כ'האב מיר פארגעשטעלט...
שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
-
- שר מאה
- תגובות: 225
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:32 am
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
שארף און צום פוינט.שארמאש 136 האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 1:28 amיאפ א בחור האט מיר אליין געזאגט אז ער האט א מאל געוואלט טרינקען א קאווע און היות אין ארץ ישראל קען מען טוהן וואס מ'וויל האט ער געמאכט א מזונות...
כ'מיין, שטותים האט אויך א שיעור...
א קוצקער
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
אין ארץ ישראל - חוץ וואס מ'איז מיילן ווייט פון עלטערן און משפחה וכו' פון וועם מ'האט נאטורליכע בושה - איז אלעס מיט אידישע אותיות. אלעס האט א הכשר, פון א רב מטעם וכדו', ממילא איינער וואס איז נישט גענוג שטארק, וועט גאנץ שנעל אנהייבן עס מכל הבא ליד.
וכן הדין לענין פארוויילונגען, רעסטוראנטן, וכו' וכו', דברים שהשתיקה יפה להם, אלע תאוות און עבירות זענען דארטן ליידער אויף אידיש (כ'מיין עברית), און מ'שפירט זיך נישט ווי א פרעמדער. אין א גויאישע קלאב פילט זיך א איד ווי א יון אין די סוכה, אבער דארטן איז ליידער נישט אזוי. בחורים דרייען זיך ליידער אין פילע פלעצער פון הוללות און געמיינקייט, וואס אין אנדערע מדינות וואלטן זיי קיינמאל נישט אנגעקומען אהין.
השם ירחם

זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
- חוט של חסד
- שר חמש מאות
- תגובות: 572
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
- לאקאציע: צווישן ירושלים און בארא פארק...
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
ס'איז קלאר אז נישט יעדער מעג קומען לערנען אין ארץ ישראל, אבער א פיינע בחור פון 20+ וואס קומט וועט זיכער נאר שטייגן.
(כ'פלעג אמאל ארייננעמען בחורים צו מיר אינדערהיים פרייטאג צונאכטס. עכטע פיינע ערליכע חסיד'ישע בחורים. כ'געדענק אז אייביג סוף סעודה פלעגן זיי אנהייבן יאגן אז זיי ווילן נישט פארפאסן תולדות אברהם יצחק אדער תולדות אהרן רבי'ס טיש...)
די אלע שרעקעדיגע מעשות וואס מ'הערט פון חילול שבת חייבי כריתות וכד' רעדט מען פון די גרועים שבגרועים וואס זענען אין אמריקה נישט בעסער געווען... א"י האט זיי נישט מקלקל געווען, זיי זענען שוין פונלאנג מקולקלים ועומדים...
אלע פראבלעמען הייבן זיך אן 1) אדער ביי יונגע בחורים וואס זענען נאכנישט געהעריג אוועקגעשטעלט (סעטלד), 2) אדער ביי בינונים (עוורידזש) וואס זייער גאנצע ערליכקייט האט זיך שוין געוואקלט נאך פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל נאר דער טאטע/משגיח האט זיי אנגעהאלטן מיט כח... ווען די בחורים קומען אן קיין ארץ ישראל קענען זיי צומאל אלעס אראפווארפן למחצה לשליש ולרביע רחמנא ליצלן.

טייערע אידן אין אמעריקא! אויפמערקזאם!
די דיפערענצן צווישן לשון הקודש ולהבדיל עברית קענען טיילמאל זיין כרחוק מזרח ממערב!
פארטייטשן העברעאישע נייעס באזירט אויף אייערע לשון הקודש קענטעניסן איז א רעצעפט פאר צעמישעניש.
א דאנק!
די דיפערענצן צווישן לשון הקודש ולהבדיל עברית קענען טיילמאל זיין כרחוק מזרח ממערב!
פארטייטשן העברעאישע נייעס באזירט אויף אייערע לשון הקודש קענטעניסן איז א רעצעפט פאר צעמישעניש.
א דאנק!
