די נקודה איז אזוי, לאמיר זאגן איך פארקויף א קאוויד טעסט עס ארבייט בערך אזוי, 47% מאל וואס די האסט קאוויד זאגט עס אז די האסט נישט קיין קאוויד, און 80% וואס ער זאגט אז די האסט יא קאוויד, האסטו נישט קאוויד, וואס וואלסטו געזאגט אויף אזא טעסט? גארביזש. אט אזוי איז ווען די גייסט אראפ די גאס און די ביסט דן יעדער שווארצע אלץ גנב. די שאלה איז טאמער איך גיי אראפ די גאס, און איך זעה א באקאנטע גנב גייט מיר אקעגן, איך האב מורא ער גייט מיך בא'גנב'ען, מילא וואס זאל איך טוהן? אפשר אריינלויפן אין די נעקסטע ביהמ"ד? אפשר רופן שומרים? אפשר שנעל דורכלויפן? איך ווייס נישט, יעדער מענטש רעאגירט אנדערש, יעצט אז איך זעה נישט קיין באקאנטע גנב, איך זעה סך הכל א פרעמדע מענטש וואס איך קען נישט, וואס זאל איך טוהן? זאל איך האבן מיין "גנב" רעאקציע, יא אדער ניין? אויב 47% גנבים וועל איך נישט דן זיין לגניבה, דאן וועט אויסקומען אז איך האב נישט מיין ריכטיגע "גנב רעאקציע". די שאלה איז צו מיין ריכטיגע "גנב רעאקציע" איז די ריכטיגע רעאקציע, אבער לאמיר זאגן אז איך טוה א לאגישע זאך, דארף איך דאך וויסן ווער ס'איז א גנב און ווער נישט. בעהעווירעל פראופיילינג איז מער קראנט.אבנר בן-נר האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 9:41 pm
צוויי, איך כאפ בכלל נישט וואו דיינע נאמבערס קומט אריין דא, וואס הייסט 47% גנבים ווערן באצייכנט אלס נישט גנבים?
די פוינט איז בכלל נישט וויאזוי צו כאפן אלע גנבים, די פוינט איז צו ס'איז גערעכט צו האבן א חשד אויף איינעם פון א פארברעכערישע ראסע,
וואס מ'גייט טוהן מיט די איבריגע האלב גנבים איז שוין א אנדערע מעשה, און דארט וועט מען טאקע נוצן בעהעווירעל פראופיילנג,
יעצט צו דיין טענה אז האלב וועט מען ניצן רעשעל פראופיילינג אבער די אנדערע האלב בעהעווירעל, אויף דעם האב איך שוין גע'ענטפערט, סטודיעס צייגן אז בעהעווירעל אליין, אן קוקן אויף ראסע שטעלט צו פונקט אזא גוטע פרידיקשען ווער איז א גנב און ווער נישט, אם כן, פארוואס בכלל ניצן רעשעל פראופיילינג? לשיטתך דארף מען אויך ניצן בעהעווירעל, מילא זאל מען שוין ניצן דאס אינגאצען.
יעצט לאמיר ענטפערען די איבריגע פון דיין תגובה, האב איך מער מורא ווען איך זעה א שווארצע? די תירוץ איז יא. ווייל כאטש וואס מיין מח ווייסט אז רעשעל פראופיילינג איז נישט ריכטיג, גייט עס נישט אן פאר מיין הארץ, מיין הארץ פארפעלט א קלאפ, אבער מיין מח זאגט מיר אז ס'איז נישט ריכטיג, און איך שרייב וואס מיין מח זאגט, נישט וואס מיין הארץ זאגט.
לגבי סעקיורטי גארדס, איך האלט אז מען דארף זיי טרענירען און איינגעוויינען נישט צו ניצן בכלל קיין רעשעל פראופיילינג, ביי זיי קומט נישט אריין קיין שרעק, און טאמער יא, זאלן זיי זיך גיין זוכן נייע דזשאבס. א סעקיורטי גארד טאר זיך נישט שרעקן, וואס וועט ער טוהן ווען איינער שלעפט ארויס א ביקס? מען קען און מען דארף זיי טרענירען נישט צו פאלגן די הארץ. און צו ניצן בעהעווירעל פראפיילינג.
