ישראל_הלוי האט געשריבן:ווייסעך נישט אויב עס באלאנגט דא, אבער באריכטן אין די אראבישע מידיע געבן אן אז עס איז אנטשטאנען א שטארקע פארערגערונג אין די מצב פון נאסראללא דער פירער פון חיזבאללא און אז ער איז אויף א רעספירעטאר. (ווארשיינליך קאראנע).
יעצט איז דא אומבאשטעטיגטע באריכטן אז ער האט אפגעפייגערט.
רועי קייס: לאור הקשקשת ברשת ופניות שקיבלתי. נכון לכתיבת שורות אלה אין שום דיווח בכלי תקשורת רציני בלבנון על מותו של נסראללה/הידרדרות במצבו הבריאותי. מתעסקים שם הערב במאמץ נוסף להקים ממשלה (נשמע מוכר?). באופן כללי עדיף להתעסק בדיווחים אמיתיים ולא בשמועות ובהמצאות :
פון פיינע נייעס ניו-יארק טיימס לייגט טעראריסט צווישן ציווילע אומגעקומענע
גרויס אויפברויז הערשט אין מדינת ישראל, אויף די גרויסע ניו-יארק טיימס צייטונג, דערנאך וואס אויף די ליסטע פון ציווילע אומגעקומענע אין עזה, האבן זיי אריינגעשטעלט א יוגענטליכער וואס ווערט באצייכנט אלס א טעראריסט, און ס'איז דא פון אים בילדער וואו ער גייט אנגעטון מיט די כאמאס קליידונג, האלטנדיג געווער.
מדינת ישראל באאמטע און ציווילע בירגער צוגלייך, באשולדיגן שוין פונלאנג אז די ניו-יארק טיימס איז איינזייטיג קעגן מדינת ישראל, ווי זיי באריכטן נעגאטיוו קעגן זיי ביי וועלכע געלעגנהייט זיי קענען נאר.
אין די לעצטע יארן איז די ניו-יארק טיימס געווארן נאכמער אויסגעשפראכן קעגן מדינת ישראל, מיט אן אפענע מיסיע אראפצורייסן מדינת ישראל אויף טריט און שריט.
עגיפטן ארבייטן צו פארנייען די ריס צווישן כאמאס מיט פאטאח און האט געלאדענט דעם פאלעסטינער פרעזידענט פאר א זיצונג
איבער מדינת ישראל וויל עגיפטן אויסהאמערן אן אפמאך וואס וועט זען די באפרייאונג פון מדינת ישראל געפאנגענע אין עזה און דאס צוריק בויען עזה פון די חרבנות געשאפן ביי די פארלאפענע קאנפליקט. א הויעך ראנגיקע כאמאס באאמטער זאגט אז אויב מדינת ישראל וויל די שטילקייט זאל אנהאלטן דאן דארף מדינת ישראל אפשטעלן איר אגרעסיע סיי אין עזה און סיי אין ירושלים.
באריכט: איראן און חיזבאלא האבן אקטיוו געהאלפן כאמאס ביי מבצע שומר החומות
בעירוט - דער רעדאקטאר פון א לעבאנעזער צייטונג וועלכע איז אפיליאירט מיט חיזבאלא האט אין א אינטערוויו דערציילט אז ביי די פארלאפענע מלחמה צווישן מדינת ישראל און כאמאס, האבן איראן, חיזבאלא און כאמאס געארבעט האנט אין האנט אין א ספעציעל אויפגעשטעלטע קאמענד צענטער אין לבנון.
לויט דעם באריכט האט חיזבאלא אויף "אייגנארטיגע אופנים" באוויזן אריבער צו ברענגען כאמאס באאמטע פון עזה קיין בעירוט און זיי האבן קאארדאנירט סטראטעגיע, ווי אויך מיליטערישע און שפיאנאזש הילף אין וועלכע די כאמאס קעמפער האבן זיך גענויטיגט. ענליך האט דער כאמאס פירער יחיא סנוואר געזאגט ביי א פרעסע קאנפערענץ אז אלעס איז געווען קאארדאנירט מיט איראן און חיזבאלא.