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
וויפל פראצענט גייט אריין אין די בינונים דרגה?חוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 1:44 am2) אדער ביי בינונים (עוורידזש) וואס זייער גאנצע ערליכקייט האט זיך שוין געוואקלט נאך פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל נאר דער טאטע/משגיח האט זיי אנגעהאלטן מיט כח... ווען די בחורים קומען אן קיין ארץ ישראל קענען זיי צומאל אלעס אראפווארפן למחצה לשליש ולרביע רחמנא ליצלן.
איך זאג צווישן 60-70
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
עטס זאלסט מיך אלע אנטשולדיגן,
איך קום פון דארט
יא, די לעצטע צוויי און האלב יאר האב איך זוכה געווען צו לערנען אין א''י
ס'איז א לענגערע אריכות מסביר צי זיין און מגדיר צי זיין פונקטליך וואס גייט דארט פאר אבער אזוי פיל יא, אזוי ווי יעדע מטבע קען מען אנקוקן פון צוויי זייטען כך הדבר הזה, ס'ווענדט זיך וועלכע בחור מ'שיקט, ווי אלט, ווי מ'שיקט, און מיט וועמען מ'שיקט,
(איך האב מיך אסאך מתבונן געווען ווען איך בין דארט געווען אין די נושא, פון אלע זייטן און מצבים, קיינער זאל מיך נישט זאגען אז איך האב מיך נאר געדרייט מיט ערליכע און וואוילע און איך ווייס נישט באמת וואס גייט פאר, איך האב אלעס געזעהן און אפשר וועל איך נאך בס''ד אמאל ארויסשרייבן די אמת'ע אמת וואס איך האב אליין געזעהן, א גוטע נאכט)

תשפ"ב איז די יאר וואס איך האב מיך איינגעשריבען אין אייוועלט
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 589
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
אקוראט דאס געוואלט שרייבן, די זעלבע סארט בחור דא און די זעלבע דארט האט ווייניגער pear pressure, דא די זאכן וואס מען טוט ווייסט יעדער ,דאס די מציאות,ווערעצקי האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 1:34 amאין ארץ ישראל - חוץ וואס מ'איז מיילן ווייט פון עלטערן און משפחה וכו' פון וועם מ'האט נאטורליכע בושה - איז אלעס מיט אידישע אותיות. אלעס האט א הכשר, פון א רב מטעם וכדו', ממילא איינער וואס איז נישט גענוג שטארק, וועט גאנץ שנעל אנהייבן עס מכל הבא ליד.
וכן הדין לענין פארוויילונגען, רעסטוראנטן, וכו' וכו', דברים שהשתיקה יפה להם, אלע תאוות און עבירות זענען דארטן ליידער אויף אידיש (כ'מיין עברית), און מ'שפירט זיך נישט ווי א פרעמדער. אין א גויאישע קלאב פילט זיך א איד ווי א יון אין די סוכה, אבער דארטן איז ליידער נישט אזוי. בחורים דרייען זיך ליידער אין פילע פלעצער פון הוללות און געמיינקייט, וואס אין אנדערע מדינות וואלטן זיי קיינמאל נישט אנגעקומען אהין.
