גרויסע עם הארץ'ס ווינקל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

גרויסע עם הארץ'ס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

א גוטן יעדער איינער, איך וויל מיר דא עפענען מיין ווינקל וואו איך וועל שרייבן מזמן לזמן זאכן וואס ליגן מיר אויפ'ן צינג אדער אויפ'ן בויך, און איך האף אז די עולם וועט הנאה האבן (היינט איז דאך שוין דא א וועגן אויפצוגעפונען דאס.)

ובזה החלי:

1. עס איז באקאנט די נאמען יומא דפגרא. איך האב מיר אייביג געווינדערט פון וואו די לשון קומט, נעכטן האב איך געלערנט אין די גמרא אין מסכת שבת דף קכט אין רש"י איז ער מסביר וואס עס מיינט יומא דפגרא. וזה לשונו: יומא דמפגרי ביה רבנן - שהיו התלמידים מתעצלין מלבא בבית המדרש קרי ליה יומא דשפמי כלומר היום הזה אבד לו ואין בו תועלת: עכ"ל. אין די יעצטיגע בין הזמנים טעג איז יעדעס ווארט איבריג צו מסביר זיין.
ואתם הדבקים
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 12:06 am

Re: גרויסע עם הארץ'ס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואתם הדבקים »

אזא סופרייז ! פאר ווער סקען נאך נישט אונזער אזוי גערופנע גרויסע עם הארץ ער איז א גרויסע ידען און א גרויסע תלמיד חכם און קענמיר קוים ווארטן ער זאל אונז איבערגעבען פון זיינע רייכע אוצר .......
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: גרויסע עם הארץ'ס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

2. עס איז באקאנט די סיבה פארוואס מען זאגט ברוך שם הויעך אין שוהל יום כיפור איז ווייל, עס איז א סוד וואס משה רבינו האט געהערט אויבן אין הימל ווען ער איז געגאנגען מקבל זיין די תורה, און כדי די מלאכים זאלן עס נישט הערן, זאגט מען עס שטיל, און יום כיפור זענען די אידן אזויווי מלאכים, ממילא קען מען עס זאגן הויעך.

אין משנה ברורה אין אורח חיים סימן סא אות ל' (אויף סעיף יג) שרייבט אויף וואס די מחבר זאגט דארטן אז מען זאגט ברוך שם שטיל (יעדן טאג.) ווייל ווען יעקב אבינו פאר'ן שטארבן האט צוזאמגערופן זיינע קינדער צו מגלה זיין וואס עס וועט זיין באחרית הימים, האט זיך די שכינה אפגעטוהן פון אים, האט ער געזאגט פאר זיינע קינדער, קען זיין אז איינער פון מיינע קינדער וואס זענען נישט ערליך? האבן זיי אלע געזאגט "שמע ישראל ד' אלוקינו ד' אחד" האט יעקב אבינו זיי צוריקגעזאגט בשכמל"ו. און די רבנן האבן געזאגט, וויאזוי זאל מען טוהן? זאל מען זאגן? אבער משה האט דאך נישט געזאגט. זאל מען נישט זאגן? אבער יעקב האט דאך יא געזאגט, וועגן דעם האט מען איינגעפירט אז מען זאל עס זאגן שטיל.

יעצט שטעלט זיך די שאלה, לויט די טעם וואס ווערט געברענגט אין משנה ברורה, פארוואס זאגט מען יום כיפור ברוך שם הויעך? עס קען זיין אז די סיבה פארוואס משה האט עס נישט געזאגט איז טאקע נאר ווייל ער האט מורא געהאט פון די מלאכים, וואו געברענגט אין די ערשטע סיבה.

איך שרייב דאס, ווייל עס ווינדערט מיר פארוואס די משנה ברורה ברענגט נישט די ערשטע טעם וואס איז מיר געווען באקאנט ביז איך האב געלערנט די משנה ברורה.

