טעגליכע בולעטין פון מיטוואך אח"ק:--די פרעמיער מיניסטער פון ענגלאנד באריס דזשאנסאן האט אין זיין בריעפינג נעכטן אדרעסירט די גינסטיגע נייעס איבער א טאבלעט וואס ווערט אנטוויקלט דורך בריטישע סייענטיסטן אקעגן די וויירוס וואס וועט לויט די פלאן זיין גרייט קומענדיגע הערבסט.
דאס מיינט, זאגט דזשאנסאן "אז אויב טעסטו פאזיטיוו פאר די וויירוס דאפסטע פשוט אהיימגיין און נעמען די טאבלעט וואס וועט אוטאמאטיש (בעז"ה)
רעדוצירן די ריזיקע פון א שעדליכע דעזיס וואס קען זיך שנעל פארשפרייטן".
די פרעמיער האט אויך אדרעסירט די נושא פון אונטערנאציאנאלע טרעוול דעם קומענדיגע זוממער זאגענדיג אז אויף דערווייל קען מען נאכנישט אנגעבן קיין פונטליכע דאטום ווען מ'וועט קענען פארן אויף וואקאציע, דערווייל איז נישטא קיין שום פלאן זיך צו אפשטעלן פון די ביז-איצטיגע שטאפל ביי שטאפל סיסטעם ארויס פון די לאקדאון און אלעס גייט ווייטער ווי געפלאנט.
דזשאנסאן זאגט אז לויט סייענטיפישע שטודיעס וועט זיכער קומען א ווידערפאשפרייטונג אין לאנד אפגעזעהן די הויכע וואקסין ראטע, און דאס לאנד וועט זיך פשוט מוזן צוגעוואוינען צו לעבן דערמיט.
--די אייראפעאישע מעדעצין רעגולאטור האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט אנבאלאנגט די דזשעי. ענד דזשעי. וואקסין זאגענדיג אז די ריזיקע פון בלוט-קלאטס איז בלויז א קליינע און די געפאר פון די קאראנע פארשפרייטונג איז אסאך גרעסער.
--נאכפאלגענדיג די סטעטימענט האבן די האלאנדישע אוטאריטעטן באשלאסן ווייטער זיך באנוצן מיט די דזשעיץ ענד דזשעי. וואקסין אנגעהויבן פון היינט מיטוואך.
--די שוועדישע העלט מיניסטעריום האט באשלאסן אז מענטשן אונטער די 65 וואס האבן באקריגן די ערשטע דאזע פון אקספארד ע.ז. וואקסין וועלן באקומען אן אלטערנאטיווע וואקסין פאר די צווייטע.
--די רעגירונג אין שפאניע האט ארויסגעשטעלט א פאזיטיווע סטעיטמענט זאגענדיג אז מיר האלטן מער צום סוף פון די וויירוס קריזיס, לויט די אפיציעלע ציפערן ארויסגעשטעלט האבן 3,452,119 שפאנישע באקריגן די וואקסין, און קאראנע קעיסעס אלס צוזאמען איז 3,435,840 וואס דאס איז עטוואס ווייניגער.
--פינלאנד'ס פריים מיניסטער זאגט היינט אין א בריעפינג אז לויט די פלאן וועט די נאציאנאלע סטעיט אוו עמערדזשענסי מעגליך אראפגענומען ווערן קומענדיגע אנפאנג וואך ערלויבענדיג עדיוקאציע און נאך זיך צו עפענען, זי זאגט אבער אז די גרעניצן און די קומענדיגע חודש וועט ווייטער זיין פארמאכט און מ'וועט נישט אריינלאזן טוריסטן אין לאנד.
--די רעגירונג אין פראנקרייך לייגט שוין אן אויג אויף ווען מ'קען צוריק עפענען עטליכע ביזנעסער און דאמעסטיק טרעוול, לויט א באריכט.
די רעגירונג האט איינגעשטעלט א לאקדאון פארלאפענעם ענדע מערץ למס' און לויט באריכטן וועט עס עטוואס גרינגער ווערן אינמיטן קומענדיגע חודש מאי.
--שווערע פראטעסן זענען פארגעקומען אין בערלין דייטשלאנד נאכפאלגענדיג די נייע געזעץ וואס ערלויבט די פעדעראלע רעגירונג פון קאנצלער אנגעלע מארקעל איינצושטעלן קורפיו'ס און אנדערע צוימונגען, וועלכע האט געברענגט שטארקע קריטיק דורך עטליכע סטעיט גאווערנער'ס.
די קאנצלער פון איר זייט זאגט אז דאס לאנד קען נישט דערהייבן די פילע דרוק פון די שפיטעלער וואס זענען איבערגעפילט פון פאציענטן.
די פראטעסטן אין בערלין, דייטשלאנד
- 3500.jpg (50.2 KiB) געזען 1418 מאל
--די רוסישע פרעזידעט ווילאדאמיר פוטין זאגט היינט אין זיין אנואלע סטעיט אוו דע נעישאן רעדע פאר די פארליעמענט אז לויט זיין סטראטעגיע זאל דאס לאנד גרייכן הערד אימיוניטי דעם קומענדיגע הערבסט, און האט דערביי גערופן דאס פאלק זיך צו קומען וואקסינירן.
די קרעמלין איז אבער אנטוישט פון די צאל וואקסינירטע מיט בלויז 8 מיליאן מענטשן וואקסינירט פון אירע 144 מיליאן איינוואוינער.
די רוסישע פרעזידעט ביי זיין טעלעוויזירטע רעדע היינט מיטוואך:
- 69cdc7a3-847c-4708-8610-6534aca8e5b1.jpg (9.84 KiB) געזען 1418 מאל
--אינדיאנער שפיטעלער זעהן א שטארקע שארטעדזש פון אקסידזשען און אנדערע לעבנס וויכטיגע מאשינען נאך וואס דאס לאנד האט צו געזעהן מער ווי 200 טויזענט קעיסעס א טאג פאר די זיבעטע טאג אין א צי.
--די פאראייניגטע שטאטן האט ארויסגעשטעלט א ווארענונג אויף טרעוול קיין אינדיע נאכפאלגענדיג די שטארקע וואוקס פון קעיסעס.
--דאס לאנד סרי לאנקא רעכנט זיך אויך פון די לענדער וועלכע האט באריכטעט עטליכע פעלער פון בלוט-קלאטס ביי מענטשן וואס האבן גענומען די אקספארד וואקסין, לויט די ארטיגע געזונטהייט מיניסטער זענען 6 פעלער באשטעטיגט געווארן וואס 3 דערפון זענען געשטארבן.
--תימן האט אנגעהויבן מיט אירע וואקסין פראגראם נעכטן דינסטאג, עטליכע וואכן נאך וואס די ערשטע דאזעס זענען אנגעקומען אין לאנד.
--די יאפאנעזער גאווערמענט באטראכט א פלאן איינצושטעלן א סטעיט אוו עמערדזשענסי מיט קורפיו'ס און טרעוול באגרעניצונגען אין עטליכע גרויסע שטעט אריינגערעכנט די הויפטשטאט טאקיו נאך וואס דאס לאנד פלאגט זיך מיט א שטארקע וואוקס אין קעיסעס.