השם ירחם
What comes around goes around,
משא"כ אין די פרעמד , ווייסן די פרעמדע, וואס איינמאל די קומט צוריק אויף אמעריקע גייסטו קיינמאל אין דיין לעבן מער נישט טרעפן די מענטשן
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 589
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
הלוואי הלוואי איז וואס די שרייבסט טאקע אזוי, אזאנע בחורים ווייס איך וואס ...שוין בקיצור, זיי זענען טאקע אלע פיינע אינגעלייט חתונה געהאט, אבער די יאר צוויי וואס זיי זענען געווען אין ארץ, איז יא בקיצור, יא יא אזאנע וואס זענען חסידיש און גייען צו טישן, נישט א היינטיגע פראבלעם, שוין 25 און 30 יאר צוריק געווען די זעלבע אדער ארגער, היינט האט א בחור מורא פון פיקטשערס סאשעל מידיע, 25 יאר צוריק איז נישט קיין אייוועלט ניטאמאל ווי עס צו דיסקוסירן , און קיינער האט נישט געוויסט וואס דארט קומט פאר ..מען רעדט פון די מציונים און געלונגענע בחורים, רובא דרובא זענען געבליבן פרום, אפגעבורדעט אפאר יאר און צוריקגעקומען כאחד האדם ווי גארנישט וואלט געווען, די ברייטע קאפ וואס א בחור האט וואס לערענט אין ארץ ישראל בלייבט פאר אייביג,וואס איז אויך פאר געוויסע א מעלה , אבער די וואס קומען פון א פארמאכטע חסידות, בלייבן אויפגעקלערט און אויבער חכמים פארן גאנצן לעבן, דאס איז די מציאות , ווען אין כאפ א שמועס מיט אינגערמאן אדער סתם א איד , געווענליך קענסטו כאפן אין 2 מינוט טאמער יענער האט געלערנט אין ארץ ישראלחוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 1:44 amס'איז קלאר אז נישט יעדער מעג קומען לערנען אין ארץ ישראל, אבער א פיינע בחור פון 20+ וואס קומט וועט זיכער נאר שטייגן.
(כ'פלעג אמאל ארייננעמען בחורים צו מיר אינדערהיים פרייטאג צונאכטס. עכטע פיינע ערליכע חסיד'ישע בחורים. כ'געדענק אז אייביג סוף סעודה פלעגן זיי אנהייבן יאגן אז זיי ווילן נישט פארפאסן תולדות אברהם יצחק אדער תולדות אהרן רבי'ס טיש...)
די אלע שרעקעדיגע מעשות וואס מ'הערט פון חילול שבת חייבי כריתות וכד' רעדט מען פון די גרועים שבגרועים וואס זענען אין אמריקה נישט בעסער געווען... א"י האט זיי נישט מקלקל געווען, זיי זענען שוין פונלאנג מקולקלים ועומדים...
אלע פראבלעמען הייבן זיך אן 1) אדער ביי יונגע בחורים וואס זענען נאכנישט געהעריג אוועקגעשטעלט (סעטלד), 2) אדער ביי בינונים (עוורידזש) וואס זייער גאנצע ערליכקייט האט זיך שוין געוואקלט נאך פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל נאר דער טאטע/משגיח האט זיי אנגעהאלטן מיט כח... ווען די בחורים קומען אן קיין ארץ ישראל קענען זיי צומאל אלעס אראפווארפן למחצה לשליש ולרביע רחמנא ליצלן.
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
די ישיבה האט א פיינעם שיעור ד׳, איך קען פערזענליך בחורים, וואס זענען ממש נהפך געווארן לאיש אחר אין שיעור ד׳, סאיז אויף א מורעדיגער חשובער פארנעם.נשמתין חדתין האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 28, 2023 7:20 pmלמעשה האט די קהילה נישט קיין ישיבה אוועגעשטעלט פאר א 18יעריגער בחור ,טעם וריח האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 28, 2023 6:23 pmכ"ק מרן מסאטמאר שליט"א מהרי"י, פירט שוין גאנץ לאנג א מערכה קעגן שיקן בחורים אין פרעמדע ישיבות.
פאריאר ביי די צענטראלע יארצייט סעודה כ"ו אב אין קרית יואל האט די רבי שליט"א שטארק געפאדערט מען זאל שיקן בחורים דוקא אין אונזערע ישיבות,
א איד האט מיר פארציילט ער האט 'דערהערט' די דרשה, און האבענדיג א קינד וואס ער האט געהאלטן אט פארן פארשיקן אין א פרעמדע ישיבה - גענוי ווי זיינע עלטערע ברודער - ער קומט אהיים און זאגט דעם אידענע, אונזער צדיק גייט אין ערגעץ! ער גייט לערנען דא אין ישיבה, ווייל אזוי האט דער רבי געזאגט!.
