רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

עפעס א מעשה ליגט מיר אין זכרון,
מיט א פרוי וואס איז אריין צום אפטא רב, און ער האט געזעהן אויף איר שטערן עפעס א עבירה, און ווען ער האט איר פארגעהאלטן,
האט זי געעהטפערט אז דער אייבערשטער מאכט אז מ'זאל נישט וויסן וואס א מענטש טוט בסתר אדער מחשבות, כדי מ'זאל קענען תשובה טוהן, און אז די רבי איז מגלה קען מען נישט תשובה טוהן,

האט ער זיך אויסגעדרוקט שפעטער:
מעולם לא ניצחני אדם אלא אשה זאת

קען איינער די מעשה?
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

סלמון האט געשריבן:
כבוד הרב האט געשריבן:סאיז דא עפעס א נישט קלארקייט ווי אזוי די רעביצן פין רבי משה קארובער בן הרה”ק רבי שלום מבעלזא זי”ע. איז געווען א אפטא איינקיל. צי דורך בנו רבי יוסף משה אדער מחתנו רבי מרדכי אורנשטיין
ווייסט איינער מער פרטים ?

הרה"ק ר' צבי אריה ממאקרוב בן הרה"ק ר' משה מרדכי ממאקרוב חתן מהר"י מבעלזא זיע"א איידעם רבי משולם זושע מזינקוב חתן רבי שמואל אשכנזי חתן רבי יצחק מאיר מזינקוב בהרה”ק מאפטא זיע"א
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

Re: רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

שמן זית האט געשריבן:עפעס א מעשה ליגט מיר אין זכרון,
מיט א פרוי וואס איז אריין צום אפטא רב, און ער האט געזעהן אויף איר שטערן עפעס א עבירה, און ווען ער האט איר פארגעהאלטן,
האט זי געעהטפערט אז דער אייבערשטער מאכט אז מ'זאל נישט וויסן וואס א מענטש טוט בסתר אדער מחשבות, כדי מ'זאל קענען תשובה טוהן, און אז די רבי איז מגלה קען מען נישט תשובה טוהן,

האט ער זיך אויסגעדרוקט שפעטער:
מעולם לא ניצחני אדם אלא אשה זאת

קען איינער די מעשה?

https://tablet.otzar.org/#/book/199447/ ... 0/end/50/c
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

כבוד הרב האט געשריבן:סאיז דא עפעס א נישט קלארקייט ווי אזוי די רעביצן פין רבי משה קארובער בן הרה”ק רבי שלום מבעלזא זי”ע. איז געווען א אפטא איינקיל. צי דורך בנו רבי יוסף משה אדער מחתנו רבי מרדכי אורנשטיין
ווייסט איינער מער פרטים ?

אמאל האט געפעלט א קלארקייט. היינט ב"ה גאנץ קלאר, ר' משה'ס שווער ר' פנחס הלוי הורוויץ (נכד הרה"ק מוואלטשיסק) איז געווען ר' מרדכי אייזנבאך/אורנשטיין - איידעם פונ'ם אפטע'ר רב זי"ע.

דער צומישעניש שטאמט פון דאס אז דער זיידע פון ר' פנחס (שווער פון זיין פאטער ר' יוסף יאסקא אב"ד יאס) האט אויך געהייסן ר' משה יוסף. נאר ער איז געווען בר"א ממעזריטש, נישט אפטע'ר רב'ס אידעם.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

מה המקור לזה ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

)לקוטי צבי- דברי תורה וחכמה מאת רבי צבי הירש סג"ל מראוונא זיטומיר תרכ"ו (1866) המחבר היה תלמיד האוהב ישראל מאפטא
מה המקור לזה ?
אטעטשמענטס
LIK1866.jpg
LIK1866.jpg (178.55 KiB) געזען 885 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: מה המקור לזה ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

dovidal האט געשריבן:
)לקוטי צבי- דברי תורה וחכמה מאת רבי צבי הירש סג"ל מראוונא זיטומיר תרכ"ו (1866) המחבר היה תלמיד האוהב ישראל מאפטא
מה המקור לזה ?
אליעזר צבי צווייפעל היה משכיל
עיין ערכו בוויקיפדיה
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7 ... 7%A4%D7%9C
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: מה המקור לזה ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

נחוניא האט געשריבן:

מסתמא המקור הוא ע"פ מה שמביא כאן שמעתי מהגאון האלהי כו' ועיין בההקדמה ואעפ"י שהוא בעצמו וכו' [וראה בטעמים המזורים למנהגים לבסוף]
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: מה המקור לזה ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:

המקור הוא מהר"ר משה גוז מארה"ק

אני יודע היטב מי היה צווייפעל
שאלתי היה לגבי רבי צבי הירש מראוונא

מי הוא ר' משה גוז אשר אשמע בקולו ?

