אויבערשטער! פארוואס האסטו מיך באשאפן?!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

אויבערשטער! פארוואס האסטו מיך באשאפן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

1 #

דאס וואונדערליכע באשאף, דער קליינער מענטשעלע, האט אנגעהויבן די רייזע פון באשאפונג נאך אסאך איידער די נשמה זיינע איז אראפ אויף דער וועלט, נאך בעפאר זיך אנציען א צורה׳לע פון א זיס קליין פיצל...

פארוואס און פארווען, א מענטשל צווישן ניין ביליון באשעפענישן, צווישן בערג און טאלן, צווישן לענדער און וועלדער, פארוואס און פארווען.

דערוועק זיך, טו זיך דערמאנען, קלער אריין, פארוואס און פארווען. וואס טוט מיין זיך דא אויפן וועלטל, וואס וועט שוין צוגעבן מיין צוקונפט צום גרעסערן בילד, וואס וועט מיין עקזיסטענץ אויפטון - אויב מיין צייט איז א פארבארגענע, מיין גוף איז נאר א צייטליכער, און מיין קיום איז נישט א שטאנדהאפטיגער.

וואס איז די תועלת פון זיך דערוואקסן ביז די צוואנציגערס. נו, שוין דערוואקסן, יעצט דארף מען דורכשוויצן די יארן, זיך בויען א קאריערע, לערנען ש״ס, פוסקים, דעם אורח החיים פון א אידישן שטוב, און דערנאך צוביסלעך, שטייטליך, שטעלט זיך אלעס אפ, לייג צי אפאר יאר אידיש נחת פון אייניקלעך, אויב מ׳איז זוכה... און דערנאך קומט דעם גופ׳ס מפלה, זיין ענדע. טויט.

ניין, אין דער קומענדיגער וועלט וועסטו נישט טרעפן קיין ביימער מיט צוקערלעך צי קיין וואלקענעס פון ׳קאטן קענדי׳, אויך נישט קיין זיסע עפעלעך, בארעלעך, אדער מאראנצן. נישט דא דארט קיין עסן צי קיין טרונקען, שלאפן צי זיצן. נאר איין זאך געפינט זיך דארטן. איין זאך! - דער תכלית!

די לעבנס-רייזע האט א מטרה, וואס איז זי? וואס איז דער תכלית? פארוואס און פארווען.

אויש!
נאך איינער וואס וויל אונז אויפריכטן, פיקסן, פארבעסערן...
לאמיכאפ... לאמיך טון וואס מיין זיידע, מיין טאטע, און מיין ארומיגע טוען, ׳לעט מי ענדזשוי מייסעלף׳.

זאג מיר יענקל, האסט אמאל אריינגעטראכט ווי דיינע עלטער עלטערן געפינען זיך אין הימל, אין וועלכן ארט? וואס טוען זיי אלע דארטן, שוין אריבער אזוי פיל יאר, נישטא קיין חתונות נישטא קיין לוויית, ווי קומט מען און ווי אהין גייט מען, נעבעך זיי זענען מסתמא לאנגווייליג - ׳בארד׳. לפחות ס׳דא דארטן א מקווה, אפשר פלוידערן זיי דארטן פון פוטין מיט אוקריינע, אפשר פון ביידן מיט טראמפ.

פרעגסט גוט שמואל, אינטרעסאנט טאקע, וואס טוען זיי דארטן. זענען זיי אין גן עדן צי..., וואס איז בעצם גן עדן? וואס טוט מען דארטן?

פאר אן ענטפער אויף די אלע פראגעס וועסטו דארפן צואווארטן צו דער קומענדיגער פארזעצונג אי״ה...
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4751
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: אויבערשטער! פארוואס האסטו מיך באשאפן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

א טיפע נקודה!
קוקט אויס ווי סקומט דא א חובת הלבבות אויף אידיש...
לאמיך נישט ווארטן נייגעריגערהייט פאר צו לאנג!!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: אויבערשטער! פארוואס האסטו מיך באשאפן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

וואף,

איך וויל נישט קאמענטירן אויפן תוכן, זאגסט עס קומט א צווייטע טייל, נא אדרבה לאמיר הערן אוואו איר לייגט עס אראפ,

אבער יוש… די שפראך… A1+
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

Re: אויבערשטער! פארוואס האסטו מיך באשאפן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

