וואקאציע אין אריזאנע

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

א שיינע פלאץ אין דער 10 מינוט פארן ארום קאסא גראנדע - אריזאנע, פאר די אידן וואס האבן ליב א געשמאקע הייק, אבער ווילן נישט גיין מער ווי א שעה (אדער האבן נישט דער צייט) קען מען טרעפן ווען מען פארט אראפ (סאוט) Peart Rd ביזן סוף ווי מען קומט אן צו דער געגענט וואס ווערט גערופן "קאסא גראנדע מאונטעינס", מען קען זיך אפשטעלן ווי דער גאס דרייט זיך איין און ווערט א פארקינג לאט, אדער קען מען ווייטער פארן (אויף א זאמדיגע ראוד) ביז "קאסא גראנדע מאונטעינס" (זעה אדרעס אויפן בילד) און פון דארט ארויפנעמען א טרעיל ביז אויבן אויפן בארג, עס איז דא גאנץ אפאר טרעילס דארטן, עס לוינט זיך צו אליין אויסשטעלן פארדעם ווי מען וויל גיין און מאכן א לופ אז מען זאל צוריק קומען צום קאר, ווייל מען קען בעצם פון דארט הייקן ביז אריזאנע סיטי אדער eloy.

אונז זעמיר אהינגעגאנגען אפאר וואכן צוריק אויף זונטאג, עס איז געווען זייער א קילע טאג, ווען דער הימל איז אויך געווען אביסל פארוואלקנט (קען זיין און באפארברייטונג צו דער שטורעמס וואס האבן ארומגענומען דער וועסט קאוסט), מיר זענען ארויף ביי קאסא גראנדע מאונטעינס, און זיך נאכדעם ארויפגעדרייט צו אנקומען צו דער בארג וואס איז דער נענטסטע צום שטאט אזוי אז מען קען זעהן קאסא גראנדע (עס איז אבער נישט געווען דער קלארסטע טאג), און אראפ זענען מיר פון דער אנדערע זייט פון ווי מען קען בעצם ארויפארן מיט א ATV (האמיר טאקע באגעגנט אויפן וועג אפאר אזעלכע) און נאכדעם צוריק דורך דער טרעילס פון אונטן פון בארג, דער גאנצע שפאציר האט גענומען ארום א שעה, אבער מען קען עס מאכן לענגער דורך ארומנעמען מער בערג וכדומה (עס איז דא אונטן (נאר ביי דער אפיציעלע פארק) א סיין מיט אלע טרעילס וואס גייען ארום דארט).

(דער בילדער האב איך געמוזט שרעקליך ריסייזען אבער עס איז אויך געווען אביסל פארוואלקנט במילא איז עס נישט דער קלארסטע).

דער ענטרענס סיין צו דער אפיציעלע פארק, דער וועג וואס מען זעהט איז וואס מיר האבן אויבן דערמאנט אלץ א זאמדיגע ראוד.
DSC_1950.jpg
DSC_1950.jpg (269.81 KiB) געזען 2316 מאל
(https://drive.google.com/file/d/12qRI8h ... sp=sharing דער בילד מיט אביסל בעסערע קוואליטי)

אינמיטן דער וועג ארויף ארומגענומען מיט דער אריזאנע אייקאן דער קעקטעס.
DSC_1827.jpg
DSC_1827.jpg (360.46 KiB) געזען 2316 מאל
(https://drive.google.com/file/d/18NwwPw ... sp=sharing דער בילד מיט אביסל בעסערע קוואליטי)

א שטיקל וויאו פון דער שטאט קאסא גראנדע.
DSC_1871.jpg
DSC_1871.jpg (372.91 KiB) געזען 2316 מאל
(https://drive.google.com/file/d/1-BgETX ... sp=sharing דער בילד מיט אביסל בעסערע קוואליטי)
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

פאר א שיינע טאג צו פארברענגן, שפאצירן און א שיינע קינדער פארק ווען מען געפינט זיך אין קאסא גראנדע אריזאנע, קען מען גיין באזוכן ביי ווילעגא פארק, עס געפינט זיך גלייך קעגן איבער דער קאסא גראנדע עירפארט (מען קען טאקע זעהן זייער שיין און קלאר די קליינע פליגער פליען ארויף און אראפ).

