דורכפעלער
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm
כ'האב אפגעשריבען א לאנגע תגובה ס'האט מיר גענומען צאוואנציג מינוט און איך דריק שלח זאגט ער מיר אז איך בין נישט אריין געסיינט, סיין איך מיך אריין זעה איך אז אאאפפפססס! כ'דארף אלעס איבער שרייבען ער האט גארנישט געסעיווט .. ס'טוט וויי
(כ'ווייס יעדער גייט יעצט זאגען אז איך זאל עס שרייבען אין ווארד, אקעי פאר נעקסטיים)

- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15470
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
יאנאש האט געהאט א דורכפאל (נישט די ערשטע און מסתם נישט די לעצטע).
היות עס איז פארגעקומען א שטיקל צוזאמלויף דא אינעם קרעטשמע, האט יאנאש געמאכט א פרינט סקרין דאס צו קענען שפעטער סעוון און ארויפלייגן דא אינעם קרעטשמע (וואס ביי די וועי האט נאך יאנאש נישט וויאזוי), כדי צו פאראייביגן דעם מאמענט, וואס עס האט אבער פאסירט, יאנאש האט וויכטיג געדארפט קאפיען א לינק, אין דאס איז דאס.
סאו לאמיר האפן אז א צווייטער האט דאס אויך געטאן, און אז נישט איז גז"ל.

- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
איך האף אויך אז איינער האט עס געטוהן , ווייל איך בין געווען אזוי ביזי צו קוקן די נייע הודעות מאז ביקורי האחרון , אז איך האב נישט אראפ געקוקט ביז אונטן , און שפעטער באמערק איך גאר אז ס'האט זיך געטוהן אויף טישן און בענק , און איך ווייס אפילו נישט ווער ס'האט אלץ מיטגעהאלטן , און איך וואלט געקענט באשטיין איינער זאל ווען געבן א קאפי וויאזוי ס'האט דארט אינטן אויסגעקוקט .
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
יאנאש האט געשריבן:יאנאש האט געהאט א דורכפאל (נישט די ערשטע און מסתם נישט די לעצטע).
היות עס איז פארגעקומען א שטיקל צוזאמלויף דא אינעם קרעטשמע, האט יאנאש געמאכט א פרינט סקרין דאס צו קענען שפעטער סעוון און ארויפלייגן דא אינעם קרעטשמע (וואס ביי די וועי האט נאך יאנאש נישט וויאזוי), כדי צו פאראייביגן דעם מאמענט, וואס עס האט אבער פאסירט, יאנאש האט וויכטיג געדארפט קאפיען א לינק, אין דאס איז דאס.
סאו לאמיר האפן אז א צווייטער האט דאס אויך געטאן, און אז נישט איז גז"ל.
איינער האט געסעיווט א סקרינשאט פון ערב ת"ב פארנאכט ווען מען האט געבראכן די רעקארד פון 17 משתמשים? ווייל איך האב דאס ליידער פארפאסט
- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm
- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15470
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
יאנאש האט היינט געהאט נאך א דורכפאל.
אריינקומענדיג דא אין קרעטשמע זעט יאנאש אז עס איז דא קייניינעהארע פיל נייע תגובות, נא ברויך מען פשוט דריקן דעם "הצג הודעות מאז הביקור האחרון" קנעפל, און אלעס וועט זיך שיין מסדר זיין.
אבער אנשטאט דאס דריקן האט יאנאש גאר געדריקט דעם "סמן את כל הפורומים כנקראו" קנעפל.
עס האט גענומען יאנאש'ן באלד אן האלבן שטונדע ביזן שרייבן דו ערשטע תגובה (וואו יאנאש האט איינגעזעהן פאר וויכטיג פארשטייט זיך).
ווי זאגט מען, קיינמאל קיין ערגערס.

- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
יוי רבוש"ע דאס איז שוין ממש געפערליך, ביין מיר כאב געפענט א נייע ווינדאו און נאכאמאל אריינגעסיינט, און אפס נישטא קיין נייע הודעות, אבער כ'בין געגאנגען לויט די זמן פון די לעצטע הודעה, אזוי ווי מיין זיידע פלעגט זיך פירן.
ווער קען די מאנסע מיט יענעם וואס האט געווארט אין די רייע אין רעסטוראנט, און האט געסטראשעט אז אויב געט מען איהם נישט שוין גייט ער טוהן וואס זיין טאטע האט געטוהן?

פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
כעל פארציילן די מאנסע, א פערזאן קומט אריין אין רעסטוראנט, און ער זעהט אז סיז דא א לאנגע (וועא"מ) רייע מענטשן וואס ווארטן אויף זייער פארציע, ער איז געווען זייער הונגעריג, רופט ער זיך אהן: געט'ס מיר א טעלער זופ, אז נישט וועל איך טוהן וואס מיין טאטע האט געטוהן. די פארזאמעלטע האבן זיך דערשראקן, און זיי האבן געהייסן פאר די סארווירער זאלן איהם באלד געבן א טעלער זופ, ער באקומעט עס ער זעצט זיך עסן, גייט איינער צו צו איהם און פרעגט איהם, וואס האט דיין טאטע געטוהן? זאגט ער, מיין טאטע ווען סיז געווען א לאנגע רייע האט ער געווארט ביז מ'איז אנגעקומען צו איהם.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
איך בין געווען אין א רעסטוראנט, זע איך צוויי יונגעלייט, רעדן דארט ארום ביים טישל ווי מ'טיילט די עסן, אינמיטן הויבט איינער אן צו רעדן פון די קרעטשמע, זיי האבן זיך נישט געכאפט אז איך הער, דער צווייטער געט זיך גראד א דריי אויס צו מיר און ער הייבט אן צו רעדן אז תשעה באב האט ער נישט געהאט וואס צו טוהן האט ער זיך געדרייט אין גראסערי און געטראפן מיני פיצאס.
אויב ליינט ער עס דא איז ער א מעכטיגע דורכפאל.
אויב ליינט ער עס דא איז ער א מעכטיגע דורכפאל.
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
אוי אקאורשט געהאט א דורכפאל, איך עפן אויף א פריש באקסל פארלמענט, און איך נעם דעם ציגרעטל אין מויל, בינו לבינו כאפ איך א קוק אין קרעטשמע וואס איז עפעס נייעס וכו', איך נעם אינסטינקט ארויס די צינדער פון טאש און איך צינד אן די ציגרעטל, און אפס.. הילד איננו די שפיץ איז נישט אין מויל נאר די טאבעקא.
אלץ בחור פלעג איך רייכערן מארלבארא, און ווען איך פלעג אמאל קויפן א שאכטל פארלמענט, פלעגן רוב ציגרעטליך אוועקפאלן צוליב דעם דורכפאל.
אלץ בחור פלעג איך רייכערן מארלבארא, און ווען איך פלעג אמאל קויפן א שאכטל פארלמענט, פלעגן רוב ציגרעטליך אוועקפאלן צוליב דעם דורכפאל.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
סאכדעס האט געשריבן:אוי אקאורשט געהאט א דורכפאל, איך עפן אויף א פריש באקסל פארלמענט, און איך נעם דעם ציגרעטל אין מויל, בינו לבינו כאפ איך א קוק אין קרעטשמע וואס איז עפעס נייעס וכו', איך נעם אינסטינקט ארויס די צינדער פון טאש און איך צינד אן די ציגרעטל, און אפס.. הילד איננו די שפיץ איז נישט אין מויל נאר די טאבעקא.
אלץ בחור פלעג איך רייכערן מארלבארא, און ווען איך פלעג אמאל קויפן א שאכטל פארלמענט, פלעגן רוב ציגרעטליך אוועקפאלן צוליב דעם דורכפאל.
אלץ א נישט-רייכערער, בין איך אומבאהאווענט אין די דיפערענצן צווישן מארלבארא און פארלאמענט, על כן, ביטע שעהן, זיי מסביר וואס איז פונקטליך געווען דער דורכפאל דא, און פארוואס פאסירט עס נאר ביי פארלאמענט.
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
שונה פארלימענט ממארלבארא, מיט די זייט פון די וואטע.
דהיינו, ביי פארלימענט איז די וואטע אביסל קורצער און עס ווערט נישט געענדיגט אינאיינעם מיטן פאפיר, דאס מיינט אז ס'יז דא חלל, א גרובעלע, אינעם פאפיר ביז צום וואטע. דעריבער, איינער וואס איז געוואוינט צו מארלבארא וועט נעמען די 'פולע' זייט אין מויל צוליב געוואוינהייט, וואס ביי א פארלימענט ציגראטעל איז די פולע זייט די טאבעקא זייט., פארשטאנדתא?

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שוועמל האט געשריבן:שונה פארלימענט ממארלבארא, מיט די זייט פון די וואטע.
דהיינו, ביי פארלימענט איז די וואטע אביסל קורצער און עס ווערט נישט געענדיגט אינאיינעם מיטן פאפיר, דאס מיינט אז ס'יז דא חלל, א גרובעלע, אינעם פאפיר ביז צום וואטע. דעריבער, איינער וואס איז געוואוינט צו מארלבארא וועט נעמען די 'פולע' זייט אין מויל צוליב געוואוינהייט, וואס ביי א פארלימענט ציגראטעל איז די פולע זייט די טאבעקא זייט., פארשטאנדתא?
גאנץ א פיינע ביאור, אבער איך ברויך ספעציעלע עדיוקעישאן (חינוך מיוחד):
ערשטענס, קוקט מען דען נישט אויב עס איז ווייסליך ביים עק אדער ברוין?
צווייטנס, קומען זיי דען נישט אלע געפאקט אויפן זעלבן וועג אינעם שאכטל, מיטן וואטע אויף ארויף?