יהודי ירא שמים - ידען בספרים נדירים
אבל אדרבה תברר אתה מי היה הרב מראוונא ?

איפה נזכר שהיה רב ?
[מהקדמת צווייפל נראה שלא היה רב]
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ספר התורה המיוחד של הרה"ק מאפטא בעל ה'אוהב ישראל' זצוק"ל - צילום פקסימיליה איכותי מודפס ע"ג נייר כרומו.

נדפס ע"י ר' יעקב הופמן [אשר מחזיק בספר] לכבוד חתונת בתו, בצירוף מאמר מיוחד ספור השתלשלות הצלתו של ספר התורה.
אטעטשמענטס
6666.jpg
6666.jpg (177.63 KiB) געזען 689 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5242
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

די קינדער פון רבי יוסף משה קען איינער אויסרעכענען?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הארזים האט געשריבן:
די קינדער פון רבי יוסף משה קען איינער אויסרעכענען?
בני רבי יוסף משה – בן הרב מאפטא
א] מושקט. נולדה בשנת תקס"ג. אשת רבי משה חיים אפרים אווערבוך (בן רבי יעקב פנחס מלעטיטשוב). נולד בין השנים תקס"א – תקס"ג. נפטר לפני שנת תרל"א.
ב] רבי שמואל יחיאל. נולד בשנת תקס"ט. נפטר בשנת תרי"ח. זוגתו דינה בת ר' הערש, נפטרה בין השנים תר"ו – תרי"א. זוגתו בזיוו"ש שפרה בת רבי אברהם נולדה בשנת תקס"ט.
ג] חיה חנה. נולדה בשנת תקע"א. נפטרה במעזיבוז ט"ז שבט תרי"ב. על מצבתה במעזיבוז כתוב: "מרת חנה בהרב ר' יוסף משה נכד הרב הקדוש מ' אברהם יהושע העשיל מאפטא זצללה"ה תנצב"ה". אשת רבי מנחם מענדל (בן רבי חיים מסאטינוב). כנראה שנפטר לפני שנת תרי"א.
ד] רבי ישראל אהרן. נולד בשנת תקע"ב. נפטר ח' אב תרמ"ט. זוגתו יענטא בת רבי יחיאל נולדה בשנת תקע"ג. כנראה בת רבי יעקב יחיאל בנו של הדגל וחתן רבי ליפא מחמעלניק.
ה] רבי אליעזר. נולד בשנת תקע"ה. נפטר במעזיבוז ט"ז חשון תרכ"ד. על מצבתו כתוב: "פ"נ הרב החסיד הר' אליעזר בהרב ר' יוסף משה ט"ז מרחשון תרכ"ד". זוגתו שיינדל נולדה בשנת תקע"ט, נפטרה במעזיבוז כ"ו ניסן תרכ"ז, על מצבתה כתוב: "פ"נ אשה חשובה מ' שיינדיל בת הר' נפתלי נכד הרב ר' פנחס מקאריץ כלת הרב ר' יוסף משה בהרב מאפטא אוהב ישראל נפ' כ"ו ניסן תרכ"ז תנצב"ה".
ו] רבי דוד. נולד בשנת תקע"ט. זוגתו ביילא בת רבי יעקב נולדה בשנת תקפ"ג.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

ר' משה משערישוב מחותנו של הרה"ק מאפטא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

איך האב באגעגענט א בריוו משנת תקפ"ב פון דער משכיל יב"ל שר"י, ווי ער שרייבט דברי בלע אויף ר' משה משערישוב אין ער באצייכנט איהם אלץ א מחותן פון אפטא רב
ווייסט איינער ווי אזוי ?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24590
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון דער הייליגע אפטער רב זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל ב"ר שמואל זי"ע
בעל אוהב ישראל, מאפטא

איז געבוירן געווארן אין שטאט ז'מיגראד, בשנת תק"ח,
צו זיין טאטן הגה"ק רבי שמואל מזימיגראד אב"ד ניישטאט זי"ע,
ער איז געווען א אייניקעל פון הגה"ק רבי שאול וואהל זי"ע.

און צו זיין מאמע מרת בת שבע ע"ה, בת הגה"ק רבי משה פרנס זי"ע,
א אייניקעל פון הגה"ק מהר"ם לובלין זי"ע.

