@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען אין א סטעיטמענט האט געמאלדן אז אן אמעריקאנער בירגער, דזשעפערי וואודקע, וועלכע איז געווען פארכאפט ביי טעראריסטן אין ניידזשער פאר 6 יאר איז היינט באפרייט געווארן.

IMG_20230321_014255_248.jpg
IMG_20230321_014255_248.jpg (100.37 KiB) געזען 7511 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען האט היינט אונטערגעשריבן זיין ערשטע וועטא זייט ער איז אין מאכט, אין וועלכע ער בלאקירט א רעפובליקאנער געפירטע ביל וועלכע וואלט פארבאטן די רעגירונג זיך צו רעכענען מיט ESG פאקטארן ביים מאכן אינוועסטירונג פלענער מיט די רעטייערמענט געלטער פון מענטשן.

די ESG פאקטארן - ענווייראמענטאלע, סאציאלע און גאווערנענס - זענען פארשידענע לינקע אגענדעס מיט וואס אינוועסטירער זאלן זיך רעכענען ווען זיי זוכן צו אינוועסטירן געלטער, אויסער דאס וואס ברענגט די מערסטע געלט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רוסלאנד זאגט אז Su-35 קאמפס פליגער האבן זיך געהויבן צו פארטרייבן אמעריקאנער B-52H סטראטעגישע באמבארדיר פליגער נאך וואס עס האט זיך דערנענטערט צו רוסישע לופט טעריטאריע העכער די באלטישע ים. די רוסישע פליגער האבן זיך צוריקגעקערט נאך וואס די אמעריקאנער פליגער האבן זיך פארקירעוועט פון רוסישע טעריטאריע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א רייע געוועזענע אמעריקאנער מיליטערישע פירער אין א בריוו רופן צו באוואפענען מדינת ישראל מיט פארגעשריטענע וואפן צו אפשרעקן און פארמיידן א נוקלעארע איראן.

IMG_20230321_112430_071.jpg
IMG_20230321_112430_071.jpg (205.65 KiB) געזען 7068 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א ניו יארק טיימס באריכט גיבט אן אז איבער $12 מיליאן ווערד פון דראונס איז שוין געשיקט געווארן פון כינע קיין רוסלאנד זינט די אנהייב פון די אינוואזיע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אוקריינע זאגט אז א סוקסעספולע אטאקע האט באוויזן צו פארניכטן רוסישע קאליבאר קרוז מיסילס, אין די צייט וואס עס איז טראנספארטירט געווארן דורך א באן אין קרימיע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

זעקלעך וואס זענען געלעגן אין א ווערהויז אין אמסטערדאם און זענען אנגעבליך געווען אנגעפילט מיט די 'ניקעל' מאטעריאל אין ווערד פון $1.3 מיליאן, האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין בלויזע שטיינער. לויט א וואל סטריט זשורנאל באריכט האבן די זעקלעך באלאנגט צו דזשעי-פי מארגען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א מאכטפולע 7.7 ערדציטערניש האט באטראפן טיילן פון פאקיסטאן, אפגאניסטאן און אינדיע. לויט ערשטע באריכטן איז נישט דא קיין ערנסטע שאדן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 18, 2023 8:53 pm
לויט א דעילי מעיל באריכט וועט טראמפ אנגעקלאגט ווערן מארגן מיטוואך, און וועט זיך ערשט דארפן איבערגעבן און שטעלן פאר א ריכטער קומענדיגע וואך.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א באמבע סטראשע איז אריינגעקומען צו א ניו יארקע געריכט זאל ווען די ריכטער האט געזאלט אנהייבן מיט היערינג איבער די $250 מיליאן אנקלאגע פון אטורני דזשענעראל לעטישע דזשעימס קעגן טראמפ. די סטראשע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין א טוויט רופט רענד פאול, רעפובליקאנער סענאטאר פון קענטאקי, אז מען זאל ארעסטירן דעם מאנהעטן דיסטריקט אטורני, אלווין ברעג.

IMG_20230321_175748_580.jpg
IMG_20230321_175748_580.jpg (59.05 KiB) געזען 5764 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

הונדערטער שולעס אין לאס אנדזשעלעס זענען אפגעשלאסן נאך וואס שולע ארבעטער פון די צווייט גרעסטע סקול דיסטריקט אין לאנד זענען געגאנגען אויף א סטרייק פאר 3 טאג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א וואל סטריט זשורנאל באריכט גיבט אן אז די FDA גרייט זיך צו פאסן א באשלוס אין די קומענדיגע וואכן אויב זיי זאלן אויטאריזירן א פרישע אפדעיטעד קאוויד בוסטער שאט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

באריכטן געבן אן אז 2 אמעריקאנער קינדער פון 9 און 16 יאר פעלן אין מעקסיקא. די סטעיט דעפארטמענט זאגט אז זיי ווייסן פון די באריכטן, אבער קענען נישט קאמענטירן צוליב פרייוועסי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

גוגל האט היינט פובליצירט פארן פובליק זייער אייגענע AI טשעט באט גערופן Bard, וועלכע איז א טשעט ווערסיע פון זייער LaMDA שפראך מאדעל, קאנקורירענדיג מיט ChatGPT פון OpenAI.