#2

אויקיי, לאמיר פאראויס גיין און נעמען א טריט ווייטער, לאמיר פרואוון געבן צו פארשטיין וואס איז דער אונטערשייד צווישן בעפאר זיך אנטון דעם לבוש וואס הייסט ׳גוף׳, ווען דו ביסט נאך א נשמה׳לע וואס טוט רוען מתחת לכסא הכבוד, צו נאכן זיך שוין מענטשלעכן און אויסגעפארמט ווערן אין א בן אדם.
אויב די נשמה האט אלץ גוטס דארטן אויבן, וואס פעלט אים אויס די דערנידערונג דא אויף דער וועלט, פארוואס איז ער מסכים צו אראפקומען אויף דער וועלט און דורכמאכן אלע אפקומענישן, פיין און לייד וואס באטרעפט יעדע לעבידיגע באוואוסנזיין אויפן עולם הזה?

עפעס אויסדערווענליך, א געהיימניס, ליגט באהאלטן דא אין דער וועלט, וואס עס איז דאס וואס טרייבט אונז צו אראפוואנדערן צו אונזער וועלטל צווישן וועלטן. צי איז דען נישט דער ציל פון אלץ - עולם הבא, פארוואס דען פארלאזן דעם אומשטערבלעכן רו-ארט?

- יא! נאר דא קענסטו איינקויפן דעם תכלית, נאר אין דעם געשטאלט פון א קליין מענטשל, און נאר אין דעם וועלטעלע – אונזער ערדקוגל, וועסטו צוקומען צום אמת׳ער תיקון העולם. נו, זאג שוין, וואס איז עס, וואס איז דער תכלית???

ווארט א מינוט, שמואל, פאר דו פארסט דא טיפער אריין, וואלט איך דיר געוואלט פרעגן, וואס איז דאס פונקטלעך גהינום, ס׳ברענט טאקע דארטן א פייער? מ׳פארברענט דארטן נשמות, אדער איז עס נאר א משל? איך האב אלץ געמיינט אז נאר רוחניות׳דיקייט הערשט דארטן. אויך איז אינטערעסאנט, קען מען דארטן רעדן? און אויב שוין רעדן איז עס אין אידיש צי לשון קודש, וואס וועט זיין טאמער איך קען נאר ענגליש? מסתמה אויב מ׳קען רעדן זיכער קען מען הערן, נישט אזוי? און וואס טוט זיך וועגן געפילן, טראכטן מחשבות, וויינען, לאכן אא״וו?

יענקל טייערע, כדאי דיר געבן צו פארשטיין מיט א קלארקייט, וואס איז דאס גיהנום, דארף מען קודם כל פארשטיין וואס איז דאס גן עדן...

פארוואס שמואל מיין פריינד, פארוואס קען מען נישט קודם כל פארשטיין די ברענעדיגע טונקלקייט און דורכדעם צו באמת משיג זיין די אור – גן עדן העליון? ״ויהי אור יום אחד״, קודם כל קומט נאכט און דערנאך קומט טאג – לעכטיקייט.

פרעגסט פיין, האסט רעכט, אבער דאס אלץ רעדט זיך נאר פארן בריאות האדם, אבער דער אדם אליין דארף יא ערשט טועם זיין דעם אור כדאי צו פארשטיין דאס מיסקייט פונעם חושך, ווי מען זעט ביי אדם הראשון, אז ער איז געבוירן געווארן בייטאג און נאר מוצ״ש איז געווארן טונקל, און אוי האט עס אים געשטערט, ער האט געמיינט אז עס קומט זיין סוף...

נו, יענקל זאג שוין, וואס איז דאס ען עדן, עולם הבא, איך ווארט מיט שפאנונג!

פאר אן ענטפער וועסטו דארפן צואווארטן צו דער קומענדיגער פארזעצונג אי״ה...
חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

Re: אויבערשטער! פארוואס האסטו מיך באשאפן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

3 #

לאמיר צאמשטעלן א סה״כ פון אלע פראגעס וואס זענען אפירגעקומען ביז יעצט:

1. וואס דארף איך אויפטון אויף דעם וועלטל, מיין צייט דא איז א פארבארגענע, א צייטלעכע, איך וויל אריינכאפן.
2. וואס איז די מטרה, די תכלית פונעם לעבנס-רייזע?
3. וואס טוען אונזערע עלטערן אין עולם הבא?
4. פארוואס איז די נשמה מסכים אפצולאזן דעם אייביגן רו ארט און אראפצוקומען דא אויפן וועלטל, די ארט פון פיין און לייד? וואס קען ער נאר דא טרעפן, וועלכע זאך קען מען געפינען נאר דא אונטן אין דער וועלט פון תוהו ובוהו?
5. איז גיהנום עכט? וואס איז עס באמת, ווי אזוי קען דעם ברענענדיגן פייער אויסרייניגן דעם שמוציגן זעל?
6. וואס איז דאס גן עדן?
.
פון די אייניציגסטע מענטשן (פון וואס מיר ווייסן) וואס האבן אנטפלעקט דא אויפן וועלטל דעם סוד פון עולם הבא און דעם שליסל דערצו – אונזער וועלטל, איז ״דוד המלך״!