די מאמע פון הגה"ק רבי משה פרנס זי"ע, איז געווען די טאכטער פון הגה"ק רשכבה"ג רבי העשיל מקראקא בעל חנוכת התורה זי"ע, נאך וועם מען האט דעם רבין געגעבן דעם נאמען העשיל.

צדיקי דורו האבן פון אים געהאלטן גאר שטארק און מפלא געווען זיין גדלות אין תורה ועבודת השם, און זיינע גרויסע מידות הצדקה און אהבת ישראל.

הרה"ק ר' אייזיקל קאמארנא זי"ע, האט נאכגעזאגט בשם דעם הייליגען חוזה מלובלין זי"ע, אז די פסוק פון פרשת ראה "רְאֵה אָנֹכִי נֹתֵן לִפְנֵיכֶם הַיּוֹם בְּרָכָה" אז די ווארט "ברכה" גייט ארויף אויף,
הרה"ק ר' מענדלי מרימנוב זי"ע,
והרה"ק המגיד מקאזניץ זי"ע,
והרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע.

הרה"ק ר' ברוך'ל ממעזיבוז זי"ע,
א אייניקעל פונעם בעש"ט הק' זי"ע, האט מוראדיג מחשב און מכבד געווען דעם רבין און געזאגט בזה"ל “ער האט א גאלדן געוויכטעל אין מויל,
און ווייסט צו זאגן חכמות און דברים יקרים", און דער הייליגער מגיד זי"ע האט אים אזוי מחבב געווען און געוויסט זיין גדלות אז ער האט אים אויפגענומען אלס זיין ממלא מקום נאכן הסתלקות,

און ווי מען פארציילט האבן די בני קהלה נישט מסכים געווען צו אויפנעמען דעם אפטא רב אלס ממלא מקום ווייל ער איז שוין דאן געווען א זקן.
דער אפטא רב האט דאס מרגיש געווען און געזאגט אז זיי וועלן נאך זעהן אז איך וועל נאך זיין ממלא מקום די זעלבע סכום יארן ווי הרה"ק רבי ברוך'ל זי"ע און כך הוה ער איז געווען רב אין מעזיבוז פאר 12 יאר, די זעלבע סכום ווי הרה"ק רבי ברוך'ל זי"ע.

שוין פון אלס קליין קינד האט מען געזעהן אויף אים אז ער וואקסט אויס א צדיק וקדוש.

הרה"ק ר' ישראל מריז'ין זי"ע האט געזאגט אויפן רבין אז נאך ווען ער איז געווען גאר יונג האט ער שוין געקענט זעהן עתידות, און ער האט מתפלל געווען צום באשעפער אז ער זאל אוועק נעמען פון אים די מדרגה.

אויך האט הרה"ק ר' אייזיק'ל קאמארנא זי"ע, געזאגט אויפן רבין אז ער האט פון די גראזן אויפן פעלד און פון די פיס טריט פון מענטשן געקענט זעהן עתידות, און ער האט מורא געהאט אז דורך די מדריגות קען ער זיך ח"ו טועה זיין, האט ער געבעטן פונעם באשעפער אז ער זאל אים צונעמען די מדרגה.

אויך זאגט מען אז גאנץ אנפאנג ווען א איד איז אריין צום רבין מיט א קוויטעל האט די רבי אויסגערעכנט יעדע עבירה וואס דער איד האט געטון, און דעם איד מעורר געווען צו תשובה און ווען דער איד איז ארויס איז ער געווען נייע בריה, אבער צוליב דעם האבן מענטשן זיך צוריק געהאלטן צו קומען צום רבין זיך מזכיר זיין.
ווען די רבי האט דאס געהערט האט ער געבעטן ביים באשעפער אז ער זאל דעם מדריגה אוועק נעמען כדי ער זאל קענען העלפן אידישע קינדער און פון דאן אן האט ער נאר געזעהן דאס גוטס ביי יעדן איד און מעורר געווען אידן מיט ליבשאפט און שמחה צו תשובה.

הרה"ק ר' אהרן מבעלזא זי"ע, האט נאכגעזאגט פון זיין טאטן הרה"ק ר' ישכר דוב זי"ע, בזה"ל "דער אייבערשטער האט גענומען א שטיק פייער איינגעהילט אין א פעלץ, און געמאכט דערפון א אפטער רב!".

הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, האט געזאגט בזה"ל "יעדער יוד איז מחויב צו פארזעצען דעם ספאדיק און קויפן א ספר אוהב ישראל".