אקיצור, גוט אריין אין זמן, ווען איך האב געהאט א שמועס מיט דעם א.ד. אינגערמאן, זאגט ער מיר, איי, דער רבי האט נישט קיין אאהנוג ווי ווייט זיין דרשה האט אויפגעטוען! מיין בחור שטייגט לייק נעווער בעפאר!! און איך האב ביטער חרטה פאר'ן נישט טוען אזוי גענוי מיט מיינע פאריגע זיהן.
די מעשה ברענג איך צו באלענסירן מיין א.ד. תגובה,
און צו אילעסטרירן אז 'קאמפיין און אויפקלערונג' וועט בעז"ה העלפן, אויב די רבנים שליט"א זעען איין פאר נויטיג.
און מענטשען שיקן אוועג פשוט בלית ברירה, א גרויסער ווייטאג .
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
-
- שר האלף
- תגובות: 1439
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
טאקע א סכנה. א בחור לערענט אין ארץ ישראל און ס'ווערט אים אביסל קלארער וויאזוי אן עובד ה' קוקט אויס, וואס א תלמיד חכם קען אלץ קענען, וויאזוי א פשוטע בן תורה לעבט, און אלץ וואס די פארמאכטע חסידות האט אין אים אריינגעפרעדיגט גייט לטמיון.וועגן שטעגן האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 2:36 am[אבער די וואס קומען פון א פארמאכטע חסידות, בלייבן אויפגעקלערט און אויבער חכמים פארן גאנצן לעבן, דאס איז די מציאות
-
- שר האלף
- תגובות: 1439
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
די זאך אליין קעמען מפרש זיין אדער לגריעותא אדער למעליותא.וועגן שטעגן האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 2:36 amווען אין כאפ א שמועס מיט אינגערמאן אדער סתם א איד , געווענליך קענסטו כאפן אין 2 מינוט טאמער יענער האט געלערנט אין ארץ ישראל
באט ווי נאר ווי וואלט געווען זייער אינטערסאנט צו מאכן אזא בחינה....
-
- שר האלף
- תגובות: 1439
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
למעשה האסט גערירט זייער אשטארקע מעלה אין א"י, אז די בחורים קענען נישט זיין אין חברים'ס חתונה, וואס זיי קומען פאר געווענדליך אין ארה"ב
כהאף אז איינער האט געקלערט די רבנים אין אסיפה איבער דאס מעלה...
-
- שר האלף
- תגובות: 1439
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
דו שרייבסט שארף אבער איינזייטיג.Ozd האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 7:05 amטאקע א סכנה. א בחור לערענט אין ארץ ישראל און ס'ווערט אים אביסל קלארער וויאזוי אן עובד ה' קוקט אויס, וואס א תלמיד חכם קען אלץ קענען, וויאזוי א פשוטע בן תורה לעבט, און אלץ וואס די פארמאכטע חסידות האט אין אים אריינגעפרעדיגט גייט לטמיון.וועגן שטעגן האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 2:36 am[אבער די וואס קומען פון א פארמאכטע חסידות, בלייבן אויפגעקלערט און אויבער חכמים פארן גאנצן לעבן, דאס איז די מציאות
ס'דא מנהיגי ישראל און חסידותן וואס האלט אז די בחורים דארפן וואקסן פארמאכט, בפרט אין די יונגע יארן. דאס מיינט נישט נאר פארמאכט פון אומריינע זאכן, נאר אויך פארמאכט אין זיין דרך אין עבודת ה'.
איך מיין אז אין 30 יאר און אפילו ווינציג האט קיינער נישט פראבלעם מיט די ברייטקייט, באט יעצט רעדט מען פון די יונגע יארן און פארן חתונה.
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
איך האב געלערנט אין ארץ ישראל זעקס יאר צוריק, עס זענען געווען אסאך סקווערער חסידים, נישט וואס וואוינען אין סקווער, רוב האבן געוואוינט אין מאנסי.חוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 12:26 amפראצענטיש?גדל האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 12:25 amסקווער האט סאך ווינעגערחוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 12:23 amמער קעגן 5 יאר צוריק.אבנר בן-נר האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 12:21 amאה הבנתי אז ער רעדט מער VS אנדערע קהילות, גערעכטחוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 12:18 am
די פשוט'ע טריקענע מציאות.
