היסטארישע שניי בליזארד מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

היסטארישע שניי בליזארד מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

ווי שוין געשריבן אינעם רעגלמעסיגן וועטער אשכול זענען די שאנסן פאר א ערענסטע שניי שטורעם געהעכערט געווארן איבער שבת, און ווי ס'קוקט אויס וועלן רוב חרדישע געגענטער זיך דערזעהן מיט הויפענעס שניי וואס קען פאראליזירן גאנצעטע געגענטער.

אבער היות די עיקר שטורעם האט זיך נאכנישט געפארעמד, איז נאך אלס דא א מעגליכקייט אז ס'וועט זיך אויסלאזן היפש ווייניגער ווי יעצט געשאצט.

פון די אנדערע זייט דארף מען אבער זיין גרייט פאר א סינעריו פון א מאסיווע שניי שטורעם, דעריבער איז גוט זיך צו מאכן א שטיקל פלאן אין אייער סדר היום פון מאנטאג און דינסטאג, אין פאל ס'שטעלט זיך טאקע אויס אז את אשר יגורנו בא.

צו האבן א שטיקל אנונג ווי ערנסט ס'קען מעגליך זיך אויסלאזן, לייג איך דא די קענעדיען מאדל פון היינט נאכט.
אטעטשמענטס
snku_acc.us_ne (1).png
snku_acc.us_ne (1).png (160.97 KiB) געזען 9896 מאל
לעצט פארראכטן דורך ק.נ.א. וועטער אום זונטאג יאנואר 31, 2021 12:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מרדכי ש
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 2:30 am

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרדכי ש »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווי שוין געשריבן אינעם רעגלמעסיגן וועטער אשכול זענען די שאנסן פאר א ערענסטע שניי שטורעם געהעכערט געווארן איבער שבת, און ווי ס'קוקט אויס וועלן רוב חרדישע געגענטער זיך דערזעהן מיט הויפענעס שניי וואס קען פאראליזירן גאנצעטע געגענטער.

אבער היות די עיקר שטורעם האט זיך נאכנישט געפארעמד, איז נאך אלס דא א מעגליכקייט אז ס'וועט זיך אויסלאזן היפש ווייניגער ווי יעצט געשאצט.

פון די אנדערע זייט דארף מען אבער זיין גרייט פאר א סינעריו פון א מאסיווע שניי שטורעם, דעריבער איז גוט זיך צו מאכן א שטיקל פלאן אין אייער סדר היום פון מאנטאג און דינסטאג, אין פאל ס'שטעלט זיך טאקע אויס אז את אשר יגורנו בא.

צו האבן א שטיקל אנונג ווי ערנסט ס'קען מעגליך זיך אויסלאזן, לייג איך דא די קענעדיען מאדל פון היינט נאכט.

וועלכע געגנט קען באקומען 45 אינטשעס?
Feedback
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:42 pm
לאקאציע: וועלטעלע

תגובה דורך Feedback »

מרדכי ש האט געשריבן:

א געגנט אין פענסילוועניע.
נישט נוי יארק
פאר די פידבעק האטליין נומער דרוקט די הענטעלע אויבן די לינקע זייט

לויט זיי באקומט די סיטי ווייניגער ווי אפסטעיט זע איך
אנדערש ווי רוב וואס ווייזן פארקערט
פאר די פידבעק האטליין נומער דרוקט די הענטעלע אויבן די לינקע זייט
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

Feedback האט געשריבן:
מרדכי ש האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווי שוין געשריבן אינעם רעגלמעסיגן וועטער אשכול זענען די שאנסן פאר א ערענסטע שניי שטורעם געהעכערט געווארן איבער שבת, און ווי ס'קוקט אויס וועלן רוב חרדישע געגענטער זיך דערזעהן מיט הויפענעס שניי וואס קען פאראליזירן גאנצעטע געגענטער.

אבער היות די עיקר שטורעם האט זיך נאכנישט געפארעמד, איז נאך אלס דא א מעגליכקייט אז ס'וועט זיך אויסלאזן היפש ווייניגער ווי יעצט געשאצט.

פון די אנדערע זייט דארף מען אבער זיין גרייט פאר א סינעריו פון א מאסיווע שניי שטורעם, דעריבער איז גוט זיך צו מאכן א שטיקל פלאן אין אייער סדר היום פון מאנטאג און דינסטאג, אין פאל ס'שטעלט זיך טאקע אויס אז את אשר יגורנו בא.

