשון קודש איז נישט אזוי פליסיג און ליינבאר, אבער וויסן זאלט איר אז רבינו בחיי האט געטון אן אויסערגעווענליכן ארבעט און אריינגעלייגט אסאך מי אינעם תוכן עס זאל זיין אננעמליך און פארשטענדליך און עס געבויעט אויף אן איינהייטליכער פארנעם. אי״ה וועט איר עס דערקענען אינעם איבערזעצונג אויף אידיש.

מיט לויב צום באשעפער אויפן ביז יעצט און א תפילה אז ער זאל מיר געבן די כוחות און מי, הצלחה און ערפאלג אינעם קומענדיגן מערכה, און עס זאל זיין מיט מזל און ברכה, בלי יגון ואנחה.

זענט איר גרייט?

מ׳הייבט באלד אן!

אויב האט איר סיי וועלכע אבזערוואציע צי קאמענטאר, ביטע לאזט א תגובה, שכויח.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”