אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אונגערן איז איינע פון די לענדער וואס ווערן די מערסטע באשמוצט אין די איטערנאציאנאלע פרעסע, אלס א דיקטאטור'ישע לאנד, וואס פאר די יעצטיגע פראטעסטירער אין די ציונ'יסטישע מדינה איז דאס א סעמפל פון א לאנד וואס דער מדינה טאר זיך צו איר נישט פארגלייכן. אבער די שטיצער פון'ם אונגעריש'ן פרעמיער מיניסטער וויקטור אורבען, וואס האט איינגעפירט דעם געדאנק פון א נישט ליבעראלע דעמאקראטיע, ווארפן אפ די באשולדיגונגען, און רעקאמענדירן אז מדינת ישראל זאל זיך דוקא יא לערנען פון זיי. "אונז האבן די שטיצע פון רוב פון די אונגערישע פאלק" זאגט דער ראטגעבער צום פרעזידענט, אויך איינער מיטן נאמען אורבען, "אבער די אינטערנאציאנאלע פרעסע האלט אין איין אונז באשמוצן, ממש אזוי ווי אין מדינת ישראל. אונז האבן זיך אויסגעלערנט אז אויב דינסטו אין א סוקסעספולע קאנסערוואטיווע רעגירונג, נישט קיין חילוק וואס דו טוסט, וועסטו אייביג ליידן פון שווערע קריטיק פון דער אלגעמיינער פרעסע".

פרעמיער מיניסטער וויקטור אורבען, האט שטודירט אין אקספורד אוניווערסיטעט, ער איז צום ערשטן מאל געווארן ערוויילט אין יאר תשנ"ח, און געווען דער ערשטער פרעמיער וואס איז געווארן ערוויילט אין דעמאקראטישע וואלן נאך דער צוזאמפאל פון קאמוניזם. ער האט דאן אנגעהויבן צו מאכן עטליכע רעפארמען, אבער האט גלייך אנערקענט אז עס איז נישט אזוי גלאטיג. די רעגירונג אנגעפירטע פרעסע וואס איז געווען קאנטראלירט דורך די קאמוניסטן, האט זיך אריבערגעצויגן צו ווערן געפירט דורך די לינקע סאציאליסטן. דער געריכט סיסטעם איז געווען אינגאנצן בייעסד, און די אקאדעמישע עליטע האבן פאקטיש געפירט דאס לאנד. אורבען איז דאן דורכגעפאלן און זיך געטראפן אין די אפאזיציע. שפעטער האט ער פרובירט צו לויפן אינאיינעם מיט די לינקע, אבער ער האט פארלוירן ביי די וואלן איינמאל און נאכאמאל.

אינ'ם יאר תש"ע איז געשען דער נס, און כאטשיג וואס די ליבעראלן האבן זיך צאמגענומען אנטקעגן אים, האט ער דאך געווינען די וואלן מיט אן איבערוויגנדער מערהייט, און באשלאסן אז עס איז געקומען דער צייט קעיר צו נעמען פון די פרעסע, און דאס אוועקנעמען פון די ליבעראלן, און ווי אויך האט ער באשלאסן צו מסדר צו זיין דעם יוסטיץ סיסטעם פונ'ם לאנד.

האבנדיג א מערהייט פון צוויי דריטלעך פון די זיצן אינעם פארלאמענט, האט דאס אים געגעבן דאס אוטאריטעט צו טוישן די אונגערישע קאנסטיטוציע, און טאקע זיין רעגירונג האט פארגעשריבן און דורכגעפירט א נייע קאנסטיטוציע, וואס האט אריינגענומען שטיצע פאר טראדיציאנאלע ווירדן, נאציאנאלע און רעליגיעזע.

