היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?
יא איך ווייס אז מדקדקים זוכן נישט קיין היתרים, און זאגן יעדן טאג ערליך די שש זכירות נאכ'ן דאווענען. איך ווייס אויך אז ס'איז דא א ספר פון הייליגן קדושת לוי דערוועגן, און דוכט זיך אז ער האט נאך זכירות אויסער די זעקס. איך ווייס אויך אז דער מג"א זאגט אז מ'זאל אינזין האבן די שש זכירות ביי אהבה רבה (אהבת עולם).
די שאלה איז פאר'ן פשוט'ן מענטש, איז ער טאקע מבטל עטליכע מצוות עשה דאורייתא יעדן איינציגסטן טאג?
אמת אז זכירת יום השבת איז מען יוצא מיט קידוש און לויט טייל אפילו מיט'ן גריסן "גוט שבת".
אמת אז יציאת מצרים דערמאנט מען בקריאת שמע שחרית וערבית און מיט דעם איז מען יוצא,
אמת אז מעשה עמלק ליינט מען אין די תורה איין מאל א יאר און מיט דעם איז מען יוצא,
אמת אז מעמד הר סיני ווערט אפגעטייטשט אין משנה און אין הל' ת"ת להגה"ק בעל התניא זצ"ל אלס חיוב צו חזר'ן וואס מ'לערנט
אמת אז מעשה מרים קען פארטייטשט ווערן אלס חלק פון נישט רעדן לשון הרע (און אזוי איז משמע אין חפץ חיים). אבער אפשר איז דא אן עקסטערע חיוב?
און וואס טוט זיך מיט מעשה עגל?

לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום מיטוואך מארטש 15, 2023 3:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו זאגן שש זכירות?
די קעפל דארף א קליינע טויש:
היתר אדער לימוד זכות נישט צו "געדענקען" די שש זכירות?

If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)want to hear
- אור כי טוב
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 371
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
- לאקאציע: גנזו לצדיקים
Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו זאגן שש זכירות?
אויך מיט'ן זאגן היום יום - בשבת (כידוע די איינציגסטע חלק פונעם דאווענען וואס יעדער איינער איז בע"כ מכוון דערביי)המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 15, 2023 11:15 amאמת אז זכירת יום השבת איז מען יוצא מיט קידוש און לויט טייל אפילו מיט'ן גריסן "גוט שבת".
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4410
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
- פארבינד זיך:
Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו זאגן שש זכירות?
איך געדענק נישט יעצט אויפן מינוט די פינקטליכע מקורות אבער כמה אחרונים זענען מפקפק אויף זאגן די שש זכירות די מהרש“ם אסר'ט אלטס כל פסוקי דלא פסקא משה אין התעוררות תשובה שטייט אז דאס וואס די מגן אברהם ברענגט בשם די אריה“ק צי מכוון זיין די שש זכירות ביי אהבת עולם איז על פי הלכה כדאי מען זאל עס נישט דארפן זאגן
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו זאגן שש זכירות?
איך האב עס געטוישט צו "דערמאנען" ווייל מ'זעט קלאר אין די פוסקים אז לכל הפחות טייל פון די זכירות (עמלק, יציאת מצרים) איז א חיוב צו דערמאנען מיט'ן מויל. און אפילו ווען איינער איז יא מקיים דעם מג"א, שטעלט זיך א שאלה פארוואס ס'זאל זיין גענוג. אבער זיכער דארף זיין עפעס א לימוד זכות פאר די וואס האבן דאס אויך נישט אינזין.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו זאגן שש זכירות?
ריכטיג, אבער ס'איז דאך נישט מער ווי א רמז, און עס איז מסתמא נישט בעסער ווי דורכ'ן מקיים זיין דעם מג"א. פשוט טייטש פון "בשבת" איז טאג "אין וואך".אור כי טוב האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 15, 2023 11:43 amאויך מיט'ן זאגן היום יום - בשבת (כידוע די איינציגסטע חלק פונעם דאווענען וואס יעדער איינער איז בע"כ מכוון דערביי)המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 15, 2023 11:15 amאמת אז זכירת יום השבת איז מען יוצא מיט קידוש און לויט טייל אפילו מיט'ן גריסן "גוט שבת".
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו זאגן שש זכירות?
א גרויסן יישר כח, אבער איך וואלט יא געדארפט פונקטליכע (פינקטליכע?) מקורות, איך האף אז עכ"פ איינער וועט קענען. דער מהרש"ם העלפט נישט דא, ווייל אויב מ'מוז עס זאגן, קען מען טאקע יא זאגן דעם גאנצן פסוק. און לגבי דעם מג"א האב איך געשריבן אויבן.יעדער האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 15, 2023 2:43 pmאיך געדענק נישט יעצט אויפן מינוט די פינקטליכע מקורות אבער כמה אחרונים זענען מפקפק אויף זאגן די שש זכירות די מהרש“ם אסר'ט אלטס כל פסוקי דלא פסקא משה אין התעוררות תשובה שטייט אז דאס וואס די מגן אברהם ברענגט בשם די אריה“ק צי מכוון זיין די שש זכירות ביי אהבת עולם איז על פי הלכה כדאי מען זאל עס נישט דארפן זאגן
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4410
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
- פארבינד זיך:
Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו זאגן שש זכירות?