צו האבן א שטיקל אנונג ווי ערנסט ס'קען מעגליך זיך אויסלאזן, לייג איך דא די קענעדיען מאדל פון היינט נאכט.

וועלכע געגנט קען באקומען 45 אינטשעס?

א געגנט אין פענסילוועניע.
נישט נוי יארק

וואף
לויט די מאדעל איז ק"י - קעטסקילס אין די 34 אינטשעס ראטע
'ומאתים לנוטרים את פריו'
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

יורא מאדל!

קרית יואל און מאנסי אין די נאנט צו 2 פיס זאנע
ניו יארק סיטי ארום 15 אינטשעס
אטעטשמענטס
A624BE5D-F88B-4046-8E8F-79CF865B9721.thumb.png.030e89b047e6d647bde2332f9aa7d920.png
A624BE5D-F88B-4046-8E8F-79CF865B9721.thumb.png.030e89b047e6d647bde2332f9aa7d920.png (522.32 KiB) געזען 8935 מאל
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

ס'קומט אסאך פאן, דאס איז זיכער...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
מרדכי ש
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 2:30 am

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרדכי ש »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:יורא מאדל!

קרית יואל און מאנסי אין די נאנט צו 2 פיס זאנע
ניו יארק סיטי ארום 15 אינטשעס

יע סהייבט שוין ווייזן מער אז אין די מאנרא געגנט גייט באקומען מער
אפסטעיט איד
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:03 am

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפסטעיט איד »

ווען גייט זיך די שטורעם ענדיגען?
מרדכי ש
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 2:30 am

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרדכי ש »

אפסטעיט איד האט געשריבן:ווען גייט זיך די שטורעם ענדיגען?

קודם ס'האט זיך נאך נישט אנגעהויבן
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

אפסטעיט איד האט געשריבן:ווען גייט זיך די שטורעם ענדיגען?

10:21pm

viewtopic.php?f=6&t=6261&start=13950#p2602445
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווי ס'קוקט יעצט אויס וועלן די ערשטע שניי ברעקלעך אנהייבן צו פאלן מארגן נאכט ארום 7:00 צייט אין לעיקוואד, און ערגעץ צווישן 9:00 און 12:00 אין די איבריגע חרדישע געגענטער ארויף ביז די קעטסקילס.

דורכאויס די איבערנאכט שטונדן פון צווישן 12:00 חצות און 6:00 פארטאגס, איז ערווארטעט צו פאלן עטליכע אינטשעס שניי, וואס וועט קומען פונעם ערשטן ארגינעלן שטורעם.

מאנטאג צופרי וועט די צווייטע שטורעם איבערנעמען די לייצעס, און הגם זאכן קענען זיך נאך טוישן אבער דערווייל ס'זעהט אויס מער און מער אז דאס מאל איז עס די רעדע פון "בליזארד אוו 2021"...

די ווינטן וועלן זיך פארשטערקערן מאנטאג אין די צופרי שעות, און די שניי וועט פיל פארשטערקערט ווערן.

דורכאויס מאנטאג נאכמיטאג איז ערווארטעט די הויכפונקט, ס'קען זיין 50 מייל א שעה ווינטן באגלייט מיט גאר שטארקע שניי, וואס קען פאראורזאכן פון מאל צו מאל גענצליכע ווייט-אוט קאנדישאנס, דאס מיינט אז מ'וועט גארנישט קענען זעהן חוץ ווייס... וואס דאס איז בעצם די אפטייטש פון בליזארד ווען ס'האלט אן אזוי פאר כאטשיג 3 שעה אין א ציה, און ס'קוקט יעצט אויס גאנץ מעגליך אז אזוינס קען פאסירן.

מאנטאג נאכט וועט ווייטער אנהאלטן צו פאלן א שווערע שניי מיט ווינטן, אבער ס'וועט שפעטער שוין אנהייבן נאכלאזן צוביסלעך, בעיקר פון שפעט ביינאכט און ווייטער.

אבער מיט דעם איז מען נאכנישט פערטיג... שניי קען נאך אנהאלטן צו פאלן ביז דינסטאג נאכט!
הגם ס'וועט שוין זיין לייכטערע שניי, אבער נאך אזא מאסיווע שניי וואס איז מעגליך צו פאלן ביז שפעט מאנטאג נאכט וועט די לייכטערע שניי במשך דינסטאג היפש פארשווערן דאס שניי רייניגן. דאס מיינט אז מ'קען זיך רישן צו זיין מעגליך קוואראנטירט אינדערהיים פאר כאטשיג ביז מיטוואך צופרי.