צוויי כאמאס מיליטערישע מיטגלידער זענען אומגעקומען פון אן אויפרייס דורך א מדינת ישראל באמבע
לויט ווי די ארטיגע פרעסע באריכטעט האנדעלט זיך עס פון א באמבע וואס מדינת ישראל האט אראפ געלאזט ביי די פארלאפענע קאנפליקט אבער האט נישט אויפגעריסן. מדינת ישראל באאמטע זאגן אז זיי ווייסן גארנישט דערוועגן און קוקן אריין דערין.
מדינת ישראל ארעסטירט הויכראנגיקן כאמאס קאמאנדיר אינעם מערב ברעג וועלכער האט אנגעדרייט ראיאטן
די אַרעסט איז דורכגעפירט געוואָרן אויף דזשאַמאַל טאוויל, וועלכער ווערט באַשולדיגט אין אנהעצן ראַיאָטן אין אידישע שטעט אין די לעצטערע וואָכן. טאוויל האָט געאַרבעט איבערצומאַכן די כאַמאַס הויפּטקוואַרטירן אינעם מערב ברעג.
איך האב לעצטענס געזען אין די מידיא אז אסאך יונגע פאלעסטינע אקטיוויסטן אין מערב ברעג ווערן כסדר ארעסטירט ביי די פאלעסטינע אויטאריטעט אויפ'ן חשד אז זיי זענען כאמאס סימפאטיקער. זיי זאגן אז מ'נעמט זיי צו א געוויסע פייניגונג צענטער אין יריחו וואו מ'פייניגט זיי פאר א פאר טעג בשעת די משפחה האט נישט קיין אנונג ווי זיי זענען. זיי זאגן אז די פיינונגען נעמען אריין הענגן פון די הענט, צו געבונדן הענט צום פיס אין א אינגאנצן טונקעלע צימער, אין נאך אנדערע
היכי תמצא האט געשריבן:איך האב לעצטענס געזען אין די מידיא אז אסאך יונגע פאלעסטינע אקטיוויסטן אין מערב ברעג ווערן כסדר ארעסטירט ביי די פאלעסטינע אויטאריטעט אויפ'ן חשד אז זיי זענען כאמאס סימפאטיקער. זיי זאגן אז מ'נעמט זיי צו א געוויסע פייניגונג צענטער אין יריחו וואו מ'פייניגט זיי פאר א פאר טעג בשעת די משפחה האט נישט קיין אנונג ווי זיי זענען. זיי זאגן אז די פיינונגען נעמען אריין הענגן פון די הענט, צו געבונדן הענט צום פיס אין א אינגאנצן טונקעלע צימער, אין נאך אנדערע
דאס איז צוליב די רייבערייען צווישן כאמאס און פאטאך (PA). זייערע אינערליכע רייבערייען און מענטשן רעכט פארלעצונגען (כאמאס טוט/האט געטוען די זעלבע אין עזה פאר פאטאך מיטגלידער) זענען אסאך אסאך ערגער ווי מדינת ישראל'ס א.ג. פארלעצונגען! אבער די וועלט איז פארנומען מיט די "אידישע טעראר"...
תנא-קמא האט געשריבן:באריכט: איראן און חיזבאלא האבן אקטיוו געהאלפן כאמאס ביי מבצע שומר החומות
בעירוט - דער רעדאקטאר פון א לעבאנעזער צייטונג וועלכע איז אפיליאירט מיט חיזבאלא האט אין א אינטערוויו דערציילט אז ביי די פארלאפענע מלחמה צווישן מדינת ישראל און כאמאס, האבן איראן, חיזבאלא און כאמאס געארבעט האנט אין האנט אין א ספעציעל אויפגעשטעלטע קאמענד צענטער אין לבנון.