עס פארמאגט א שיינע שפאציר ארום א הערליכע וואסער (פאנד - לעיק) (געווענדליך האט עס וואסערפאלן און שפריצער אבער ווען איך בין געווען דארט איז עס געווען אויסגעלאשן במילא זעהט מען עס נישט אויף די בילדער), א געשמאקע קינדער פארק (כ'קעניש לייגן קיין בילדער היות מען זעהט מענטשן), און שיינע וואלקוועיס ארום און ארום מיט ביוטיפול אריזאנע סינערי.

צוגעלייגט אפאר בילדער פונעם פלאץ, ווי אלעמאל איז דאס לאו רעזעלאשען, איר קענט קוקן אין די דרייוו פאר די בילדער שענער און קלארער.

דער וואסער מיט דער פעראגאלע.
DSC_1474.jpg
DSC_1474.jpg (395.21 KiB) געזען 2220 מאל
(דער בילד קלארער)

מערקט דער קליינע טורטל (טשוכעפאכע) וואס ווארעמט זיך אויף די זון.
DSC_1435.jpg
DSC_1435.jpg (355.94 KiB) געזען 2220 מאל
(דער בילד קלארער)
DSC_1485.jpg
DSC_1485.jpg (326.71 KiB) געזען 2220 מאל
(דער בילד קלארער)
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

נאך בילדער פון ווילעגא פארק.
DSC_1519.jpg
DSC_1519.jpg (371.4 KiB) געזען 2212 מאל
(דער בילד קלארער)
DSC_1761.jpg
DSC_1761.jpg (307.5 KiB) געזען 2212 מאל
(דער בילד קלארער)
DSC_1764.jpg
DSC_1764.jpg (305.16 KiB) געזען 2212 מאל
(דער בילד קלארער)
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

Pesach-Ad-01 (1).jpg
Pesach-Ad-01 (1).jpg (385.21 KiB) געזען 2103 מאל
(דער בילד קלארער)
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

היינט וועלן מיר לייגן בילדער פון א פלאץ וואס מען האט שוין אמאל גערעדט אויפן וועלטל (אויב געדענק איך גוט איז דא ערגעץ ווי בילדער אויך) דאס איז Hole in the Rock, עס געפינט זיך אין פיניקס (47 מינוט פון קאסא גראנדע ווען איך טשעק עס יעצט און לכאורה ארום 15 20 מינוט פון סקאטסדעיל) גלייך נעבן פיניקס זו, (איך בין נאך קיינמאל געווען אינעווייניג אין דער זו אבער פון דער ריסורטש וואס איך האב געמאכט דארף עס צו זיין זייער א אינטרעסאנטע זו מיט טויזענטער חיות איבער א שטרעקע פון איבער 125 עיקער, אבער איך ווייס נישט אויב עס איז דווקא בעסער ווי בראנקס זו וכדומה).

איך וואלט געזאגט אז עס איז כדאי צו קומען אהין (Hole in the Rock) ביי דער ענדע פון א טאג אין דער געגנט פון פיניקס (ווען מען האט באזוכט אין דער זו אדער אין סעדאנע, אדער און נאך גאר אסאך שיינע פלעצער צו וואס מיר וועלן נאך אי"ה אנקומען צו רעדן דערוועגן) נאכן עסן, ארום א שעה פארן שקיעה.

קודם דער מציאות, פון וואס מען רעדט, הול אין דער ראק איז כשמו כן הוא א גרויסע לאך אין א ראק, וואס איז אויסגעשטעלט אויף אן אופן (נישט מענטשליך נאר דורך דער באשעפער אלייין) אז מען קען כאפן גאר שיינע בילדער און מיטהאלטן גאר שיין דער סאנסעט, דער קאמבענאציע פון דער רויטע אריזאנע שטיינער מיט דער זון וואס גייט אונטער (ווען פליגער הייבן זיך און לאנדן און דער אונטערגרונד זייענדיג גלייך נעבן דער פיניקס אירפארט) איז עפעס אוט אף זע ווארלד, אויב ווילט איר ארויפקריכן ביז אויבן צו זיין ביים לאך (אונז זענען נישט ארויף היות מיר זענען אנגעקומען שפעט און מיר האבן געזעהן אז דער פלאץ דארט איז מלא וגדוש) זאלט איר פרובירן צו זיין דארט גענוג פרי פאר סאנסעט, אזוי אויך וואלט איך גע'עצה'ט צו זיצן ממש ביים שפיץ אזוי אז קיינער זאל זיך נישט קענען אריינשטעלן אין פראנט פון אייך און פארדעקן דער וויאו, אבער אפי' אן ארויפקריכן איז דער פלאץ זייער שיין צו גיין און שפאצירן, מיט א קליינע וואסערל און פיקניק טישעלעך און נאך.

