פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דריטע דיעה
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:03 pm
לאקאציע: דארט ווי טוטצעך...

פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריטע דיעה »

אריינפיר
תשפ"ג

ר' משה זילבער, א איד אין די פערציגער יארן, א שיין אהערגעשטעלטע ביזנעס מאן, ר' משה איז די עמטליכע באלבאס פון די בארימטע U.S.P. קאמפעני וועלעכע פרעזענטירט אלערליי גלאז פראדוקטן פון די העכסטע קוואלטעיט.
די געוואלדיגע קלוגשאפט וואס ר' משה האט פארמאגט האט געפירט צו דעם אז ער זאל גרינדן די שוין ביז יעצטיגע גאנץ "גרויסע" נעץ געשעפטן, אין די צוקונפטיגע "ריזיגע" נעץ געשעפטן, לויט די פלענער וואס ר' משה ארבעט אויף דעם העפטיג.
U.S.P. איז געווען באקאנט איבער גאנץ בעלגיע (ווי אלעס איז געברענגט געווארן) אין אויך איבער די גאנצע וועלט.
די פראדוקטן זענען פאברעצירט געווארן אינעם ווייטן כינע, ווי ר' משה האט אהין גערייז יערליך, צוליב דעם בלויזע צוועק צו פארזיכערן אז אלעס פארט אויפן בעסטן פארנעם.
ר' משה שטייט יעצט צוויי וואכן בעפאר די יערליכע לאנגע אין שווערע רייזע קיין כינע, אין היי יאר פלאנט ער מיט צונעמען זיין פופצן יעריגער לייב, וועלעכע גייט זיך צוריק קערן פון ישיבה וואס געפינט זיך אין די פאראייניגטע שטאטן.
ר' משה האט זיך צוריק געהאלטן פון צו מעלדן לייב איבערן רייזע אויפן טעלעפאון, ער האט געוואלט סזאל אים זיין א סאופרייס.
די צוויי וואכן זענען געלאפן שנעלער ווי געראכטן.
א קלינג האט איבער געריסן די טאטאלע שטילקייט וואס האט ביז דיין געהערשט ביי ר' משה אפיס, ער הייבט אויף די טרייבל, פון די אנדערע זייט הערט זיך זיין זוהן'נס שטימע-
"איך בין יעצט אראפ פון פליגער, איך ווארט יעצט אויף מיין רענצל, וועסט מיך ביטע קענען אויפפיקן"
ר' משה ענפערט אים נישט קענענדיג באהאלטן דעם באגייסטערונג אין זיין שטימע-
"איך פריי זיך דיר שוין ווידעראמאל דיך צו הערן, איך קום שוין אריבער צום לופט-פעלד,ביי", אין מיט דעם ענדיגט זיך די קורצע געשפרעך.
ר' משה גייט ארויס פון אפיס, און ער שפאנט צו די סטעפס אראפ צו די פארקינג-לייט.
ווי נאר ער וויל זיך אריין זעצן אין זיין הערליכן לימוזין, שפירט ער א געזינטע זעץ אין ריקן, ער געבט זיך א דריי אויס און מיט אן אויגן בליק, זעהט ער אן יוגנטליכע פארשוין מיט א טונקעלע שמאטע אויפן געזיכט, ער פראבירט זיך צו קעגן שטעלן, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט,
"משה ביז יעצט האסטו נאך געהאט א וועג ארויס אבער יעצט וועט עס שוין קאסטן א טייערע פרייז.."
זאגט אים דעם יעניגער פארשוין.
ער באקומט נאך פעסטן קלאפ אין קאפ, און פאלט אראפ א צוקלאפטער און צובליטיגטער,און די פארשוין אנטלויפט.