3. די מחבר אין אורח חיים סימן נג סעיף יח שרייבט וזה לשונו: האומר איני יורד לפני התיבה פני שבגדי צבועין, או מפני שברגלי סנדל, לא ירד באותה תפילה כלל, מפני שדרך האפיקורסין להקפיד בכך, וחישינן שמא אפיקורסות נזרקה בו. און די רמ"א לייגט צו אז אפילו אויב ער לייגט צו א תירוץ פארוואס ער האט אזוי געזאגט, העלפט עס אויך נישט און ער קען נישט דאווענען פאר'ן עמוד יענע תפילה.

עס קומט ארויס א מורא'דיגע זאך פון די שטיקל מחבר, אז ווען א מענטש רעדט זיך איין אז אין די מצב קען איך נישט לערנען אדער דאוונען, ווייל איך קוק אויס וואו יענער וואס גייט מיט מיט א סנדל (אין אונזער שפראך 'קראקס'.) זאגט די מחבר אז 'שמה מינות נזרקה בו'. דאס איז ריין מינות.
עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

Re: גרויסע עם הארץ'ס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הארץ »

אפשר איין טאג וועל איך עם הארץ נאך אויך ווערן א גרויסע עם הארץ אין קענען פארלערנען שיעורים.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: גרויסע עם הארץ'ס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 8:46 pm

עס קומט ארויס א מורא'דיגע זאך פון די שטיקל מחבר,
סתם להעיר עס איז א משנה וגמרא מפורשת אין מגלה דף כד ע"ב
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: גרויסע עם הארץ'ס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 8:32 pm
2. עס איז באקאנט די סיבה פארוואס מען זאגט ברוך שם הויעך אין שוהל יום כיפור איז ווייל, עס איז א סוד וואס משה רבינו האט געהערט אויבן אין הימל ווען ער איז געגאנגען מקבל זיין די תורה, און כדי די מלאכים זאלן עס נישט הערן, זאגט מען עס שטיל, און יום כיפור זענען די אידן אזויווי מלאכים, ממילא קען מען עס זאגן הויעך.

אין משנה ברורה אין אורח חיים סימן סא אות ל' (אויף סעיף יג) שרייבט אויף וואס די מחבר זאגט דארטן אז מען זאגט ברוך שם שטיל (יעדן טאג.) ווייל ווען יעקב אבינו פאר'ן שטארבן האט צוזאמגערופן זיינע קינדער צו מגלה זיין וואס עס וועט זיין באחרית הימים, האט זיך די שכינה אפגעטוהן פון אים, האט ער געזאגט פאר זיינע קינדער, קען זיין אז איינער פון מיינע קינדער וואס זענען נישט ערליך? האבן זיי אלע געזאגט "שמע ישראל ד' אלוקינו ד' אחד" האט יעקב אבינו זיי צוריקגעזאגט בשכמל"ו. און די רבנן האבן געזאגט, וויאזוי זאל מען טוהן? זאל מען זאגן? אבער משה האט דאך נישט געזאגט. זאל מען נישט זאגן? אבער יעקב האט דאך יא געזאגט, וועגן דעם האט מען איינגעפירט אז מען זאל עס זאגן שטיל.

יעצט שטעלט זיך די שאלה, לויט די טעם וואס ווערט געברענגט אין משנה ברורה, פארוואס זאגט מען יום כיפור ברוך שם הויעך? עס קען זיין אז די סיבה פארוואס משה האט עס נישט געזאגט איז טאקע נאר ווייל ער האט מורא געהאט פון די מלאכים, וואו געברענגט אין די ערשטע סיבה.

