סטאוו יא פיטא האט געשריבן:zibala האט געשריבן:נו גוט אז די רמב"ם איז די מקור פין די פארברענגען איז פיין
איך האב געזעהן א קליפיטש וויאזוי ר' יא"ז מרגליות טאנצט בהילולא דבר יוחאי, איך האב באקומען אן אנדער געפיל וויאזוי דעי חסידים ואנשי מישה האט אויסגעקוקט, באט קען זיין איך בין מיך טןעה.
סא פשוט איז אז די חסידים האבן זיך אויפגעשטעלט אויפן הויכן פלאטפארמע און מכבד געווען דעם פרנס השנה מיטן גיסן דעם ערשטן טעפל פונעם זילבערנעם קריגל, און נאכדעם האבן די מנגנים געווארעמט ווען די חסידים ואנשי מעשה האבן זיך פארדבקותט און נאכער ווען דער חסידים ואנשי מעשה האבן געטאנצצען האבן דער המון עם מיטגעטאנצט וכולו
קאן זיין, נישט געטראכט אין דעם דירעקשאן
האמת ניתן להאמר אז כ'בין בעצם נישט מחולק מיט אייך, פערזענליך פלעגט מיר דאס אויך אלץ (חוץ די לעצטע 24 שעה) שטערן און זייענדיג אין מירון האט מיר עס נישט צי שטארק געשמעקט. פיין וואויל כ'האב דאך פארשטאנען דעם כשם שאין... און ווער זאגט אז איך האב די קלארע דעת תורה צי זאגן וואס ס'איז ריכטיג און וואס נישט. עכ"פ מיר שמעקט נישט די רעביסטעווע און פראוועריי דארט. (וואס איז עס דען משנה?)
נאר אז איר שטורעמט דא אריין אינמיטן דעם שווערן אומגליק, זאגט אפ אייער הארציגע דברי הספד און מיט דעם אין אדם נתפס על צערו אויסרייד עפנסטו קאלטבלוטיג אויף א פרישע נושא, כמובן אן טייטלען דירעקט א פינגער אז אלו אשמים, פארקירעוועסט די ריכוז אויף דאס וואס אייך עגבערט און די גאנצע קאטאסטראפע איז גארנישט יעצט. יעצט גייט מען בארעדן די רביים'ס פראוועריי באתרא קדישא... ארבעט טאקע אויף קעסל אין כלים צי באוואשען כלל ישראל יעצט אין די קריטישע מאמענטן, ווארף אפ יעדן וואס וואגט צי צוריקדרייען דעם שמועס צים אבל אשמים אנחנו. נחפשה דרכנו ונחקורה.
אין אזא צייט דארף מען טאקע אפירנעמען דעם טעקסטבוק און אפווארפען די דברי אכזריות מיט אזעלעכע צישטעלן ווי חסידים ואנשי מעשה, (וואס אגב איז געברענגט געווארן בס"ה אפציווארפן א צווייטענס טענה איבער וויאזוי די שמחת בית השואבה האט אויסגעקוקט) כלל ישראל איז שיין כלל ישראל איז וואויל, מיינע בויכוויי אויף אידישע קינדער האט נישט קיין ארט יעצט. יעצט בין איך שילדיג, יעמט איז מיין זמן צי תשובה טוהן. יעדע ווארט וואס ווערט געשריבן צי אוועקנעמען אינזער התבוננות פון דעם, בתוכם די מחשבת סרק איבער די פראווערייען און פון דאס און פון יענץ איז א שטיק אכזריות בלשון קדשו פונעם הייליגן רמב"ם.
האסט א נקודה, אבע ח"ו כוונתי לא היה להסיר ההתבוננות, והחי יותן לבו