-אין שפיטאל
ר' משה פארשטייט נישט ווי לאנג ער ליגט שוין אזוי אין קיינער קומט אים נישט וויזיטן, ער קען זיך נישט דערמאנען וועגן וואספארא צוועק איז ער אין שפיטאל.
נאכן ליגן אזוי פאר א לאנגע שטונדע, געבט ער זיך א כאפ די לעצטע געשעניש וואס האט אים געפירט צו וואס ער איז יעצט.
א סקרוך לויפט אים טיף אריבער אין די ביינער אין ער פאלט צוריק אריין אין א טיפן שלאף.
א געשטאלט פארשטעלט וואו א נורס שפאצירט נערוועזערהייט אריין אין ארויס פון ר' משה'ס צימער אין פון צייט צו צייט טוט ווארפט 'זי' אפאר אומבאקאנטע ווערטער צו 'איר' מאשינקעלע, וואס איז מערקבאר נאר פאר איינער מיט א זייער שארפן בליק.
אין אן אומערוואטעטע מאמענט זעהט 'זי' וואו ר' משה'ס געזיכט מאכן שטייטליך אויף צוויי ריזיגע אויגן אין ווערט בלייך זענדיג דעם אזוי גערופענעם נורס.
'זי' ברענגט ארויף אויף איר געזיכט א געמכטן שמייכל אין ציט אריין א טיפן אטעם אין זאגט
"איך האב קוים געקענט ווארטן אויף דעם מאמענט צו קענען זיך צוריק פאראייניגן מיט מיין האלטן גוטן פריינד, נאך אזויפיל צייט וואס כ'האב זיך נישט געטראפן, אין אדאנק דעם רינדע באגעגעניש האב איך מיט געברעגט א ספיציעלן געשאנק זאלסט מיר געדענקען, אבער גוט! אאמם... בעסער געזאגט, נישט צום געדענקען"
ר' משה נישט פארשטיען'דיג אן האלבן ווארט וואס ער האט נאר וואס געהערט, פארשטייט אבער יא אז עס מיינט נישט אינגאנצן זיין גוטס... אבער נאך איידער ער האט עספיעס זיך קעגן שטעלן אדער רופן הילף, האט 'זי' אים געגעבן א שטיפ אריין א שמאטע אין מויל אין אריין גערופן נאך פון אירע געהילפן, אים צובינדן פון קאפ ביז פיס, אוועק נעמענדיג די געלעגנהייט זיך קעגן שטעלן.
"דאס וואס גייט יעצט געטוהן ווערן וואלט איך געקענט טוהן ווען די ביסטו געווען אריין געטוהן אין דיינע חלומות.. אבער איך עס באשלאסן עס יא טוהן ווען די ביזט וואך אויף, נאר פאר די 'גוטע' געפיל דיר צו זעהן אין די יעצטיגע רואיג'קייט...".
ר' משה האט גארנישט געהאט צו טוהן אויסער צו זיין געפערליך אנגעצויגן.
"זאלסט וויסן" הייבט 'זי' נאכאמאל אויף איר גרויליגן שטימע.
"איך האב עס געקויפט פרעזנדליך פאר דיר, פאר א צווייטן ווייס איך נישט אויב איך וואלט זיך אזויפיל געלאזט קאסטן, אסאך געלט האט מיר דאס אפגעקאסט, אבער עס האט זיך געלוינט"
'זי' ווינקט פאר איר געהילף זאל גיין ווייטער מיטן ארבעט.
איר געהילף נעמט ארויס פון איר בעג אן איינשפריץ מיטן נאמעןD .F. וואס מענטשן פארגעסן זייער פארגאנגענהייט.
פארזעצונג קומט אי"ה
לעצט פארראכטן דורך דריטע דיעה אום מאנטאג אפריל 03, 2023 7:03 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
ווען איך שרייב עני דיעה "וואס געפעלט דיר נישט" רעג זיך נישט אויף מיר! ווייל איך געב דיר א מעגליכקייט דיין דיעה זאל זיין ערשט, מיין דיעה איז נאר די דריטע דיעה
מיין געשיכטע!!!viewtopic.php?t=61535
אוועטאר
קאלינען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:53 am

Re: דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונגען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלינען »

סובסקרייבד!
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונגען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

דריטע דיעה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 1:57 am
אריינפיר


פארזעצונג קומט אי"ה
קומט? אדער יא?
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4751
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונגען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

עפעס שרעקעדיג וועבט זיך דא...

סובסקרייבד.
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
דריטע דיעה
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:03 pm
לאקאציע: דארט ווי טוטצעך...