דער בילדער וואס איך האב איז נישט דער בעסטע קוואליטי היות אונז זעמיר נישט ארויפגעקראכן אויבן (מיר האבן בעיקר בילדער פון דער שפאציר געגנט ארום און ארום) און דער קעמרע איז נישט געווען אנגעשטעלט אויף די ריכטיגע סעטינגס פאר סאנסעט, באט עס איז נאך אלץ גענוג גוט ארויפצולייגן.

א שיינע בילד פון דער הול אין זע ראק ארויסקוקנדיג פון צווישן די טייטלביימער (מערקט דער הונדערטער מענטשן וואס זיצן דארט).
DSC_0842.jpg
DSC_0842.jpg (396.68 KiB) געזען 2051 מאל
(דער בילד קלארער)

דער וואסער אין דער געגנט מיט טישעלעך ארום.
DSC_0905.jpg
DSC_0905.jpg (362.61 KiB) געזען 2051 מאל
(דער בילד קלארער)

סתם א שיינע בילד פון א קאטשקע אויפן וואסער.
DSC_0851.jpg
DSC_0851.jpg (280.67 KiB) געזען 2051 מאל
(דער בילד קלארער)
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

פאר די שקיעה ווערט עס פיל מיט מענטשן וואס ווילן דאס מיטהאלטן.
דעריבער פאר א חסידישע איד איז דעמאלט נישט די צייט צו גיין.
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

און יא מיר האבן אויך איין בילד פון דער סאנסעט, טאקע נישט דער שענסטער אבער עפעס איז עס, (מען זעהט אבער נישט דער בערג ארום).
DSC_0823 (3) (1).jpg
DSC_0823 (3) (1).jpg (376.04 KiB) געזען 2060 מאל
(דער בילד קלארער)
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אוועטאר
קאסא גראנדא
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 1:20 am
פארבינד זיך:

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאסא גראנדא »

Presentation1ggg (1)sefer.jpg
Presentation1ggg (1)sefer.jpg (258.62 KiB) געזען 1972 מאל
נאך 4 ווילאס עוועילעביל
פאר א געשמאקע וועקעישאן אין קאסא גראנדא אריזאנע, רופט
520 251 4459
ספעציעלע פרייזן פאר שבתים
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

פיקעטשו פיעק - Picacho Peak State Park
פיקעטשו פיעק איז א בארג שפיץ אין פינאל קאונטי אין אריזאנע, א הערליכע פלאץ וואס איז אוממעגליך נישט צו באמערקן ווען מען פארט אראפ דעם I-10 צווישן פיניקס און טוסאן, (מען קען עס אפילו זעהן פון קאסא גראנדע - וואס איז ארום 40 מייל אוועק), דער פלאץ האט אין זיך גאר אסאך היסטאריע, זייענדיג דער ווייטסטער פלאץ (אויף דער וועסט) ווי עס איז פארגעקומען א מלחמה (battle) ביים ציווילן קריג, אזוי אויך איז עס געניצט געווארן פאר צענדליגער (אדער גאר הונדערטער) יארן פאר א סימן, פאר די סעטלערס וואס זענען אראפגעפארן קיין קאליפארניע און ארום, און אויך סתם פאר טרעוולערס דורכאויס די יארן.

היינט איז דא אויפן פלאץ א סטעיט פארק וואס געפינט זיך ארום א האלבע שעה אוועק פון דער אידישער ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע, עס פארמאגט אין זיך הייקינג טרעילס, פיקניק טישלעך, א טוריסט צענטער און אזוי אויך א קליין קינדער פארק (נישט עפעס מורא'דיג, אפאר סווינגס מיט נאך אפאר קלייניקייטן).

דער עיקר וואס עס איז דא צו טוהן אין דעם פארק איז הייקינג און מען קען דארט האבן הערליכע וויאוס פון ביידע זייטן פון דעם סענערן דעזערט (וואס איז אין דער וועלי פון סאוט אריזאנע).

