בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..! חלק ב' ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

נו שוין...

ווער? הערעכנישזוי גוט!
אה, יעצט הערעך בעסער.

זייער שיין געשריבן, אבער וואס האבעך דעך באנג געטאן אז זאלסט מער זוי אויספראקן בעראבים? הע?

נו גוט, עמער זעך שוין שלאגן א צווייטעס מאל.
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..! אום קאוויד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

פרוס הפסח שנת תש"פ לפ"ק:

איי, די קאשמארן פון יענע תקופה, די פחד פון די מאכטפולע קאראנע, (ווער האט געוואוסט פון קאוויד צו זאגן...) ס'ליידער דא אסאך צו שרייבן און וויינען איבער יענע תקופה, (וואס, נאר דריי יאר צוריק?) אבער מיר גייען פאקוסירן אויף א לעכטיגע אינגערמאן מעכל ברוך,

יא! עס לאזט זיך קוים זאגן, אבער מעכל ברוך איז שוין א אינגערמאן! אן עדות דערצו איז זיין ביוטיפול טלית בייטל, וואס ער האט פאכמאניש דעזינירט מיט די הילף פון זיינע פריינד,
ג' שבט איז געווען די פרייליכע קופערנע חתונה, ווען ער האט אנגעהויבן זיין לעבן מיט זיין גליקליכע פאר אין די הויעכע ספערן, און ער איז אריינגעשליידערט געווארן אין אן אונטערערדישע בונקער, אזוי גרויס ווי א ביסקיסע אויפן מאנסי באס, אן קיין לופט צו עיטעמען, פאר ריעל טאטע געלט...

ליידער נישט קיין לאנגע תקופה שפעטער, אין א גרינעם מיטוואך, איז ער צוזאמען מיטן גאנצן יהדות החרדית דארצות הברית וקנדא, אריינגעפאלן אין א טאטאלן דיזעסטער, און דא זעמיר, שווערע טעג זענען אויף מעכל ברוך פארביי, וואס ער גייט הערשט שפירן אין עטליכע חדשים ארום נאכן לאנדן מיט א הילכיגן זעץ, די לאנגע ליידיגע טעג מיטן הויז געזונט האט ביידן שווערלעך אפעקטירט, אזש ער האט אנגעהויבן מקפיד זיין אויף מנין אויף יעדן אשר יצר זיינער, קיין אייוועלט ווי צו לינדערן פיין האט ער נישט געקענט פארנט פון די רבנית, נישטאמאל א ציגארעטל האט ער געקענט דערשטיקן, נאכן צוזאגן אום שבע ברכות אז עהה, ער רייכערט נישט, (בד"וו, עטס קענסט מיר מסביר זיין וואדעי קאראפשען דא? פרויען לאזן נישט רייכערן! זיי האבן נישט ליב! מהיום והלאה לאזן נישט מענער גיין קיין אלד נעווי ביענס!! ס'טע געהערט אזאנס?! סארא ליבעראלע וועלט היינט,) זיין איינציגע טרייסט איז, אז ער האט נאך אריינגעכאפט א נארמאלע חתונה בעפאר ס'האט זיך געטוישט פאר אייביג! (אייביג?)
בקיצור די וואס זענען געהייראט פארשטייען זייער גוט צו מעכל ברוך'ס ביטערן שיקזאל און די וואס נישט, העלן במילא נישט פארשטיין,

על כל פנים ואופן, די טעג זענען לאנגזאם געקראכן, און מען דערזעהט זיך שוין נענטער צו פסח, זיין ווייב נעבעך האט געהאט א הארטע צייט, ארבעטנדיג שווער פסח'דיג צו מאכן זייער מיניטשער הייזקעלע, מיט איהם אויפן קאפ, כאטש האט ער מסכים געווען צו פארציקן נאר פסח'דיגע סנעקס,

האלטנדיג שוין ממש הארט פאר פסח, האט מעכל ברוך'ס פאטער איהם הערצליך געלאדנט צום סדר, בעת וואס זיין שווער -זייענדיג א בא בשנים- האט קאטאגאריש אפגעזאגט צו ענטפאנגען פרעמדע אינוואדירער, און אזוי, איז נגזר געווארן אויף מעכל ברוך צו פראווען יחץ ביי זיך אין צעל,

הדבר יצא מפי המלך, און מעכל ברוך האט זיך אנגעהויבן מכין זיין, א שאלה? ער? א סדר ביי זיך אין וויין קעלער? הא! אלע זיינע חבירים זענען בליץ שנעל אינפארמירט געווארן ווי גליקליך ער איז, אזש סאיז ממש א מחייייע!