Re: דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונגען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריטע דיעה »

דער יעניגער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 3:32 pm
דריטע דיעה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 1:57 am
אריינפיר


פארזעצונג קומט אי"ה
קומט? אדער יא?
אי"ה בקרוב
ווען איך שרייב עני דיעה "וואס געפעלט דיר נישט" רעג זיך נישט אויף מיר! ווייל איך געב דיר א מעגליכקייט דיין דיעה זאל זיין ערשט, מיין דיעה איז נאר די דריטע דיעה
מיין געשיכטע!!!viewtopic.php?t=61535
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

סארא דמיון דעיס, קים איט קומינג
אוועטאר
דריטע דיעה
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:03 pm
לאקאציע: דארט ווי טוטצעך...

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריטע דיעה »

מיר וועלן בעזרת השם זיין צוריק ביז געציילטע שעות. ווארט מיט שפאנוג!!!
ווען איך שרייב עני דיעה "וואס געפעלט דיר נישט" רעג זיך נישט אויף מיר! ווייל איך געב דיר א מעגליכקייט דיין דיעה זאל זיין ערשט, מיין דיעה איז נאר די דריטע דיעה
מיין געשיכטע!!!viewtopic.php?t=61535
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4751
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

דריטע דיעה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 5:10 am
מיר וועלן בעזרת השם זיין צוריק ביז געציילטע שעות. ווארט מיט שפאנוג!!!
מיר שפארטן מיט וואנונג... יאגט אייך אונטער!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
דריטע דיעה
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:03 pm
לאקאציע: דארט ווי טוטצעך...

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריטע דיעה »