מיר זענען געווען דארט פאריגע זונטאג, דער דרייוו איז ארום א האלבע שעה פון קאסא גראנדע (אויפן וועג קיין טוסאן), מען פארט אראפ דער I-10 וואס איז א געשמאקע דריי לעין הייוועי, דורכאויס דער גאנצע וועג קען מען זעהן דער שפיץ פונעם בארג און טיילמאל אויך די ווייטערע בערג (וואס האבן דערווייל נאך שניי אויף זיך פונעם ווינטער), דער וועג אריין צום פארק איז געווען אביסל אנגעלייגט מיט א לאנגע שורה פון קארס אריינצוגיין, (לכאורה ווייל עס איז זונטאג און דער וועטער איז נישט געווען צו הייס אבער פיין ווארעם), דער פארק האט אן ענטרענס פי פון זיבן דאלאר פאר א קאר (אדער קען מען קויפן א סטעיט פארק פעס פאר גאנץ אריזאנע פאר 75 דאלאר א יאר - וואס מיר האבן דערווייל נאכנישט איינגעהאנדלט), פון דארט פארט מען אריין צו אפאר ראוטס, איינס נעמט ארום דעם פארק צו דער בעק ווי עס הייבט זיך אן דער לענגערע טרעיל'ס (אזוי אויך איז דארט דא גרעסערע פארקינג לאט מיט פיקניק טישלעך פאר גרעסערע גרופעס (קען זיין מען דארף רעזערווירן), אדער קען מען אריינפארן צו א קלענערע וועג וואס פירט צו די קלענערע הייקס, און האט כסדר קליינע פארקינג לאטס אדער קען מען רוב פלעצער פארקן אן די סייד אף זע ראוד.
אינעם פארק זענען פארהאן אפאר (דעזעגנירטע) הייקס/שפאציר וועגן צו גיין, מיר האבן קודם גענומען דער טשילדרען קעיוו טרעיל (children cave trail) וואס איז זייער געשמאק פאר ווען מען גייט מיט א קליין קינד, עס איז דא גענוג און נאך פארקינג ספאטס און אויך א בית הכסא אויף די זייט פון דער ראוד, דער טרעיל איז ארום 0.2 מייל (כ'בין נישט זיכער אויב יעדע דיירעקטשאן אדער ראונד טריפ) און האט זייער גרינגע סטעפס צו ארויפגיין און איז א שיינע גראדע טרעיל, מען קומט אהן אביסל העכער אויפן בארג (אקעגן איבער דער פיעק) ווי עס איז דא א קליינע (פיצי) קעיוו אריין, פאר קינדער צו זיצן אינעם שאטן און ארויסקוקן אויף דער וויאו, פון דארט זעהט מען זייער שיין אלע בערג ארום און אזוי אויך קען מען האבן א שיינע וויאו פון דער פיעק.
דערנאך האבן מיר גענומען דער קאלאוועי טרעיל (calloway trail) וואס איז אביסל ווייטער ארויף אויפן ראוד, דער זעלבע פלאץ גייט מען אריין צו אפאר טרעילס אבער מיר האבן נישט געקענט נעמען צו א שווערע טרעיל, קאלאוועי איז גאנץ א גרינגע (אבער טאקע נישט פאר צו קליינע קינדער) הייק ארויף דעם בארג פונעם פיעק אבער דער געדאנק פון דעם איז אז עס קומט אן צו א וויאופוינט וואס קוקט אראפ שוין אויף דער אנדערע זייט פון ווי מען קומט, במילא האט מען דארט דער וויאו פון ביידע זייטן פונעם מדבר (אויב מען קען עס רופן אזוי), דער טרעיל איז אויך זייער פאפולער אין ספרינג ווען עס וואקסט דארט הערליכע בלומען, (און די גוים זענען מורא'דיג ביזי כאפן פיקטשערס פאר זייער פאלאוערס).
עס איז אויך פארהאן נאך טרעילס דארט ווי דער האנטער טרעיל (איבער 3 מייל) וואס איז א שווערערער טרעיל ארויף ביז אויבן פונעם בארג און נאר רעקאמענדעד פאר עקספיריענסד הייקערס, דער סאנסעט וויסטע טרעיל (2.5 מייל) נישט צו שווער אבער נישט זייער גרינג און אזוי אויך דער נעטשור טרעיל (א האלבע מייל), דער טרעילס זענען נישט זייער לאנגע און נישט מורא'דיג שווערע אבער גענוג טשעלענדזשינג און געשמאק פאר א שפאציר ארויס אויף די בערג מיט אויג-פארכאפענדע וויאוס.
און קורצן: דער פארק איז גאר א געשמאקע פלאץ צו גיין זיך אויסליפטערן אביסל אויף די הערליכע בערג, זעהן הערליכע נפלאות הבורא, און גאר שיינע וויאו'ס, מען קען זיך זעצן עסן ביי באקוועמע פריוואטע טישעלעך, (און עס איז אפי' דא צוגעשטעלט showers - איך האב עס נישט אויסגעטשעקט).