ביז 5 יאר צוריק איז נישט געווען קיין גאנצע מנין פון חוץ לארצ'דיגע בחורים פון מהר"א און ארץ ישראל.
היינט איז שוין לויט מיין שאצונג דא בפשטות ארום 100!!!
שרעקעדיג!!!
קעגן אנגערע קהלות איז מהר"א פשטותפראצענטיש די ווייניגסטע
כן נראה לעניית דעתי...
זיי זענען נאך היינט פייערדיגער סקווערער חסידים...
אסאך גייען לערנען אין ראחמיסטריווקא.
- פרומע לבוש
- שר האלפיים
- תגובות: 2911
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
- לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
וואס מיינט פין מהר"א? פין מאנרא מתיבתא? איז היינט נישטא מער פין 15 בחורים וואלט איך געשאצט, אבער די "פין מהר"א" וואס איז שוין געווען אויפגעקלערט אין ישיבה קטנה אין געשיקט אין א ברענד נעים ישיבה, אזא איינער קומט אן קיין א"י ברצון או באונס. אבער נישטא צו סאך אויכעט פין זיי, ווייל רוב פרייוועט ישיבות באשטייען פין חסידי מהר"יי.חוט של חסד האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 12:18 amדי פשוט'ע טריקענע מציאות.אבנר בן-נר האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 12:14 amס'זעזענען היצט דא מער פון מהר"א אין אר"י?? בעיסד אן?farshlufen האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 28, 2023 11:53 pmדריי פיר יאר?גמרא ניגון האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 28, 2023 10:45 pmדי ערשטע וואס האט מעורר געווען איבער די ענין איז געווען האדמו"ר מסאטמאר מהר"א וואס שוין בערך 3-4 יאר צוריק אדער מער האט ער גערעדט קעגן דעם ווען עס איז נאך נישט געווען אזוי פאפולער און מען קען זאגן אז די גאס האט עס נאכנישט דערהערט
תלי"ת די פראצענטן פון קהלת סאטמאר מהר"א זענען גאנץ נידריג אינעם ענין פון שיקן בחורים
דרייסיג פערציג יאר מיינסטו.
פארוואס ס'זעזענען היצט דא מער פון מהר"א אין אר"י איז נישט קיין סוד.
די תירוץ איז א לאנגע, דער פאפיר דאהי איז עס נישט סובל.
מ'קען עס אבער פריווענטן, כ'זע ר' הירצקא'ן אויפן בילד, מ'האף מיר אז ער וועט מצליח זיין צו טאן דערינען.
ביז 5 יאר צוריק איז נישט געווען קיין גאנצע מנין פון חוץ לארצ'דיגע בחורים פון מהר"א און ארץ ישראל.
היינט איז שוין לויט מיין שאצונג דא בפשטות ארום 100!!!
(אין מיר 30 40 און צווישן אלע אנדערע ישיבות ווי די 3 בריסק'ס, נייפעסט, טשעבין, דושינסקיא, קאוונע א.א.וו. נאך אזא 40 50...)
שרעקעדיג!!!
אין טשעבין איז לפי ידיעתי נישטא קיין איין סאטמאר קרית יואל'ע בחור וה"ה קאוונע וה"ה דושינסקיא.
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
מ'האפט אז עטליכע אמעריקאנער קהילות / אדמורי''ם / ישיבות גייען אויפמערקזאם מאכן זייער עולם,משה יוחנן האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 12:22 amתמצית הדבר וואס איז געבליבן פון די אסיפה?ישראל_הלוי האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 28, 2023 8:01 pmקרית יואל פלייש האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 28, 2023 7:13 pmהאט איינער בילדער/באריכטן פון די היינטיגע אסיפה?
אז שיקן צו ישיבת מיר וכדו', איז א בדיעבד, צוליב די רוחניות פון אונזערע בחורים'לעך.
אויך האפט מען. אז עטליכע זאלן עפענען ישיבות אין אמעריקע, פאר עלטערע בחורים.