אצינד קומט די באמבע פראגע, וויפיל אינטשעס וועט פאלן?
די תירוץ אויף דעם איז: איך ווייס נישט! ס'איז זייער שווער צו פינטפויטן וויפיל אינטשעס יעדע געגנט וועט באקומען, אבער אזויפיל קען מען יא זאגן אז ס'איז דא שטארקע מעגליכקייטן פאר א דורכשניטליכע 1 ביז 2 פיס שניי אין רוב חרדישע געגענטער פון ניו יארק און דזשערזי, אחד המרבה ואחד הממעיט אבער ווארשיינליך וועלן אלע האבן ערגעץ אין די נומערן.
אבער, דא קומט די גרויסע אבער, דאס איז נאר לויט די יעצטיגע אויסקוק ווי מ'האלט יעצט, זאכן קענען זיך נאך טוישן אין ביידע ריכטונגען.

צום שלוס: דא האט איר די NAM מאדל פון היינט נאכט וואס ווייזט אין די געגנט פון א פיס שניי פאר לעיקוואד, 2 פיס שניי פאר ניו יארק סיטי, העכער אנדערטהאלבן אין מאנסי און אין קרית יואל.
EtBvm0VXcAAegbM.png
EtBvm0VXcAAegbM.png (108.61 KiB) געזען 8482 מאל
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט געאפגרעיד די ווינטער שטורעם וואטשעס צו ווינטער שטורעם ווארענונגען

ניו יארק סיטי, ראקלענד, און אראנדזש 18-14 אינטשעס, קעטסקילס -18-12 אינטשעס, לעיקוואד 8-6 אינטשעס (א טויש צו רעגן ערווארטעט)

יעצט עמיר גיין צו די "עקספעקטעד" שניי-פאל מאפע פון די נאציאנאלע וועטער סערוויס
17 אינטשעס פאר ניו יארק סיטי, און ענליך צו דעם זעהט אויס אויך פאר מאנסי און קרית יואל
StormTotalSnowWeb.png
StormTotalSnowWeb.png (189.67 KiB) געזען 8195 מאל

די "היי-ענד" איז 22 אינטשעס פאר ניו יארק סיטי און 24 + פאר מאנסי און קרית יואל
SnowAmt90Prcntl.png
SnowAmt90Prcntl.png (186.52 KiB) געזען 8195 מאל

די "לאו-ענד" איז 9 אינטשעס פאר ניו יארק סיטי, און ארום די זעלבע אויך פאר מאנסי און קרית יואל
SnowAmt10Prcntl.png
SnowAmt10Prcntl.png (194.36 KiB) געזען 8195 מאל
Jeff
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2011 3:53 pm

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jeff »

Thanks KNA for the constant geshmaka updates!!!

What about the after effects, will be there be rain to wash it out or the snow is here to stay for a while?
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

monroe, ny

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

Orange
(1)
Logo for U.S. National Weather Service
Winter Storm Warning

Start

End

12:00 AM EST, Monday, February 1

6:00 AM EST, Tuesday, February 2

Source: U.S. National Weather Service

...WINTER STORM WARNING IN EFFECT FROM MIDNIGHT TONIGHT TO 6 AM EST TUESDAY...

* WHAT...Heavy snow expected. Total snow accumulations of 14 to 18 inches. Winds gusting as high as 35 mph.

* WHERE...Orange, Putnam, Rockland and Northern Westchester Counties.

* WHEN...From midnight tonight to 6 AM EST Tuesday.

* IMPACTS...Travel could be very difficult to impossible. The hazardous conditions could impact the morning and evening commute.

PRECAUTIONARY/PREPAREDNESS ACTIONS...

If you must travel, keep an extra flashlight, food, and water in your vehicle in case of an emergency.

Check local Department of Transportation information services for the latest road conditions.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

וואס זענען די שאצונגען פאר נוארק נ.דש.?
און די נ.דש. 17?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

א גרויסן ייש"כ פאר אלע באריכטן

ביטע ווער עס ווייסט פון עני טויש אין באס/פלייט סקעדזשולס זאל דא באריכטן לטובת הציבור
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

די מאדלס קומען אריין שטערקער און שטערקער!

לויט ווי זאכן האלטן יעצט דארף מען טוישן קעפל צו "היסטארישע" בליזארד...