איך שרייב דאס, ווייל עס ווינדערט מיר פארוואס די משנה ברורה ברענגט נישט די ערשטע טעם וואס איז מיר געווען באקאנט ביז איך האב געלערנט די משנה ברורה.
דער משנה ברורה ברענגט אזוי ווייל אזוי שטייט אין טור

אין סימן ס"א זאגט דער טור דעם סיבה
און אזוי ברענגט אויך דער שולחן ערוך הרב

שפעטער אין סימן תריט ברענגט דער טור, זע אויך דער שולחן ערוך הרב
דער אנדער סיבה פארוואס מען זאגט יא הויעך אויף יום כיפור
עלינו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: גרויסע עם הארץ'ס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 8:46 pm
3. די מחבר אין אורח חיים סימן נג סעיף יח שרייבט וזה לשונו: האומר איני יורד לפני התיבה פני שבגדי צבועין, או מפני שברגלי סנדל, לא ירד באותה תפילה כלל, מפני שדרך האפיקורסין להקפיד בכך, וחישינן שמא אפיקורסות נזרקה בו. און די רמ"א לייגט צו אז אפילו אויב ער לייגט צו א תירוץ פארוואס ער האט אזוי געזאגט, העלפט עס אויך נישט און ער קען נישט דאווענען פאר'ן עמוד יענע תפילה.

עס קומט ארויס א מורא'דיגע זאך פון די שטיקל מחבר, אז ווען א מענטש רעדט זיך איין אז אין די מצב קען איך נישט לערנען אדער דאוונען, ווייל איך קוק אויס וואו יענער וואס גייט מיט מיט א סנדל (אין אונזער שפראך 'קראקס'.) זאגט די מחבר אז 'שמה מינות נזרקה בו'. דאס איז ריין מינות.
די פשוט'ער סיבה איז ווייל אין ראוי להיות סרבן
עיין מ"א ס"ק ח"י
די ערשטע שאלה פון דער הייליגער רבי ר' אלימלך זצוק"ל, האסטו געהאלפן מיינע קינדער?

לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג, וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: גרויסע עם הארץ'ס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אה אזא שיינע אשכול

אין שוין לאנג נישט געהערט פון ידידינו הדגול גרויסע תלמיד חכם שליט"א ב''ה מען הערט ווייטער פון דיר....
כה לח''י
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: גרויסע עם הארץ'ס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

4. שטייענדיג יעצט אין די פארנומענע ערב פסח טעג, נעמט אפיר די לינק און לייגט אים אויף חזרה, און שפאצירט אביסל אין אן אנדערע וועלט. עס וועט אייך גיבן א בוסט צו גיין ווייטער מיט די הכנות.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: גרויסע עם הארץ'ס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

5. די אייבערשטער זעהט אלעס וואס יעדער טוט. סמייל טו די קעמערע ענד סעי טשיס!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: גרויסע עם הארץ'ס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

6. איך האב אייביג געוויסט אז זה קלי ואנווהו איז פשט, אז התנאה לפניו במצות, מען זאל האבן א שיינע אתרוג, טלית, און אזוי ווייטער אלע מצוות. ווען איך האב געלערנט די גמרא אין מסכת שבת דף קלג: שטייט דארטן אויך א צווייטע פשט. אבא שאול זאגט, ואנוהו הוי דומה לו. זיי זיך מדמה צו אים, מה הוא חנון רחום אף אתה היה חנון ורחם. און די מהרש"א לייגט צו אז ווען נישט אבא שאול לערנט עס ארויס פון ואנווהו, וואלט ער געזאט אז מען לערנט עס ארויס פון די נוטריקין הוי דומה לו. וואלט ער געזאגט אז מען לערנט עס ארויס פון די זעלבע וועג תנא קמא נאר אנשטאט אלץ התנאה לפניו במצות וואלט ער געזאגט התנאה לפניו במעשים.

מיר איז נאר שווער, אז די לימוד פון אבא שאול לערנט מען דאך ארויס פון ללכת בכל דרכיו? פארוואס דארף ער האבן די לימוד פון ואנוהו?