נאדיר די מהרש“םהמברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 15, 2023 3:36 pmא גרויסן יישר כח, אבער איך וואלט יא געדארפט פונקטליכע (פינקטליכע?) מקורות, איך האף אז עכ"פ איינער וועט קענען. דער מהרש"ם העלפט נישט דא, ווייל אויב מ'מוז עס זאגן, קען מען טאקע יא זאגן דעם גאנצן פסוק. און לגבי דעם מג"א האב איך געשריבן אויבן.יעדער האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 15, 2023 2:43 pmאיך געדענק נישט יעצט אויפן מינוט די פינקטליכע מקורות אבער כמה אחרונים זענען מפקפק אויף זאגן די שש זכירות די מהרש“ם אסר'ט אלטס כל פסוקי דלא פסקא משה אין התעוררות תשובה שטייט אז דאס וואס די מגן אברהם ברענגט בשם די אריה“ק צי מכוון זיין די שש זכירות ביי אהבת עולם איז על פי הלכה כדאי מען זאל עס נישט דארפן זאגן
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=367
די התעוררות תשובה רעדט טאקע נישט פין דעיס איך האב געמאכט א טעות
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?
יישר כח!
יעצט וואלט מען שוין געדארפט פרעגן פאר א היתר אדער לימוד זכות "יא" צו זאגן די שש זכירות.
אבער וויצן אין דער זייט געלייגט, דארף מען נאך זאלץ און פעפער כנ"ל.
יעצט וואלט מען שוין געדארפט פרעגן פאר א היתר אדער לימוד זכות "יא" צו זאגן די שש זכירות.
אבער וויצן אין דער זייט געלייגט, דארף מען נאך זאלץ און פעפער כנ"ל.
- אור כי טוב
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 371
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
- לאקאציע: גנזו לצדיקים
Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?
אגב טייל נייע סדורים ברענגן די פסוקים במילואם משום חשש הנ"ל.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?
ריכטיג, און ממילא דארף מען שוין א לימוד זכות פארוואס "נישט" צו זאגן.אור כי טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:55 amאגב טייל נייע סדורים ברענגן די פסוקים במילואם משום חשש הנ"ל.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4410
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
- פארבינד זיך:
Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?
זאגן א האלבע פסוק איז א פראבלעם לויט די מהרש“םאור כי טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:55 amאגב טייל נייע סדורים ברענגן די פסוקים במילואם משום חשש הנ"ל.
זאגן א גאנצע פסוק איז א פראבלעם ווייל עס איז דא אסאך היתרים אויף דעם די הייליגע דברי חיים שרייבט אין די תשובות אז ווי די מנהג איז צי זאגן א האלבע פסוק איז הנח להם לישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם
וויל מען נישט מחמיר זיין
ממילא איז שב ואל תעשה עדיף און מען איז יוצא ביי אהבה רבה...
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
- אור כי טוב
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 371
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
- לאקאציע: גנזו לצדיקים
Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?
כ'בין נישט מסכים. מ'רעדט דאך פון א דאורייתא, און וויאזוי מען טוט יש על מי לסמוך..יעדער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:47 pmזאגן א האלבע פסוק איז א פראבלעם לויט די מהרש“םאור כי טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:55 amאגב טייל נייע סדורים ברענגן די פסוקים במילואם משום חשש הנ"ל.
זאגן א גאנצע פסוק איז א פראבלעם ווייל עס איז דא אסאך היתרים אויף דעם די הייליגע דברי חיים שרייבט אין די תשובות אז ווי די מנהג איז צי זאגן א האלבע פסוק איז הנח להם לישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם
וויל מען נישט מחמיר זיין
ממילא איז שב ואל תעשה עדיף און מען איז יוצא ביי אהבה רבה...
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?
קיינער האט נישט מער וואס צו צולייגן?
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 309
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 2:02 pm
Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?
וואס איז די פראבלעם מיט זאגען א גאנצע פסוק? (אפילו אויב מען מוז נישט)יעדער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:47 pmזאגן א האלבע פסוק איז א פראבלעם לויט די מהרש“םאור כי טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:55 amאגב טייל נייע סדורים ברענגן די פסוקים במילואם משום חשש הנ"ל.
זאגן א גאנצע פסוק איז א פראבלעם ווייל עס איז דא אסאך היתרים אויף דעם די הייליגע דברי חיים שרייבט אין די תשובות אז ווי די מנהג איז צי זאגן א האלבע פסוק איז הנח להם לישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם
וויל מען נישט מחמיר זיין
ממילא איז שב ואל תעשה עדיף און מען איז יוצא ביי אהבה רבה...
א טובה פאר אייך און א חסד פאר א יוד
אֲבָל צִבּוּר כָּל זְמַן שֶׁעוֹשִׂים תְּשׁוּבָה וְצוֹעֲקִין בְּלֵב שָׁלֵם הֵם נַעֲנִין שֶׁנֶּאֱמַר (דברים ד ז) "כַּה' אֱלֹהֵינוּ בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו"
(רמב״ם הל׳ תשובה פרק ב׳ הלכה ו׳)
אֲבָל צִבּוּר כָּל זְמַן שֶׁעוֹשִׂים תְּשׁוּבָה וְצוֹעֲקִין בְּלֵב שָׁלֵם הֵם נַעֲנִין שֶׁנֶּאֱמַר (דברים ד ז) "כַּה' אֱלֹהֵינוּ בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו"
(רמב״ם הל׳ תשובה פרק ב׳ הלכה ו׳)
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: היתר אדער לימוד זכות נישט צו דערמאנען די שש זכירות?
א גאנצע פסוק איז זיכער נישט קיין פראבלעם. אבער אין די סידורים שטייט נאר האלבע.