אנטשולדיג פארן ארויפקומען אזוי שפעט, ס'איז ערב פסח טעג אין ס'איז דא אסאך מער זאכן וואס טוען אויסער צו שרייבן פארזעצונגען אויף איי וועלט...
אבער מיט דעם אלעם א צוזאג איז צוזאג אין איך וועל זיך נישט צוריק האלטן טראץ די אלע ערב יו"ט שווערעקייטן...אבער אויב איר וועט טרעפן עני טעות האף איך אז עטס וועט מיר פארגעבן(אויב נישט יעצט כאטש אויף יום כיפור...)
נו! לאמיר נישט פארקריכן...
ערשטע קאפיטל-אנטווערפן~תשע"ח
"די הכנות זענען גרויס, און די קערסט זיך צוריק פון כינע ערשט און א וואך"
רופט זיך אן גאלדא, די פרוי פון ר' משה, מיט א קרעכץ, רעדנדיג מיט איר מאן טעלעפאניש.
גאלדה שטייט יעצט צוויי וואכן בעפאר די גרויסע בר-מצוה פון איר עלסטן זוהן לייב, די בר-מצוה איז געפלאנט צו פארקומען אין די באקאנטע זאל נאנט צו די הופט שטאט בריסל, די זאל איז ברייט באקאנט פאר אלע בעלגישע איינוואוינער אלס א צענטראלע זאל, אויף צו פראווענען סיי וואספארא גרויסע אוונט אויף א רייכן פארנעם, אין איז געווען גרויס גענוג אויף צו קענען פראקלאמירן דעם ביזנעס לייט אין רעגירונג'ס באמטע וועלעכע ר' משה האט פארמאגט אלס גוטע פריינד.
די הויפט סיבה צוליב וואס ער האט זיך אזוי געלאזט קאסטן אויף דעם בר-מצוה, איז צוליב די אומפארגעסליכן טראגעדיע וואס האט ליידער ארום גענומען די זילבער פארמיליע נאך וואס זייער עלסטן זוהן מנחם איז טראגיש אומגעקומען ביי א טראר אטאקע מיט עטליכע יאר צוריק ווען זיי זענען געקומען אויף יו"ט קיין ארץ-ישראל,
מנחם איז געווען עפעס זעלטן געלונגען ער האט פארמגט א מח וואס מען טרעפט נישט יעדן טאג, עפעס אויסטערליש, און וועגן דעם איז די פארלוסט געווען אזוי גרויס און ווען מען האט געזאגט פארנט פון זיין ארון דאס וואס מען זאגט ביי יעדן נפטר אז ס'איז אן "אבידה שאין לה תמורה" האט דאס געמיינט מיטן פילן באדייט עפעס מער ווי ביי סתם אזוי א נפטר.
'עפעס גייט אריבער אויף מיין טייערע מאן!'
טראכט צו זיך גאלדא, א פאקט אויף וואס זי קווענקלט זיך שוין א שיינע פאר טעג, זייט ס'האט זיך פארשלעפט זיין באזוך אין כינע.
'עפעס הערט ער זיך זייער באזארגט ביי די לעצטע פאר טעלעפאון שמועסן'
ווערט גאלדא נישט רואיג.
א קלאפ אויפן טיר האט איבער געריסן די אנגעצויגע אטמעספער אינעם רייכן הויז.
"העלאו מאמי"
רופט זיך אן לייב מיט זיין באחנטע לעבן האפט, ער געט אבער א גיי אויף צוריק זעהענדיג די אנגעצויגענע מינע אויף גאלדא'ס געזיכט, זיך נישט וועלן אנקלאפן דערין, סאיז אבער שוין געווען צו שפעט, זיין לעבעדיגקייט ביים אריין קומען, האט אביסל אויפגעלעבט גאלדא'ס גייסט.
"מיט וואס גרייטסטו זיך צו אויף דיין גרויסן טאג לייבי"
פרעגט גאלדא איינגענעם, פראבירנדיג אוועקצונעמען יעדע צייכן פון אנגעצויגנקייט.
לייב איז אבער געווען א קלוג קינד און ער האט אויפגעכאפט אז עפעס טוט זיך דא נישט אינעם געווענדליכן שטייגער אזוי אויך האט זייער נישט געגליכן אז עפעס שפילט זיך אפ פארנט פון אים אן וואס מ'זאל אים מיטטיילן דערון, האט ער נישט טראכטנדיג זיך אנגערופן אפן
"מאמי איך וויל וויסן וואס גייט פאר אונטער מיין ריקן, וואס באהאלט מען פון מיר"
לייב כאפט זיך אז ער האט זיך נישט אויסגעדרוקט מיטן נארמאלן שפראך...
"אאאםם ס'קען זיין אז איך קען מיט עפעס ארויס העלפן..."
פראבירט ער צו פארעכטן זיין בליטת פה.
"וואס גייט פאר אונטער דיין ריקן?"
פרעגט גאלדא פראבירנדיג אוועק צו נעמען יעדע ברעקל פארדאכט, אבער אן ערפאלג, איר לייב איז קלוגער פון דעם, און זי האט דאס געוואוסט, אבער זי איז געווען צוריקגעהאלטן אויף צו דערציילן די אמת, האט זי פשוט פראבירט איר מזל אים צו בארואיגן, און זי האט זיך איינגערעדט אז ס'וועט איר גיין.
"אז מען וויל מיר נישט מיטטיילן נעם איך עס אן, אבער נישט אז איך גלייב טאקע אז אלעס איז און ארדענוג"
'הלוואי וואלט לייב נישט געווען גערעכט, אינאמת'ן אריין אפשר איז דאס טאקע אן איבעריגע זארגעניש'
פראבירט זי צו זיין רעאליסטיש.
די טעלעפאון האט זיך צוקלונגען, און דאס מאל אנדערש וואו אנדערע טעלעפאון קאלס, קוקט עס גאלדא אן אלס א וועג צו ענדיגן דעם אומאנגענעם שמועס מיט איר בן-יקיר.
זי גייט צו צום טעלעפאון, לייב זעהט ווי זי ווערט בלייך ווי די וואנט הערנדיג דאס וואס 'יענער' האט צו זאגן, גאלדא לייגט אראפ די טרייבל און יעצט שוין זיכער אז עס איז נישט איבעריגע פארדאכטן.
________________________________________
דזשין כינע