הרה"ק רבי משה מסאווראן זי"ע, האט געזאגט אז די יארן וואס די רבי מאפטא האט מאריך ימים געווען 10 יאר מער ווי אלע צדיקים פון זיין חבורה, איז ער אין די 10 יאר אנגעקומען צו אלע מדרגות פונעם הייליגע רבי אלימלך זי"ע.

ער איז געווען א גאון אדיר,
שר התורה כאחד מן הראשונים, אויך איז ער געווען א בעל מקובל גדול.
אויך איז ער געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע מידה פון צדקה וחסד, און א געוואלדיגע אוהב ישראל.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

דער אפטא רב איז איינמאל געפארן אין א שטאט און צוויי עשירים פונעם שטאט האבן אנגעגרייט א אכסניה, האט מען געפרעגט דעם אפטער רב צו וועלכע ער וויל גיין.

איינס איז געווען א מענטש וואס איז געווען א גאר צוגעלאזענע מענטש אבער איז נישט געווען אזוי פרום אבער האט געוויסט אז ער קען זיך אויפירען מער ערליך.

די צווייטע איז געווען א שיינער איד וואס איז געווען ערליך אבער האט פון זיך געהאלטן גאר אסאך.

האט דער אפטער רב געזאגט אז ער וויל גיין צום ערשטען וואס איז נישט אזוי פרום אבער געוויסט אז ער קען זיך אויפירען מער ערליך.
ווען מען האט איo געפרעגט פארוואס ער האט געמאכט דעם החלטה, האט ער געזאגט.

דער הייליגער באשעפער אליין קען נישט וואוינען ביי א בעל גאוה ווי די גמרא זאגט
"אין אני והוא יכולין לדור"
און אויב דער הייליגער באשעפער קען דארט נישט וואוינען קען איך זיכער נישט דארט גיין.
אבער דער צווייטער ווייסט ווי ער האלט אין אידישקייט און אז ער דארף זיך פארבעסערן,
און אויף דעם זאגט דאך די פסוק "הַשֹּׁכֵן אִתָּם בְּתוֹךְ טֻמְאֹתָם" קומט אויס אויב דער באשעפער קען דארט רוהען קען איך אויך דארט זיין.

הרה"ק משינאווא זי"ע, האט געזאגט בשם פונעם אפטא רב זי"ע,
אז א סגולה פאר פרנסה איז לערנען שער הבטחון מספר חובות הלבבות.

אין ספר אוצר ישראל ווערט געברענגט אז ווען דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע, איז אמאל געווען אין אפטא אויף די יארצייט פון זיין טאטע וועלכער ליגט אין אפטא, איז דער גאנצע שטאט געקומען צו לויפן צום גאסט מיט קוויטלעך און בקשות.

ווען דער אפטער רב זי"ע איז געקומען באזוכען דעם גאסט דער קאשניצער מגיד וועלכער איז געליגען אין בעט צוליב זיין שוואכקייט,
האט זיך דער אפטער רב אנגערופען "יעצט האט מען גארנישט אינזין נאר יעדער לויפט צום צדיק וואס איז געקומען אלס גאסט".
שפעטער זענען זיי געגאנגען דאווענען צוזאמען, נאכן דאווענען האט מען געפראוועט א סעודה לכבוד'ן גאסט.

אינמיטן די סעודה האט זיך דער מגיד אנגערופען פאר'ן אפטער רב "דאכט זיך מיר אז איך האב היינט געזעהן אדם הראשון אין בית המדרש ווי ער רעדט צו אייך".

דערויף האט דער אפטער רב זי"ע גענטפערט, ווען איך האב אנגעטוהן טלית ותפילין און איר זענט נאכנישט געווען אין ביהמ"ד, איז מיר איינגעפאלען א געדאנק וויאזוי צו פארענטפערן אדם הראשון, דעריבער איז ער געקומען אפגעבן א יישר כח.

דער הייליגער אפטער רב זי"ע האט געזאגט אז ווען א איד זאגט די ווערטער אשר גאלנו וגאל את אבותינו פסח ביינאכט און ער גלייבט מיט אמונה שלימה, קען ער שוין אויסגעלייזט ווערן פון אלע זיינע פריוואטע גלות'ן, סיי גאולת הנפש און סיי גאולת הגוף,
ווייל פסח ביינאכט איז דער זמן הגאולה.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

צום אפטער רב זי"ע איז געקומען א איד וואס האט געליטן פון "מרה שחורה" רח"ל,
און געבעטן אז דער רבי זאל אים געבן א רפואה דערפאר.
האט דער אפטער רב זי"ע אים געהייסן ער זאל אריין קוקן אין די חנוכה לעכט, ער האט טאקע אזוי געטאן, ער האט זיך גוט איינגעקוקט אין די ליכט ביז ער איז מיד געווארן און איז איינגעשלאפן.
אינדערפרי איז ער אויפגעשטאנען לוסטיג לעבעדיג, געזונט און שטארק.