מען קען ארויפגיין אויף א ליסטע צו באקומען עקסעס דערצו. די ערשטע טעסטירס געבן אן אז עס איז היבש שוואכער ווי ChatGPT.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פרישע באריכט פון די קאנגרעס דזשודישיערי קאמיטע זאגט אז די ביידען אדמיניסטראציע האט נישט געהאט קיין שום לעגיטימע באזיס צו נוצן פעדעראלע רעסורסן און קאונטער טעראריזם מיטלען קעגן קאנסערוואטיווע עלטערן ביי סקול בארד מיטינגען, און האבן עס געטון פאר פאליטישע אורזאכן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פאליציי אין מערילענד זאגן אז א גרופע העלדישע יונגע סטודענטן האבן אפגעהאלטן דזשאמאל דזשערמאני, א 30 יעריגער מאן פון פארכאפן א קינד ביי א באס סטאפ בערך 7:30 אינדערפרי, ווען זיי האבן זיך אריינגעמישט און זיך געשלאגן מיט איהם ביז דאס קינד האט באוויזן זיך צו באפרייען פון זיינע הענט און אנטלויפן.

פאליציי האבן ארעסטירט דעם פארברעכער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 4:43 pm
די מיטגלידער פון די גרענד דזשורי אין די טראמפ אנקלאגע וועלכע האבן זיך היינט געדארפט ווידער טרעפן און מעגליך באשליסן איבער אנקלאגעס זענען באפוילן געווארן נישט צו קומען היינט.

זיי זענען אנגעזאגט געווארן צו זיין גרייט זיך צו מעגליך דארפן צוזאמזעצן מארגן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 01, 2023 2:53 pm
טראץ די לעצטערע בענק קריזיס האט די פעדעראלע רעזערוו ווידער געהעכערט די אינטערעס ראטעס מיט 0.25%.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אן עקסלוסיוו אינטערוויו קומט ארויס מארגן, דאנערשטאג צווישן פיערס מארגען פון פאקס און פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס.

צווישן אנדערע לאכט זיך דיסענטיס אויס פון טראמפ'ס שפעט נעמען, זאגענדיג אז ער גלייכט "דיסענקטעמאניעס" די מערסטע.

דיסענטיס זאגט אז ער האלט אז ער קען באזיגן ביידען, אז ער וואלט אפגעזאגט דאקטער פאוטשי, רייסט אראפ די מעגליכע אנקלאגעס קעגן טראמפ זאגענדיג אז דאס איז אויסנוצן די יוסטיץ סיסטעם, און זאגט אז ער איז אנדערש ווי טראמפ ווייל ער וואלט געפירט די רעגירונג אן קיין טעגליכע דראמא.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:33 pm
טראמפ זאגט אז א פרישע בריוו וועלכע איז ארויסגעקומען פון 2018 טוט צונישט מאכן די גאנצע קעיס פון די מאנהעטן דיסטריקט אטורני און זייער הויפט עדות מייקל קאהן.

די אנקלאגע באציט זיך אויף ווען מייקל קאהן האט באצאלט געלט פאר א פרוי אין 2016 אז זי זאל זיך האלטן שטיל אויף געוויסע באשולדיגונגען קעגן טראמפ.

לויט די געפלאנטע אנקלאגע האט טראמפ צוריק באצאלט די געלט פאר קאהן, און עס אנגעגעבן אין זיינע ביכער אלס עפעס אנדערש און מעגליך אויך פארלעצט קאמפיין פינאנץ געזעצן ווייל ער האט דאס אנגעגעבן אלס פריוואטע אויסגאבן, ווען באמת איז עס געווען צוליב זיין פרעזידענטליכע קאמפיין.

אין די בריוו וואס קאהן האט געשריבן צו די FEC אין 2018 שרייבט ער אז טראמפ האט אים קיינמאל נישט געהייסן באצאלן פאר די פרוי אדער צוריק באצאלט די געלט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א די סי אפעלאט געריכט האט געאורטיילט אז טראמפ אדוואקאט עווען קארקארען דארף זיך צושטעלן צו די ספעציעלע קאונסיל וועלכע פארשט אויס די טראמפ מאר-א-לאגא דאקומענטן, און ער דארף מארגן קומען אויפטרעטן און איבערגעבן אלע באווייזן וואס ער פארמאגט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א העלישע פייער האט אויסגעבראכן אין די נייע מינט ליעף גראסערי וועלכע איז געעפענט געווארן אין בלומינגראוו עטליכע וואכן צוריק.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 11:17 pm
די גרענד דזשורי אין די טראמפ אנקלאגע וועט זיך מער נישט צוזאמזעצן די וואך איבער די קעיס, און איז ערווארטעט קומענדיגע וואך צו פארזעצן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א 17 יעריגער וועלכע ווערט באשולדיגט אין דורכפירן א שולע שיסעריי אין דענווער, קאלאראדא, אין וועלכע 2 ערוואקסענע זענען פארוואונדעט געווארן, איז געפונען געווארן טויט אין א וואלד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”