וואן שיסט אויס אין א געלעכטער, אבער נאך ווי, אזאנס אז ס'האט אפגהילכט אין די גאנצע ארומיגע געגנט, צ'ין געבט א פארדעק זיין מויל אין רופט זיך אן מיט שפאס.
פארזעצונג קומט אי"ה
לעצט פארראכטן דורך דריטע דיעה אום מאנטאג אפריל 03, 2023 7:04 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
ווען איך שרייב עני דיעה "וואס געפעלט דיר נישט" רעג זיך נישט אויף מיר! ווייל איך געב דיר א מעגליכקייט דיין דיעה זאל זיין ערשט, מיין דיעה איז נאר די דריטע דיעה
מיין געשיכטע!!!viewtopic.php?t=61535
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4751
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

שיגענער... די גייסט אונז לאזן ווארטן מיט א אפענע מויל?? (אה סארי סדאך פארדעקט!)

נאך פאר יו"ט ווילעך זעהן די נעקסטע פארזעצונג!!!😠
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

אוי מיי גודנעס,
מיר ווארטען מיט שפאנונג
זלמי זאלמענאוויטש
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 9:56 pm

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זלמי זאלמענאוויטש »

נו, ווען איז די נעקסטע פארזעצונג..?
'ז'למי 'ז'למענאוויטש 'ז'אגט 'ז'ייער 'ז'יס
אוועטאר
הייסע גרעיפ דזשוס
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2023 6:40 pm
לאקאציע: אין אלגעמיין, צווישן די וויין און די נעפקינס

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע גרעיפ דזשוס »

נו ווילאנג וועט מען ווארטן?🥱 'איי געס' מעט דארפן ווארטן אויף ערב יום כיפור ווען ער קומט אויפפיקן זיין מחילה פונעם ציבור..
הייסע גרעיפ דזשוס איז ערגער פון אויסגעוועפטע קאולע
אוועטאר
דריטע דיעה
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:03 pm
לאקאציע: דארט ווי טוטצעך...

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריטע דיעה »