לויט דעם באריכט האט חיזבאלא אויף "אייגנארטיגע אופנים" באוויזן אריבער צו ברענגען כאמאס באאמטע פון עזה קיין בעירוט און זיי האבן קאארדאנירט סטראטעגיע, ווי אויך מיליטערישע און שפיאנאזש הילף אין וועלכע די כאמאס קעמפער האבן זיך גענויטיגט. ענליך האט דער כאמאס פירער יחיא סנוואר געזאגט ביי א פרעסע קאנפערענץ אז אלעס איז געווען קאארדאנירט מיט איראן און חיזבאלא.
תנא-קמא האט געשריבן:באריכט: איראן און חיזבאלא האבן אקטיוו געהאלפן כאמאס ביי מבצע שומר החומות
בעירוט - דער רעדאקטאר פון א לעבאנעזער צייטונג וועלכע איז אפיליאירט מיט חיזבאלא האט אין א אינטערוויו דערציילט אז ביי די פארלאפענע מלחמה צווישן מדינת ישראל און כאמאס, האבן איראן, חיזבאלא און כאמאס געארבעט האנט אין האנט אין א ספעציעל אויפגעשטעלטע קאמענד צענטער אין לבנון.
לויט דעם באריכט האט חיזבאלא אויף "אייגנארטיגע אופנים" באוויזן אריבער צו ברענגען כאמאס באאמטע פון עזה קיין בעירוט און זיי האבן קאארדאנירט סטראטעגיע, ווי אויך מיליטערישע און שפיאנאזש הילף אין וועלכע די כאמאס קעמפער האבן זיך גענויטיגט. ענליך האט דער כאמאס פירער יחיא סנוואר געזאגט ביי א פרעסע קאנפערענץ אז אלעס איז געווען קאארדאנירט מיט איראן און חיזבאלא.
תנא-קמא האט געשריבן:באריכט: איראן און חיזבאלא האבן אקטיוו געהאלפן כאמאס ביי מבצע שומר החומות
בעירוט - דער רעדאקטאר פון א לעבאנעזער צייטונג וועלכע איז אפיליאירט מיט חיזבאלא האט אין א אינטערוויו דערציילט אז ביי די פארלאפענע מלחמה צווישן מדינת ישראל און כאמאס, האבן איראן, חיזבאלא און כאמאס געארבעט האנט אין האנט אין א ספעציעל אויפגעשטעלטע קאמענד צענטער אין לבנון.
לויט דעם באריכט האט חיזבאלא אויף "אייגנארטיגע אופנים" באוויזן אריבער צו ברענגען כאמאס באאמטע פון עזה קיין בעירוט און זיי האבן קאארדאנירט סטראטעגיע, ווי אויך מיליטערישע און שפיאנאזש הילף אין וועלכע די כאמאס קעמפער האבן זיך גענויטיגט. ענליך האט דער כאמאס פירער יחיא סנוואר געזאגט ביי א פרעסע קאנפערענץ אז אלעס איז געווען קאארדאנירט מיט איראן און חיזבאלא.
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:רועי קייס: לאור הקשקשת ברשת ופניות שקיבלתי. נכון לכתיבת שורות אלה אין שום דיווח בכלי תקשורת רציני בלבנון על מותו של נסראללה/הידרדרות במצבו הבריאותי. מתעסקים שם הערב במאמץ נוסף להקים ממשלה (נשמע מוכר?). באופן כללי עדיף להתעסק בדיווחים אמיתיים ולא בשמועות ובהמצאות :
קאנגרעסלייט פון ביידע פארטייען רופן פענטאגאן צו שיקן געלט פאר מדינת ישראל׳ס אייראן דאום
די ביטע איז געשיקט געווארן אין א בריוו צו פארטיידיגונג סעקרעטאר לאָיד אוסטין, אונטערגעשריבן געווארן דורך 55 קאנגרעס מיטגלידער פון ביידע פארטייען. זיי ברענגען ארויס אז די אייראן דאום איז געווען 90 פראצענט אפעקטיוו ביי די 11 טאגיגע מלחמה אפאר וואכן צוריק, און ס׳איז וויכטיג אז מדינת ישראל באקומט הילף פאר פרישע אייראן דאום מיסילס.