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
ניין, נישט קיין ליגנט.אן אייניקל האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 12:43 amווארעמע ליגנט ארויס פון אויוון.גדל האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 12:21 amפארווטס דארף עס ר’ יצחק שטערן מאכן אינטערן נאמען פון וויענער רב שליט”א ?מסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 28, 2023 9:00 pmפיינע אסיפה געווען היינט פאררופן דורך ר’ יצחק שטערן אינטערן נאמען פון וויענער רב שליט”א
בקיצור נמרץ, 3 עסקנים בני ארץ ישראל האבן אויפגעטרעטן מיט קולי קולות אז סקומען פאר דארטן חייבי כריתות.
הגאון ר’ ישראל דוד הארפענעס שליט”א האט אויפגעטרעטן און געטייטלט אויף די ישיבות דאהי אין חוץ לארץ, אן פורש בשם זיין, אז ממאכט ענג פאר די עלטערע בחורים און דאס מאכט אז די עלטערע כיתות זאלן זיך אויסליידיגן און אזוי ארום בלייבט ארץ ישראל די איינציגסטע אפציע פאר א בחור פון 19 און ארויף.
ווען סאיז געקומען צו פארשלאגן פאר א מעגליכע לעזונג איז מען זיך ציגאנגען.
וויענער רב זז"ג האט פאררופן די אסיפה (געהערט פון גבאים), ער האט שוין פאראיאר זוממער פארפירט דערויף
פאר מיין מקור קענט איר קומען אין אישי
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
איר פרעגט מיר? כהאב אסאך צו זאגן.. איר האט היבש רעכט הגם גיין קיין אר"י איז לענ"ד פארט ערגער. אני כשלעצמי בלעים ביידע סאטמארע ישיבות גדולות ואכמ"ל.יידישע קהילות האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 1:21 amאין אמעריקא אינישטא קיין חייבי כריתות, דא איז בלויז אשם שפחה חרופה?מסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 28, 2023 9:00 pmפיינע אסיפה געווען היינט פאררופן דורך ר’ יצחק שטערן אינטערן נאמען פון וויענער רב שליט”א
בקיצור נמרץ, 3 עסקנים בני ארץ ישראל האבן אויפגעטרעטן מיט קולי קולות אז סקומען פאר דארטן חייבי כריתות.
הגאון ר’ ישראל דוד הארפענעס שליט”א האט אויפגעטרעטן און געטייטלט אויף די ישיבות דאהי אין חוץ לארץ, אן פורש בשם זיין, אז ממאכט ענג פאר די עלטערע בחורים און דאס מאכט אז די עלטערע כיתות זאלן זיך אויסליידיגן און אזוי ארום בלייבט ארץ ישראל די איינציגסטע אפציע פאר א בחור פון 19 און ארויף.
ווען סאיז געקומען צו פארשלאגן פאר א מעגליכע לעזונג איז מען זיך ציגאנגען.
כ'מיין טוה מיר א טובה! איבעראל איז פאראן מכשול, דער בעל דבר איז נישט מקפיד ארויסצופארן פון ארץ ישראל לצורך פרנסה...
איר פרעגט דעם אר"י עסקן? איך פרעג זיי גארנישט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
- מקובל אלוקי
- שר האלף
- תגובות: 1265
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
עפענען דאהי ישיבות האט מען שוין פראבירט, ס'האט נישט געהאלפן מפני כמה סיבות,moishy56 האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 8:08 amמ'האפט אז עטליכע אמעריקאנער קהילות / אדמורי''ם / ישיבות גייען אויפמערקזאם מאכן זייער עולם,משה יוחנן האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 12:22 amתמצית הדבר וואס איז געבליבן פון די אסיפה?ישראל_הלוי האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 28, 2023 8:01 pmקרית יואל פלייש האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 28, 2023 7:13 pmהאט איינער בילדער/באריכטן פון די היינטיגע אסיפה?
אז שיקן צו ישיבת מיר וכדו', איז א בדיעבד, צוליב די רוחניות פון אונזערע בחורים'לעך.
אויך האפט מען. אז עטליכע זאלן עפענען ישיבות אין אמעריקע, פאר עלטערע בחורים.