צו פאראויס גיין מיט זיין אגענדע, איז זיין ערשטע שריט געווען צו רעפארמירן דעם יוסטיץ סיסטעם. נאכן טוישן דעם קאנסטיטוציע, האט אורבען איינגעפירט א רייע געזעצן, דאס ערשטע איז געווען דער געזעץ פון שטעלן ריכטער דורך די פירנדע פארטיי פון רעגירונג. בעפאר דעם איז געווען דער געזעץ אז די קאמיטע וואס איז צאמגעשטעלט פון פירער פון אלע פארטייען זענען די וואס באשטימען די ריכטער, אבער ער האט געמאכט אז דער פירנדע פארטיי זאל האבן דעם גרעסטן מאכט אין דעם קאמיטע. כדי צו פארמיידן א דירעקטע קאנפראטאציע מיט די אמטירנדע ריכטער, האט ער אוועק געשטעלט אן אלטערנאטיווע געריכט סיסטעם וואס זאל זיך אפגעבן מיט אלעס פון די אדמיניסטראציע און האלטן דאס איבערזיכט אויף דער רעגירונג, אונטערגעווארפן צו די יוסטיץ מיניסטער, אוועק נעמנדיג די געלעגנהייט פון די אמטירנדע ריכטער צו קענען אפווארפן סיי וואס פון זיין רעגירונג וואס וועט זיי נישט געפעלן.

צוצואיילן די טוישונגען וואס ער האט געפלאנט, האט ער אראפגענידערט די רעטייערמענט עלטער פון די ריכטער אויפן באנק, וואס דאס האט פאראורזאכט אז אלע אמטירנדע סאציאליסטישע ריכטער האבן רעטייערד, און דאדורך אריינגעברענגט נייע קאנסערוואטיווע ריכטער צו ערזעצן די געוועזענע אויפן געריכט. ער האט געוואוסט אז א טויש אינ'ם געריכט סיסטעם איז דאס וויטיגסטע שריט וואס וועט ערמעגליכן זיין פארטיי צו רעגירן.

דער קומענדיגער שטאפל איז געווען זיך אפצוגעבן מיט די נאציאנאלע פרעסע וואס איז –ווי געזאגט- געליגן אין די הענט פון די ליבעראלן און סאציאליסטן. ער האט איינגעפירט א רייע געזעצן אויף דעם נושא, ער האט געטוישט די מערהייט איינגעשטעלטע צו מער קאנסערוואטיווע. די פרעסע האט אים אטאקירט דערויף, האט ער איינגעפירט א נייע געזעץ וואס גיבט די רעכט צו באשטראפן א מידיע נעץ אויף אומ'יושר'דיגע דעקונג. ער האט אויך קאנצעטרירט די רעגירונג מעלדונגען צו נאר שטיצנדע מידיע נעצן, און ווי אויך האט ער און זיין פארטיי שטיצער פערזענדליך איינגעהאנדלט מידיע קאמפעניס אויף די פרייע מארקעט. למעשה האט זיין פארטיי געהאט דאס בעלות אויף אכציג פראצענט פון די פרעסע.

דער שארפסטע קאנפראטאציע פון אורבען מיט די אינטערנאציאנאלע ליבעראלע עליטע, איז אנגעקומען תשנ"ה, ווען עס האט אויסגעבראכן דאס פליטים קריזיס, ווי מיליאנע אימיגראנטן פון די מזרח לענדער האבן פארפלייצט אייראפע. דייטשלאנד האט געעפנט אירע טויערן ברייט, אבער אורבען האט זיך שארף קעגן געשטעלט. זיין רעגירונג האט אוועקגעשטעלט שטעכל דראטן ביי די גרעניצן פון אונגערן, און זיך קעגנגעשטעלט קעגן אפענע גרעניצן פאר יעדן, זיך טרעפנדיג אויף איין בלאט מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט דאנעלד טראמפ.

אין אנדערע ווערטער, וויקטור אורבען האט געוויזן פאר די וועלט וויאזוי א רעכטע רעגירונג קען דורכלעבן די קריטיק פון די עליטע וואס ווערן געפירט דורך די ליבעראלע רעגירונגען. ווי אויך האט ער אויפגעוויזן, אז אנדערש פון די אנגענומענער מיינונג, האט זיין גאנג מצליח געווען אויך מיט די עקאנאמיע.