די פרישע NAM מאדל ווייזט 20 אינטשעס פאר ניו יארק סיטי (שוין מיט א מעגליכע מיקס אדער טויש אינאיינעם אינמיטן די שטורעם), 8 ביז 12 לעיקוואד (בעפאר די טויש צו רעגן), און אלע אנדערע געגענטער ווי מאנסי, קרית יואל, בלומינגבורג, חלקים פון די קעטסקילס, באקומען צווישן 24 און 30 אינטשעס.
אטעטשמענטס
snku_acc.us_ne (2).png
snku_acc.us_ne (2).png (155.14 KiB) געזען 6979 מאל
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

די RGEM מאדל האט אביסל ענליכע שטריכן ווי די NAM מאדל
אטעטשמענטס
snku_acc.us_ne (3).png
snku_acc.us_ne (3).png (157.61 KiB) געזען 6953 מאל
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

ווי ס'זעהט יעצט אויס וועט שוין מארגן 7:00 צו 8:00 צופרי זיין ארום א האלבע פיס שניי סיי אין די סיטי און סיי אין אפסטעיט, און פון דעמאלס און ווייטער וועט עס כסדר ווערן שטערקער און שטערקער און וועט אנהאלטן שטארק ביז בערך מאנטאג נאכט חצות הלילה... און שוואכערע שניי ביז דינסטאג נאכט. דאס מיינט אז לכאורה וועלן מוסדות התורה זיין געשלאסן 2 טעג מאנטאג און דינסטאג.

די אלע וואס האבן געפרעגט בסתר אדער בגלוי וועגן טרעוולען מארגן צופרי און די ענטפער איז געווען אז מ'וועט נאך קענען, זאלן אינאכט נעמען די טויש. אצינד קוקט אויס אז צופרי וועט שוין זיין היפש אנגעלייגט, און ס'וועט ווערן אלס שווערער און שווערער.

נאך עפעס פאר איך פארגעס, די ערשטע ברעקלעך קען שוין אנהייבן צו פאלן היינט נאכט בערך 7:00 צייט אין ניו יארק סיטי און אין די האדסאן וואלי, אבער ס'וועט זיין בלויז לייכטע שניי ביז ארום 1:00 אדער 2:00 פארטאגס (ערווארטעט קוים א אינטש צו אנדערטהאלבן ביז דעמאלס). דאס מיינט אז היינט נאכט אין די ערשטע העלפט נאכט וועט מען נאך קענען געהעריג ארומפארן, אבער פארשטייט זיך זיין פארזיכטיג.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

די 3K NAM וואס איז א הויכע רעזעלוציע פון די NAM מאדל ווייזט א אומגעהויערע אומגלויבליכע 30 ביז 40 אינטשעס פאר מאנסי און קרית יואל...
ס'איז שווער צו גלייבן, אבער אזויפיל קען מען ארויסנעמען פון דעם אז מ'רעדט דא פון א שטורעם וואס האט די מעגליכקייט אריינצוגיין אין די רעקארד ביכער אלס איינע פון די מאכטפולסטע שניי שטורעמס אין די טריי סטעיט געגנט.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:דאס מיינט אז לכאורה וועלן מוסדות התורה זיין געשלאסן 2 טעג מאנטאג און דינסטאג.

:-(
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
zookeeper
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 13, 2011 12:52 am

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zookeeper »

דא
אטעטשמענטס
EtEM2zvXcAEOql5.jpeg
EtEM2zvXcAEOql5.jpeg (133.94 KiB) געזען 6601 מאל
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קישקע »

אויב מען קען אריינקימען מיט נאמבערס ווי עס האלט יעצט איך ווייס אז עס גייט זיך באלט טוישן
איך פארלאז אייוועלט
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די RGEM מאדל האט אביסל ענליכע שטריכן ווי די NAM מאדל

ובא הכתוב השלישי די GFSv16 וואס ווייזט 29 אינטשעס פאר קרית יואל, און 37 אינטשעס מיט די רעשיוס.
(מאנסי איז 31 אינטשעס מיט די רעשיוס, ניו יארק סיטי איז 22 אינטשעס מיט די רעשיוס [דאס מיינט שוין גערעכענט מעגליכע מיקסינג], און אפילו לעיקוואד איז בערך 15 אינטשעס)
אטעטשמענטס
snku_acc.us_ne (5).png
snku_acc.us_ne (5).png (156.08 KiB) געזען 6478 מאל
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: מעידזשער שניי שטורעם (בליזארד) מאנטאג-דינסטאג יתרו תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קישקע »

איז לויט די קראנטסטע מאדאלס (איך פארשטיי נישט צי די נעמען) וויפיל האמיר צי ערווארט אין ק“י אין מאנסי?
איך פארלאז אייוועלט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”