דזשין כינע
וואן שיסט אויס אין א געלעכטער, אבער נאך ווי, אזאנס אז ס'האט אפגהילכט אין די גאנצע ארומיגע געגנט, טשין געבט א פארדעק זיין מויל אין רופט זיך אן מיט שפאס.
"וואן! איין זאך זעה איך שוין, אז וויפיל יארן די וועסט זיין אין דעם ליין... וועסטו זיך קיינמאל נישט אויסלערנען אז קיינער דארף נישט מיט האלטן גארנישט! אבער גארנישט זערא!!! אפילו ווען די ביזט אזוי עקסייטעד פון דיין 'געלונגענעם' טעלעפאון קאל קיין אויסלאנד, טאקע מורא'דיג אבער און אזא פאל וועסטו קיינמאל נישט קענען ארויף גיין שטאפלען אין אונזער גרופע, צוליב וואס אונזער גרופע באצייכנט זיך נישט נאר מיט אראפ דרייען די קאפ פאר אויסלענדישע...נאר אונזער גרופע איז געבויעט צו אנקומען צו הויכע צילן! איך בין זייער אנטוישט פון דיר סוקסעספול מוזטו ארבעטן און ארבעטן אן אפשטעל אין די ווייזט וואס געשעט צו פארשוינען וואס ווערן אפגעזאגט..."
וואן האט זייער גוט געוויסט וואס געשעט צו אזעלעכע 'פארשוינען'.
נומער 'איינס' ביי די גרופע איז צו האלטן אלעס אין העכסט געהיים, אין 'זיי' וועלן זיך נישט אפשטעלן פון צו אוועקלייגן מענטשן פאר אייביג נאר וועגן עס האט זיי זיך געדאכט אז ס'וועט אפשר ארויסרינען אינפארמאציע פון די 'הויכע' פענסטערס.
"שוין, גענוג גערעדט פאר היינט"
רופט זיך אן טשין, נישט לאזנדיג פאר וואן צו לאנג איינזינקען אין זיינע מחשבה'לעך
"גיי אהיים, און נאדיר דא די פונקליכע אדרעס מיט די גענויע אויסזען פון די פארשוין וואס ס'יעצט נומער איינס צו ווערן אפגערוימט פון די מפה, וואו דארט וועסטו אהין גיין פארן 'אהיים גיין' און די ווייסט שוין וואס די האסט צו טון און לאז מיר שוין זעהן איינמאל פאר אלעמאל אז די קענסט מאכן א גוטע און 'שטילע' ארבעט, א גוטע נאכט און אסאך סוקסעס!"
וואן ענפערט מיט א שאקל די קאפ, און גייט אוועק.
וואו נאר ער האט זיך געטראפן מיט זיך אליין, האט אים און אן אומגעראכטענעם מאמענט אנגעהויבן צו עסן די געוויסן אזאנס וואס האט אים שוין נישט אנגעכאפט יארן.
פון קינד ווייז אן איז ער געווען (אדער בעסער געזאגט פראבירט צו זיין...) א קאלטער וואס האט קיינמאל נישט אנגעכאפט געפילן אויף קיין שום זאך, ער האט געהאלטן די געפילן ערגעץ וואו אין בוידעם...
אבער יעצט איז עפעס אן אנדערע מעשה, איינס יעדע זאך האט א גרעניץ, ביז הרגענען בידים א מענטש, און נאך בפרט אז די מענטש איז נאך א איד,און נאך וועלכע איד, אויפן בילד זעהט אויס צו זיין עפעס זייער קענטליך...
'ניין ביז אהער! יעדע זאך האט א גרעניץ!'
טראכט ער הויעך.
אבער פלוצלונג נעמט זיך עפעס שרייען אין אים אויף הויכע טענער.
'ניין דיין לעבן איז אין געפאר אויב וועסטו נישט גיין' הערט ער 'יענע' שטימע
'איך האב נישט קיין אנדערע אויסוואל אויב מיין לעבן איז מיר טייער מוז איך גיין,'
'איך גיי' באשליסט ביי זיך וואן.
פארזעצונג קומט אי"ה
לעצט פארראכטן דורך דריטע דיעה אום מאנטאג אפריל 03, 2023 7:05 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
ווען איך שרייב עני דיעה "וואס געפעלט דיר נישט" רעג זיך נישט אויף מיר! ווייל איך געב דיר א מעגליכקייט דיין דיעה זאל זיין ערשט, מיין דיעה איז נאר די דריטע דיעה
מיין געשיכטע!!!viewtopic.php?t=61535
אוועטאר
הייסע גרעיפ דזשוס
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2023 6:40 pm
לאקאציע: אין אלגעמיין, צווישן די וויין און די נעפקינס

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע גרעיפ דזשוס »

אה פיינעלי! כאב שוין כמעט אויפגעגעבן.. (עכט נישט...)
הייסע גרעיפ דזשוס איז ערגער פון אויסגעוועפטע קאולע
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

פיינע ווארע
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4751
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

שרעקעדיג...
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
הייסע גרעיפ דזשוס
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2023 6:40 pm
לאקאציע: אין אלגעמיין, צווישן די וויין און די נעפקינס

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע גרעיפ דזשוס »

ווען קומט די נעקסטע? כ'בין הונגעריג פאר נאך.
הייסע גרעיפ דזשוס איז ערגער פון אויסגעוועפטע קאולע
אוועטאר
פארווארפענע נשמה
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 03, 2023 6:47 pm
לאקאציע: בני ברק

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווארפענע נשמה »

WOW גוטע שרייבער!!!!!!!!!!!
ווען קומט די נעקסטע מיר קוים ווארטן..................
.....שהיו מסובים בבני ברק..............
אוועטאר
דריטע דיעה
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:03 pm
לאקאציע: דארט ווי טוטצעך...

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריטע דיעה »

צווייטע קאפיטל

די זייגער אויפן וואנט קלאפט א קלאפ נאך א קלאפ, וואן דרייט זיך אין בעט און קען נישט איינשלאפן. די זייגער האט זיך שוין ארומגעדרייט אפאר צירקלען, אבער ער, שוין אפאר שעה וואס ער דרייט זיך אזוי פון איין זייט צום צווייטן, אבער די שלאף כאפט אים נישט.