דער געוועזענער סעקרעטערי פון די טרעזשורי, א סאציאליסט, האט געהאט אנגעשראקן יעדן און געווארנט אז אונגערן'ס עקאנאמיע האלט ביים צאמפאלן, צוליב די צוגאנג פון אורבען, אבער למעשה איז דער סטאטוס פון די אונגערישע עקאנאמיע פון די בעסטע צווישן אלע אייראפעישע לענדער, ווי אן עקאנאמיסט האט אנגעוויזן אז פון תש"ע (2010) ווען אורבען איז ארויף אויפן בענקל, ביז תשפ"א (2021), איז דער אונגערישע GDP ארויף געגאנגען מיט 37%, אין אמעריקא איז עס ארויף אין דעם פעריאד מיט 17%, אין פראנקרייך מיט 7%, און אין ענגלאנד מיט 6%. דער אינדוסטריאלע פראדוקציע אין אונגערן איז ארויפגעגאנגען דורכאויס 2022 מיט 6%, דער גרעסטער פראצענט פון גאנץ אייראפע, מיט אן ארבייטסלאזיגקייט ווייניגער ווי 4%.

אלזא, ווערטס נישט איבערגענומען ווען די פרעסע איז פארנומען אראפרייסן געוויסע לענדער אדער פערזענליכקייטן אלס דיקטאטורן, עס איז פשוט א געוויין פון א קאזאק הנגזל, וואס ווי באקאנט זענען די לינקע אייביג הונגעריג פאר מאכט, און ווען אומער מען נעמט זיי אוועק דאס מאכט, וועלן זיי פרובירן צו טון אלעס אין זייער מעגליכקייט, דאס צוריק צו באקומען.
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

איך מיין אז איטאליע ווערט אויך אראפגעריסן אלץ דיקטאקטוריש זייט די רעכטע האבן דארט איבערגענומען.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

עפעס אנדערש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 1:53 pm
אלזא, ווערטס נישט איבערגענומען ווען די פרעסע איז פארנומען אראפרייסן געוויסע לענדער אדער פערזענליכקייטן אלס דיקטאטורן, עס איז פשוט א געוויין פון א קאזאק הנגזל, וואס ווי באקאנט זענען די לינקע אייביג הונגעריג פאר מאכט, און ווען אומער מען נעמט זיי אוועק דאס מאכט, וועלן זיי פרובירן צו טון אלעס אין זייער מעגליכקייט, דאס צוריק צו באקומען.
גענאגעלט!
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

בעיקעסלי די אלע רעכטע זענען דיקטאטארן? נישט אזוי?
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

עפעס אנדערש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 1:53 pm
צו פאראויס גיין מיט זיין אגענדע, איז זיין ערשטע שריט געווען צו רעפארמירן דעם יוסטיץ סיסטעם. נאכן טוישן דעם קאנסטיטוציע, האט אורבען איינגעפירט א רייע געזעצן, דאס ערשטע איז געווען דער געזעץ פון שטעלן ריכטער דורך די פירנדע פארטיי פון רעגירונג. בעפאר דעם איז געווען דער געזעץ אז די קאמיטע וואס איז צאמגעשטעלט פון פירער פון אלע פארטייען זענען די וואס באשטימען די ריכטער, אבער ער האט געמאכט אז דער פירנדע פארטיי זאל האבן דעם גרעסטן מאכט אין דעם קאמיטע. כדי צו פארמיידן א דירעקטע קאנפראטאציע מיט די אמטירנדע ריכטער, האט ער אוועק געשטעלט אן אלטערנאטיווע געריכט סיסטעם וואס זאל זיך אפגעבן מיט אלעס פון די אדמיניסטראציע און האלטן דאס איבערזיכט אויף דער רעגירונג, אונטערגעווארפן צו די יוסטיץ מיניסטער, אוועק נעמנדיג די געלעגנהייט פון די אמטירנדע ריכטער צו קענען אפווארפן סיי וואס פון זיין רעגירונג וואס וועט זיי נישט געפעלן.

