די גאנצע געשיכטע אין די פריערדיגע תגובה איז נאך א רינגעלע אין די שקר'דיגע שפיל-ביך פון די רוסישע פעדעראציע.
די שרעקעדיגע אינצידענט איז א שפיל דורך די רוסן צו פארטושן די מוחות.
עס זענען פארהאן געלונגענע מענטשן וואס בלויז דורך זעהן די ביימער מיט אירע צווייגלעך געבויגן האבן זיי באוויזן צו אידענטיפיצירן די גענויער ארט פון די אינצידענט.
רעכטס איז פון די ווידעא. לינקס איז ווי חברה האבן אידענטיפיצירט די ארט.
- 20230327_211746.jpg (195.25 KiB) געזען 7819 מאל
דאס איז נעבן די אקופירטע מאקיאיווקע אין דאנעצק ראיאן. טיף טיף אריין פון די פראנט ליניעס.
- 20230327_204417~2.jpg (68.25 KiB) געזען 7819 מאל
א שטח וואס ווערט פולשטענדיג קאנטראלירט דורך די רוסן און אוקריינער זעלנער זענען דארט נישט צום געפונען.
חוץ א מעשה אז די שאסיי איז אזוי שמאל אז מען קען קיין מיליטערישע קאנוואי דא נישט דורכפארן.
די אוקריינער זעלנער גייען היינט צוטאגס מיט גרינע ארעם בענדער. אנשטאט די געלע ווי אין די ערשטע פאר חדשים.
סתם אזוי מאדנע אזא שיינע ריינע אויטא אין א בלאטיגער צייט אויף די פראנט ליניעס.
און דאס אז די פרוי'ס אויטא פארמאגט א דעש-קעם וואס איז שטרענג פארבאטן אין א קריגס זאנע און וואלט נישט געקענט דורכפארן קיין איין מיליטערישע וואכפונקט מאכט עס נאכמער פארדעכטיגט.
באזונדער איז דא וואס צייגן אן אז די ספעציפישע אויטא מיט די באר-שטיקל אויפן דעכל ווערט נאר געמאכט אין רוסלאנד.
בכל אופן איז כמעט גאנץ זיכער די רעדע איז פון נאך א ביליגער טאקטיק דורך די רוסישע רעגירונג.