(די לשון הגמרא: "דתניא זה קלי ואנוהו התנאה לפניו במצות עשה לפניו סוכה נאה ולולב נאה ושופר נאה ציצית נאה ספר תורה נאה וכתוב בו לשמו בדיו נאה בקולמוס נאה בלבלר אומן וכורכו בשיראין נאין אבא שאול אומר ואנוהו הוי דומה לו מה הוא חנון ורחום אף אתה היה חנון ורחום")

7. עס איז באקאנט פון די ספרים אז אין די דרייסיג טעג פון פורים ביז פסח, נעמט די באשעפער ארויס יעדן טאג א דרייסיגסטל פון גלות מצרים די אייגענע גלות. אזוי דאנקט מען פסח אויך אויף די אייגענע יציאת מצרים.

שטעלצעך די שטארקע שאלה, וואס טוט זיך ווען א מענטש זעהט ביי זיך, אז ער טרעפט זיך אין די טעג אין א מצב פון מצרים, גלות און ער זעהט נישט ווי די באשעפער נעמט אים ארויס פון זיין גלות יעדן טאג, נאר פארקערט, יעדן טאג נענטער צו פסח פילט ער זיך נאך מער דערנידערט אין זיין גלות? אים נעמט די באשעפער נישט ארויס פון מצרים???

האב איך געטראכט אז עס קען זיין. אז די באשעפער ווייזט אים יעדן טאג וואס די דרייסיג'סטל פון וואס ער נעמט אים ארויס פון מצרים, און די מענטש דארף פשוט גלייבן אז די באשעפער נעמט אים טאקע ארויס דערפון, אפי' ער פילט נישט אזוי.
אוועטאר
חמול על מעשיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:42 pm
לאקאציע: בין כתה לעשור

Re: גרויסע עם הארץ'ס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמול על מעשיך »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 12:06 pm
6. איך האב אייביג געוויסט אז זה קלי ואנווהו איז פשט, אז התנאה לפניו במצות, מען זאל האבן א שיינע אתרוג, טלית, און אזוי ווייטער אלע מצוות. ווען איך האב געלערנט די גמרא אין מסכת שבת דף קלג: שטייט דארטן אויך א צווייטע פשט. אבא שאול זאגט, ואנוהו הוי דומה לו. זיי זיך מדמה צו אים, מה הוא חנון רחום אף אתה היה חנון ורחם. און די מהרש"א לייגט צו אז ווען נישט אבא שאול לערנט עס ארויס פון ואנווהו, וואלט ער געזאט אז מען לערנט עס ארויס פון די נוטריקין הוי דומה לו. וואלט ער געזאגט אז מען לערנט עס ארויס פון די זעלבע וועג תנא קמא נאר אנשטאט אלץ התנאה לפניו במצות וואלט ער געזאגט התנאה לפניו במעשים.

מיר איז נאר שווער, אז די לימוד פון אבא שאול לערנט מען דאך ארויס פון ללכת בכל דרכיו? פארוואס דארף ער האבן די לימוד פון ואנוהו?

(די לשון הגמרא: "דתניא זה קלי ואנוהו התנאה לפניו במצות עשה לפניו סוכה נאה ולולב נאה ושופר נאה ציצית נאה ספר תורה נאה וכתוב בו לשמו בדיו נאה בקולמוס נאה בלבלר אומן וכורכו בשיראין נאין אבא שאול אומר ואנוהו הוי דומה לו מה הוא חנון ורחום אף אתה היה חנון ורחום")
טראכט איך יעצט אז אבא שאול לייגט צו ווען די הייבסט אהן כאפן נערוון אויף די מצות געדענק אז מה הוא חנון ורחום אף אתה היה חנון ורחום ודו”ק
פרעג נישט פארוואס איך טוה אזוי...
איך טוה אזוי ווייל מיין טאטע האט אזוי געטוהן,
קענסט פרעגן פארוואס די חכמים האבען אזוי מתקן געווען.

(הרב שלמה אשר טויבער שליט"א מפי אביו הרה”ג ר’ עזריאל זצ"ל, קרבתנו-21)

מיין לייבערי
ואתם הדבקים
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 12:06 am

Re: גרויסע עם הארץ'ס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואתם הדבקים »

@גרויסע עם הארץ אפשר ביזטו ווייטער ממשיך?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”