דער קומענדיגער שטאפל איז געווען זיך אפצוגעבן מיט די נאציאנאלע פרעסע וואס איז –ווי געזאגט- געליגן אין די הענט פון די ליבעראלן און סאציאליסטן. ער האט איינגעפירט א רייע געזעצן אויף דעם נושא, ער האט געטוישט די מערהייט איינגעשטעלטע צו מער קאנסערוואטיווע. די פרעסע האט אים אטאקירט דערויף, האט ער איינגעפירט א נייע געזעץ וואס גיבט די רעכט צו באשטראפן א מידיע נעץ אויף אומ'יושר'דיגע דעקונג. ער האט אויך קאנצעטרירט די רעגירונג מעלדונגען צו נאר שטיצנדע מידיע נעצן, און ווי אויך האט ער און זיין פארטיי שטיצער פערזענדליך איינגעהאנדלט מידיע קאמפעניס אויף די פרייע מארקעט. למעשה האט זיין פארטיי געהאט דאס בעלות אויף אכציג פראצענט פון די פרעסע.
אך, וואס פאר א הערליכע בליענדע דעמאקראטיע דאס, אבער ניין, לאזט אייך נישט פארפירן פון די לינקע, זיי זענען בלויז הונגעריג פאר מאכט...
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נאוד נאגלט עס

דו שרייבסט דא פאר א שיינע לאנגע מגילה וויאזוי איינער האט פארזיכערט אז ער מיט זיין פארטיי זאלן זיין אין דער מאכט, און זאלן האבן מאכט אינעם געריכט סיסטעם, מידיע, און וואו נישט...

אבער לויבסט עס אויס שטאץ אראפרייסן

טויש אויף די גאנצע ארטיקל אז ער האט עס געטוישט פון "רעכט" אויף "לינק" און נאכדעם הער אויס די קולות וואס דו אליינס וועסט מאכן, פארפירן און ליארמען דערקעגן...
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

תגובה דורך השקפה ברורה »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:09 pm

וויבאלד די מידיע איז געווארן געפירט דורך די ליבעראלן, האט ער געמיזט מאכן געזעצן קעגן זיי...

השקפה ברורה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:11 pm

סא א לינקע רעגירונג מעג נעמען שריט קעגן די רעכטע מידיע?
אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:16 pm
השקפה ברורה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:11 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:09 pm
נאוד נאגלט עס

דו שרייבסט דא פאר א שיינע לאנגע מגילה וויאזוי איינער האט פארזיכערט אז ער מיט זיין פארטיי זאלן זיין אין דער מאכט, און זאלן האבן מאכט אינעם געריכט סיסטעם, מידיע, און וואו נישט...

אבער לויבסט עס אויס שטאץ אראפרייסן

טויש אויף די גאנצע ארטיקל אז ער האט עס געטוישט פון "רעכט" אויף "לינק" און נאכדעם הער אויס די קולות וואס דו אליינס וועסט מאכן, פארפירן און ליארמען דערקעגן...
וויבאלד די מידיע איז געווארן געפירט דורך די ליבעראלן, האט ער געמיזט מאכן געזעצן קעגן זיי...
סא א לינקע רעגירונג מעג נעמען שריט קעגן די רעכטע מידיע?
ניין. נאר די רעכטע. זיי זענען די באשעפערס פאליציי צי ראטעווען פון די ליביראלן.

אזוי האב איך פארשטאנען פון @עפעס אנדערש
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

לויט ארטיגע איינואוינער איז ער א דיקטאטור, ער קאנטראלט רוב ביזנעסער און וואס נישט ווערט פארבאטן.
די פרעסע איז נאר א ביישפיל.