יעצט וואס די טענה'סט אז למעשה זענען די שווארצע מער פארברעכער לויט די FBI דעטע, איך מיין איך האב שוין אויף דעם גע'ענטפע'רט, אפילו לפי זה קומט אויס אז רוב רובם שווארצע (80%), זענען קיין פארברעכער, איז מיט וועלעכע רעכט טוהסטו פארלאנגען פון עם מער פרוף אז ער איז נישט קיין פארברעכער?
לגבי אריינעמען אין דיין דירה אלץ טענעט, אויף דעם האב איך שוין אויך געשריבן פראופיילנג, סיי רעשעל און סיי בעהעווירעל, איז באזירט אויף אינפארמאציע וואס די קענסט זאמלען אין 30 סעקונדעס, ביידע פון די מהלכים טויגן נישט ווען מען האט מער צייט, נעם דיר א האלבע שעה, טרעף דיך מיט יענעם, רוף אין זיינע אלטע לענדלארדס, ווער געוואר אביסל פון עם וואו ער ארבייט, טאמער ער ארבייט שוין לאנג אין איין פלאץ, וכו' וכו', האסט דאך צייט, פארוואס זאלסטו באזירן דיין החלטה אויף אינפארמאציע וואס די זאמעלסט אין 30 סעקונדעס?
לגבי דיין לעצטע זאך, איך האלט נישט אז איינער וואס באניצט זיך מיט "רעשעל פראופיילינג" איז א "שלעכטע מענטש" אדער א "ראסיסט". איך האלט נאר אז ער קוקט נישט די אנדערע זייט מטבע.
לגבי די אראבישע דרייווער, איך וועל שרייבן 3 קשיות לגבי פראופיילינג
1. וואס וויל איך פארדינען פון דעם?
2. וואס איז די בעסטע וועג אנצוקמען מיט א ריכטיגע החלטה?
3. וואס וועט עס יענעם שאטען אויב בין איך נישט גערעכט?
לכשתדוק, וועסטו טרעפען אז די שאלות זענען גענוי די שאלות פון מיין לעצטע תגובה, נאר אין אנדערע ווערטער.
איך האלט אז די פשוט איגנארירסט 3, די ווילסט בלויז קוקן אויף 1, און די טענה'סט זיך אויף 2.
צוריק צום טעקסי לאמיר ענטפערען די שאלות ביי טעקסי
1. איך וויל פארדינען א פארזיכערטע וועג
2. רעשעל פראופיילינג, בעהעווירעל איז שווער דא, וויבאלד א טעריריסט איז אביסל געלערנט צו באהאלטען די בעהעוויערס, און בלויז א טרענירטע מענשט איז קוואליפיצירט צו מאכן א בעהעוויערעל פראופייל אויף א מעגליכע טעריריסט
3. ער וועט נישט האבן א דזשאב פון מיך
יעצט לאמיר אריבערגיין צו די מעשה פון די טענעט
1. איך וויל א טענעט וואס וועט באצאלען, און נישט צו'מזיק'ען מיין הויז
2. זיך אראפזעצן מיט עם, זעהן טאמער ער איז א בעל אחריות, זיך נאכפרעגן פארגאנגע לענדלארדס זעהן טאמער ער האט באצאלט
3. ער וועט נישט האבן קיין דירה.
איך מיין אז די פארשטייסט שוין אליין די חילוק.
נאך איינס, די זעהסט א גוי אויפ'ן גאס
1. די ווילסט וויסן טאמער די זאלסט האבן דיין "גנב ריעקשען"
2. בעהעווירעל פראופיילינג, געבט פיל בעסער א שאצונג ווער ס'איז א גנב
3. כמעט גארנישט, טאמער וועט ער אנערקענען אז די האסט געהאט דיין "גנב ריעקשען" וועט ער מעגליך האבן א ביסל בושה און כעס.
בכגון דא, האלט איך אז די ריכטיגע מהלך איז בעהעווירעל פראופיילינג, אבער איינער וואס ניצט רעשעל פראופיילינג שאדט דאס נישט עכט, אבער ער וועט פשוט נישט האבן די ריכטיגע רעאקציע.