דער הייליגער אפטער רב האט דערציילט:
איינמאל איז דער רבי ר' אלימלך זי"ע, איינגעשטאנען ביי מיר און איך האב אים באשטימט א באזונדערען צומער, איינמאל האב איך געזעהן ווי ער מאכט זיך א חשבון צו ער איז ראוי לעולם הבא און ער האט זיך אויסגעשמועסט.
נפשי נפשי דו ביזט נישט ראוי צו קיין עולם הבא, און ער האט דערביי אויסגערעכנט יעדע עבירה וואס ער האט געטראפען אויף זיך.

נאכדעם האט ער זיך געטרייסט אפילו דו ביסט נישט ראוי אבער הקב"ה מיט זיין גרויס גענאדע וועט דיר צוטיילן א טייל אויף יענער וועלט, אונזערע רבי'ס האבן דאך געזאגט "הקב"ה קיים כל התורה וכו'
ניחם אבלים, ועשה שושבינות, וגומלי צדקה",.
אויף יענער וועלט וואו ס'איז נישט דא קיין עסן און קיין טרונקען וואס פאר א צדקה איז דען שייך, נאר דער אויבערשטער וועט טוהן צדקה מיט די וועלכע זענען נישט ראוי לעולם הבא,
זיי געבן עולם הבא בתורת צדקה!

הרה"ק מאפטא זי"ע, פלעגט וואונטשען ביי די נייע יאר פון די אומות העולם.
"דער אייבערשטער זאל העלפן אז פון יעצט און ווייטער זאלן אידישע קינדער האבן א גוט יאר".
ווייל אויב ח"ו עס איז געווען א קטרוג ביי ראש השנה, זאל דער הייליגער באשעפער קוקען ווי אזוי די גוים פירען זיך אויף ביי זייער חגאות, און דערפאר זאל ער ברענגען א גוט יאר.
און ער פלעגט זאגן אויף די ווערטער "ולא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה ולא לעם אחר" אז די אידישע קינדער זאלן האבן זכותים און נישט דארפן צוקומען אז מען זאל אויף זיי דארפן קוקען אז זיי זענען בעסער ווי עם אחר.

"החודש אשר ישועות בו מקיפות", זאגט דער אפטער רב זי"ע אז דער ווארט "מקיפות" איז א לשון פון בארגן, אז השי"ת טוט אונז אויס בארגן ישועות.

דער הייליגער אפטער רב זי"ע האט איין טאג פארציילט פאר זיינע תלמידים וואס עס האט זיך היינט אפגעטון אויף יענע וועלט.
א איד איז געקומען צום בית דין של מעלה און מען האט געברענגט די מצות ומעשים טובים און אויך די עבירות,
און מען האט אויך געברענגט די יסורים וואס דער איד האט מיטגעמאכט אויף די וועלט און די וואגשהאל האט טאקע איבער געוואויגען לכף זכות.
איז אבער געקומען א מקטרוג און געזאגט אז דער איד האט טאקע געהאט יסורים אבער ער האט די יסורים קיינמאל נישט מקבל געווען באהבה, און דערפאר קומט זיך אים נישט קיין זכות דערפאר, און ליידער האט מען טאקע גע'פסק'נט לכף חובה.

האט דער הייליגער אפטער רב זי"ע, אויסגעפירט א איד דארף אייביג געדענקען מקבל צו זיין די יסורים באהבה און זאגן די פסוק "רְאֵ֣ה עׇ֭נְיִי וַעֲמָלִ֑י, וְ֝שָׂ֗א לְכׇל־חַטֹּאותָֽי׃"
און דורך דעם ווערט עס גערעכנט צווישען די מצות וואס א איד האט געטון אויף די וועלט.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24590
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שרייבסט נאך פון ערגעץ? אדער האסט אליינס צוזאם געשטעלט?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

איך נעם עס פון ערגעץ, אסאך סיפורים איז א צאמשטעל גענומען פון דעם אשכול
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24590
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער שיין א גרויסן יישר כח

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

זי׳ע
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”