דוד המלך׳ס לעבן איז באשריבן מער ווי אלע אנדערע זיבן אושפיזין, סיי אין נ״ך און סיי אין תהילים, דערפאר האבן מיר אויסגעקליבן זיין פערזענליכקייט פאר א לעבנסצייכן, ווייל אזוי ווי ער איז באשריבן גאר אסאך קענען מיר גרינגער אויסגעפונען זיין סוד פון לעבן אנטקעגן אנדערע.

וואס האט אים דעם מערסטנס גערירט, אנגעגאנגען, מיט וואס האט ער זיך געקימירט רוב פון זיינע טעג דא אויפן ערד-קוגל? אויב אונז וועלן אויסגעפינען זיינע באהאלטענע פירונגען און לעבנסשטייגער, זיינע הייליגע דרכים אין עבודת ה׳, וועלן מיר אפשר בס״ד מרובה, קענען כאפן א קליין בליקל אינעם סוד פון לעבן – דער תכלית זיינער!

דוד המלך הייבט אן תהילים: ״אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים, ובדרך חטאים לא עמד, ובמושב לצים לא ישב״. אויקיי, יעצט ווייס איך וואס נישט צו טון, אבער וואס דארף מען יא טון דא אויפן וועלטל, דערפאר איז ער ממשיך, ״כי אם בתורת ה׳ חפצו ובתורתו יהגה יומם ולילה״.

איך פארשטיי נישט יענקל, אונז קומען דא אראפ אויפן וועלטל נאר צו לערנען תורה?

ביסט גערעכט שמואל, פארוואס טאקע, קען מען דען נישט לערנען די הייליגע תורה אין גן עדן, כ׳מיין אז מ׳לערנט טאקע דארטן, ניין?

יא, יאנקל, ביסט גערעכט, אונז זענען נישט אראפגעקומען אויפן וועלטל ׳נאר׳ צו לערנען די הייליגע תורה, אבער דאס יא, דוד המלך האט געטראפן דעם שליסל פונעם עולם הבא אין דער תורה הקדושה. דערפאר זאגט אונז אן דוד המלך, דער אמת׳ער עבד ה׳ - ״עבדי דוד״, ״ובתורתו יהגה יומם ולילה״.

שמואל, וואס מיינט דאס ״יהגה״?

להגות מיינט, יענקל, אסאך מער פון לערנען, ס׳מיינט זיך צו פארטיפן, אריינקלערן אין די וועגן פון תורה. עס קען נישט מיינען נאר לערנען, ווייל די ״יהגה״ דארף זיין ״יומם ולילה״ – א גאנצן טאג און נאכט. וואס איז מיט עסן, שלאפן, ארבעטן אא״וו, נאר מיז זיין אז ס׳מיינט אז מדארף ערשט לערנען די תורה, און פארשטיין אירע פנימיות, און דערנאך קען מען לעבן וואס מ׳האט געלערנט ״יומם ולילה״, סיי ביים לערנען און סיי ביי אלע אנדערע טוענגען.

אבער שמואל, ווי זאגט דא דוד דיין פשעטל, ער זאגט נאר, ״ובתורתו יהגה״, מאכסטו שוין א גאנצע תורה?