פאלגענד זענען עטליכע בילדער, דער הימל האט נישט מיטגעשפילט דאס מאל אבער עס איז נאכאלץ שיין (עכ"פ אזוי מיין איך)' אזוי אויך זעהט מען אסאך קארס אויפן ראוד ווייל ווי דערמאנט איז געווען זייער געפאקט דאס מאל, און דער וועג וויאזוי עס איז אויסגעשטעלט איז אז מען זעהט די קארס אין די בילדער.

פיעטשו פיעק.
DSC_2233.jpg
DSC_2233.jpg (281.5 KiB) געזען 1846 מאל
(דער בילד קלארער)

דער עטרענס סיין "וועלקאם טו אריזאנע פארקס".
DSC_2169.jpg
DSC_2169.jpg (277.24 KiB) געזען 1846 מאל
(דער בילד קלארער)
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

א בילד פונעם פיעק גענומען פון דער קעיוו.
DSC_2224.jpg
DSC_2224.jpg (265.41 KiB) געזען 1845 מאל
(דער בילד קלארער)

דער פרייזן אריינצוגיין.
DSC_2187.jpg
DSC_2187.jpg (306.64 KiB) געזען 1845 מאל
(דער בילד קלארער)
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

נאך אפאר בילדער.
DSC_2263.jpg
DSC_2263.jpg (280.36 KiB) געזען 1843 מאל
(דער בילד קלארער)
DSC_2261.jpg
DSC_2261.jpg (259.35 KiB) געזען 1843 מאל
(דער בילד קלארער)

פיקניק טישלעך.
DSC_2314.jpg
DSC_2314.jpg (296.67 KiB) געזען 1843 מאל
(דער בילד קלארער)
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

איר זעהט די שניי אויף די ווייטערע בערג?
DSC_2349.jpg
DSC_2349.jpg (247.13 KiB) געזען 1837 מאל
(דער בילד קלארער)
DSC_2365.jpg
DSC_2365.jpg (300.12 KiB) געזען 1837 מאל
(דער בילד קלארער)
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

פיקעטשו פיעק ווי געזעהן פון דער היימישע געגנט אין קאסא גראנדע אריזאנע (לאקאציע פון ווי דער בילד איז געכאפט געווארן 2 מינוט שפאציר פון בית המדרש דינוב) - דער בילד איז אביסל אריינגעזומט.
DSC_2410 (2) (1).jpg
DSC_2410 (2) (1).jpg (352.68 KiB) געזען 1778 מאל
(דער בילד קלארער)
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

וואס איז די וועטער אין קאסא גראנדע די קומענדיגע פאר וואכן?
כ'קלער פון אהינרייזן, איז may א גוטע קלימאט?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אייביג א גוטע עצה צו געבן א טשעק מיט ר' גוגל
אטעטשמענטס
AZ weather.jpg
AZ weather.jpg (98.72 KiB) געזען 1607 מאל
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

א גרויסן שכח, איך האב אים שוין געפרעגט.

איינער מיט עכטע עקספיריענס פליז?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
aaw5952
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:24 pm

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aaw5952 »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 5:20 pm
א גרויסן שכח, איך האב אים שוין געפרעגט.