אבעא נאך אלעם איז ער די בעסטע וואס זיי קענען האבן, עס איז קאראפטירט און יעדע אנדערע קאנדידאט וואלט געפירט די לאנד אין באד אריין.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

nodeJS האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 4:11 pm
אך, וואס פאר א הערליכע בליענדע דעמאקראטיע דאס, אבער ניין, לאזט אייך נישט פארפירן פון די לינקע, זיי זענען בלויז הונגעריג פאר מאכט...
סא דעמאקראטיע איז נאר ווען די ליבעראלן קאנטראלירן 80% פון די מידיע, אזוי ווי עס איז געווען ביז דאן. איך הער.
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

עפעס אנדערש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:48 pm

וואס מיינט קאנטראלן? סאיז געווען געזעצן קעגן די רעכטע מידיא? אויב איינער האט געוואלט עפענען א רעכטע מידיע אטליט איז ער געווארן באשטראפט?
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

nodeJS האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 4:11 pm
עפעס אנדערש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 1:53 pm
צו פאראויס גיין מיט זיין אגענדע, איז זיין ערשטע שריט געווען צו רעפארמירן דעם יוסטיץ סיסטעם. נאכן טוישן דעם קאנסטיטוציע, האט אורבען איינגעפירט א רייע געזעצן, דאס ערשטע איז געווען דער געזעץ פון שטעלן ריכטער דורך די פירנדע פארטיי פון רעגירונג. בעפאר דעם איז געווען דער געזעץ אז די קאמיטע וואס איז צאמגעשטעלט פון פירער פון אלע פארטייען זענען די וואס באשטימען די ריכטער, אבער ער האט געמאכט אז דער פירנדע פארטיי זאל האבן דעם גרעסטן מאכט אין דעם קאמיטע. כדי צו פארמיידן א דירעקטע קאנפראטאציע מיט די אמטירנדע ריכטער, האט ער אוועק געשטעלט אן אלטערנאטיווע געריכט סיסטעם וואס זאל זיך אפגעבן מיט אלעס פון די אדמיניסטראציע און האלטן דאס איבערזיכט אויף דער רעגירונג, אונטערגעווארפן צו די יוסטיץ מיניסטער, אוועק נעמנדיג די געלעגנהייט פון די אמטירנדע ריכטער צו קענען אפווארפן סיי וואס פון זיין רעגירונג וואס וועט זיי נישט געפעלן.

דער קומענדיגער שטאפל איז געווען זיך אפצוגעבן מיט די נאציאנאלע פרעסע וואס איז –ווי געזאגט- געליגן אין די הענט פון די ליבעראלן און סאציאליסטן. ער האט איינגעפירט א רייע געזעצן אויף דעם נושא, ער האט געטוישט די מערהייט איינגעשטעלטע צו מער קאנסערוואטיווע. די פרעסע האט אים אטאקירט דערויף, האט ער איינגעפירט א נייע געזעץ וואס גיבט די רעכט צו באשטראפן א מידיע נעץ אויף אומ'יושר'דיגע דעקונג. ער האט אויך קאנצעטרירט די רעגירונג מעלדונגען צו נאר שטיצנדע מידיע נעצן, און ווי אויך האט ער און זיין פארטיי שטיצער פערזענדליך איינגעהאנדלט מידיע קאמפעניס אויף די פרייע מארקעט. למעשה האט זיין פארטיי געהאט דאס בעלות אויף אכציג פראצענט פון די פרעסע.
אך, וואס פאר א הערליכע בליענדע דעמאקראטיע דאס, אבער ניין, לאזט אייך נישט פארפירן פון די לינקע, זיי זענען בלויז הונגעריג פאר מאכט...
;l;p- ;l;p- ;l;p-
גוט געזאגט

כ'וויל נאר צוצייכענען א לינק (וואס כ'האב שוין צוגעצייכנט אין די אנדערע שמועס) וואס רעדט ארום וועגן די דארטיגע מידיע, צו ליינען און צו שטוינען
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

השקפה ברורה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:50 pm
עפעס אנדערש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:48 pm
nodeJS האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 4:11 pm
אך, וואס פאר א הערליכע בליענדע דעמאקראטיע דאס, אבער ניין, לאזט אייך נישט פארפירן פון די לינקע, זיי זענען בלויז הונגעריג פאר מאכט...
סא דעמאקראטיע איז נאר ווען די ליבעראלן קאנטראלירן 80% פון די מידיע, אזוי ווי עס איז געווען ביז דאן. איך הער.
וואס מיינט קאנטראלן? סאיז געווען געזעצן קעגן די רעכטע מידיא? אויב איינער האט געוואלט עפענען א רעכטע מידיע אטליט איז ער געווארן באשטראפט?
קאנטראלירן מיינט האבן די בעלות פון די מידיע, און דאס וואס זיי ווילן זאל זיין די נייעס דאס וועלן זיי זאגן.