די עצה איז עפענען א ישיבה אזוי ווי ישיבות מיר נאר פאר חסידישע בחורים,
אן א פריוואטע דאמדארי,
בקיצור פונקט ווי מיר,
אבער אלעס זאל ווערן געפירט מיט א היימישע סביבה,
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
- דעת בעל הבית
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7924
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
זעט מיר אויס אז די וועלכע פארשטייען נישט די פראבלעם, האבן אדער נישט געלערנט דארט, אדער לערנען נאך יעצט דארט...
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
דו האסט יא געלערנט אין ארה"ק?דעת בעל הבית האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 8:51 amזעט מיר אויס אז די וועלכע פארשטייען נישט די פראבלעם, האבן אדער נישט געלערנט דארט, אדער לערנען נאך יעצט דארט...
אדער האסט/געהאט א זוהן לערנען דארט?
אדער דו ווייסט פון דעם און יענעם.
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
אויך אן קיין אפיליאציע צו א געוויסע חסידות און אן קיין "בנשיאות", נאר פשוט א פלאץ וואס איז אוועקגעשטעלט צו זיצן אין לערנען אן קיין זייטיגע חשבונות, אז אן ערנסטע בחור זאל האבן א געשמאק דארט.מקובל אלוקי האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 8:32 amעפענען דאהי ישיבות האט מען שוין פראבירט, ס'האט נישט געהאלפן מפני כמה סיבות,moishy56 האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 8:08 amמ'האפט אז עטליכע אמעריקאנער קהילות / אדמורי''ם / ישיבות גייען אויפמערקזאם מאכן זייער עולם,משה יוחנן האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 12:22 amתמצית הדבר וואס איז געבליבן פון די אסיפה?ישראל_הלוי האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 28, 2023 8:01 pmקרית יואל פלייש האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 28, 2023 7:13 pmהאט איינער בילדער/באריכטן פון די היינטיגע אסיפה?
אז שיקן צו ישיבת מיר וכדו', איז א בדיעבד, צוליב די רוחניות פון אונזערע בחורים'לעך.
אויך האפט מען. אז עטליכע זאלן עפענען ישיבות אין אמעריקע, פאר עלטערע בחורים.
די עצה איז עפענען א ישיבה אזוי ווי ישיבות מיר נאר פאר חסידישע בחורים,
אן א פריוואטע דאמדארי,
בקיצור פונקט ווי מיר,
אבער אלעס זאל ווערן געפירט מיט א היימישע סביבה,
נ. ב. איך ערווארט נישט אז דאס זאל ווערן געשטיצט דורך די גרעסערע קהילות, אבער טאמער יא איז היטן אראפ פאר זיי
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
למאי נפק''מ ווער עס האט פאריפערן די אסיפה? אויך מיר דערגרייכונג איך מיין ווער קען דען נישט צוזאמרופען עטליכע רבנים, עטליכע וואכן צוריק איז געווען א 'ריזיגע' אסיפת רבנים וועגען קדושת הבית איינער זעהט עפעס שינויים?מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 8:11 amניין, נישט קיין ליגנט.אן אייניקל האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 12:43 amווארעמע ליגנט ארויס פון אויוון.גדל האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 12:21 amפארווטס דארף עס ר’ יצחק שטערן מאכן אינטערן נאמען פון וויענער רב שליט”א ?מסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 28, 2023 9:00 pmפיינע אסיפה געווען היינט פאררופן דורך ר’ יצחק שטערן אינטערן נאמען פון וויענער רב שליט”א
בקיצור נמרץ, 3 עסקנים בני ארץ ישראל האבן אויפגעטרעטן מיט קולי קולות אז סקומען פאר דארטן חייבי כריתות.
הגאון ר’ ישראל דוד הארפענעס שליט”א האט אויפגעטרעטן און געטייטלט אויף די ישיבות דאהי אין חוץ לארץ, אן פורש בשם זיין, אז ממאכט ענג פאר די עלטערע בחורים און דאס מאכט אז די עלטערע כיתות זאלן זיך אויסליידיגן און אזוי ארום בלייבט ארץ ישראל די איינציגסטע אפציע פאר א בחור פון 19 און ארויף.