איינער מיט עכטע עקספיריענס פליז?
תרמב האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 8:54 pm
Hero
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2023 1:41 pm

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hero »

איז די וועטער טאקע אזוי שלעכט אין די זימער חדשים?
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 4:13 pm
וואס איז די וועטער אין קאסא גראנדע די קומענדיגע פאר וואכן?
כ'קלער פון אהינרייזן, איז may א גוטע קלימאט?
דער וועטער דא (אין קאסא גראנדע) יעצט איז אין די הויכע אכציגער, ווי שפעטער אין זומער רוקט זיך עס צוביסלעך ארויף, לכאורה ערגעץ ווי אין May וועט עס שוין האלטן ביי די איינצלנע נומערן פון הונדערט.
צו עס איז א גוטע קלימאט ווענדט זיך אין יעדע מענטש און אין וואס ער פלאנט צו טוהן דא, (למשל הייקן אינמיטן טאג ווען עס איז הונדערט איז נישט געמאכט פאר יעדעם, אבער זיצן אין א סווימינג פול יא - פארשטייט זיך מען זאל אכטונג געבן פון זון ברענען).
(דער איינציגסטער צייט ווען עס איז לכאורה נישט דער בעסטער וועטער פאר וואקאציע אין אריזאנע איז סוף July אנהויב Aug ווען עס איז די מונסון סיזען וואס דעמאלט קען סיי רעגענען (אזא שעה צוויי אבער ווי עס דארף צו זיין) און סיי אז (צוליב דעם) איז דא עטוואס יומידיטי - נישט ווי אין ניו יארק (סיטי) אבער דאך עפעס - פון דער אנדערער זייט איז אבער לכאורה דעמאלטס אלץ ביליגער טאקע פאר דעם).
Hero האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 1:30 am
איז די וועטער טאקע אזוי שלעכט אין די זימער חדשים?
ווי געזאגט פריער דער וועטער איז קיינמאל נישט שלעכט (וואס מיינט דאס בכלל?) אבער אין July Aug איז דער ווייניגסטער באקוועם, פארשטייט זיך אז דער וועטער איז נאר געשמאק פאר מענטשן וואס האבן ליב ווארימע טריקענע לופט, איינער פארוועם דאס איז נישט באקוועם איז אריזאנע לכאורה נישט דער פלאץ ווי ער זאל קומען באזוכן אין דער זומער (גראדע אין דער North איז נאך דא שניי יעצט איז אפשר דארט קען ער יא).
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: קאסא גראנדע ראוינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

קאסא גראנדע (גרויסע הויז) חורבה נאציאנאלע מאונומענט - Casa Grande Ruins National Monument

ווייטער און די באשרייבונגען איבער מיינע באזוכן אין פלעצער ארום דער היימישער ישוב אין קאסא גראנדע (זאל איך ענדישער עפענען א נייע אשכול "אטראקציעס ארום קאסא גראנדע אריזאנע" ?) זעמיר דער וואך געגאנגען צום נאציאנאלע מאונומענט נאך וואס דער שטאט ווערט גערופן "קאסא גראנדע", די "קאסא גראנדע ראוינס", וואס געפינט זיך ארום 15 מינוט צו פארן פון די היימישע געגנט אין א שטעטל קאלידזש.