ניין, עס איז נישט געווען קיין געזעצן קעגן די רעכטע מידיע, עס איז פשוט געווען אין די לינקע הענט. און יעצט איז אויך נישטא קיין געזעצן קעגן די לינקע. די שטראף פארן מעלדן פאלשע אדער מיסלידונג נייעס איז נישט נאר פאר די לינקע, די רעכטע וועלן ווערן באשטראפט פונקט אזוי.

און וואס איז דא דיקטאטוריש אז די רעכטע האבן אפגעקויפט די נייעס סטאנציעס? עס איז א פרייע עקאנאמיע און יעדער מעג קויפן וואס ער וויל, אזוי ווי ראפערט מורדאק מעג קויפן וויפיל נייעס סטאנציעס ער וויל.
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

עפעס אנדערש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:16 pm

ווער מאכט אפ וואס דעיס מיינט?
וואס מיינט דעי ווערטער?
דער קומענדיגער שטאפל איז געווען זיך אפצוגעבן מיט די נאציאנאלע פרעסע וואס איז –ווי געזאגט- געליגן אין די הענט פון די ליבעראלן און סאציאליסטן. ער האט איינגעפירט א רייע געזעצן אויף דעם נושא, ער האט געטוישט די מערהייט איינגעשטעלטע צו מער קאנסערוואטיווע.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

השקפה ברורה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:27 pm

דאס איז געווען גלייך נאכ'ן איבערנעמען די פרעמיערשאפט. די מידיע איז דאן געווען א סטעיט מידיע, אזוי ווי אין אסאך דיקטאטורישע לענדער ווי עס איז דא א רעגירונג קאטראלירטע מידיע, א שטייגער ווי די פראוודא אין רוסלאנד, און דאס איז געווען אנגפילט נאר מיט לינקע סאציאליסטן, און ער האט זיי פארטוישט מיט קאנסערוואטיווע. (סא ביז דעמאלס איז עס געווען דעמאקראטיש, ווייל עס איז געווען מערסטנס ליבעראלן, אבער ווען ער איז אריין אין מאכט, און געלייגט זיינע מענטשן, איז עס געווארן דיקטאטוריש).
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

@עפעס אנדערש, אינטערעסאנט אז די האסט זיך נאר ארויפגעכאפט אויף מיין דריטע פוינט. וואס טוט זיך מיט די ערשטע צוויי?
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

nodeJS האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:54 pm
@עפעס אנדערש, אינטערעסאנט אז די האסט זיך נאר ארויפגעכאפט אויף מיין דריטע פוינט. וואס טוט זיך מיט די ערשטע צוויי?
וואס זענען די ערשטע צוויי פוינטס?
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

דאס:
nodeJS האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 4:11 pm
שטעלן ריכטער דורך די פירנדע פארטיי פון רעגירונג.
און דאס:

אן אלטערנאטיווע געריכט סיסטעם וואס זאל זיך אפגעבן מיט אלעס פון די אדמיניסטראציע און האלטן דאס איבערזיכט אויף דער רעגירונג, אונטערגעווארפן צו די יוסטיץ מיניסטער, אוועק נעמנדיג די געלעגנהייט פון די אמטירנדע ריכטערצו קענען אפווארפן סיי וואס פון זיין רעגירונג
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

און בד"וו, וואס זענען די פארנעפלטע "רייע געזעצן" בנוגע די מידיע?
דא האט איר אפאר אויסצוגן פון די לינק וואס @יונה פויגל האט געברענגט:

About four weeks ago, László Kövér, an influential member of Hungary’s governing Fidesz party and the Speaker of the House, announced new rules for reporters working in the buildings of the Hungarian National Assembly. A 10 square meter cordoned off area, a sort of pen, was set up in both the Parliament and it’s office building, with reporters being barred from interviewing MPs practically anywhere but from this space. This makes questioning politicians and officials in the corridors of power physically impossible.
...
Asking questions outside the parliament also has its own challenges. Fidesz MP László Tasó had local police investigate journalists for harassment after they began asking around in his hometown following a story about his hidden assets. When a German camera crew traveled to Felcsút to report from the hometown of Prime Minister Viktor Orbán, the local police showed up, checking IDs and patting down journalists. 444, the news portal I work for, got its first drone confiscated there.

Journalists used to be able to force answers on certain topics using Freedom of Information requests, but since Fidesz took power in 2010, the Freedom of Information laws were amended on multiple occasions, each time to restrict access to public information.
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

nodeJS האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 7:04 pm
דאס:
nodeJS האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 4:11 pm
שטעלן ריכטער דורך די פירנדע פארטיי פון רעגירונג.
וואס איז דאס אנדערש ווי דער אמעריקאנע פרעזידענט שטעלט דעם ריכטער, און ווערט באשטעטיגט דורך די פירנדע פארטיי אינ'ם סענאט?
nodeJS האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 7:04 pm
און דאס:
nodeJS האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 4:11 pm
אן אלטערנאטיווע געריכט סיסטעם וואס זאל זיך אפגעבן מיט אלעס פון די אדמיניסטראציע און האלטן דאס איבערזיכט אויף דער רעגירונג, אונטערגעווארפן צו די יוסטיץ מיניסטער, אוועק נעמנדיג די געלעגנהייט פון די אמטירנדע ריכטערצו קענען אפווארפן סיי וואס פון זיין רעגירונג
וואס איז דער פראבלעם דערמיט? דער זעלבער געזעץ פונ'ם לאנד וואס האט געזאגט ביז יעצט אז יענע געריכט זאל זיין דער וואס האט איבערזוכט אויף דער רעגירונג, זאגט יעצט אז א צווייטע געריכט זאל זיין אין טשארדזש דערפון. עס וועט נאך אלס זיין א געריכט צו וועם דער רעגירונג וועט דארפן ענטפערן אויב קומט אפיר טענות אנקעגן דעם רעגירונג. אנדערש ווי די דיקטאטורן וואס קענען טון מיט זייער רעגירונג וואס עס גליסט זיך זיי, און דארפן נישט געבן קיין דין וחשבון פאר קיינעם.

איי די נייע ריכטער קענען מעגליך פסק'נען מער גינסטיג פאר די רעכטע? נו, אויף דעם זאגט מען עלעקשנ'ס האבן קאנסעקווענצעס.
און אויב וועט אמאל אויסקומען אז די לינקע וועלן געווינען די מערהייט, און וועלן דארפן שטעלן א ריכטער, וועלן זיי אריינשטעלן וועם עס געפעלט זיי.
דער סופרים קאורט אין די יונייטעד סטעיטס איז פונקט אזוי.

ווי שטעקט דא די דיקטאטורשאפט?
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

אויב איך האב קאנטראל אויף דער וואס דארף האבן קאנטראל אויף מיר, ווער האט קאנטראל?
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

אנטשולדיגט, נישט "קאנטראל", איבערזיכט.
אין אנדערע ווערטער, א פילטער צו וועלכן איך האב די פעסווארד, איז קיין פילטער נישט.
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: אונגערן, א דיקטאטורישע לאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

nodeJS האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 7:26 pm
אויב איך האב קאנטראל אויף דער וואס דארף האבן קאנטראל אויף מיר, ווער האט קאנטראל?
נו זאג דו מיר.
וויאזוי גייט עס אין די יונייטעד סטעיטס? ווער האט קאנטראל? דער פרעזידענט? די קאנגרעס? די סענאט? דער סופרים קאורט?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”