פסח ווערט נענטער, ס'ווייב האט שוין געביגלט די קיטל, עכט גייט ער נישט מיט א קיטל שנה ראשונה, אבער פאר דעי סדר מוז ער אנטאן דזשאסט פאר די ווייבס! -האט ער ערקלערט מיט א היי וויקעברילערערילי (נא? יענע ווארט,) טאן- ווי צו פראקלעמירן, יא אמת כ'גלייך טאקע דזשערקי, אבער עדזשיקעיטעט בינעך, די דורכפאל איז נאר געווען, אז די יענע האט נישט פארשטאנען וואדאס ווייבס?..

פסח אויפדערנאכט,
נאך א דערהויבענע יום טוב'דיגע דאווענען ברחוב העיר, (כא'געוואלט שרייבן פארטש, אבער ער האט נישט,) קומט מעכל ברוך אהיים אין אן איבעראשנדיגן שטימונג, גרייט אנצוהייבן 'זיין' סדר, זיין ווייב האט איהם אנגעגרייט א מאסיוון איבעראשונג, מיטן ריקן די סאפע צום אויבנאן ווי ס'פאסט פארן ראש המשפחה, די גאנצע לעכל זייערע האט געקריגן א יום טוב'דיגער צורה,

קדש! זאגט ער מיט א חשיבות'דיגן מינע, זיך ציפענדיג די וואנצן, אז יא! ער מאכט א סדר! דא איז געווען א שטיקל צומישעניש, צו זיין ווייב דארף טאקע זאגן די נוסח הקדש? אדער ס'נאר פאר קינדער? אזוי איז אגב געווען ביי אלע סימנים דערנאך, ס'קיינמאל נישט קלאר געווארן, וואסיז למעשה געווען געדענקן ביידע נישט, עפעס אזוי אינביטווין... (בערך אזויווי מיטזינגען ביי א שמחה, ווען קיינער אין דיין געגנט זינגט נישט,) עניוועיז מ'איז גרייט פאר קידוש, זיין קיטל האט ער שוין, א וויין עפענער האט ער שוין געבארגט פונעם שכן שוין די ערשטע קאוויד שבת, ער האט עס נאך סייווי נישט עספיעט צוריק צו טראגן צוליב זיין פארנומענעם סדר היום, און אט מאכן זיי ביידע קידוש, אזוי בא'חנ'ט, ווען דאן האט די טראגעדיע פאסירט! נעמליך, א טראפל וויין איז געפאלן אויף זיין נייע הגדה! ס'גארנישט געשען, האבן זיי זיך אבער שנעל בארואיגט,
ביי ורחץ איז ער סערווירט געווארן מיט זיין נעגל וואסער שיסל, און ער האט זיך געוואשן מעשה גרויסע זיידע,
מעכל ברוך, כאב פארגעסן צו מאכן זאלץ וואסער! מ'מעג נאך יעצט? כאפט מען זיך ביי כרפס, סיז א שאלה! פסקנט מעכל ברוך אפ ווי א ת"ח ות"ט, מיט א פארקנייטשטן שטערן, זוכענדיג א וועג ארויס פונעם פלאנטער, סיז געבליבן אז מיט א שינוי מעג מען, דהיינו אנשטאטס זאלץ זאל מען ניצן קאנפעקשן צוקער, נו שוין,
ביי יחץ איז געווען א שווערע קאנפליקט וועלכעס ס'איז גרעסער,
ביי מגיד האבן ביידע איידל געזאגט די הגדה, ווי די ברה"מ ביי פרישטאג אום שבע ברכות, ביי די פיר קשיות האט מעכל ברוך געזאגט מיט התלהבות, אז איצט איז א שעת הכושר געהאלפן צו ווערן מיט זש"ק, די שוין צום טויט דערשראקענע קינדערלאזע פארפאלק, האט איינגעריסן נישט שפארנדיג קיין טרערן,
מוציא מצה מרור א.א.וו.
ביי שולחן עורך האבן זיי געשפירט אביסל אממם, (עטס כאפטס וואס כ'מיין?) אויף דעם זעלבן קיטשען/דיינונג רום/ספרים שטוב טישל, האבן זיי געגעסן יעדן טאג פרישטאג, מיטאג, נאכטמאל, און נאך... אבער שוין, ס'קאווידס צייטן האבן זיי זיך געטרייסט,
צפון, אופס! די אפיקומן האט קיינער נישט גע'גנב'ט... (שוטה וואס זי איז, האסטאך דא די גביר פון שטעטל...)
נרצה!! חסל סידור פסח ברימט מעכל ברוך זיך אונטער שטילערהייט, באגלייט מיט חד גדיא, אחד מי יודע,
לשנה הבאה בירושלים זאגן זיי מיט התלהבות, אה! שיינע סדר געווען!
באוויליגטע שטעלן זיי זיך אויף פונעם אייקאנישן סדר נאכט, ווען די עקרת הבית הייבט אן אפרוימען, און מעכל ברוך ווערט פארשוואונדן צום ארט פון כבוד, ווען א קורצן בליק אויף זיין נייע ביוטיפאלע חתן זייגער, כאפט איהם אין א טאטאלן שאק, וווואאאאס?? סאיז נאך האלב צעהן???
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..! חלק ב' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