קודם דער היסטאריע פונעם פלאץ:
אין דער געגנט ווי עס איז היינט סאוזערן אריזאנע האבן פאר הונדערטער יארן געוואוינט שבטים פון די מענטשן וואס זענען היינט באוואוסט אלץ נעטיוו אמעריקאנער (אדער אינדיענס), אין דער געגנט פון דער וועלי האבן געוואוינט א שבט וואס ווערט היינט אנגערופן דער האהאקעם (hohokam), זיי זענען באוואוסט אלץ דער שבט וואס האט באוואוינט דער סאוזערן געגנט פון אריזאנע, דורך זיך אויסלערנען וויאזוי צו פלאנצן אינעם מדבר, ניצענדיג דער גילא (הילא) ריווער צו מאכן יאורים יאורים, און דערמיט פלאנצן קאטאן (מיט וואס זיי האבן געטרעיד פאר אנדערע עסן) און אזוי אויך כל מיני וועדזשטעבעלס וואס וואקסן היינט לרחצה אין אריזאנע, אזוי אויך האבן זיי זיך אויסגעלערנט וויאזוי אראפצונעמען די פרוכט וואס וואקסט גאנץ אויבן פונעם קעקטוס געוויקס, און דאס עסן און ניצן צו פארבן פאדעם מיט וואס זזיי האבן געמאכט קליידער און טעפיכער.
ערגעץ ווי ארום א טויזענט יאר צוריק האבן זיי אנגעהויבן בויען דער פלאץ וואס ווערט היינט אנגערופן קאסא גראנדע ראוינס, דאס איז געווען א שטאט מיט הייזער, גאסן, מארקעטס, און אפילו א שפיל פלאץ (קאורט יארד), ווען אינמיטן איז געשטאנען א גרויסע (לויט זייערע השגות) הויז ווי א גרויס חלק פון דער איינוואוינער האבן געוואוינט, ארכיאלאגן שאצן אז אין די גוטע צייטן האבן געוואוינט דארט קרוב צו 1000 איינוואוינער, אבער ווי עס קוקט אויס איז דער פלאץ נישט געווען אין באנוץ פאר מער ווי הונדערט אדער צוויי הונדערט יאר, ווען צוליב א נאך דערווייל אומבאוואוסטע סיבה האבן זיך די איינוואוינער אויפגעהויבן און אוועקגעגאנגען פון דארט, עס איז נישט קלאר פונקטליך צו ווי זיי זענען געגאנגען אבער רוב היסטאריע עקספערטן האלטן אז זיי האבן זיך געריקט מער סאוט צו ווי עס איז היינט דער געגנט פון פימא (טוסאן).
ערגעץ ווי אין דער 1600'ער יארן איז א ספאנישע גלח אריבער אין דער געגנט (ווען דער ספאנישע האבן פרובירט איבערצונעמען דער גאנצע געגנט וואס איז היינט סאוזערן יונייטעד סטעיטס) און ווען ער איז אנגעקומען צו דעם הויז (וואס איז נאך דאן געשטאנען 4 שטאק הויעך און איז א חידוש נישט נאר פאר דער געגנט זייענדיג פון דער גרעסטער סטראקטשורס געבויעט צו ווערן אין נעטיוו אמעריקע) האט ער עס אנגערופן "קאסא גראנדע" (גרויסע הויז), אזוי אויך וועט דער פלאץ דערמאנט דורך שפעטערדיגע רייזענדע אין דער געגנט וואס האבן עס געניצט אלץ א סימן ווי צו גיין
אין יאר 1892 האט פרעזידענט העריסאן אנערקענט דעם פלאץ אלץ דער ערשטע קולטורישע פרעזערוו אין אמעריקע נאך וואס מענטשן האבן אנגעהויבן אהיימצונעמען שטיקער פונעם פלאץ און צוברעכן ווענט וכדומה, כדי עס צו באהיטן מיט פעדעראלע געלטער.
אין 1906 איז דער פלאץ געווארן אנערקענט אלץ דער ערשטע ארכיאלאגישע סייט אין אמעריקע, וואס האט עס דערנאך אריינגערוקט אין די נאציאנאלע מאנומענטן סטאטוס ווערנדיג געפירט דורך דער "נעשינאל פארק סערוויס".

היינט אויפן פלאץ:
דער פלאץ היינט פארמאגט א קליינע מוזיאום וואס ווייזט אלץ ארום די נעטיוו אמעריקענס וואס האבן געוואוינט אויפן פלאץ, אלע זייערע ערפינדונגן און וויאזוי זיי האבן געבויעט און נאך, אזוי אויך איז דא דארט א ווידאו פון ארום א האלבע שעה איבער דער גאנצע היסטאריע פונעם פלאץ (פארשטייט זיך מיט אסאך שטותים דערין וואס דער נעטיוו אמעריקענס גלייבן - גיימיר נישט יעצט אריינגיין אין דער אויסגעהאלטנקייט פון דאס זעהן).
דער ראוינס אליין איז נישט עפעס מורא'דיג אינטרעסאנט, מען קען נישט אריינגיין אינערווייניג, אבער יא ארומגיין דער גאנצע פלאץ, אויב איינער איז אינטרעסירט אין היסטאריע פון אמעריקא קען עס זיין אינטרעסאנט, און איך וואלט רעקאמענדירט אז מען זאל דארטן מיטגיין מיט א טור וואס נעמט ארום א דריי פערטל שעה (דאכזיך מיר אז ס'איז דא יעדע שעה, אבער עס קען זיין אז נישט א גאנץ יאר) ווי זיי זענען מסביר גאר אסאך אינטרעסאנטע זאכן פונעם פלאץ, ווי גאנצעטע אסטראנאמיע מיט וואס דער בנין איז געבויעט (פרעג מיר נישט וואס ווייל איך פארשטיי נישט דערצו) צו וויסן דער צייט אינעם יאר און צייט אין טאג.