ווען סאיז געקומען צו פארשלאגן פאר א מעגליכע לעזונג איז מען זיך ציגאנגען.
וויענער רב זז"ג האט פאררופן די אסיפה (געהערט פון גבאים), ער האט שוין פאראיאר זוממער פארפירט דערויף
פאר מיין מקור קענט איר קומען אין אישי
לאמיר זעהן ווער עס וועט טון עפעס אויף למעשה - איך רעדט נישט פון א קול קורא וואס טוט זילטש אויף -
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8351
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל
מקובל אלוקי האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 28, 2023 9:45 pmדי געוואלדיגע מעלות פון לערנען אין א"י,
א) פון א סאטמערען פראספעקטיוו קען מען זאגן אז רוב מערכות ווערן געפירט דורך מענטשן וואס האבן געלערנט אין א"י די סיבה איז פשוט ווייל זיי האבן צוגעזען מיט זייערע אויגן די קליפת הציונית במילא האבן זיי באקומען א מורא'דיגע געפיל פאר די ערליכע אידן דארט אין א איינגעגעסענע שנאה צו די מינים,
ב) די אלע בחורים האבן פשוט נישט די מעגלעכקייט צו בלייבן אינדערהיים פאר ווער עס פארשטייט וואס מיינט האלטן א בחור פון 20 יאר אין שטוב ווייסט וואסערע פראבלעם דאס איז, אין עס איז א גרויסע ישועה דאס האבן ווי צו פארן,
ג) עס איז א מוראדיגע געזינטע זאך פאר היינטיגע נפשות וואס וואקסן אין שאטן פון די אמעריקאנער פעיר פרעשאר אין די צודרייטע ישיבה סיסטעם זיך אויסצוליפטערן אין די געזינטע ארץ ישראל'דיגע אוויר,
ד) ובפרט זיין אוועק פון די עלטערן א גאנצע זמן שטעלט אוועק א בחור זיך צו קענען, אין זיין אליין אחראי אויף זיך, אין וויסען ווער ער איז, אין ווי ער שטייט אויף דער וועלט,
ה) די עיקר אין די פראכט פון כלל ישראל וואוינען אין א"י, אזויפיל דערהויבענע אידן תלמידי חכמים עובדי השם וכו' קיין פארגלייך צו אמעריקע,
ו) צוזעהן וואס מיינט זיין צופרידן און פרייליך אפילו מ'האט נישט די אלע אמעריקאנער תאוות,
ז) ובעיקר צוזעהן וואס מיינט א עכטע רעליגיעזע איד לעבט מיטן שלחן ערוך אן א מאנקי ביזנעס,
(לדוגמא עס איז לכאורה נישט דא דארט א חרדישער איד העכער די 13 וואס זאל פארשלאפן קרי"ש של שחרית אם לא באונס גדול,
משא"כ דא וואס וואוילע אינגעלייט פארפאסען קרי"ש במזיד)
יא עס איז אמת אז עס איז אסאך מאל שרעקעדיג ווען די טאפ טאפ בחור פון ישבת ..... וואס לערנט כלמפערשט אין בריסק....
לייגט תפילין ביים שקיעה וכו'
אבער די פראבלעם שטעקט נישט דא! פשוט דא איז עס ארויס געקומען!
די פראבלעם איז אז אין אמעריקע האט ער אלעס געטאן נישט ווייל ער האט אזוי געוואלט!
נאר ווייל ער האט געמוזט זיין א גוטע בחור! אין דארט אין א"י זעהט נישט די שדכן, סא איז נישט דא פארוואס צו לערנען אין דאווענען!
סא מאכט'ס א אסיפה אויף די ברענדיגע נושא אז עס איז נישט דא א בחור דא אין אמעריקע וואס ווייסט פארוואס מלערנט, דאווענט, אין בכלל זיין א איד,
מען מוז מדחיק זיין אז די תגובה איז געשריבן געווארן ע"ד הקבלה...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?