ער געבט זיך א זעץ אויף אויפן בעט, און קוקט זיך ארום. אינדרויסן איז שטאק פינסטער, ער געבט א שנעלע בליק צום וועקער זייגער, זיינע רויטע נומערן שייינען ארויס די נומערן 3:05. ער קווענקלט זיך צו ער זאל ארויסגיין פון בעט און גיין נעמען נאך א שלאף פיל, ער קלערט צו זיך אז געווענדליך א נאכט נעמט ער איין שלאף פיל און ס'איז מיך איבערגענוג, היינט האלט איך שוין ביי די פינפטע שלאף פיל אין די לעצטע פאר שטונדן, אבער ס'קוקט נישט אויס ווי ס'גייט עפעס העלפן.

'ווען עפעס שטעכט טיף אינעווייניג קענסטו נעמען וויפיל פילן דו ווילסט, ס'וועט דיך נישט העלפן, נישט דאס דארפסטו, דו דארפסט עפעס סאך מער פון דעם' האט זיך אנגערופן א מחשבה וועלכע ער האט גלייך פרובירט צו פארשטיפן ערגעצוואו טיף אין זיינע מח קעמערלעך.

ער האט זיך געגעבן א פלוצלונדיגע שטעל אויף פון בעט און אנגעפאנגן צו גיין צו די קאך, אפשר וועט אים א ווארעמע טיי העלפן איינשלאפן. ער שפארצירט אריין אין קאך און צינד אן די לעקטער, ער פילט אן די וואסער קאכער מיט וואסער פון זיין אייגן אריינגעבויטע פאטענטישע פילטער סינק, און שטעלט די הייס וואסער צו קאכן. די וואסער נעמט זיך קאכן, און זיינע מחשבות שווימען אומווילענדיג צוריק צו האלב פארגעסענע זכרונות, וואס ער האט געמיינט אז ס'איז שוין פון לאנג אויסגעמעקט געווארן.

ס'שווימען ארויף יאמערליכע קולות ער הערט ווי מ'שלאגט זיך ארום אים, אלעס קוקט אים אויס צומישט, פארוואס האט ער עס געדארפט טוהן? הערט ער א ווייטאגליכע געשריי, ער פילט ווי זיינע אויערן גייען פלאצן. וואן שאקלט שטארק זיין קאפ, ער פרובירט מיט אלע כוחות אוועקצושטיפן די זכרונות. אבער ער פארט גלייך צוריק אהין. פארוואס? פארוואס האט ער עס געדארפט טוהן? קלינגט צום צווייטען מאל אפ אין זיין קאפ דעם ווייט פארגעסענע קול, דאס מאל פיל העכער און שארפער. ער האט אייביג פרובירט זיך צוריק אנצוכאפן אין די ליבליכע קול, אבער ס'איז געוועהן אזוי אומקלאר און ווייט אוועק, און איז אין די ענדע שטענדיג פארשוואונדן געווארן מיט א הילכיגע פראסק פון א דיקע אראבישע האנט. א גרויליגע געלעכטער, קלינגט אפ אין זיינע אויערן ער באטראכט עס מיט שרעק און פארלוירענקייט, ארויפקוקענדיג פון אונטן מיט זיינע קינדערישע בליקן, יענער קוקט אראפ צו אים מיט א גיפטיגע שמייכל. און דאן פילט ער א זעץ און אלעס ווערט שווארץ. ווען ער האט ענדליך געכאפט וואס גייט פאר, איז שוין גארנישט געוועהן וואס צו טוהן, אלעס איז געוועהן דערנאך.

די קלונג פון די וואסער קאכער האט אים אויפגעוועקט פון זיינע געדאנקען, ער האט זיך געאיילט צו מאכן א גלאז טיי, האפענדיג אז ס'וועט אים אביסל בארואיגן. ער נעמט א זופ פונעם גלאז, ער פילט ווי ווארעמקייט פארשפרייט זיך אין זיינע ביינער, ער זיפט אויס די גאנצע גלאז ביזן סוף, און ווענדט זיינע טריט צוריק צו זיין צימער. שוין שטייענדיג נעבן די שלאף צימער, באשליסט ער ארויסצוגיין אינדרויסן כאפן א שפאציר 'אפשר וועט מיך די פרישע קאלטע נאכט לופט אביסל בארואיגן, און ס'וועט מיך העלפן איינשלאפן' קלערט ער צו זיך.