איך וואלט נישט געזאגט אז דאס איז א אינטרעסאנטע פלאץ צו גיין באזוכן ווען מען קומט אויף וואקאציע, אבער עס קען אמאל זיין אינטרעסאנט פאר איינער וואס איז שטארק אריינגעטוהן אין די היסטאריע פון דער געגנט, אדער פאר מענטשן וואס פרובירן צו באזוכן אלע נאציאנאלע פארקס (מאכט זיכער צו באקומען אייער סטעמפ אינעם פאספארט!), אזוי אויך איז אין אלגעמיין נישט דא וואס צו טוהן דארט פאר קינדער, אבער מען קען דארט יא זיצן אין עסן אויף פיקניק טישעלעך מיט אריינגעבויעטע גרילס, און נאך.

פאלגענד זענען געציילטע בילדער (אויב איינער דארף מער בילדער קען מען בעטן היות איך וועל עס דארפן אביסל עדיטן צו ארויסנעמען מענטשן וואס מען זעהט).


דער בנין פון איין זייט.


דער דאך איז געבויעט געווארן יארן צוריק צו פראטעקטן פון די זון און רעגן (די מענטשן זענען אלץ מענער).


דער אלטער סיין אינדרויסן.


שטיקלעך פון חורבות, דער בנין אין בעק איז דער מוזיאום און ענטרענס.
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אוועטאר
סעסעמי סיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 3:29 pm

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעסעמי סיד »

אויב איינער קען העלפן מיט אינפא מיט מנינים און מיט רעסטעראנטס מיט א גוטע הכשר און Scottsdale

נב ביטע אריינקומען מיט די שפעטסטע מנין אין די געגנט
האב נישט פיינט קיין צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר!!!
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

סעסעמי סיד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 7:29 pm
אויב איינער קען העלפן מיט אינפא מיט מנינים און מיט רעסטעראנטס מיט א גוטע הכשר און Scottsdale

נב ביטע אריינקומען מיט די שפעטסטע מנין אין די געגנט
איך האב נישט קיין אינפארמאציע פון אייגענע עקספיריענס, אבער איך קען אייך פרובירן צו העלפן מיט אביסל אינפארמאציע וואס איך האב צאמגעשלעפט.

ווי איך פארשטיי איז דער עיקר בית המדרש ווי דער עולם דאווענט 'אהבת תורה', דאס איז א ליטווישע בית המדרש, עס הייסט גאר א פרומע קהילה (אויף זייער וועבסייט שטייט אפי' אז מען זאל אכטונג געבן מיט אינטערנעט אין זיי האבן געעפענט א טעג אין סקאטסדעיל).
אויף זייער וועבסייט שטייט די פאלגענדע מנינים, עס לוינט זיך אבער צו קאנפירמען פון פאראויס, (דער נומבער אויפן וועבסייט איז 480-467-4593).
וואכן זמנים:
שחרית - 6:30AM און 7:30AM, (זיי שרייבן אז שפעט אין זומער איז דא א ניינע מנין, במילא לוינט זיך אריינצורופן פרעגן), זונטאג איז שחרית 8:00AM.
מנחה - 20 מינוט פארן שקיעה.
מעריב - 9:00PM.
אויף גאו דאווען זעה איך אויך א חב"ד (וואס איך האב שוין געהערט פון געוויסע אז זיי האבן דארט געדאווענט) מיט טעגליכע מנינים.

לגבי רעסטוראנטן קענסטו זעהן א ווערייעטי אויף די אהבת תורה סייט, עס איז ביי וויזיטאר אינפארמאציע, קאושער פוד, די הכשרים זענען אדער חב"ד אדער פיניקס וועד, עס איז וויכטיג צו מאכן די אייגענע ריסורטש צו עס איז א גוטע הכשר אדער נישט.

איך האף עס איז כאטש אביסל בייהילפיג.
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: וואקאציע אין אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

וועלכע היימישע דירות איז דא אינעם היימישען געגענט אוועליבעל פאר נעקסטע וואך שבת פרשת נשא, פאר נישט אסאך געלט, 2 מענטשן, מיט א פול, איינער מיט אינפארמאציע?
יישר כח!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”