איך בין זייער סיריעס האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 5:03 am

איך לאך... די מערסטע איז מיר געפאלן אז סוחי האט פארגעסן כל מקדש...
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..! אום קאוויד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

איך בין זייער סיריעס האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 10:33 am

וווואאאאס?? סאיז נאך האלב צעהן???
דו מיט דיינע שטיק....
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..! חלק ב' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

הפלא ופלא!!!
דזאב וועל דאן
ציפול גיטע ווערטער כקעניש יעדעס ווארט עקסטער קוואוטן (ווייסכמיין ?)

ממש נעקסט לעוול !!!!
נהניתי עד למאוד
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
אוועטאר
אלטמאדיש
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע: וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..! אום קאוויד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

איך בין זייער סיריעס האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 10:33 am
ווען א קורצן בליק אויף זיין נייע ביוטיפאלע חתן זייגער, כאפט איהם אין א טאטאלן שאק, וווואאאאס?? סאיז נאך האלב צעהן???
און צופרי ווען ער האט זיך אויפגעכאפט זייגער צען, האט ער אר(יין)[ויס] שפאצירט אין ביהמ"ד ברחוב העיר, און זיין חבר האט איהם געפרעגט ווען האסטו גענדיגט דער סדר? האט ער מיט אזא באהאלטענע שמייכל גענטפערט האלב צען, און ווען יענער האט איהם אנגעקוקט מיט איבעראשונג האט ער אזוי געהיימניספול געוויזן מיטן ווייז פינגער אויף אראפ, ווי צו זאגן איך רעד פון האלב צען צופרי... אקארשט פארענדיגט...

זאלער האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..! חלק ב' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

באקומען דעם ארטיקל אויף טעקסט, כאמער שיעור געשטיקט.

מלא טאלאנט!
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..! חלק ב' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

הארי פלארי האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 4:52 pm


מלא טאלאנט!
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..! חלק ב' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

הערליך שיין באשריבן!

מען ליינט שוין יענע תקופה אלץ היסטאריע...
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: בצאת ישראל ממצרים באם באם באם..! חלק ב' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

פיינע נייעס דו!

אוי איז דאס געווען שווערע צייטן...

האסט מיר אבער געמאכט א שמחת יו"ט! ;l;p- ;l;p-
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”