גרשון האט געשריבן:שיעלע בהמה האט געשריבן:צום נושא האשכול
די ציל פון די אידישע שפראך איז נאר בכדי זיך צו האלטן אפגעזינדערט פונעם גוי און פארמירן אן אייגענעם קולטור
אונזער קולטור איז בעצם א טפל צו תורה ומצוות, במילה איז גארנישט אז אונזער יודיש איז נישט פערפעקט און עוואלווד זיך כסדר
די באגריף פון דאקומענטירן די "פערפעקטע" "ריכטיגע" אידיש האט זיך אנגעהויבן ביי די רעפארמער וועלכע האבן איבערגעלאזט די נשמה פון "אידישע אידישקייט" און עס געוואלט רעפלעיסן מיט "קולטורעלע אידישקייט", למעשה איז אינטערגעקומען דאס ציונות וועלכע האט געאפערט אסאך א ברייטערע און נאסטאלגישערע וויזיע פאר א איד אן קיין תורה, במילה איז דאס גאנצע אידישיזעם אינטערגעגאנגען
זייער פשוט, פארוואס פרעזערווירן דעם נעבעכדיגן גלות איד? ליבערשט פרעזערווירן דעם גליקליכן תנ"ך ארץ ישראל איד.. (פארשטייט זיך אן קיין תורה..)
מיין זיידע האט גערעדט א דייטשע אידיש, דארף איך יעצט אנהאלטן דאס דייטשע אידיש? אוואדע נישט
איך דארף ארויסנעמען די נשמה פון ערליכע ארטאדאקסיע און דאס ווייטער טראגן
וואס גייט מיר אן אז אונז זאגן "וויליאמסבורג" מיט א ואו? אדרבה זאל דער גוי/פארשעמטע איד פלאצן
אויב וויל איך יא שרייבן דעם ווארט W וועל איך ניצן אדער א ואו אדער וועל איך שרייבן דעם ענגלישן W בתוך מיין אידישע געשרייבעכץ, סאיז בכלל נישט קיין אישו
אזוי זעה איך די נושא
---------
הגם איך מוז מודה זיין אז אן ארטיקל פון שמעון ראלניצקי אדער פנחס גלויבער איז פשוט ציענד אדאנק זייער פערפעקטע געשרייבעכץ
איך וואלט געזאגט אז די שרייבערישע וועלט דארף ווען יא האבן סטאנדארטן אבער נישט אונז פשוטע מענטשן
וואלסט אפשר גערעכט געווען ווען אידיש סערווירט בלויז א מינדליכע שפראך און אונזער אינטערעסע איז נאר תורה. דאס מציאות איז אבער נישט אזוי. דער אויסוואל פון אויסגאבעס, גליונות, און אנדערע סארטן ליטעראטור איז ריזיג.
לדעתי איז די נויגונג פון געוויסע נישט צו נארמאליזירן די שפראך אן אפשפיגלונג פון א סארט קולטור, ווי @חלב ישראל שרייבט אויבן. והא ראיה, די וואס זוכן נישט קיין שיינע אידיש זענען געווענליך אויך נישט אינטערעסירט אין א שיינעם לשה"ק וכדומה.
אידישע כללים פלעגן נישט זיין נוגע מיט 250 יאר צוריק, ווייל כמעט קיינער האט נישט געשריבן אידיש -- נאר צאינה וראינה און אנדערע ספרים פאר פרויען. מ'פלעגט אלעס שרייבן אין לשה"ק. אבער א ליבשאפט צו קונסט, דערונטער פאעזיע און ליטעראטור, וועסטו טרעפן דורכאויס אלע דורות אין אלע מדינות ביי די גרעסטע גדולים אונזערע. אויב ס'איז געווען ערגעץ אן אפשיי צו פראפעסיאנאליזם, איז עס נאר געווען מיט א ציל אפצושלאגן שעדליכע השכלה.
אגב, דו מישסט אביסל איבער יידישיזם. די רעפארמער זענען געווען אין מערב-אייראפע און אמעריקע, בעת יידישיזם שטאמט פון מזרח-אייראפע, פון די ציונ'יסטישע פארגייערס. זיי האבן זיך אפגעשאקלט פון דייטשמעריזמען נישט ווייל זייערע זיידעס האבן עס גערעדט, נאר ווייל אין מזרח-אייראפע איז דער אידיש געווען אנדערש.
איך האב מיך בכלל נישט באצויגן צו @חלב ישראל'ס תגובה ווייל לדעתי איז אן עקל צו שרייבן אויף כלל ישראל אז זיי פארשטייען נישט צו גארנישט.. ריגארדלעס דיין גערעכטיגקייט
איך ווייס נישט פון נאך א פאלק וואס איז אזוי פאנדעמענטאל ריכטיג קאנצעטרירט אויפן עיקר ווס. דעם טפל
כוועל געבן א נערישע דוגמה,
וואו נאך אויף דער וועלט ליגט אזויפיל טעם אין שטוב-רעסעפיס ווי ביי א פשוטע אידישע מאמע?
וואו נאך אויף די וועלט פארשטייט א פרוי בכלל צו שטוב ווירטשאפט ווי אונז?
כוויל נישט אוועקפירן די שמוס אבער די נקודה איז אז אנשטאטן קריטיקרן דעם כלל ישראל אז זיי פארשטייען צו גארנישט, ענדערש טראכט אריין אין די חכמה ווי מייסטערהאפטיג געזונט מיר זענען אוועקגעשטעלט
נישט בחינם לייגט מען נישט קיין דגוש אויף אזויפיל זאכן, מיט די ירידות הדורות פאלט אונזער קאפעסיטי צו באנעמען זאכן און מדארף שניידן די טפל
-----
דאס וואס דו טיילסט אפ ידישיזעם פון רעפארמיזעם איז לדעתי א טעות
אמת, סאיז געאגראפיש אויף אנדערע לענדער און די עצם ידישיזעם איז נישט רעפארמיזעם
אבער די נשמה דערינטער איז די זעלבע, א מין אידישקייט אן קיין גא-ט
------
דאס זיך טשאטשקענען אין חרוזים און פיוטים איז נישט קיין פשוטע זאך, מטרעפט אין די ספרים קריטיק אויף דעם און דאס איז עכ"פ קלאר אז דאס איז נישט אונזער מסורה
דיקדוק איז נובע פון לערנען דרשות חז"ל און נישט א דבר בפני עצמו
די פאקט איז אז מיר די בני אשכנז זענען בדרך כלל אלע יארן אוועקגעשטאנען פון חכמת הדיקדוק, דאס איז נישט פאר אונז א תמיה אויף די פריערדיגע נאר א סטעיטמענט פון זיי
כמיין אז רוב שיינע לה"ק בריוון וואס מיר טרעפן זענען געפלאכטענע מליצות פון פסוקים, גמרה, גימטריאות און דוקא לאו א פערפעקטע לשון הקודש
בקיצור, אוואדע ענדערש לערנען דיקדוק ווי זיצן אויף אייוועלט, אבער אויב זיצטו שוין מיט א ספר איבער לשון קודש דאן גיי לערן ענדערש חומש רש"י.. ועל אחת כמה וכמה ווען מרעדט פון דיקדוק אין די אידישע שפראך
---------
מיין תגובה באלאנגט עכט נישט אהער דא, סאיז מיין כלליותדיגע בליק אויף דיקדוק