פאר אן ענטפער וועסטו דארפן צואווארטן צו דער קומענדיגער פארזעצונג אי״ה...
חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

Re: אויבערשטער! פארוואס האסטו מיך באשאפן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

כ׳האב געהאט א טעות מיט ענק נעמען אויף צו א לאנגע רייזע דא מיטן ארטיקל.
כ׳וועל עס בע״ה פארקערצערן אינעם נאנטן צוקונפט.
חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

Re: אויבערשטער! פארוואס האסטו מיך באשאפן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

5 #

דוד המלך זאגט ווייטער, ״והיה כעץ שתול על פלגי מים אשר פריו יתן בעתו ועלהו לא יבול״, דער ״ובתורתו יהגה״ דארף אונז צוברענגען צו גוטע פרוכט, פון דער תורה דארף ארויסשפראצן אריין אינעם גברא גוטע וועגן פון לעבן. דער וואס לערנט תורה על מנת לקיימה אינעם טאג טעגליכן לעבן, דער איז געגליכנט צו א געזונטע און שטארקע פרוכטבארע בוים - ״והיה כעץ שתול על פלגי מים״ ווי דוד איז מפרט ״עץ ׳חיים׳ היא למחזיקים בה״ עס איז א בוים וואס געט ארויס לעבן פאר די וואס שטיצן איר (די תורה).

״וכל אשר יעשה יצליח״, וואס איז די גרעסטע הצלחה וואס דוד המלך האט געוואלט אנקומען צו? דאס וואס דוד המלך וויל זאגט ער קלאר ארויס אין תהילים: ״קרבת אלוקים לי טוב״, די תורה הקדושה דארף אונז צוברענגען צו א נאנטקייט מיטן באשעפער, דער געשמאקסטער זאך אויפן וועלט, מער פון פיצה, בשר בקר, א״נ, איז קרבת אלוקים, און דאס אנטפלעקט אונז דוד המלך.

און דאס אידעלעך איז גן עדן, דער קרבת אלוקים. און דערפאר וויל די נשמה אראפקומען אויף דער וועלט, ווייל ער איז מסכים אלץ דורכצוליידן אבי צו קענען קונה זיין קרבת אלוקים, דערפאר זייטס קלוג, ווען עטס שטייט אויף פון לערנען זוכט וועלכע פירות איר קענט ארויסנעמען דערפון, עפעס וואס קען אייך צוברענגען צו קרבת אלוקים לי טוב.

און דאס פארקערטע פון קרבת אלוקים איז גיהנום, דאס ווייטקייט פונעם באשעפער, און אוי טוט עס וויי, ס׳ברענט.

כ׳האף אז איך האב פארענטפערט אלע פראגעס.

בע״ה וועל איך אין אן אנדער ארטיקל פראבירן מבאר זיין וואס איז דאס קרבת ה׳.

נ.ב. בעצם האב איך אנגעגרייט א רייכערע און לענגערע וועריאציע פונעם ארטיקל דאך איז ׳ווייניגער מער׳, האב איך מחליט געווען צו עס פארקערצערן.

אויב האט איר סיי וועלכע אבזערוואציע צי קאמענטאר, ביטע לאזט א תגובה, ש׳כויח.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אויבערשטער! פארוואס האסטו מיך באשאפן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

זייער שיין!

#רמח"ל
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

Re: אויבערשטער! פארוואס האסטו מיך באשאפן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

pdf
אטעטשמענטס
אויבערשטער.pdf
(72.79 KiB) געווארן דאונלאודעד 52 מאל
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: אויבערשטער! פארוואס האסטו מיך באשאפן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

דארף עס נאך איבערליינען מיט ישוב הדעת. קוקט אויס גאר גוט אויבן אויף
מיין חלק אינעם שמועס...
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: אויבערשטער! פארוואס האסטו מיך באשאפן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

זייער שיין!
אוועטאר
בארג קריכער
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:12 pm

Re: אויבערשטער! פארוואס האסטו מיך באשאפן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארג קריכער »

נשמת השכל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 5:07 pm
זייער שיין!

#רמח"ל
חובת אדם בעולמו
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אויבערשטער! פארוואס האסטו מיך באשאפן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

WOW הערליך הערליך גיי אן . אבער זיי נישט מקצר
אוועטאר
ר' אבנר
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 3:27 am
לאקאציע: אין צענטער פון מחאה

Re: אויבערשטער! פארוואס האסטו מיך באשאפן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' אבנר »

fiena nieas האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:40 pm
WOW הערליך הערליך גיי אן . אבער זיי נישט מקצר
גא"ם בלייב מיטן לאנגע לשונות
אוי באשעפער לייז אונז שוין אויס.......
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: אויבערשטער! פארוואס האסטו מיך באשאפן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

הערליך!
מיט א געוואלדיגע שפראך
גיי אן ווייטער מיט דיין עבודת הקודש
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: אויבערשטער! פארוואס האסטו מיך באשאפן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

זייער שיין!

#4 האט איר אויסגעלאזט...
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”