אומר ועשה, ער נעמט אראפ זיין דינע 'דזשעקעט' פון די הענגער, ער טוט עס אן, און גייט ארויס אינדרויסן. א קילע נאכט ווינטל ענטפאנגט אים, ער מאכט צו זיינע אויגן און ציהט אריין מיט פארגעניגן, אלעס איז שטיל, די גאנצע שטאט איז איינגעהילט אין א טיפן נאכט שלאף, אלע הייזער זענען טונקל, מ'הערט נישט קיין מוק אינדרויסן, די גאסן לעמפ זענען די איינציגע זאכן וואס באלייכטן די גאסן.

ער שפארצירט אראפ רואיגערהייט די גאס, ער באטראכט ווי די ביימער שאקלען זיך מיט צו די טאקט פון די ווינט, אויסער זיין שאטן דרייט זיך נישט קיין נפש חיה אינדרויסן. ער פילט ווי א רואיגקייט באנעמט זיינע אלע גלידער. 'א שאד כ'האב עס פריער נישט געטוהן, אהה, ס'בארואיגט אזוי שטארק. כ'וואלט שוין פולאנג געשלאפן'.

ער קומט אן צו די עק פון זיין גאס, און דרייט זיך איין אויף די נעקסטע גאס. אויך דארט איז ליידיג פון מענטשן, על כל פנים, אזוי זעהט אים עס אויס. ער שפארצירט ווייטער מיט הנאה און דרייט זיך איין אויפן נעקסטן גאס. 'שוין גענוג געוועהן' טראכט ער צו זיך 'איך וואלט עס געדארפט טוהן א יעדע נאכט, שוין לאמיך צוריקגיין אהיימגיין'. ער דרייט זיך אויס און פאנגט אן צוריקצושפאצירן אין ריכטונג פון זיין הויז. ווען פלוצלונג פילט ער א שטייפע האנט כאפט אן זיין פלייצע..

פארזעצונג קומט אי"ה.
ווען איך שרייב עני דיעה "וואס געפעלט דיר נישט" רעג זיך נישט אויף מיר! ווייל איך געב דיר א מעגליכקייט דיין דיעה זאל זיין ערשט, מיין דיעה איז נאר די דריטע דיעה
מיין געשיכטע!!!viewtopic.php?t=61535
אוועטאר
אויסגעגאסענע טינט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2023 4:18 pm

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעגאסענע טינט »

דריטע דיעה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 05, 2023 2:36 am
צווייטע קאפיטל

די זייגער אויפן וואנט קלאפט א קלאפ נאך א קלאפ, וואן דרייט זיך אין בעט און קען נישט איינשלאפן. די זייגער האט זיך שוין ארומגעדרייט אפאר צירקלען, אבער ער, שוין אפאר שעה וואס ער דרייט זיך אזוי פון איין זייט צום צווייטן, אבער די שלאף כאפט אים נישט.
..

פארזעצונג קומט אי"ה.
;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
דריטע דיעה
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:03 pm
לאקאציע: דארט ווי טוטצעך...

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריטע דיעה »

פארזעצונג ביז געציילטע שטונדן בע"ה.
ווען איך שרייב עני דיעה "וואס געפעלט דיר נישט" רעג זיך נישט אויף מיר! ווייל איך געב דיר א מעגליכקייט דיין דיעה זאל זיין ערשט, מיין דיעה איז נאר די דריטע דיעה
מיין געשיכטע!!!viewtopic.php?t=61535
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

דריטע דיעה האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 10:27 am
פארזעצונג ביז געציילטע שטונדן בע"ה.
א עקסטער דאנק פארען מודיע זיין, אין נאך א דאנק פאר א פארזעצונג אויף כאלאמויד
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4751
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

דריטע דיעה האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 10:27 am
פארזעצונג ביז געציילטע שטונדן בע"ה.
אנטשולדיגט פארן באדערן אזוי שפעט... אבער וואס מיינט געציילטע ביי אייך??
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע: אין בעקעריי

Re: פארווארפענע געפילן-דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”